מודעות, פראגעס און קאמענטארען איבערן פארום

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » מאנטאג ינואר 18, 2010 10:06 am

איטשע האט געשריבן:
הייליגער האט געשריבן:אינטערעסאנט זעט אויס אז חסידי אדמו"ר האחרון לבית באבוב כ"ק מהרנ"צ זצ"ל דרייען זיך נישט דא אויף אינטערנעט !


נישט ריכטיג, והמ"י. חוץ אויב די מיינסט די וואס זענען געווען "נאר" זיינע חסידים.

co.il.

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג ינואר 18, 2010 11:34 am

גיט אכטונג, שטעלט אפ דעם שמועס דא. עס זאל נישט פארהאנדעלט ווערן דא קיין פאליטיק.
לחיים ולברכה!

איטשע
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג יוני 22, 2010 10:43 am

פון וואנעט שטאמט די בילד פון רבי יעקב עמדין?

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » מאנטאג ינואר 31, 2011 2:05 am

אם אפשר להוסיף ב"לוח היארצייטן" את הגה"ק רבי אלכסנדר סענדר שור זצוק"ל בעמח"ס שמ"ח ותבו"ש [ כתבתי אשכול עליו] ביום כ"ז שבט.
יישר כוחכם.
גם אזכיר לבקש רחמים שוב עבור הרה"צ מוויזניץ שליט"א רבי משה יהושע בן מרגלית שי'.
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מיטוואך פאברואר 09, 2011 1:00 pm

יום ד' תצוה תשע"א לפ"ק פה מערכת על הצדיקים

בשם כל קהלה קדישא הדין ווילן מיר מקבל זיין די חשוב'ע געסט, נייע מעמבערס וועלכע זענען קע"ה צוגעקומען אין די לעצטע שטיק צייט, וניתוספו ספסלי בית מדרשינו, כולם אהובים כולם ברורים וכולם פותחים את פיהם, ב"ה אסאך נייע מיטגלידער האבן זיך קובע מקום געווען און זענען משפיע מהודם עלינו., יהא בואכם לברכה, כלנו כאחד יחד נזכה לראות ברכה בעמלינו.


לכבוד די נייע מיגלידער און אין איינקלאנג מיט פארשידענע אומאנגענעמליכקייטן וועלכע האט דא פאסירט די לעצטע עטליכע וואכען ווען גאנצענע אשכולות און געוויסע תגובות האבן געברויכט פאראכטען אדער גענצליך פארמעקט ווערן, דרוקען מיר דא איבער די ראשי פרטים און אנווייזונגען להצלחת המקום און ווי אלעמאל בעטן מיר בכל לשון של בקשה ביטע טוט נישט פאראורזאכען אומזינסטע ארבייט פאר די גבאים העובדים שלא ע"מ לקבל פרס, לטובתינו ולטובתכם נוצט נישט אויס אייער אנאנימיטעט ארויסצוברענגען אייערע מדות וואס איר ווילט נישט צייגען אונטער אייער אמת'ע אידענטיטעט, מאכט אונזער/אייער פלאץ פאר א היימישע בא'טעמ'טע סביבה און נישט פארקערט.

ולהשומע יונעם ותבא עליהם ברכת טוב

כו"ח פה אייוועלט הבירה בין כותלי חדר הגבאות
הגבאי מערכת עהצועה"ח בשם צוות הגבאים

גבאי ביהמד האט געשריבן:
מודעה ובקשה


יום ד' פר' צו-הגדול תשס"ט לפ"ק, פה מערכת על הצדיקים יצ"ו

בשם כל קהלה קדישא הדין ווילן מיר מקבל זיין די חשוב'ע געסט, נייע מעמבערס וועלכע זענען קע"ה צוגעקומען אין די לעצטע שטיק צייט, וניתוספו ספסלי בית מדרשינו, כולם אהובים כולם ברורים וכולם פותחים את פיהם, ב"ה אסאך נייע מיטגלידער האבן זיך קובע מקום געווען און זענען משפיע מהודם עלינו., יהא בואכם לברכה, כלנו כאחד יחד נזכה לראות ברכה בעמלינו.

עס איז כדאי צו דערמאנען און אויסשמועסן עטליכע וויכטיגע נקודות וואס אנבאלאנגט די אופן וויאזוי דער פורום איז געווארן געפירט ביז היינט לשביעת רצון החבירים, און מיר האפן אז די נייע חבירים וועלן פארשטיין דעם סדר און זיך צושטעלן דערצו לרומם קרניננו למעלה.

א. נייע אשכולות ברויכן געעפנט ווערן נאר נאכדעם וואס מ'מאכט זיכער אז מיר האבן נאכנישט קיין אשכול איבער דעם גדול, גזע אדער נושא, ולא אמרי רבנן בכפילא (מען קען גרינג נאכזוכען דורך 'חיפוש' אדער אינעם מפתח שעשה חברינו היקר הרב הזיידעניו שיחי')

ב. ביים עפענען א נייע אשכול איז זייער וויכטיג צו פרובירען אז דער תגובה הפותחת את האשכול זאל פארמאגען עטוואס מער ווי בלויז א נאמען פון א גדול מיט זיין יארצייט, אדער מינימאלע אינפארמאציע, אויב וויל מען זעהן א ברכה אינעם נייעם אשכול, איז כדאי אנצופאנגען מיט א תגובה הראוי' להתכבד, אז דער אפעטיט פון די אנדערע מיטגלידער זאל מיטקומען מיט'ן עסן.

ג. בכלל איז זייער וויכטיג אינאכט צו נעמען ביים אפשיקן סיי וועלכע תגובה אינעם פורום, אז דא איז נישט סתם א פארברענגען פלאץ, מיר פארמאגן היינט צוטאגס ברוך השם, מיטגלידער פון אלע שיכטן און קרייזן, פון אלע עלטער און געגנטן, וועלכע ברענגען צו אן ערנסטקייט צום פלאץ, און דאס ברויך מען אין קענטעניס נעמען ביים שרייבן א תגובה אז מ'רעדט דא צו א ציבור וועלכע זיכט אביסל תוכן און נישט קיין מינדערוויכטיגע אדער פארברענגערישע געשפרעכן.

ד. פערזענליכע אטאקעס, דברי זלזול אויף סיי וועלכע גדולים בישראל אדער אפי' אויף סתם פיינע אידן, אויסער וואס דאס איז קלאר קעגן די תקנת האתר בכלל, איז דאס זייער קעגן די רצון פון די מיטגלידער און וועט שטרענג אינפארסירט ווערן אויף סיי וועלכע אופן המועיל, באזירט אויף די דעת פון די גבאים.

ה. מען בעט זייער שטארק אלע מיטגלידער נישט צו שאפן ארבעט פאר די גבאים מתקן צו זיין תגובות, ביטע איבער קוקען אייערע תגובות פון פארדריסליכע טעותים אדער סיי וועלכע פעלער וואס וועט באצווינגען די גבאים זיך צו באפאסן דערמיט, געדענקט די גבאים זענען איינגעשטעלט שלא על מנת לקבל פרס.

דער אייבירשטער זאל אונז בזכות זה אלע שומר ומציל זיין מכל מכשול וטעות, שלא נבוש ולא נכשל ולא נכלם לעולם ועד, מיר האפן אז יעדער וועט פארשטיין אז די ענינים זענען לטובת אונז אלע, ובזכות כח האחדות בינינו יעמדו לנו זכות כל הצדיקים הנזכרים כאן, להוושע בכל מילי דמיטב.

א חג כשר ושמח וואונטשן,
די גבאים שע"י מערכת על הצדיקים
בשם אלע גבאי ביהמ"ד

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 4:31 pm

איך האב בילדער פון רש"י'ס ביהמ"ד און פון די גרויסע ביהמ"ד אין פראנקפורט, קומט עס אינעם אשכול פון מצבות רבנים ואנשי שם בבתי-עלמין בדייטשלאנד ?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 11:25 pm

קיינער קעניש ענטפערן? וועט מען מוזן טאן וויזוי דער אייגענער שכל זאגט
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 10:33 am

שנאפס האט געשריבן:איך האב בילדער פון רש"י'ס ביהמ"ד און פון די גרויסע ביהמ"ד אין פראנקפורט, קומט עס אינעם אשכול פון מצבות רבנים ואנשי שם בבתי-עלמין בדייטשלאנד ?


די בילדער פון רשי"ס ביהמ"ד וואלט איך ליבערשט געשטעלט אינעם אשכול איבער רשיה"ק, אבער טוה א קוק איידער דו שטעלסט די בילדער ווייל כזכור לי עקזעסטירען דארט שוין אסאך אזאנע בילדער ולא אמרי רבנן בכפילא

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 10:33 am

שוין געשטעלט דארט, געוויסע בילדער זענען שוין געווען אבער מיינע זענען אסאך קלארער
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 6:55 pm

אין וועלכע אשכול קען מען אנפערגען צי באקומען אניפא איבער געוויסע אומבאקאנטע (פאר מיר) גדולים?
יאנקעל די פופציגער

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 8:12 pm

jkup50 האט געשריבן:אין וועלכע אשכול קען מען אנפערגען צי באקומען אניפא איבער געוויסע אומבאקאנטע (פאר מיר) גדולים?

viewtopic.php?f=31&t=7389

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » זונטאג אפריל 29, 2012 5:51 pm

could i delete a post that i wrote by mistake

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג אפריל 29, 2012 5:55 pm

דארפסט בעטן ביי די אחראים אדער מנהלים למשל אחראי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אפריל 29, 2012 7:58 pm

פאר דוקא האט געשריבן:could i delete a post that i wrote by mistake

די פראקטישע עצה איז צו אריינגיין אינעם 'פאוסט' און אויסמעקן דעם אינהאלט, נאר שרייבן 'טעות' אדער 'ביטע פארמעקן'.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך יוני 27, 2012 4:41 pm

איז דא א אשכול פון מצבות רבני אונגארן? אזויווי דייטשלאנד און פוילן
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 28, 2012 10:29 am

שנאפס האט געשריבן:איז דא א אשכול פון מצבות רבני אונגארן? אזויווי דייטשלאנד און פוילן


ניין.

עס איז דא פון; אר"י, דייטשלאנד, פוילן און טשעכיי.

קריינא דאיגרתא וכו' מיר וועלן פרובירען מיטצוהעלפן כפי מה שידינו מגעת וכו'

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

מי יכול לעזור:

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 11:27 pm

האם מישהו יודע מי היה חמיו בזוו"ר של רבי יהושע העשיל רוזנבוים שליט"א [ב"ר אשר מרדכי] מקליוולאנד- וומ"ג
האם הוא היה צאנזער אייניקל
איך ?
שכוייעח
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2013 8:46 am

איזה לייפער
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2460
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג יוני 16, 2014 5:43 pm

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:האם מישהו יודע מי היה חמיו בזוו"ר של רבי יהושע העשיל רוזנבוים שליט"א [ב"ר אשר מרדכי] מקליוולאנד- וומ"ג
האם הוא היה צאנזער אייניקל
איך ?

שכוייעח

הרי הוא הרה"צ רבי ישכר בעריש לייפער. זצ"ל
אדמו"ר מ'זשעלין. בארא פארק

זיינע יוצאי חלציו זענען די איינציגסטע פארבליבענע אייניקלעך היינט צו טאג
פון הרה"ק רבי אהרן משה פון זשעלין זצוק"ל בן הרבי רבי מרדכילע
מ'נאדווערנא זיע"א.

הרה"צ רבי יהושע העשיל ראזענבוים שליט"א אדמו"ר מקליוולאנד סטראזשניץ
איז געווען חתנו בזיווג ראשון און ער האט געהאט איין טאכטער מיט איר.
און זי האט חתונה געהאט מיט ידידי הרה"צ רבי דוד יהושע שוחט שליט"א.
בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א.

קןמט אויס אז רבי דוד יהושע'ס שליט"א רעבעצין און קינדער זענען איינעקליך
פון פיר זוהן פונעם רבי רבי מרדכי'לי פון נאדווערנא זיע"א.

ואלו הים:
הרה"ק רבי מאירל מ'קרעטשניף זצ"ל.
הרה"ק רבי בערטשע מ'סאקמער זצ"ל.
הרה"ק רבי יוסעלע מ'נירידהאז זצ"ל.
הרה"ק רבי אהרן משה מ'זשעלין זצ"ל.

והרבנית אשת הרה"צ רבי יהושע העשיל שליט"א ראזענבוים מזיווג שני היא נכדת הרה"ק מצאנז זיע"א
דרך בנו הרה"ק רבי שלום אליעזר הי"ד.
וזה יחוסה
הרבנית מ'קליוולאנד סטראזשניץ תליט"א
בת הרבנית מרת רייצא מ'רצאפערט בראזיל תליט"א.
בת רבי משולם זושא זצ"ל.
בן הרה"ק רבי שלום אליעזר הי"ד.
בן הרה"ק מצאנז זיע"א.

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

האם הבחור נפתלי פרענקיל מאר"י שנשבה - בנש"ק?

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דינסטאג יוני 17, 2014 3:41 pm

האם זה נכון שהבחור נפתלי פרענקיל מאר"י שנשבה רח"ל בידי ערבים [השי"ת יצילו במהרה] הוא בנש"ק מתלמידי בעש"ט הק'?
אם כן, נכד של מי הוא?
ואיך?
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 17, 2014 3:47 pm

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:האם זה נכון שהבחור נפתלי פרענקיל מאר"י שנשבה רח"ל בידי ערבים [השי"ת יצילו במהרה] הוא בנש"ק מתלמידי בעש"ט הק'?
אם כן, נכד של מי הוא?
ואיך?


ממה שכתוב באשכול אחר:

והוא פלאי האט געשריבן:יחוס הבחור נפתלי יעקב בן רחל דבורה פרענקל למשפחת באב"ד (שנשבה רח"ל, יעזור ה' בזכות אבותיו, שייפדה בלי שום מכשול ונזק ח"ו, יחד עם חבריו שיחיו)

ר' אברהם ארי' באב"ד, אבד"ק מיקוליניץ
בנו ר' יצחק אב"ד קאלוש חתן בתו של החוו"ד
בנו ר' משה אב"ד לבוב חתן המחזה אברהם
בנו ר' יעקב
בתו - פרענקל
בנו
בנו נפתלי יעקב

ועי"כ הוא קרוב להברך משה
ר' אברהם ארי' באב"ד, אבד"ק מיקוליניץ
חתנו ר' חיים באב"ד אב"ד מיקוליניץ (אחי המנ"ח)
בנו ר' שמואל אב"ד סנדווישנא
חתנו הרב מוואלאווא
חתנו הברך משה

וכן להויואל משה, כי אמו של הויואל משה, היתה נכדתו של החוו"ד


ויש אומרים שמצד פרענקל הוא נכדו של הגאון בעל ייטב לב ע"י חתנו ר' יוקל מוואלאווא (נכד חתנו ר' מיכל תאומים-פרענקל מסיגוט)

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דינסטאג יוני 17, 2014 5:59 pm

שכוייעח רבי מסקרענטאן
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2460
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

בקשת עזרה.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 12:43 pm

ווייסט איינער ווי אזוי ק'ען איך עקספארטין אלע מיינע תגובות כדי איך זאל עס האבן אויף ווארד פייל?

חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:27 pm

תגובהדורך חיים של שמחה » מאנטאג פאברואר 08, 2016 1:07 am

לויט ווי מען זעט ביים אריינגאנג צם אתר, ארבעט מען עס אינגאצען איבער, ע"כ פרעג איך ווי קען מען מעיר זיין איבער הצעות והערות למען הסדר, בפרט פארן פארום פון על הצדיקים ?

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג פאברואר 08, 2016 1:17 am

חיים של שמחה האט געשריבן:לויט ווי מען זעט ביים אריינגאנג צם אתר, ארבעט מען עס אינגאצען איבער, ע"כ פרעג איך ווי קען מען מעיר זיין איבער הצעות והערות למען הסדר, בפרט פארן פארום פון על הצדיקים ?

ככככככ


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פראהביטש און 18 געסט