שושלת שעדליץ-שעניצא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יפה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2018 7:03 am

תגובהדורך יפה » זונטאג אפריל 29, 2018 6:34 am

איך זעה דא א ספר מיט די אויפשריפט
''שייך להרבני החסיד מופלג הרב דפה שעניצא
מו''ה 'ר' יעקב במו''ה ר' יצחק ז''ל

איך ווייס נישט ווי אזוי ברענג איך דא ארויף אן עטשטעמענט צי ווייזן א בילד
צי ווייסט איינער ווער דאס איז?

מחצה''ק
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2019 7:28 pm

א בילד פון ר' יושע אשר פון שעדליץ

תגובהדורך מחצה''ק » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 8:15 pm

ר' יושע אשר רויטבלאט משעדליץ.jpg
ר' יושע אשר רויטבלאט משעדליץ.jpg (114.3 KiB) געזעהן 299 מאל

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » פרייטאג פאברואר 15, 2019 8:48 am

מיללער האט געשריבן:קיין שעניצא חסידים האבן מיר נישט דא, זעה איך..... וועל איך פרובירען אליינס ממשיך צו זיין.

ר' יהושע אשר רויטבלאטט משעדליץ זצ"ל (הנ"ל) האט געהאט א טאכטער מרת חי' שרה, וועלכע האט חתונה געהאט מיט הרב אליהו חיים אבאבלסקאי ז"ל וועלכער האט זיך געטוישט דעם נאמען למשפחת חותנו 'רויטבלאטט', ר' אלי' חיים איז געווען א חבד'סקער חסיד און א מלמד ומשפיע רוחני.

בייגעלייגט איז א בילד פון ר' אלי' חיים רויטבלאט ווי אויך די בילדער פון די מצבות פון ר' אלי' חיים וזוגתו חי' שרה רויטבלאטט ב"ר יהושע אשר משעדליץ, איך זעה אז אויף די מצבה פון מרת חי' שרה ווערט דערמאנט די יחוס אז זי איז אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' אלימלך, ווייסט איינער וויאזוי די אדמורי"ם לבית שעדליץ ממשפחת רויטבלאטט ציען זייער יחוס צום רבי ר' אלימלך און צו די אנדערע צדיקים אויסגערעכנט אויף די מצבה?



עס איז שווער צו מתאר זיין אין ווערטער ווער ר' אלי חיים איז געווען,
א זעלטענער עובד אלקים א ירא שמים בתכלית וואס האט געטאן אין לימוד התורה והחסידות און עבודת התפלה א גאנצער צייט.

ער האט אויך געהאט א גוטער זכרון ער איז צו מיא צוגעגאנגען ווען איך בין געווען צוועלף יאר אלט און מיר געפרעגט צו איך בין גרייט פאר מיין בר מצוה,
זאגענדיק וועלכער מענעט מיין בר מצוה איז געדענקענדיק מיין ברית.

אויך צו באמערקען אויף וואס מען האט געשריבן פריער, ר' אברהם רויטבלאט איז א שמש אין די שוהל בית מנחם אין כפר חב"ד.
און זיין איידעם הייסט יעקב אהרן קארף ניט קארפ און האט קיין שייכות ניט מיט דער קארף משפחה פון זהוויל
(וואס אגב אין אנגליש שרייבען זיי אנדערשט זהוויל שרייבט korff און קער קארף משפחה פון קראון הייטס שרייבט korf

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג מאי 13, 2019 11:40 am

בד"ה

היינט, ח' אייר תשע"ט, נפטר געווארן אדמו"ר הגה"צ רבי מאיר ווייסבלום זצ"ל משעניצא
חתנו וממלא מקומו של אדמו"ר הגה"צ רבי אלעזר פלטיאל רויטבלאט זצ"ל משעניצא

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מאנטאג מאי 13, 2019 2:20 pm

אבן יקרה האט געשריבן:בד"ה

היינט, ח' אייר תשע"ט, נפטר געווארן אדמו"ר הגה"צ רבי מאיר ווייסבלום זצ"ל משעניצא
חתנו וממלא מקומו של אדמו"ר הגה"צ רבי אלעזר פלטיאל רויטבלאט זצ"ל משעניצא

געלערנט אינדערהיים אין סאטמאר ביי רבינו הקדוש זי"ע

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג מאי 13, 2019 2:26 pm

סיגוט האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:בד"ה

היינט, ח' אייר תשע"ט, נפטר געווארן אדמו"ר הגה"צ רבי מאיר ווייסבלום זצ"ל משעניצא
חתנו וממלא מקומו של אדמו"ר הגה"צ רבי אלעזר פלטיאל רויטבלאט זצ"ל משעניצא

געלערנט אינדערהיים אין סאטמאר ביי רבינו הקדוש זי"ע

אבער נישט אמאל געוועהן א סאטמארע חסיד

ער איז געוועהן א בא"ב צו הייליגן רר"א זי"ע
פאר'ן ווערן שעניצא רבי 20 יאהר צוריק, האט ער זיך גערופן ליז'ענסקע רבי


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעל דמיון און 15 געסט