שושלת שעדליץ-שעניצא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

שושלת שעדליץ-שעניצא

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 6:04 pm

איך פרוביר אביסל צוזאמענצונעמען די תולדות אדמור"י בית שעניצא ושעדליץ, איך בעט ווער עס קען ארויסהעלפן זאל צולייגען א פלייצע.

היינט צוטאגס איז דער שעניצער רבי הרה"צ ר' מאיר ווייסבלום שליט"א נכד בא"ב להרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל.

ער איז ממלא מקום פון זיין שווער הרה"צ ר' אליעזר פלטיאל רויטבלאט משעניצא זצ"ל (נפטר בשנת תשנ"ח) ב"ר יהושע אשר משעדליץ זצ"ל-הי"ד (נעקד"ה בשנת תש"א) ב"ר גרשון משעדליץ זצ"ל.

ר' אליעזר פלטיאל משעניצא איז געווען אן איידעם ביי ר' יוסף יונה גבריאל שארפזין אב"ד שעניצא (נפטר בשנת תרצ"ה) וועם ער האט ממלא מקום געווען אלס רב אין שעניצא, פוילן.

נאך די קריג איז ר' אליעזר פלטיאל געווען רב אינעם די. פי. קעמפ ליניץ-וועגשייד ווי ער האט געארבעט לטובת תקנת עגונות, שפעטער איז ער אנגעקומען קיין באגאטא, קאלאמביע ווי ער האט משמש געווען ברבנות פאר א צייט, ענדגילטיג בשנת תשט"ז האט ערעמיגרירט קיין אמעריקא ווי ער האט מייסד געווען דעם שעניצא ביהמ"ד אין בארא פארק.

זיין איידעם ר' מאיר ווייסבלום שליט"א איז דער זוהן פון ר' משולם זושא מליזענסק ב"ר מאיר וויסבלום ראב"ד נדבורנא זצ"ל.

המשך יבא אי"ה
(אינפארמאציע גענומען פון דא)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 5:44 pm

קיין שעניצא חסידים האבן מיר נישט דא, זעה איך..... וועל איך פרובירען אליינס ממשיך צו זיין.

ר' יהושע אשר רויטבלאטט משעדליץ זצ"ל (הנ"ל) האט געהאט א טאכטער מרת חי' שרה, וועלכע האט חתונה געהאט מיט הרב אליהו חיים אבאבלסקאי ז"ל וועלכער האט זיך געטוישט דעם נאמען למשפחת חותנו 'רויטבלאטט', ר' אלי' חיים איז געווען א חבד'סקער חסיד און א מלמד ומשפיע רוחני.

בייגעלייגט איז א בילד פון ר' אלי' חיים רויטבלאט ווי אויך די בילדער פון די מצבות פון ר' אלי' חיים וזוגתו חי' שרה רויטבלאטט ב"ר יהושע אשר משעדליץ, איך זעה אז אויף די מצבה פון מרת חי' שרה ווערט דערמאנט די יחוס אז זי איז אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' אלימלך, ווייסט איינער וויאזוי די אדמורי"ם לבית שעדליץ ממשפחת רויטבלאטט ציען זייער יחוס צום רבי ר' אלימלך און צו די אנדערע צדיקים אויסגערעכנט אויף די מצבה?
צוגעלייגטע
roitblat-lg.jpg
roitblat-lg.jpg (17.93 KiB) געזעהן 3626 מאל
Eliyahu Chaim Roitblat.jpg
Eliyahu Chaim Roitblat.jpg (65.98 KiB) געזעהן 3622 מאל
Chaya Sara Roitblat.jpg
Chaya Sara Roitblat.jpg (32.43 KiB) געזעהן 3622 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 11:08 pm

נאך פרטים איבער דעם יחוס.

ר' יהושע אשר משעדליץ איז געווען אן איידעם בזוו"ר ביי ר' ישראל חיים גולדבערג מסטאצק מגזע זלוטשוב, ובזוו"ש חתן ר' אליעזר פלטיאל שארפזין אב"ד סערצין.

ווייסט איינער פרטים איבער וויאזוי ר' ישראל חיים מסטאצק איז געווען אן אייניקל פון זלוטשוב?
אויך קוקט אויס אז בנו ר' אליעזר פלטיאל איז געווען מזוו"ש, קען זיין אז די שוועסטער הנ"ל איז געווען מזוו"ר.

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:31 am

איך קען נישט די שעדליץ - שעניצא יחוס, אבער איך האב באקומען היינט בילדער וועל איך דאס ארויף לייגן, אפשר וועט דאס אביסל העלפן.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:33 am

אדמו"ר משעדליץ שליט"א
צוגעלייגטע
Shedlitz.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:34 am

אדמו"ר משעניצא שליט"א
צוגעלייגטע
Shenitze.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:55 am

יישר-כח פאר די בילדער.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 9:55 pm

איך קען דעם שעדליצער רבי'ן גאנץ פיין, ער איז געווען א שטיק צייט א מלמד תינוקות באחד מערי אמעריקע, דאן האט ער מיטגעמאכט א שווערן עקסידענט מיט די משפחה, שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין לעיקוואוד וואו ער האט אויפגעבויט זיין הויף.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 10:22 pm

קרעמער האט געשריבן:איך קען דעם שעדליצער רבי'ן גאנץ פיין, ער איז געווען א שטיק צייט א מלמד תינוקות באחד מערי אמעריקע, דאן האט ער מיטגעמאכט א שווערן עקסידענט מיט די משפחה, שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין לעיקוואוד וואו ער האט אויפגעבויט זיין הויף.

טשיקאגאו.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 10:25 am

לידוע בעלמא...

ר' יושע אשר הי"ד, האט א טאכטער דאהי....

זי איז הרבנית אוגאר מדאמבראווא, אשת ר' יעקב יצחק ז"ל,
די מאמע פון כ"ק מהרמ"ד מבאבוב שליט"א,

איבער די שעדליצער יוחס האב איך אין באזיץ זייער יוחס, איך בין נאר נישט אינדערהיים יעצט ממילא וועל איך עס מוזן ברענגען מפי הזכרון,

שעדליץ איז פארשיסכא - יוד' הק,
עס ברענגט זייער א גרויסן יוחס,
(די באבוב'ע חסידים האבן מפרסם געוועהן א ספר דאכט זיך ס'הייסט צנתרא דדהבא דארט ווערט געברעגט תולדותיהם פון שעדליץ)

ס'איז דא א ספר פונעם שעדליצער רבי'ן ר' אליעזר פליטאל מעשיות וואס ער האט דערציילט, (כ'דענק נישט דעם נאמען) דברים יקרים וערבים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 2:45 pm

יישר-כח שאצער דיין פאר די ידיעות, איך ווארט אויפן פולקאמען יחוס.

מיללער האט געשריבן:נאך פרטים איבער דעם יחוס.

ר' יהושע אשר משעדליץ איז געווען אן איידעם בזוו"ר ביי ר' ישראל חיים גולדבערג מסטאצק מגזע זלוטשוב, ובזוו"ש חתן ר' אליעזר פלטיאל שארפזין אב"ד סערצין.

ווייסט איינער פרטים איבער וויאזוי ר' ישראל חיים מסטאצק איז געווען אן אייניקל פון זלוטשוב?
אויך קוקט אויס אז בנו ר' אליעזר פלטיאל איז געווען מזוו"ש, קען זיין אז די שוועסטער הנ"ל איז געווען מזוו"ר.


מיין ידיד האט מיר נעכטן געזאגט אז דער דערמאנטער ר' ישראל חיים מסטאצק איז געווען א בא"ב צו זלוטשובער מגיד דורך זוועהיל.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג ינואר 02, 2009 11:48 am

מילער דא האסטו דעם יוחס קלאר...

ר' יושע אשר, בן ר' גרשון, בן ר' צבי אדב"ק מזעריטשקא,
ר' צבי איז געוועהן א איידעם ביי ר' יחיאל מיכל מזוויל,
ר' יחיאל מיכל מזוויל איז א זון פון ר' משה'לע זווילער א זון פון ר' מיכל מזלאטשוב,

נאך מער דער יוחס איז דאפעלט, ווייל ר' גרשון איז געוועהן א איידעם ביי ר' משה אליקים בריעה מזעלחוב
דער ר' משה אליקים בריעה איז א זון פון ר' יצחק שלמה בן ר' מיכל מזוויל הנ"ל,

איר פארשטייט?, 2 מאל זלאטשוב'ער אייניקלעך...

איר ווילט נאך?, דעם יוחס ארויף איז זייער פארצווייגט און שיין....
(מקור ס' שושילתא דדהבא עמוד קו)

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג ינואר 02, 2009 11:57 am

מיללער האט געשריבן:נאך פרטים איבער דעם יחוס.

ר' יהושע אשר משעדליץ איז געווען אן איידעם בזוו"ר ביי ר' ישראל חיים גולדבערג מסטאצק מגזע זלוטשוב, ובזוו"ש חתן ר' אליעזר פלטיאל שארפזין אב"ד סערצין.

ווייסט איינער פרטים איבער וויאזוי ר' ישראל חיים מסטאצק איז געווען אן אייניקל פון זלוטשוב?
אויך קוקט אויס אז בנו ר' אליעזר פלטיאל איז געווען מזוו"ש, קען זיין אז די שוועסטער הנ"ל איז געווען מזוו"ר.


די טאכטער הרבנית אונגער איז יא פון דעם זווג פון ר' אליעזר פלטיאל,

ר' אליעזר פלטיאל איז געוועהן א איידעם ביי ר' משה אליקים בריעה הלוי שטערנפעלד בן אחר בן פונעם חוזה פון לובלין
מ'האט אים גערופן ר' משה'לע רייזל'ס, ס'איז משמע אז די רייזל איז געוועהן א מפורסמת זי איז געוועהן א טאכטער פונעם באר משה פון קאזניץ,

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג ינואר 05, 2009 10:05 am

מיללער האט געשריבן:נאך פרטים איבער דעם יחוס.

ר' יהושע אשר משעדליץ איז געווען אן איידעם בזוו"ר ביי ר' ישראל חיים גולדבערג מסטאצק מגזע זלוטשוב, ובזוו"ש חתן ר' אליעזר פלטיאל שארפזין אב"ד סערצין.

ווייסט איינער פרטים איבער וויאזוי ר' ישראל חיים מסטאצק איז געווען אן אייניקל פון זלוטשוב?


אט האסטו זיין יוחס

ר' ישראל חיים
ב"ר משה אליקים בריעה מזעליחוב
ב"ר יצחק שלמה
ב"ר מיכל מזוויל
ב"ר משה מזוויל
בן הרה"ר ר' מיכל מזלאטשוב

(מקור חסידות אלפסי)

אינטרעסאנט איז נאר אז די זוויל'ע אייניקלעך האבן זיך גערופן גאלדמאן נישט גאלדנבערג, דא זעהט אויס אז דער ר' ישרא' חיין מיט זיין טאטע האבן זין גערופן גולדנבערג נישט גאלדמאן,

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 5:36 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:איבער די שעדליצער יוחס האב איך אין באזיץ זייער יוחס, איך בין נאר נישט אינדערהיים יעצט ממילא וועל איך עס מוזן ברענגען מפי הזכרון,

שעדליץ איז פארשיסכא - יוד' הק,
עס ברענגט זייער א גרויסן יוחס,


הרב משאץ,
דער יהודי הקדוש פון פרשיסכא האט געהאט א זוהן ר' יהושע אשר, איך שטעל זיך פאר אז ר' יהושע אשר רויטבלאטט איז געווען א פשיסחא אייניקל דורך אים, איר קענט אפשר שרייבן דעם פונקטליכען יחוס צו פשיסחא?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 9:46 am

האמיר דערווישט צוויי בילדער פון אדמו"ר ר' אליעזר פלטיאל רויטבלאטט משעניצא ז"ל, דער ערשטער בילד איז אלס אינגערמאן (דאכציך מיר נאך אינדערהיים) דער צווייטער בילד איז שוין שפעטער (דער ערשטער לינקס)ארומגענומען מיט זיינע קינדער און אייניקלעך.
[אויב איינער דערקענט די אנדערע בני משפחה אויפן בילד, ווערט געבעטן צו לאזן וויסען]
צוגעלייגטע
Eliezer Paltiel Roitblat.jpg
Shinitzer Rav and Family2.jpg
Shinitzer Rav and Family2.jpg (111.96 KiB) געזעהן 3371 מאל

קעלער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 1:18 am

תגובהדורך קעלער » מאנטאג ינואר 26, 2009 3:22 pm

יחוס אדמור"י שעדליץ ושעניצא מס' "בית אבות" - תולדות אדמור"י שעדליץ ושעניצא.
פאר נאך פרטים לאזט וויסן, וועלן מיר בל"נ אויפזיכן וואס מ'וועט קענען טרעפן.
מיט הצלחה
צוגעלייגטע
yochsin.pdf
יחוס אדמור"י שעדליץ ושעניצא מס' "בית אבות" - תולדות אדמור"י שעדליץ ושעניצא
(26.07 KiB) דאונלאודעד 186 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 26, 2009 3:29 pm

א הארציגען דאנק הרב קעלער פאר די ווערטפולע אינפארמאציע, איך שטעל עס איבער אין א לעזבארע פארמאט, איך האב מער ווייניגער ארויס די יחוס וואס איך האב געזוכט.

יעצט צם בילד וואס איך האב לעצטענס אריינגעשטעלט, איר ווייסט אפשר מער פרטים אינעם בילד?
צוגעלייגטע
yochsin[1]1.jpg
yochsin[1].jpg

קעלער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 1:18 am

תגובהדורך קעלער » מאנטאג ינואר 26, 2009 4:03 pm

בס"ד
אויפ'ן בילד (רעכטס) זעט מען אויך דעם היינטיגן שעניצער רבי הה"צ רבי מאיר ווייסבלום שליט"א (בא"ב פון הייליגן רבין ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע) אן איידעם פונ'ם שעניצער רבי זצוק"ל, און לכאורה די קינדער זענען זיינע קינדער בלעה"ר. אויך - ווי כ'שטעל מיר פאר - זעט מען אויפ'ן בילד (לינקס) דעם צווייטן איידעם הר"ר יודא טיבערג שליט"א פון די אלכסנדר משפחה.
דער ערשטער בילד איז גאר אן אינטערעסאנט בילד פון די פריערדיגע יארן.
ברכה והצלחה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 26, 2009 4:08 pm

הרב קעלער,
א דאנק פאר די אינפארמאציע, דער הרב טיבערג איז א רב היינט צוטאגס?

אונזער ידיד דער בעל הקברים האט היינט געשטעלט דעם בילד פונעם שעניצער רביס מצבה (זעה בייגעלייגט)
תשוח"ח לו.
צוגעלייגטע
shenyitza-matzeiva.jpg

קעלער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 1:18 am

תגובהדורך קעלער » מאנטאג ינואר 26, 2009 4:11 pm

בס"ד
אינ'ם ספר שטייט געשריבן, אז אלע קינדער פון הה"ק ר' יהושע אשר משעדליץ זענען פון די זווג שני, ווייל פונ'ם זווג ראשון האט ער נאר געהאט א פיצל קינד וואס איז אויך אוועק יונגערהייט. דער שעניצער רבי זצוק"ל איז געווען דער עלסטער זוהן, ער האט געהאט צוויי עלטערע שוועסטער. צוויי יונגערע ברודער [גרשון און יחיאל מיכל - ע"ה] זענען אוועק בשנות הזעם. הרבנית חי' שרה ע"ה אויפ'ן אויבנדערמאנטע בילד פון איר מצבה איז געווען א יונגערע שוועסטער, און אויך תבלחט"א הרבנית אונגער איז יונגער, לאורך ימים ושנים טובים. אויך איז דא א ברודער אין ארץ ישראל רבי אברהם שליט"א [דער ספר "בית אבות" איז געדרוקט געווארן שנת תשס"ב].
(נעתק מס' בית אבות פרק ג' דף קי"ט-קכ"ד)

קעלער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 1:18 am

תגובהדורך קעלער » מאנטאג ינואר 26, 2009 7:16 pm

בייגעלייגט איז דא בילדער פונ'ם מצבה פון ביידע זייטן.
ארויסגענומען פון "בית אבות" הנ"ל (פרק י"ג, עמודים שע"ג-שע"ד)

הרב טיבערג שליט"א דאכט-זיך-מיר וואוינט אין בארא פארק, און כ'געדענק נישט הערן אז ער האט א בית המדרש.
צוגעלייגטע
matzeiva-2.tif
matzeiva-2.tif (23.27 KiB) געזעהן 3227 מאל
matzeiva-1.tif
די מצבה פון ביידע זייטן - פונ'ם ספר "בית אבות" הנ"ל
matzeiva-1.tif (140.24 KiB) געזעהן 3223 מאל

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג ינואר 26, 2009 7:30 pm

קעלער האט געשריבן: אויך - ווי כ'שטעל מיר פאר - זעט מען אויפ'ן בילד (לינקס) דעם צווייטן איידעם הר"ר יודא טיבערג שליט"א פון די אלכסנדר משפחה.

ר' יודל טיבערג קען איך זייער גיט. כ'האב געלערענט מיט אוהם און איין קלאס און ישיבה
און, ניין, ער האט נישט קיין בית מדרש
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 26, 2009 8:07 pm

קעלער האט געשריבן:בייגעלייגט איז דא בילדער פונ'ם מצבה פון ביידע זייטן.
ארויסגענומען פון "בית אבות" הנ"ל (פרק י"ג, עמודים שע"ג-שע"ד)

הרב טיבערג שליט"א דאכט-זיך-מיר וואוינט אין בארא פארק, און כ'געדענק נישט הערן אז ער האט א בית המדרש.


יישר-כח הרב קעלער,
די בילדער זענען אין א TIF פארמאט דערפאר קומען זיי נישט ארויף, איר ברויכט עס טוישן צו א JPG אז מיר זאלן עס קענען זעהן.

ר' שמחה,
וואספארא שייכות האט ר' יודל צו אלכסנדר, און וויאזוי איז ער אנגעקומען צו א רבישע משפחה?

קעלער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 1:18 am

תגובהדורך קעלער » מאנטאג ינואר 26, 2009 8:30 pm

בס"ד
כ'האף יעצט איז בעסער
צוגעלייגטע
matzeiva-1.jpg
מצבת שעניצער רבי זצוק"ל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט