ז"ך כסלו: יום הנס של בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

יאסל האט געשריבן:
cano האט געשריבן:חאצקעל מיינט אפשר צו זאגען, אז ברבים האט די רבי זעלטען גערעדט פין די מלחמה יארען, ווייל איך האב עטליכע מאל געהערט דעם רבי'ן פארציילען מעשיות פין די מלחמה יארען.

רעדן פון מלחמה יארן יא
אבער פון זיין זיווג ראשון מיט די קינדער דאס נישט, דאכט אז כ'האב דאס אפילו געהערט פון זיין זון האדמו"ר שליט"א.


איך האב געהערט פון רבי'ן אז צו די קינדער האט ער קיינמאל נישט גערעדט פון זיין זיווג ראשון, אבער צו פרעמדע האט ער יא גערענט רעדן פון זיי.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

איך וועל אייך זאגען דעם אמת, איך האב נישט באמערקט אז חאצקעל האט געשריבען אז די רבי איז נישט געווען געוואוינט צו געדען פין די ערשטע זיווג און פין די קינדער, פאר יענע מעמד, און וואו אויך געדענק איך נישט וואס די רבי האט יענע חנוכה יא גערעדט פין די ערשטע זיווג, אדער קינדער.

אבער אז מען רעדט שוין יא פין די נושא, דערמאן איך זיך אז איך האב געהערט פון רבין ז"ל פארציילען אז די צורינגען פין די ערשטע רביצען האט ער באהאלטען פאר די מלחמה אינטער די שוועל פין טיר, אבער עפעס אנדערש האב איך פון רבין נישט געהערט רעדען פין די ערשטע זיווג, און דאס האב איך אויך שוין געהערט נאך יענע יאר חנוכה.

אשר ע"כ חאצקעל יהיו בעניך כאילו לא הייתי פרטם, און איך האב גארנישט געזאגט.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

על הניסים ועל הנפלאות שעשית לרבינו בימים ההם בזמן הזה
היינט ז"ך כסליו געפאלט די 14'טע יארטאג פון ווען עס איז געשען דעם גרויסן נס מיטן הייליגן ברך משה זי"ע.
וואס האט בשעתו אויפגערודערט די גאנצע וועלט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

קוואוטס פונעם 'דעילי ניוס' ווי ער באריכטעט דעם קראך
Sixty passengers were hurt, but officials said none of the injuries appeared serious. Those who witnessed the frightening mishap were amazed that no one was killed.

Among the passengers was Rabbi Moses Teitelbaum, the 80-year-old grand rebbe of the Satmar Hasidic Jewish movement.
The rabbi was not injured and a Satmar spokesman, Isaac Abraham, said he kept others safe as well.
"It's possible that his presence just the fact of having such a religious figure on board saved the lives of many others," Abraham said.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

שקויעך א"ב פארן דערמאנען פון דעם יום הגדול. כ'וויל ניטאמאל טראכטן ווי כ'וואלט אויסגעזעהן אן קענען דעם צדיק רבינו הקדוש זי"ע, כ'בין נאך געווען היבש אינג ווען ס'האט פאסירט, אזוי האמיר נאך געהאט די זכיה זיך מתחמם צו זיין לאורו, איי איי איי די הדלקות הנרות אין ראדני, על זה דוה ליבנו!

---

ואגב שמעתי אז א איד האט אמאל אריינגעטראגן צום רבין א בילד פון באחנטע קינדער פון פאר די קריג ווייל איינער האט אים געזאגט אז ס'איז ממשפחת התמרים האט ער געוואלט פרעגן דעם רבין. דער רבי האט עס גענומען אין די האנט, נתשתנה צורה געווארן און אריינגעלייגט ביי זיך אין לעדל און צו דעם איד מער נישט גערעדט קיין ווארט דערוועגן.

דער איד, מגדולי המקורבים ביים רבין, האט פארשטאנען אז עפעס האט ער דא בארירט די געפילן פונעם רבין איז ער שטיל געבליבן, שפעטער האט ער צוזאמגעשטעלט אז מסתם איז עס געווען א בילד פון "זיינע קינדער" ווייל דער רבי האט מיט דעם איד אסאך גערעדט פריוואטע זאכן און ער האט אים געטרויעט, מילא וואלט ער אים געזאגט מה יום מיומים, אבער פון די קינדער האט ער נישט גערעדט.

שמעתי מבנו ידידי האברך החשוב ני"ו.

ביי אונז אין משפחה איז לעצטנס אפירגעקומען דער ספר ווי דער זיידע ז"ל האט אריינגעשריבן די נעמען פון זיינע ערשטע קינדער הי"ד. מ'האט נישט געוויסט אויף זיכער די נעמען און ווען זיי זענען געבוירן, ער האט קיינמאל קיינמאל נישט גערעדט פון זיי, און לעצטנס האט מען געטראפן דעם ספר (א איד האט עס געטראפן נאכן קריג און גענומען פאר זיך און בהשגחה פרטיות איז עס אנגעקומען למשפחתינו דורך בנו החשוב ני"ו) און דארט שטייט שוין נעבעך אלעס, צוויי קליינע שעפעליך, תשב"ר שלא טעמו טעם חטא העאט ער מקריב געווען אויפ'ן אוישוויצער מזבח. הי"ד
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

יעצט ס'ערשטע מאל געזעהן דעם אשכול. א ריזן ישר כח רבי אלף בית פאר דעם באלערנדן שטיקל היסטאריע וואס איך אלץ איינער פונעם אינגערן דור האב איך נישט אזוי געדענקט די פרטי הסיפור.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

יוסלמאן האט געשריבן:ביי אונז אין משפחה איז לעצטנס אפירגעקומען דער ספר ווי דער זיידע ז"ל האט אריינגעשריבן די נעמען פון זיינע ערשטע קינדער הי"ד. מ'האט נישט געוויסט אויף זיכער די נעמען און ווען זיי זענען געבוירן, ער האט קיינמאל קיינמאל נישט גערעדט פון זיי, און לעצטנס האט מען געטראפן דעם ספר (א איד האט עס געטראפן נאכן קריג און גענומען פאר זיך און בהשגחה פרטיות איז עס אנגעקומען למשפחתינו דורך בנו החשוב ני"ו) און דארט שטייט שוין נעבעך אלעס, צוויי קליינע שעפעליך, תשב"ר שלא טעמו טעם חטא העאט ער מקריב געווען אויפ'ן אוישוויצער מזבח. הי"ד


יעצט זיי נישט פויל און זע מ'זאל ארויף לייגן זייערע נעמען אין די בעק פון דיין זיידנ'ס מצבה, טו א טובה פאר די נשמה פון דיינע עלטער פעטערס
אז מ'לעבט דערלעבט מען
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אלף בית האט געשריבן:אנשטולדיגט, טעיתי.

האסט נישט געהאט קיין שום טעות, תשע איז גענוי 14 יאר פון תשנו!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

lebediger berel האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:ביי אונז אין משפחה איז לעצטנס אפירגעקומען דער ספר ווי דער זיידע ז"ל האט אריינגעשריבן די נעמען פון זיינע ערשטע קינדער הי"ד. מ'האט נישט געוויסט אויף זיכער די נעמען און ווען זיי זענען געבוירן, ער האט קיינמאל קיינמאל נישט גערעדט פון זיי, און לעצטנס האט מען געטראפן דעם ספר (א איד האט עס געטראפן נאכן קריג און גענומען פאר זיך און בהשגחה פרטיות איז עס אנגעקומען למשפחתינו דורך בנו החשוב ני"ו) און דארט שטייט שוין נעבעך אלעס, צוויי קליינע שעפעליך, תשב"ר שלא טעמו טעם חטא העאט ער מקריב געווען אויפ'ן אוישוויצער מזבח. הי"ד


יעצט זיי נישט פויל און זע מ'זאל ארויף לייגן זייערע נעמען אין די בעק פון דיין זיידנ'ס מצבה, טו א טובה פאר די נשמה פון דיינע עלטער פעטערס

איר האט א געהעריגן מקור אויף אט דעם מאדנעם מנהג?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

איטשע האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:אנשטולדיגט, טעיתי.

האסט נישט געהאט קיין שום טעות, תשע איז גענוי 14 יאר פון תשנו!

די תגובה איז נאך געשריבן געווארן תשס"ט
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ס'דא וואס פירן זיך דירעקט נישט צו לייגן קיין נעמען, בפרט ווען איינער - די באבע אדער זיידע - לעבט נאך. ואילו בנידן דידן וואס ביידע זענען שוין בעלמא דקשוט איז נישטא דער טעם, אבער אז דער זיידע האט נישט גערעדט דערפון וויל מען נישט לייגן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער טעם איז נישט וועגן זיידע באבע, דאס איז גוט פאר ווייבערישע שמועסן, די וואס זענען זיך מונע איז ווייל א מציבה איז קיין שפילעריי, דאס האט מיט תיקונים פאר די נשמה און מ'שטעלט נישט ארויף דערויף וואס מ'וויל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

יוסלמאן האט געשריבן:ואגב שמעתי אז א איד האט אמאל אריינגעטראגן צום רבין א בילד פון באחנטע קינדער פון פאר די קריג ווייל איינער האט אים געזאגט אז ס'איז ממשפחת התמרים האט ער געוואלט פרעגן דעם רבין. דער רבי האט עס גענומען אין די האנט, נתשתנה צורה געווארן און אריינגעלייגט ביי זיך אין לעדל און צו דעם איד מער נישט גערעדט קיין ווארט דערוועגן.

דער איד, מגדולי המקורבים ביים רבין, האט פארשטאנען אז עפעס האט ער דא בארירט די געפילן פונעם רבין איז ער שטיל געבליבן, שפעטער האט ער צוזאמגעשטעלט אז מסתם איז עס געווען א בילד פון "זיינע קינדער" ווייל דער רבי האט מיט דעם איד אסאך גערעדט פריוואטע זאכן און ער האט אים געטרויעט, מילא וואלט ער אים געזאגט מה יום מיומים, אבער פון די קינדער האט ער נישט גערעדט.

שמעתי מבנו ידידי האברך החשוב ני"ו.


פון קול התאדותינו, מדור משולחן מלכים פון אדמו"ר מהר"א שליט"א.

די מעשה איז אביסל אנדערש. ס'כדאי צו זעהן די גאנצע שמועס.
אטעטשמענטס
ghgh.jpg
ghgh.jpg (41.07 KiB) געזען 3339 מאל
אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

ווער עס האט געדענקט האט דער רבי יענע נאכט וועלענדיג דאנקן דעם אויבערשטען אויפן גרויסן נס בטעות געזאגט "שעשה ניסים" פאר להדליק (פארשטייט זיך אז אין די טעיפס האט מען אריינגעלייגט די ברכה פון א אנדערע נאכט חנוכה)

אויב איך געדענק גוט האט דער רבי געזאגט אז ער האט בשעת'ן קראך געהאלטן אינמיטן לערנען א שטיקל דברי חיים

אין ספר יד יקותיאל עמוד רצ"ב איז פארהאן א בריוו וואס דער רבי האט געשריבן תיכף נאך די מלחמה ווי ער שרייבט בתוך הדברים: "גם זוגתי הרבנית ע"ה ושלשה ילדיי עלו על מוקד הי"ד"
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

ארויפגעברענגט לכבוד היום הבהיר הבאה ומתקרב - א פרייליכן חנוכה
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ארעסטאנט האט געשריבן:יעצט ס'ערשטע מאל געזעהן דעם אשכול. א ריזן ישר כח רבי אלף בית פאר דעם באלערנדן שטיקל היסטאריע וואס איך אלץ איינער פונעם אינגערן דור האב איך נישט אזוי געדענקט די פרטי הסיפור.
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

שנאפס האט געשריבן:
ארעסטאנט האט געשריבן:יעצט ס'ערשטע מאל געזעהן דעם אשכול. א ריזן ישר כח רבי אלף בית פאר דעם באלערנדן שטיקל היסטאריע וואס איך אלץ איינער פונעם אינגערן דור האב איך נישט אזוי געדענקט די פרטי הסיפור.

רט, אינטערסאנט שטיקל היסטאריע

שכח ידידי ידיד פארן מיר לינקען צו דעם אשכול
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

א בילד פונעם "טאוער-עיר" עראפלאן עקסידענט

tower-air-boeing-b747-136-n-605ff-flight-tow41.jpg

http://www.aviation-accidents.net/tower ... ght-tow41/
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

די תורה מיט די היסטאריע וואס די רבי זצ"ל האט דאן פארציילט, איז געווען עפעס וואס איז קיינמאל נישט געווען.
כ'בין געווען א גרויסע בחור דאן, און אנשטאט זיך שטיפן צו זעהן דעם רבי'ן, בינעך מיט מילך קעסטלעך אויף א טיש ארויפגעקראכן אויף די רעכטע זייט ביהמ"ד ווי די דאך איז נידריג, און צולייגט מיין אויער איין פיס נעבן ספיקער, נאכער האבן נאך מענטשן מיר נאכגעטוהן...

געדענק איך עפעס אזוי,
זייענדיג מיט די דייטשן, איז די רבי זצ"ל געווען א אויפזעהער איבער אנדערע אידן, די רבי פלעגט אסאך פראטעקטן אנדערע אידן, און דערפאר אריינגעהויבן פון די עס עס ימ"ש וזכרו.

איינמאל האט א דייטש געפלאצט דאס געדולט אויפ'ן רבי'ן און אנגערייצט אויפ'ן רבי'ן א ווילדע הינגעריגע הינט ( ווארשיינליך א "דשערמען שעפארט" - לויט די היסטארי) די זעלבע סארט הינט וואס די מיליטער ניצט, און האט דעם כח צו צערייסן א מענטש צום טויט. דער הינט האט נישט געהאלטן ביים פאלגן דעם רשע ימ"ש, ביז די עס עס האבן אנגעפאנגען אונטערשלאגן דעם הינט אז ער זאל צערייסן דעם רבי'ן. און דאן האט זיך די הינט ארויפגעווארפן אויפן דייטש און אים אליין צעפליקט.

כ'דענק נאך ווי דער גאנצער ביהמ"ד האט געמאכט א וואו, מיט וואונדער.
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

איינער האט אפשר די תורות פון די נאכט אויף דיגיטעל פארמאט?
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

מילין_יקירין האט געשריבן:די תורה מיט די היסטאריע וואס די רבי זצ"ל האט דאן פארציילט, איז געווען עפעס וואס איז קיינמאל נישט געווען.
כ'בין געווען א גרויסע בחור דאן, און אנשטאט זיך שטיפן צו זעהן דעם רבי'ן, בינעך מיט מילך קעסטלעך אויף א טיש ארויפגעקראכן אויף די רעכטע זייט ביהמ"ד ווי די דאך איז נידריג, און צולייגט מיין אויער איין פיס נעבן ספיקער, נאכער האבן נאך מענטשן מיר נאכגעטוהן...

געדענק איך עפעס אזוי,
זייענדיג מיט די דייטשן, איז די רבי זצ"ל געווען א אויפזעהער איבער אנדערע אידן, די רבי פלעגט אסאך פראטעקטן אנדערע אידן, און דערפאר אריינגעהויבן פון די עס עס ימ"ש וזכרו.

איינמאל האט א דייטש געפלאצט דאס געדולט אויפ'ן רבי'ן און אנגערייצט אויפ'ן רבי'ן א ווילדע הינגעריגע הינט ( ווארשיינליך א "דשערמען שעפארט" - לויט די היסטארי) די זעלבע סארט הינט וואס די מיליטער ניצט, און האט דעם כח צו צערייסן א מענטש צום טויט. דער הינט האט נישט געהאלטן ביים פאלגן דעם רשע ימ"ש, ביז די עס עס האבן אנגעפאנגען אונטערשלאגן דעם הינט אז ער זאל צערייסן דעם רבי'ן. און דאן האט זיך די הינט ארויפגעווארפן אויפן דייטש און אים אליין צעפליקט.

כ'דענק נאך ווי דער גאנצער ביהמ"ד האט געמאכט א וואו, מיט וואונדער.

דער רבי האט די מעשה מיט'ן הונט קיינמאל נישט פארציילט ברבים, בס"ה האט ער נאר אמאל באשטעטיגט די מעשה ווען עס איז געווען באשריבן אין איינע פון די צייטונגען אין ארץ ישראל ווען עס איז נפטר געווארן א איד מיט'ן נאמען ר' איטשע חסיד אז יענער פלעגט דערציילן אז מ'האט אנגערייצט א בער אויפ'ן רבי'ן און ער איז ניצול געווארן כנ"ל, און ווען מ'האט דאס געוויזן פאר'ן רבי'ן האט דער רבי אוועקגעמאכט די מעשה זאגנדיג אז עס איז נישט געווען קיין בער נאר א גרויסער הונט, וואס דערמיט האט ער פאקטיש באשטעטיגט אז די מעשה האט ווירקליך פאסירט.

יענעם חנוכה האט דער רבי דערציילט אסאך אנדערע וואונדערליכע נסים, די מעשה וואס ער האט געזאגט אז ער איז א זייגער מאכער און דער רשע האט געלאכט פון אים און האט אים גארנישט געטון, די מעשה מיט'ן שלעפן מיט די לינקע האנט, ווי יענער רשע האט אים געוואלט געבן א קאפע און יענער האט זיך אראפגעקייקלט די גאנצע בארג ועוד
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

רעדענדיג פון רבינ'ס קינדער בזיוויג ראשון איז כדאי צו דערמאנען אז פון די איינציגסטע מאל ווען דער רבי האט גערעדט פון זיינע קינדער בזוו"ר איז געווען דעם צווייטן טאג שבועות תש"מ אדער מ"א איך געדענק נישט פונקטליך די יאר

דעמאלטס האט מען געהאט אריינגעגעבן א ספר תורה צום גרויסן ביהמ"ד לע"נ רביה"ק זי"ע און דעמאלטס איז געגאנגען א געוואלדיגער שלאקס רעגן אינדרויסן אז מען האט געדארפט צודעקן די ס"ת מיט א פלעסטיק

ביי בעדפארד און הויז האט מען געבעטן דעם רבין אז מען זאל נישט טאנצן אויפן גאס וועגן די רעגן האט די רבי געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז היינט דער צווייטן טאג שבועות ווערט 35 יאר פון ווען ער האט געהאלטן אין די הענט זיינע הייליגע קינדערלעך אויף זייער לעצטע וועג עקד"ה און עס איז דעמאלטס אויך געגאנגען א געוואלדיגע רעגן אבער עס אים נישט בייגעפאלן זיי אפצולאזן, און ער האט ווייטער געטאנצן אין די שלאקס
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

פאליק האט געשריבן:רעדענדיג פון רבינ'ס קינדער בזיוויג ראשון איז כדאי צו דערמאנען אז פון די איינציגסטע מאל ווען דער רבי האט גערעדט פון זיינע קינדער בזוו"ר איז געווען דעם צווייטן טאג שבועות תש"מ אדער מ"א איך געדענק נישט פונקטליך די יאר

דעמאלטס האט מען געהאט אריינגעגעבן א ספר תורה צום גרויסן ביהמ"ד לע"נ רביה"ק זי"ע און דעמאלטס איז געגאנגען א געוואלדיגער שלאקס רעגן אינדרויסן אז מען האט געדארפט צודעקן די ס"ת מיט א פלעסטיק

ביי בעדפארד און הויז האט מען געבעטן דעם רבין אז מען זאל נישט טאנצן אויפן גאס וועגן די רעגן האט די רבי געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז היינט דער צווייטן טאג שבועות ווערט 35 יאר פון ווען ער האט געהאלטן אין די הענט זיינע הייליגע קינדערלעך אויף זייער לעצטע וועג עקד"ה און עס איז דעמאלטס אויך געגאנגען א געוואלדיגע רעגן אבער עס אים נישט בייגעפאלן זיי אפצולאזן, און ער האט ווייטער געטאנצן אין די שלאקס

אין דער איד ביי די סעריע ארטיקל פונעם רבין האבן זיי געהאט די מעשה
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

קאץ און מויז האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:רעדענדיג פון רבינ'ס קינדער בזיוויג ראשון איז כדאי צו דערמאנען אז פון די איינציגסטע מאל ווען דער רבי האט גערעדט פון זיינע קינדער בזוו"ר איז געווען דעם צווייטן טאג שבועות תש"מ אדער מ"א איך געדענק נישט פונקטליך די יאר

דעמאלטס האט מען געהאט אריינגעגעבן א ספר תורה צום גרויסן ביהמ"ד לע"נ רביה"ק זי"ע און דעמאלטס איז געגאנגען א געוואלדיגער שלאקס רעגן אינדרויסן אז מען האט געדארפט צודעקן די ס"ת מיט א פלעסטיק

ביי בעדפארד און הויז האט מען געבעטן דעם רבין אז מען זאל נישט טאנצן אויפן גאס וועגן די רעגן האט די רבי געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז היינט דער צווייטן טאג שבועות ווערט 35 יאר פון ווען ער האט געהאלטן אין די הענט זיינע הייליגע קינדערלעך אויף זייער לעצטע וועג עקד"ה און עס איז דעמאלטס אויך געגאנגען א געוואלדיגע רעגן אבער עס אים נישט בייגעפאלן זיי אפצולאזן, און ער האט ווייטער געטאנצן אין די שלאקס

אין דער איד ביי די סעריע ארטיקל פונעם רבין האבן זיי געהאט די מעשה



וועלכע סעריע? וואלף דייטש?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”