ר' אלימלך סג"ל לאווי מטאהש זי"ע - כ"ג כסלו תש"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג דעצמבער 21, 2008 9:35 pm

באדאץ
טוט מיר א פערזענליכע טובה, שרייבט אויף אידישע אותיות, אויב איר ווייסט נישט וויאזוי וועלן מיר אייך אויסלערנען בעז"ה.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג דעצמבער 21, 2008 9:36 pm

איך האב אינדערהיים א קונטרס וואס איז ארויסגעקומען לכבוד עפעס א מסע הקודש פון טאהש, דארט איז דא א ליקוט פון תורות פון הרה"צ ר' אלימלך הנקרא סבא קדישא..

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 21, 2008 10:16 pm

נו, רבותי, ווער איז זיך מנדב אריבערצוגיין צום חשוב'ן בד"ץ שליט"א, א נעפיו און אייניקל פון טאהשער רבי'ס, אים אויסלערנען דעם אידישן קיעבאורד?

-----
איך האב געקענט דעם טאהשער רבי'נס ברודער אורנשטיין פון בארא פארק, ער פלעגט זיך דרייען אין סארוואשער בית המדרש.

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » זונטאג דעצמבער 21, 2008 10:41 pm

בני היכלא האט געשריבן:איך האב אינדערהיים א קונטרס וואס איז ארויסגעקומען לכבוד עפעס א מסע הקודש פון טאהש, דארט איז דא א ליקוט פון תורות פון הרה"צ ר' אלימלך הנקרא סבא קדישא..

אויב דו קענסט אונז מהנה זיין דא דערמיט, וואלט געווען כדאי, איז עס א גרויסער ליקוט, אדער עפעס וואס דו קענסט מעתיק זיין אן מהנה זיין דער עולם.


בד"צ האט געשריבן:ב"ה חייקעלע יקירי נ"י וועגן די מעשיות פון טאשער רבי שליט"א וועל איך נישט קאמענטירן
פונקט ווי איך וועל נישט שרייבן וועגן די זכרונות און סיפורים פון די מהריי"ץ פון ליובאוויטש
ווייל מיט א רבי'ן דינגט מען זיך נישט און בכלל, א חסיד דארף גלייבן זיין רבי'ן
המשך יבוא

איך קאמענטיר נישט אויף דיינע קאמאנטארן אז דו קאמענטירסט נישט, און וואס פארא צושטעל איז דאס צו פארגלייכן דעם טאהש'ער רבין שליט"א צו להבל"ח דעם מהריי"ץ פון ליובאוויטש זצ"ל, ואכמ"ל.
איך שטעל מיך אויך צו די בקשה פון ציבור אויב דו ווילסט שרייבן, ביטע שרייב אידיש, עס נערווירט די ענגלישע אידישע ווערטער.
און ביטע אויב דו ווילסט סתם דעבאטירן לשם דעבאטירן, אדער אוועקמאכן... כל הכבוד, אבער איך זעה נישט אז דו זאלסט האבן געברענגט דערווייל עפעס אינפארמאציע אדער פארקערטער ראיות, סתם אפצופרעגן אן קיין פאקטן איז נישט אינטערעסאנט, עס פארלירט סתם דעם טעם פון שרייבן.
איך האב דיר שוין פריער באלד אין אנפאנג געפרעגט וואס דו ווילסט, עס קוקט מיר אויס ווי די ביזט סתם דא לקנתר ח"ו, איך זאג דיר פאקטן וואס איך ווייס פון מקורות, און דו שרייבסט סתם אזוי גלאט עס איז שקר, פרעג דיך נאך אין מונקאטש.... אדער ברענג מיר א שטאט....
כ'ברענג דיר א מקור, און דו ענטפערסט מיט ליצנות, פונקט ווי דער מהריי"ץ... א חסיד דארף גלויבן...
איך זאג דיר, דו מוזט נישט גלייבן, און מעגסט האלטן אנדערש, אבער אז דו האסט מקורות און פאקטן אנדערש, געזונטערהייט, אדרבה ברענג דאס, דעמאלטס איז דאס א לעבהאפטיגער אינטערסאנטער שמועס, אבער נישט סתם צו פארדרייען א טשייניק אויף יעדן ווארט זיך דינגן אין דער וועלט אריין, דאס איז נישט אינטערסאנט, און נערווירט, אדער הערסטו אויף, אדער הער איך אויף, כ'האב ב"ה וואס צו טוהן מיט דער צייט.

המשך יבוא!!! :lol:
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » זונטאג דעצמבער 21, 2008 10:55 pm

בעניני דיומא פון חנוכה

ווי דערמאנט פריער, ווען ר' אלימלך האט געגעסען די קעסט אין מונקאטש ביי זיין שווער הגה"ק בעל דברי יצחק - בית יצחק מסוואליעוו זי"ע האט ער געגעסען נאכטמאל און פארברענגט מיט תורה ועבודה יעדע נאכט ביי הגה"ק בעל שם שלמה מ'מונקאטש זי"ע.

איין נאכט איז געווען וואס ר' אלימלך האט פארפעלט זיין קביעות'דיגען שיעור מיט'ן שם שלמה, דאס איז געווען אמאל חנוכה, האט זיך געמאכט אז הרה"ק ר' אלי' זידיטשובער זי"ע (בנו וממלא מקום פון זיין טאטען ר' אייזיק'ל זידיטשובער זי"ע) איז געווען אויף א באזוך אין די שטאט מונקאטש, די גאנצע שטאט אנשים נשים וטף פלעגט גיין צום שם שלמה'ס ליכט צינדען יעדע נאכט חנוכה - ובתוכם איז אויך געווען הרה"ק ר' אלימלך, איין נאכט האט ר' אלימלך געטראכט ער וויל גיין זען דעם ר' אלי' זידיטשובער עבודה ביים ליכט צינדען, וכן הוה, ער איז געגאנגען צו ר' אלי'ס אכסניא און ציגעזען זיין עבודה, ער האט געמאכט פארשידענע מאדנע און אינטערעסאנטע תנועות מיט'ן קנייטעל און מיט'ן הענט, עס איז געווען זייער אויפפאלענד, אבער ר' אלימלך איז געשטאנען און ציגעקוקט יעדע תנועה מיט ווינדער, עס האט זיך פארצויגען ביז גאר שפעט, אזוי אז ער האט שוין מורא געהאט צי גיין צום שם שלמה אפשר וועט ער מקפיד זיין, היתכן ער איז אוועקגעגאנגען פון אים.

דער אנדערען טאג איז ער דאך ווייטער געמיזט גיין וועגען דעם שיעור, האט אים דער שם שלמה פארגעהאלטען "ווי זענט איר געווען נעכטען" האט ר' אלימלך פארציילט דברים כהווייתן, ווי אויך וועגען די מאדנע תנועות פון הרה"ק ר' אלי' זידיטשובער, האט זיך דער שם שלמה אנגערופען, אזוי!! אזוי האט ער געמאכט!! קום אריין אין צימער, ער האט פארמאכט די טיר און האט אים מסביר געווען די כוונה פון יעדע תנועה, דער טאהשער רבי ר' אלימלך פלעגט צי ענדיגען די מעשה "דעמאטלטס האט ער מיך געלערענט די כוונה פון חנוכה לעכט צינדען" אז יעדע תנועה פון ר' אלי' איז געווען עפ"י הכוונות פון הדלקת נר חנוכה.

אגב איז אינטערעסאנט צו דערציילן אז הרה"ק ר' אייזיק'ל זידיטשובער זי"ע האט אמאל געשיקט זיין זוהן הגה"ק ר' אלי' (יש אומרים אז אן אנדער קינד נישט ר' אלי') קיין טאהש, בחייו פונם ערשט'ן רבי'ן הרה"ק ר' משולם פייש מ'טאהש, אז ר' אלי' ז"ל זאל זיך מסתופף זיין בצילו און ציקוקען זיין עבודה ווען רבי משולם פייש איז געוואר געווארען אז ר' אלי' איז געקומען, האט ער שנעל גענימען זיין זוהן הרה"ק ר' אלימלך מ'טאהש און געגאנגען אינטער'ן פענסטער פון ר' אלי'ס אכסניא זיך ציקוקען ר' אלי'ס עבודה, דאס צייגט ארויס דאס מורא'דיגע ביטול והכנעה אז כאטש ר' אלי' איז דאך געקומען צי פארען צי אים, איז ר' משולם פייש געגאנגען אינערקיקען ר' אלי'ס עבודה.
טאהשער רבי שליט"א גיבט איבער אז דער זיידע ר' אלימלך האט אים געוויזען די פלאץ וואו די אכסניא איז געווען און ווי זיי זענען געשטאנען אונטערען פענסטער און אריינגעקוקט זיין עבודה.



נאך עטליכע ענינים פון תולדות הרבי ר' אלימלך מטאהש זי"ע

מוצש"ק פלעגט ר' אלימלך פאררייכערען די לולקע, כאלד נאך הבדלה. איינמאל נאכ'ן פארררייכערן האט ער זיך אנגערופען בזה"ל ; דער האדאסער רב (הרה"ק ר' אהרן ישעי' מ'האדאס ) ברויך גרויס רחמים, איר וואלט געמעגט שרייבען א קארטעל קיין האדאס אז ער זאל אונז שיקען א קוויטעל מיט א פדיון, וועל מיר איהם קענען א טובה טוהן, קיינער האט דאס נישט געוואלט טאן ווייל מען האט געהאלטן אז עס פאסט נישט.
פרייטאג נאכמיטאג אטיז ער אהיים געקומען פון מקוה זייער ציקאכט און געפרעגט "עטץ האטס געשיקט דאס קארטעל קיין האדאס?" האט זיך יעדער אין שטיב ארויסגעדרייט פון ענטפערן, מוצש"ק איז אנגעקימען די בשורה קיין טאהש אז דער האדאס'ער רב זצ"ל איז נפטר געווארען פרייטאג נאכמיטאג אין די מקוה.

ענליך איז אמאל געווען, ר' אלימלך האט אמאל איינגעדרימעלט ביי זיך אין שטוב און פליצלינג געגעבען זיך א כאפ אויף און געזאגט הויעך "ברוך דיין אמת", דער גבאי וואס איז אנוועזענד געווען איז געבליבען שטיין פארווינדערט, און געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס האט דער רבי געזאגט ברוך דיין אמת, האט ר' אלימלך געענפערט אז יעצט איז נסתלק געווארען לחה"ע רבי מנחם מאניש בן הרה"ק ר' אליעזר'ל קאמארנער זי"ע (וואס ר' אלימלך איז געווען בידידות מיט אים), דאס איז געווען אן אפענעם רוח הקודש ווייל רבי מאניש קאמארנער זצ"ל האט געוואוינט אין גאליציע-פוילען און ערשט פינעף טעג דערנאך איז באוויסט געווארען זיין פטירה אין די צייטונגען.



אין ספר מראה אש, ספורי ועובדות פון הרה"ח ר' שלמה אהרן פריעדמאן ע"ה, ברענגט ער דארט אויך פון הרה"ח ר' יעקב פריעדמאן ע"ה, א זון פון ר' שלמה אהרן, וואס בדידי' הוה עובדא, ער האט געלערענט אין ישיבה אין טאהש ביי ר' אלימלך, אין די ישיבה אין טאהש איז געווען א "מענזע" - קיך פאר די בחורי הישיבה, און א יעדע ערב שב"ק פארטאגס פלעגען צוויי בחורים דינגען א וואגען און פארען צו די דערנעביגע שטעטעלעך קליינווארדיין וכדו' נאך געלט אדער קארטאפעל וכדומה פאר מענזע, איימאל איז געווען אן אנפאנג זמן, דער וועטער איז געווען זייער א שיינער וועטער, פאר'ן ארויספארען זענען זיי אריין צום רבי'ן זיך געזעגענען, האט ער זיי געפרעגט צי זיי זענען געניג ווארעם אנגעטאן, האבען זיי געענפערט אז די וועטער איז א זומער'דיגער און מ'דארף זיך נישט אנטון ווארעם, האט ר' אלימלך געזאגט "אף על פי כן" נעמט מיט ווארעמע בגדים, און האט זיי אויך ארויסגעברענגט פון שטוב קאלדרעס און אויך זיין אלטן פעלץ זיי זאלען דאס אויך מיטנעמען.

די בחורים האבען נישט פארשטאנען כוונתו הקדושה, אבער וועגן אין מסרבין לגדול האבען זיי דאס מיטגענומען, אבער עס איז זיי געווען א גרויסע חידוש, זיי זענען ארויסגעפארען אויפען וועג און אלעס איז געווען דערווייל אין ארדענונג.

אויפען וועג צוריק איז פלוצלינג געווארען פארוואלקענט געפערליך און עס האט זיך גענומען בוזשעווען געפערליכע ווינטען און א פראסטיגען קעלט און א גרויסע שניי שטארעם האט זיך ארפגעלאזט אןו ביז א קורצע צייט איז אליס געווען באדעקט מיט שניי נישט אנזעענדיג כמעט קיין וועג, זיי האבען געפילט אז זיי ווערען ל"ע פארפרוירען פון די געפערליכע קאלטע ווינטען, אויך די פערד האבען זיך פלוצלינג אפגעשטעלט נישט קענענדיג אויסהאלטען די קעלט, דאן האבען זיי זיך דערמאנט אין די ווארעמע בגדים וואס דער רבי האט ברוח קדשו געהייסען מיטנעמען און זיי האבען זיך תיכף אנגעפעלצט און איינגעהילט, און די קאלדעס וואס דער רבי האט געגעבען, האבען זיי ארויפגעלייגט אויף די פערד עס זאל זיי אביסעל דערווארעמען, די פערד האבען תיכף אנגעהויבען אביסעל שלעפען ווייטער מיט גרויס שוועריקייט, די בחורים האבען זיך צוזאמגעזעצט צוגעדריקט איינער צים צווייטען עס זאל זיי זיין אביסעל ווארעמער.

ענדליך פארן זמן פון הדלקת נרות שב"ק זענען זיי אנגעקומען בשטו"מ קיין טאהש, דער רבי איז געשטאנען אינדרויסען פון זיין שטוב און געווארט אויף זיי, וויבאלד זיי זענען אנגעקומען האט ער אויפגעהויבען די אויגען צים הימעל זאגענדיג "געלויבט השי"ת" און איז זיך אריין אין שטוב.

הרה"ג ר' יעקב חיים אמסעל ז"ל (בעמח"ס נח"י) האט פארציילט אז איינמאל זייענדיג אין טאהש אויף חנוכה נאך די חנוכה לעכט פלעגט דער עולם אריבער גיין ווינטשען א גיטען חנוכה, ווען עס איז געקומען צי אים זאגט די רבי צי אים און צו נאך צוויי בחורים וואס זענען געשלאפען אין די זעלבע אכסניא אז זיי זאלען זאגען ויהי נועם מיט גרויס כוונה איידער זיי גייען אהיים, זיי האבען אזוי געטאן און זיי זענען געגאנגען צי זייער אכסניא, אזוי ווי זיי קומען אן זעען זיי ממש פאר די אויגען ווי די דאך פאלט איין, חלילה ווען זיי קומען אן אביסעל פריער... דער ויהי נועם פון'ם רבי'ן האט זיי מציל געווען.

נאך פארציילט הנ"ל; אין טאהש האט געוואוינט אן עלטער מיידל וואס מ'האט אסאך געמוטשעט דעם רבי'ן ער זאל איר אנוואונטשען א זיווג הגון, איינמאל האט זי זיך זייער פאר'עקשן'ט אז זי גייט נישט ארויס פון שטוב ווילאנג ער וועט איר נישט ציזאגען א ישועה, האט דער רבי געגעבען א געשריי וואס ווילסטו פון מיר, וועגען דיר זאלען דריי אידישע נפשות אומקומען רח"ל, זי האט זיך זייער דערשראקען און האט מער נישט גערעדט דערוועגן.
צוויי יאר שפעטער איז אנגעקומען א יוד פון פוילען, ער האט געהייסען ר' שלמה... וואס האט מיטגעמאכט א שרעקליכע טראגעדיע רח"ל, זיין ווייב האט געהאלטען פאר'ן האבען א קינד און אמאל שטיינעדיג נעבען די אויווען, האט זיך די שירצעל אנגעכאפט פון פייער און זי איז ל"ע פארברענט געווארען, א שוועסטער וואס איז געווען אין שטוב האט איר פרובירט צי ראטעווען אבער זי איז אויך פארכאפט געווארען אינעם פייער השם ישמרנו, דער ר' שלמה איז נעבעך פארביטערטערהייט ארום געפארען צי אלע צדיקים זיכען א טרייסט, און ער איז אויך אנגעקומען קיין טאהש, און דער רבי האט אים אנגעטראגען דעם שידוך, און עס איז נגמר געווארען למז"ט, דער איד האט געוואוינט א שטיק צייט דערנאך אין טאהש, די אידען וואס פלעגען פארען קיין טאהש געדענקען גיט דעם איד, דאן האט מען פארשטאנען וואס דער רבי האט זיך געבייזערט אויף די פרוי, זעענדיג פאראויס די מעשה און האט ח"ו נישט געוואלט ציאיילען פריער, והשם ישמרנו מכל צער וצוקה (די מעשה ברענגט אויך הרה"צ ר' יחזקאל'ע מערץ זצוק"ל און זיין ספר תפארת יחזקאל ששמעו מהרה"צ ר' חיים שלמה לאווי מ'חוסט).


ר' אלימלך איז געווען א פשטן נפלא אז זיין גאנצע התנהגות איז געווען אינגאנצען באהאלטען בהצנע לכת, באהאלטענדיג זיינע מדריגות ווי ווייט מעגליך, זיין פינקלעכקייט אין זריזות איז געווען עד להפליא, אז אלעס זאל זיין בזמן ובזריזות נפלא אפילו א רגע נישט צי שפעטיגען, ווען עס איז געקומען די צייט טועם צי זיין פת שחרית (דאס איז געווען בקביעות מיטאג צייט פינעף מינוט פאר צוועלעף) האט ער זיך געוואשען, און אז עס האט זיך געמאכט אז די זופ איז נאכנישט פארטיג געווען, האט ער געפרעגט "עס איז שוין ווארעם ? ס'איז געניג" און ער האט דאס אזוי געגעסען עס האט גענימען א פערטעל שעה די סעודה און תיכף נאכען עסען צוריק צי זיין עבודה בתורה ובתפלה.ער פלעגט זאגען אז דאס פונקטליכקייט האט ער מקבל געווען פון זיין רבי'ן הרה"ק ר' אליעזר'ל קאמארנער זי"ע און ער פלעגט צוגעבען אז ער איז געווען א בעל בתישער רבי, אין זרירות און אין פינקטלעכקייט.

ווען עס פלעגט אים אינטערקומען א מצוה שהזמן גרמא, האט ער דאס מקיים געווען בתכלית ההידור והשלימות ווי אויך מיט א זרירות ביי די הכנה צו די מצוה, ער פלעגט זיך פירען 30 טעג פריער אנגרייטען דעם חפץ המצוה אויפען פענסטער פון זיין שטוב, - די שמן זית 30 פאר חנוכה, און דער שופר 30 טעג פאר ר"ה און אזוי ווייטער, ווי אויך דער הידור מצוה, למשל ביי אן אתרוג, האט ער שטענדיג איינגעלייגט וועלטען, צו האבען דעם שענסטען אתרוג, הרה"ח ר' משה יצחק פיש ע"ה פלעגט אים ברענגען דעם שענסטען אתרוג. אויך זיין סוכה און די נוי סוכה איז געווען זייער שיין עד להפליא, אויך אויף נקיות האט ער זייער שטארק אכטונג געגעבען, יעדע זאך האט א געהאט א מקום קבוע, וואו מ'האט דאס אוועקגעלייגט א גאנץ יאר. אין טאהש אין ביהמד"ר איז קיינמאל נישט געווען קיין שמות ווייל וויבאלד א סידור'ל איז געווארען צוריסען האט ער תיקף געהייסען בינדען און ציקלעבען, כאטש זיין הויז איז שטענדיג געווען אן גרויסען עולם וואס זענען געקומען פון נאנט און פון ווייט אבער ווען עס איז געקומען זיין זמן שינה דאס איז גווען פון אכט ביז צוועלעף 12-8 בערך האט ער זיך תיקף געלייגט, עס איז נישט דורך ביי אים א חצות לילה בשינה, וואו ער האט זיך נאר נישט געפינען איז ער שוין ביי חצות קגעווען אויף און געטון זיין עבודה,

מ'איז כסדר געקומען מזכיר ישועות און רפואות - א מקשה לילד - איינער דארף פארשטיין אין מיליטער - א איד ברויך א רפואה - א פאר פאלק דארף געהאלפען מיט א בן זכר, און ער האט קיינעם נישט משיב פנים געווען ריקם,, אלע זענען געהאלפען געווארען בכל משאלות לבם לטובה.

עס איז געווען א איד ר' אפרים לעבאוויטש ע"ה וואס ער איז געווען א חולה מסוכן רח"ל די דאקטוירים האבען אים שוין געגעבען נישט מער פון עטליכע שעה צייט צום לעבען, זיין זון ר' יוסף איז געקומען צו פארען קיין טאהש, האט אים ר' אלימלך געזאגט אז ער וועט נאך לעבען צוואנציג יאר, וכן הוה, און דער ר' אפרים איז נאך אליין אסאך געפארען קיין טאהש און די 20 געשענקטע יארען.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 9:46 am

עס איז באמת א שאד אז אזא חשובער אשכול ווי צוויי אידן וואס קענען באמת תולדות בית טאהש ווי אשרי יושבי שמועסן און פארציילן וויכטיגע אנקעדאטן, זאל פארוואנדלט ווערן און אזא נישטיגע 'ציפערן געפעכט' מיר האבן פארדעם א באזונדערע אשכול דערוועגן.

בשם כל החברים וויל איך מיר באדאנקען פאר די צוויי חשוב'ע חברים, ר' חייקל הי"ו מחסידי ואוהדי בית טאהש ואתו עמו הרה"ח בנש"ק וצדיקים חבר הבד"צ שליט"א פאר צושטעלן ערשט-האנטיגע און אוטענטישע שטריכען לתולדותיהן של צדיקים וקדושים לבית טאהש זצ"ל.

ובחדא מחתא ווילן מיר אויפאדערען אז דער עולם זאל אין קענטעניס נעמען דאס חשיבות פון אונזער מקום און די חברים, און זיך נישט לאזן אריינשלעפן און א הין-און-צוריק קאנפליקט אויף מינדערוויכטיגע פרטים און א צייט ווען דער ניווא פונעם פארום קען געהאלטן ווערן אויף א העכערען סטאנדארט, אוודאי איז אינטערעסאנט צו הערן די פאקטן אן קיינע גוזמאות און דמיונות אבער עס האט א שיעור וויפיל געוויכט אז זאל געלייגט ווערן דערוועגן, והחכם עיניו בראשו ישמע חכם ויוסף לקח.

דער אייבירשטער זאל העלפן, בזכות סיפורי צדיקים והנצחת שמם וזכרונם זאלן מיר זוכה זיין יעצט ביומי דחנוכה להנות מאורם ואור תורתם הקדושה, ויקיום בנו ערכתי נר למשיחי בב"א.

כו"ח פה שיכון טאהש שע"י על הצדיקים
יעקב דוב

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 10:57 am

[quote="חייקל"]בעניני דיומא פון חנוכה

ווי דערמאנט פריער, ווען ר' אלימלך האט געגעסען די קעסט אין מונקאטש ביי זיין שווער הגה"ק בעל דברי יצחק - בית יצחק מסוואליעוו זי"ע האט ער געגעסען נאכטמאל און פארברענגט מיט תורה ועבודה יעדע נאכט ביי הגה"ק בעל שם שלמה מ'מונקאטש זי"ע.

איין נאכט איז געווען וואס ר' אלימלך האט פארפעלט זיין קביעות'דיגען שיעור מיט'ן שם שלמה, דאס איז געווען אמאל חנוכה, האט זיך געמאכט אז הרה"ק ר' אלי' זידיטשובער זי"ע (בנו וממלא מקום פון זיין טאטען ר' אייזיק'ל זידיטשובער זי"ע) איז געווען אויף א באזוך אין די שטאט מונקאטש, די גאנצע שטאט אנשים נשים וטף פלעגט גיין צום שם שלמה'ס ליכט צינדען יעדע נאכט חנוכה - ובתוכם איז אויך געווען הרה"ק ר' אלימלך, איין נאכט האט ר' אלימלך געטראכט ער וויל גיין זען דעם ר' אלי' זידיטשובער עבודה ביים ליכט צינדען, וכן הוה, ער איז געגאנגען צו ר' אלי'ס אכסניא און ציגעזען זיין עבודה, ער האט געמאכט פארשידענע מאדנע און אינטערעסאנטע תנועות מיט'ן קנייטעל און מיט'ן הענט, עס איז געווען זייער אויפפאלענד, אבער ר' אלימלך איז געשטאנען און ציגעקוקט יעדע תנועה מיט ווינדער, עס האט זיך פארצויגען ביז גאר שפעט, אזוי אז ער האט שוין מורא געהאט צי גיין צום שם שלמה אפשר וועט ער מקפיד זיין, היתכן ער איז אוועקגעגאנגען פון אים.

B"H
YEDIDI YEKIRIHARAV RAB CHEIKEL SHALIT"A
rab ELYE the son of DER ZIDTCHOVER REBBE
was rebbe only for 5 years
he was NIFTAR SHEVUOS TRL"CH <1878>
when rab meilech was only 12 years old and he was still a bochur.
by the way if you want to find out any thing about ZIDTCHOV ask I will try to help you.

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 10:04 pm

:mrgreen: ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי!! עד כדי כך זיך צו פרייען אז די תגובה איז מיר פארלוירן געווארן כמוצא שלל רב.... כ'קען דאס נישט פארשטיין, כ'ווייס נישט וואס כ'האב איהם געטון, אדער וואס ס'שטערט איהם דעם באדא"ץ.

נראה לי, אז הרב הצדיק חבר הבד"ץ האט דא עפעס אן אגענדע, צו קעגן רבי אלימלך'ן, צו קעגן די טאהשער גזע, טראץ וואס ער איז אן אייניקל און זיין טאטע איז געווען טמיר ונעלם דארט וכולי' המשך יבוא... אדער כ'ווייס ניט גענוי קעגן וועם, אפשר פשוט נאר קעגן מיר, אויב שטערט אייך מיין שרייבן, וועל איך מיר צוריק גיין פון וואנעט כ'בין געקומען, און אייך נישט נערווירן מיטן שרייבן וועגן דעם צדיק.

איין תגובה איז ער געווען א שואל כענין האב איך געוואלט זיין א משיב כהלכה, ווען ער פרעגט זאכליך האב איך נישט קיין פראבלעם, אדרבה, דאס ווערט אן איטערעסאנטערער שמועס, אבער חוץ איין תגובה, איז אלעס סתם בייסיג שטעכיג און ליצנות, אלזא כ'האב ניט קיין איבעריגע צייט און ניט קיין איבעריגע געדולד דערצו.

כ'וועל ענדיגן די תגובה, און טראץ וואס כ'האב נאך געהאט אסאך אין פלאן צו שרייבן, וועל איך דאס לעת עתה ענדיגן מיט דעם, און איך גיב איבער דעם גאנצן אשכול פאר באדא"ץ צו שרייבן אטאקירן פירקלן, פירן דיסקוסיעס, און זיך פרייען מיט מיינע צרות ל"ע ח"ו.

איך שרייב נישט דא מער בלי נדר, חוץ אז ער הערט אויף מין זיינע שטיקעס.



יעצט וועל איך שרייבן דער תוכן פון מיין פארלוירענע תגובה, היות עס גייט נישט דאס צוריק צו ברענגן, און כ'האב נישט קיין געדולד איבערצושרייבן דאס גאנצע אריכות, כ'וועל דאס מאכן מער אין קורצן;

ווען דו ביזט א שואל כענין קען איך זיין א משיב כהלכה.

להוי ידוע, כ'שרייב מערסטענס פון זכרון, וואס כ'האב געהערט און געזעהן ברענגן אין מקורות נאמנים, און בעיקר טאקע פון טאהשער רבי'ן שליט"א, אבער שגיאות מי יבין, כ'בין נאר א בשר ודגים,אודה ולא אבוש.כ'האב א טעות געהאט אינעם נאמען, אלזא, די מעשה איז אמת ויציב, נאר ס'איז טאקע ניט געווען ביי ר' אלי'.

כ'האב טעלעפאנירט א ידיד מיינער, וואס איז א ידען ובקי נפלא אין חסידות און בפרט אין תורת בית טאהש וקאסאן, און ער האט מיר אויפגעמערקט אז אין עבודת עבודה ברענגט טאהשער רבי די מעשה אז עס איז געווען מיט אחד מבניו הק' של הרה"ק מהרי"א מזידיטשוב, ער זאגט נישט אז ס'איז געווען ר' אלי', און אויך אינעם ספר התולדות מעשה ביכל בלע"ז וואס כ'האב דערמאנט "רבי אלימלך פון טאהש" ברענגט ער דאס אזוי אז ס'איז געווען ביי איינער פון די קינדער פון רבי אייזיק'ל זידיטשובער, און ער זאגט נישט דעם נאמען.

איך בין נאר שואב ממקורות נאמנים, כאטש איך קען אמאל א טעות האבן, און עס קען אויך זיין אמאל א צווייטע גירסא אין א סיפור, ווי למשל שני ימי חיי פון רבי משולם פייש מטאהש, איז דא א גירסא אז ער איז נפטר געוארן בן נ"ז שנים, און אן אנדערע גירסא און אזוימאיז געדרוקט אין ספר פאר משולם אז ער איז געווען בן נ"ב שנה כמנין שנות שמואל הנביא. אבער ס'איז גאנץ ווייטאגליך איז צו הערן אזעלכע אויסדרוקן ווי גוזמאות און דמיונות...

זייט מיר אלע פריש און געזונט
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 11:02 pm

להצדיק את הצדיק דמעיקרא:

דער בד"ץ שרייבט אויף ענגליש, און דערפאר איז אביסל שווערער צו פארשטיין זיינע אויסדרוקן.

די לעצטע אינצידענט איז ממש ווי טאטע שיק מיר הויזן, און נאך ערגער. ווייל בד"ץ האט געשריבן אז ער פריידט זיך אז די תגובה איז פארלוירן געווארן און נישט חייקל אליין. שפרינגן ארויף מאנכע און טייטשן אריין פשט דערין אז ער פריידט זיך ח"ו מיט חייקל'ס פארלוירענע תגובה. בד"ץ כאפט זיך דערויף און פארענטפערט זיך מיט קלארע ווערטער אז ער האט דאס נישט געמיינט צו זאגען, נאר עס האט זיך אים צוגעדוכטן אז חייקל איז לגמרי אוועקגעלאפן, יעצט פריידט אז זיך אז נישט דאס איז די מעשה, נאר אז א תגובה וואס ער האט אפגעשריבן איז נעלם געווארן, אבער חייקל אליין איז דא צו פארבלייבן.

אלזא, בעט איך אייך ר' חייקל, באטראכט אייך איבער דעם לעצטן תגובה אייערן, און געזעגנט אייך נישט אזוי שנעל פון דעם אשכול בפרט און פון די קרעטשמע בכלל.

און עס איז צום האפן אז דער בד"ץ אליינס וועט זיך אויך אביסל בארוהיגן, און נישט שרייבן קיין אויסדרוקן וואס קענען אויסגעטייטשט ווערן בתרי אנפין, אזוי ווי עס איז יעצט געשען בעוה"ר.

א פרייליכן חנוכה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 10:07 am

איך שטעל מיך צו צו די בקשה פונעם מייסד ומחולל האתר הרב קרעמער, אבער מיט אביסל א שטרענגערען טאן; יעדער מיטגליד טראגט ביי אונז א זעלטענע חשיבות, וואס א כח הציבור קען אויפטאן איז אין לשער, איינער איז בונה דער צווייטער איז סותר ביז עס קומט ארויס א קלארע בילד און יעדער האט הנאה.

דאס אז איינער זאל אראפקוקען אדער אוועקמאכען א צווייטנס קענטעניסען אדער נדיבות אויף א פערזענליכע פארנעם, פעלט בכלל נישט אויס צו די הצלחה פון די זאך נאר אדרבא עס קען שאדטן, סיי פארן יחיד וואס שפירט זיך באקריוודעט און אויך פארן ציבור וואס לייענט און זעהט צו א נעגאטיווען ווירטשאפט.

א יעדע טעמע קען און ברויך באהאנדלט ווערן אביעקטיוו צום נושא און נישט צום שרייבער פון די תגובות, אפגעזעהן פון יענעמס נטיות און מיינונגען, עס איז נישט קיין כבוד און נישט תורה'דיג און עס ברענגט נישט קיין גוטס.

א יעדע תגובה וואס וועט אויסקוקען ווי א פגיעה בכבוד אין איינע פון אונזערע מיטגלידער, סיי ציניש, סארקאסטיש און אוודאי ווען עס איז אפען א בזיון, וועט ווערן אפגעמעקט אדער לכה"פ פאראכטען (געוואנדן אין די תוכן התגבובה אין אלגעמיין) אן קיינע באראטונגען מיטן באטרעפנדן.

בכלל, איז נישט ווערט צו באהאנדלען ענינים שלא ממין הטענה, דא רעדט מען פון הרה"ק ר' אלימלך מטאהש, און איך האב שוין געלייענט אין אידיש, ענגליש און לשה"ק פון אזויפיל אנדערע ענינים אשר אין כאן מקומם, עס עסט ארויס מענטשן און ברענגט אומגעוואונטשענע רעזולטאטן.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 12:44 pm

הרה"ק רבי אלימלך מטאהש זי"ע האט - אזוי ווי אלע אוגארישע רבנים - אויך געהאט א ישיבה. כ'האב געהערט פון א זוהן פון איינע פון די תלמידים, אז אין זיין צייט האט אין די ישיבה האבן געלערנט 12 בחורים, דער דחקות איז געווען מורא'דיג, איינמאל אין צוויי וואכן האט מען געקויפט א טויבעלע און מ'האט עס גע'שחט'ען, און דערנאך האט מען עס צוטיילט פאר די 12 בחורים, און פארן רבי'נס משפחה. חוץ פון דעם האט מען נישט געהאט קיין פליישיגס (אויסער שבתים וימים טובים).
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 2:27 pm

אלף בית האט געשריבן:הרה"ק רבי אלימלך מטאהש זי"ע האט - אזוי ווי אלע אוגארישע רבנים - אויך געהאט א ישיבה. כ'האב געהערט פון א זוהן פון איינע פון די תלמידים, אז אין זיין צייט האט אין די ישיבה האבן געלערנט 12 בחורים, דער דחקות איז געווען מורא'דיג, איינמאל אין צוויי וואכן האט מען געקויפט א טויבעלע און מ'האט עס גע'שחט'ען, און דערנאך האט מען עס צוטיילט פאר די 12 בחורים, און פארן רבי'נס משפחה. חוץ פון דעם האט מען נישט געהאט קיין פליישיגס (אויסער שבתים וימים טובים).


B"H
in what year do you know ?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4920
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 2:50 pm

עלעפ'ל דו האסט אריין געביסן געב דיר אכט
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 5:05 pm

בן בוזי האט געשריבן:עלעפ'ל דו האסט אריין געביסן געב דיר אכט


אריינגעביסן אין וואס? אכט געבן פון וועם?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 8:34 pm

מיללער
דיינע אויפריכטיגע רייד, איז ווערט א באגריסונג, עס דערמאנט אונז פון דאס וויכטיגקייט צו האלטן די ניווא אויף א העכערער שטאפל.

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 8:43 pm

ידידי היקרים קרעמער און מיללער.

כ'האב דאס אויסגעשמועסט זייער קלאר פריער, ברענגן פאקטן מיט אינפארמאציע, דינגן זיך מיט אן אנדערע מקור א.ד.ג. איז זייער נארמאל און חשוב, אבער שטיין און שיסן אויף יענעם אויף יעדען אשכול אן קיין נוצליכע אינפארמאציע אדער פראגען דאס איז נישט אין איינקלאנג מיט אונזער מנהג המקום דאהי.

אמת די לעצטע תגובה איז טאקע געווען א מיספארשטענדניש פון טאטע שיק מיר הויז, אבער די אנדערע תגובות פון איין כותב זענען ס'רוב סארקאסטיש און בייסיג אין א אטמאפסערע וואס איז נישט פאסיג פאר דעם היכל הקרעטשמע.

איין שאלה איז געווען כענין, האב איך געענטפערט כהלכה.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 12:19 am

ב''ה
רצוני להסביר את מה שקרא ביימים האחרונים.
רוב המקורות שיש לי הם ממקור ראשון.זכיתי להתאבק כמעט אצל ,כל גדולי הדור אשר היו בחיי.
וגם שמעתי מאנשים .כלי ראשון, שהתאבקו אצל גדולי עולם.
קשה לי להתווכח עם בן אדם ששמע מאדמו''ר אחדכי ברגע שהוא אומר ששמע מהרה''צ הנ''ל כבר הפסדתי.
כי מי אני ע''כ אני לא מתחיל אפילו.

זו שמועה חדשה אצלי שדו''ז הרה''צ ר' מלך מטאהש הי' לו ישיבה ע'כ שאלתי באיזה שנה.

ואם פגעתי ח''ו במישהוא אני מבקש מחילה ותאמר סלחתי.
חס לי' לזרעא דאבא לפגוע .
אך צריך לזכור שלדאבונינו הרבה דברים בלתי נכונים השתרבבו ביודעים ובלא יודעים בסיפורי ומנהגי ישראל.

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:22 pm

badatz האט געשריבן:
רצוני להסביר את מה שקרא ביימים האחרונים.
רוב המקורות שיש לי הם ממקור ראשון.זכיתי להתאבק כמעט אצל ,כל גדולי הדור אשר היו בחיי.
וגם שמעתי מאנשים .כלי ראשון, שהתאבקו אצל גדולי עולם.
אך צריך לזכור שלדאבונינו הרבה דברים בלתי נכונים השתרבבו ביודעים ובלא יודעים בסיפורי ומנהגי ישראל.


מאוד חשוב אצלינו לשמוע מידען ובקי נפלא כמותו, ובפרט ששאב הרבה ממקור ראשון.
אבל עליך לדעת, שגם מה שלא שמעת, אינו מוכרח שלא הי' ולא נברא.
אמת נכון הדבר שהרבה דברים בלי נכונים התשרבבו בסיפורי מנהגי ישראל, אבל זאת לא אומרת שכל מה שכבודו לא שמע, או מה שכבודו לא מאמין, נכנס בכלל דבברים הלא נכונים.


badatz האט געשריבן:קשה לי להתווכח עם בן אדם ששמע מאדמו''ר אחדכי ברגע שהוא אומר ששמע מהרה''צ הנ''ל כבר הפסדתי.
כי מי אני ע''כ אני לא מתחיל אפילו.
.

היי, הבן אדם זה אני...
אין שום בעי' להתווכח, או להביא גירסא או מקור אחר, אם אתה מתווכח ושואל כענין, או מצטט גירסא אחרת, אבל כשאתה מבטה סתם בחריפות ומבטל את כל מה שאתה לא שמע, שהכל גוזמאות ודמיונות, זה אינו ויכוח, זה לא נקרא הכחשה.. זה נקרא הזמה...
אדרבה שאל נא שאלות, ותנהל ויכוח עם גירסא או מקור אחר, כל הציבור יהנו, יש סיבה לכך שהציבור מפחד ממך... כמו שראית בתגובות מאחרים ג"כ, לא רק ממנו, כי אתה לא מקשה, אתה מבטל...

badatz האט געשריבן:ואם פגעתי ח''ו במישהוא אני מבקש מחילה ותאמר סלחתי.
חס לי' לזרעא דאבא לפגוע .
.


לא פגעת בי בכלל אישית, רק הרסת את המצב רוח פה, ואת החשק לכתוב, אבל מחול לך, מחול לך, מחול לך.

badatz האט געשריבן:ב''ה
זו שמועה חדשה אצלי שדו''ז הרה''צ ר' מלך מטאהש הי' לו ישיבה ע'כ שאלתי באיזה שנה.
.


מאדמו"ר מטאהש שליט"א ג"כ שמעתי שניהג ישיבה באיזה שנים, אבל לא ידעתי באיזה שנים.

כיון שאין לי תחת ידי הספר עבודת עבודה - שיחות קודש מאדמו"ר הגה"ק מטאש שליט"א, אבל צלצלתי לידיד שהעתיק לי מספר הנ"ל אודות הישיבה, וז"ל שם;
"בשנים קדמוניות בעת אשר הנהיג עדיין הישיבה שם בטאהש, היה דרכו לקום עוד קודם חצות, כי סידר שבכל המעת לעת לא יפסק קול תורה ותפלה בבית המדרש, על כן למדו הבחורים הגדולים עד אחד עשר וחצי (שאז היה חצות במדינות ההם) ומאז והלאה הוא היה יושב כבר ולומד ועוסק בעבודתו הק' עד אור הבוקר". עכל"ק בספר עבודת עבודת שיחות קודש פ' וישב דף עד:

אז גם שם לא מזכיר באיזה שנים זה הי'.

מזכרוני כמדומה לי - אם זה יכול להיות במציאות אתה המומחה לומר - זה נתבטל בימי מלחמת עולם הראשונה.
לעצט פאראכטן דורך חייקל אום מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

עבודת השמחה אין טאהש

תגובהדורך חייקל » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:32 pm

אין טאהשער הויף – ביים רבי'ן אלימלך – איז געווען א שטארקע דגוש אויף שמחה, טראץ דאס גרויס ארעמקייט וואס האט געהערשט.
ווער עס איז געקומען אויף טאהש איז נשפע געווארן דערפון, און איז געווארן בשמחה.
ס'איז געווען א איד וואס האט נעבעך געליטן פון מרה-שחורה ער פלעגט אריינפאלן אין עצבות ל"ע, זיין רפואה פלעגט זיין צו קומען צו פארן קיין טאהש צום רבי'ן אלימלך, דאס פלעגט איהם אויסהיילן און צוריק מאכן בשמחה.

רבי אלימלך פלעגט זאגן "איך פארליידט נישט ווער עס איז בעצבות, אויב איינער איז בשמחה, איז ער מיינס..."

אמאל אחרון של פסח ביים טיש פון טאהשער רבי'ן ר' אלימלך, האט א איד געוואלט אריבערקריכן פון איין זייט טיש צו צווייטן, זעהט אויס ס'איז געווען א שטיקל געדרענג, אדער ס'איז זייער ענג די שטוב, האט ער זיך געוואלט גרינגער מאכן – אזוי ווי די קינדער טוען דאס היינט – און געגעבן א שפרינג ארויף אויפ'ן טיש, אריבערצוקריכן שנעל צו די אנדערע זייט טיש.
אין טאהש ביי רבי אלימלך, געווען א גרויסע קפידה קיינמאל נישט ארויפצולייגן אויפ'ן טיש, וואס איז שלחן דומה למזביח, אפילו ווען מען גראמט ביי א שמחה אדער פורים א.ד.ג. וואס דער שטייגער איז אז דער בדחן שטייט אויפ'ן טיש, האט ער געהייסן שטיין אויפ'ן באנק, נישט אויפ'ן טיש, ער האט זייער מקפיד געווען אויף דעם.

יעצט, ווען דער איד איז ארויפגעשפרינגן אויפ'ן טיש אריבערצוקריכן צו די 2'טע זייט, האט פלוצלינג דער רבי געגעבן א הייב אויף זיינע הייליגע אויגן, און דערזעהן דעם איד וואו ער שטייט אויפ'ן טיש, האט ער געגעבן א מאך מיט די הענט מיט ווינדער און קפידה "וואס טוסטו, אויפ'ן טיש?"

דער איד איז געווארן זייער דערשראקן, דער רבי האט איהם דערווישט ביי די מעשה, אויפ'ן טיש. אין זיין פארלוירענקייט איז איהם איינגעפאלן אן עצה, און ער האט זיך גענומען צו טאנצן.... אויפ'ן טיש.

אזוי ווי דער רבי האט דאס געזעהן, האט ער אויפגעשיינט, און געזאגט, אזוי..? ביזט בשמחה? בין איך דיר אלעס מוחל...!!!

עס איז דא א מורא'דיגער בריוו וועגן די גרויסקייט פון "שמחה", וואס רבי אלימלך מטאהש שרייבט פאר'ן דיארמאטער רב, ( אויף וואס דער דיארמאטער האט זיך מזכיר געווען ביי איהם, אז זיין קליינע טאכטער פילט זיך כסדר נישט גוט, און דער רבי שרייבט איהם אז ער זאל אופהערן זארגן, און זיין בשמחה וועט אלעס ווערן גוט).

בתוך דבריו שרייבט ער בזה"ל
"וידוע המעשה אשר קרה לאבי הצדיק זצ"ל (מהרמ"פ) כאשר נסע פ"א עם איזה אנשים חסידים לליזענסק ונסעו דרך יערות סביב לליזענסק ופ"א כאשר נסעו באמצע היער שמעו ממש שאגת ארי ונבהלו כולם והסוסים נשארו עומדים ולא זזו ממקומם והביטו האנשים על אבי הצדיק זצ"ל וראו ממש שעמדו שערות ראשו מהפחד הגדול וגם הכובע הגבה מעל ראשו מחמת שעמדו השערות.
ואז נפל עוד פחד גדול יותר על האנשים ואמרו בזה"ל אוי דער רבי פארכט זיך אויך!
עמד אבי הצדיק זצ"ל על רגליו על העגלה ואמר בקול גדול בזמן שאנו עושין רצונו של מקום אין אנו מתייראים מפני החיות, ותיכף הסר מכולם הפחד והסוסים התחילו לילך ועברו בשלום)... ...ובכח השמחה יכולים לבטל כל מיני גזירות רעות ולפעול כל מיני ישועות טובות.

ער ברענגט ארויס אז וויבאלד דער טאטע רבי משולם פייש האט זיך מחזק געווען און צירוקבאקימען זיין שמחה איז תיכף געווען די ישועה.

און ער ברענגט ווייטער וכאשר ראיתי מעשה שהי' אצל הרה"צ הק' מפרשיסחה ז"ל שהי' פ"א ב'דאנציג שראה שנפל אחד להים ונטבע שם ר"ל ואמו לו הרה"ק בלשון אשכנז "גריס מיר דעם לויתן" - ורח"כ עזר לו הקב"ה שאחז בדף אחד וניצול ועלה בשלום והי' לנס גדול ואח"כ סיפר הרה"צ הנ"ל את המעשה הנ"ל ואמר שלא הי' יכול לעזור מחמת שהי' לו צער גדול מאד - ולא יכול לעשות שום טובה עג שאמר לו מילתא דבדיחותא והי' לו קצת שמחה מזה ועי"ז הי' יכול לעזור להנטבע -
אין אידיש: א פלא'דיגע מעשה וואס האט פאסירט ביים הייליגן רבי ר' בונם פון פשיסחא זי"ע.
דער רבי ר' בונם האט אמאל געזעהן ווי איד דערטרענקט זיך אין טייך לא עלינו, ס'שטייען דארט מענטשן ארום, און דער רבי ר' בונם צווישן זיי, און זיי זעהן פונדערווייטענס ווי דער איד ראנגעלט זיך מיט די כואליעס מיט די לעצטע כוחות, און זיי קענען איהם נישט העלפן..., יעדער איז געווען געפערליך אנגעצויגן אן טרויעריג צו צוזעהן אזא געשעעניש, מיטאמאל גיט דער רבי א שריי אויס צו דעם איד וואס דערטרענקט זיך ... "שיק א גרוס פאר'ן לויתן"......!!!
ווי א טרויעריגער מאמענט דאס איז געווען אז דאס געווען אויסטערליש פאני, און מענטשן האבן זיך צולאכט, מיטאמאל זעהן זיי ווי די לעצעטע מינוט איז געלונגען פאר דעם איד זיך אנצוכאפן אין עפעס א שטיקל ברעט, און ער איז דערמיט געראטעוועט געווארן פון א זיכערן טויט ל"ע.
ווען אלע האבן זיך בארויגט, האט זיך איינער געוואגט צו פרעגן דעם רבי'ן, וואס איז דאס פארגעגאנגען, ווען א איד האלט זיך ביי דערטרענטן, מאכט דער רבי ווערטלעך, און שיקט מיט איהם א גרוס פאר'ן לויתן... עס ליגט דאך זיכער עפעס א טיפערע באדייט אין דעם.
האט דער רבי ר' בונם זיי ערקלערט, איך האב פרובירט צו פעול'ן א ישועה פאר דעם איד, אבער עס איז געווען אזא עצבות ביי אלעמען, אז כ'האב בשום אופן נישט געקענען משפיע זיין א ישועה אין אזא עצבות, האב איך געמאכט א ווערטל, וואס האט אויפגעברענגט "שמחה" ווען מענטשן האבן זיך צולאכט, און אזוי האב איך געקענט פועל'ן די ישועה, און ער האט זיך טאקע געראטעוועט.

און דער רבי אלימלך פירט אויס "העיקר שצריכין לחזק א"ע ולהיות תמיד בשמחה, בדוחה דעתא, ועבור זה יכול האדם לגרום לו ולכל ישראל הרבה טובות וישועות, עכלה"ק הנוגע לענינינו.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:40 pm

הרה"ח ר' נפתלי פויגעל פון מאנטריאל דערציילט אן אינטערעסאנטען סיפור וואס איז מיט אים זעלבסט פארגעקומען.
אלס אינגערמאן האט מען אים דעם ר' נפתלי געוואלט אויפנעמען אלס שוחט אין א געויסען שטעטעל, און אזוי ווי די דארטיגע איינוואוינערס זענען געווען טאהשער חסידים, שטארק מקושר צום רבי'ן ר' אלימלך מ'טאהש, האבען זיי פארלאנגט אז ר' נפתלי זאל פארן קיין טאהש נעמען א כתב פון רבי'ן אז ער איז מסכים מ'זאל אים אויפנעמען אלס שוחט, ער האט באשטאנען צי פארען און ער האט ציגעזאגט אין שטוב אז ער וועט זיך נישט לאנג זוימען נאר יענעם טאג שוין זיין אינדערהיים.

ווען ער איז אנגעקומען קיין טאהש האט אים ר' אלימלך נישט געוואלט אויפנעמען בשום אופן, ער האט זיך איינגעריסען ביי די שטוב מענטשן אז ער מיז נאך היינט אהיימפארען, אבער דער רבי האט אים בשום אופן נישט געוואלט אויפנעמען ביז אביסעל שפעטער, ענדליך איז ער אריינגעלאזט געווארען, האט אים דער רבי געהייסען זיצען און אנגעהויבען צי פארציילען פארשידענע מעשיות ועובדות פון צדיקים.

ר' נפתלי האט זיך נישט געקענט איינהאלטען, רופט ער זיך אן רבי; איך אייל מיך זייער, איך וויל נאך כאפען די באן.

ענטפערט אים ר' אלימלך; ווי איילט איר אייך ? איר האט דען נישט צייט צו פארען מארגען ? און ער האט ממשיך געווען מיט'ן שמועס פארציילענדיג ווייטער סיפורי צדיקים. ר' נפתלי האט נישט געקענט מעיז פנים זיין אבער אין הארץ איז ער שוין געווען זייער אויפגערעגט.

ענדליך ווען עס איז שוין געווען אזוי שפעט אז ער האט שוין זיכער פארשפעטיגט די באן, האט דער רבי געהייסען דעם גבאי'ן אז ער זאל שוין אריבעררופען דעם ראש הקהל, ווען דער ראש הקהל איז אנגעקומען האט ער אים געהייסען אז ער זאל אהיימנעמען דים אינגערמאן צו זיך און געבען עסען און שלאפען, און אים געזאגט א גיטע נאכט.

ער קומט אריין צום ראש הקהל און ער האט זיך גענימען רעגען און בייזערען וואס האט דער רבי געוואלט פון מיר ? אזוי פיל שעה'ן האט ער מיך אויפגעהאלטען מיט די מעשיות ווען מיין ב"ב ווארט אויף מיר אזוי אימגעדולדיג.

ווען דער ראש הקהל האט דאס געהערט האט ער אים אנגעדריגן און געזאגט, אז אונזער רבי האט דיך אויפגעהאלטען האט ער דיר זיכער א טובה געטאן,און תוך כדי דיבור האט ער אים באגלייט צום פאסט אפיס ער גייט אריין און פרעגט וואב איז די לעצטע נייעס אין די וועלט, (אזוי איז דעמאלטס געווען אז אין פאסט אפיס איז מען געוואר געווארען די נייעס), זאגט דארטען דער איינגעשטעלטער, אז די באן וואס איז ארויסגעפארען אפאר שעה צירוק איז אראפ פון די שינעס און האט זיך איבערגעדרייט, עס איז שוין דא אכצען גע'הרג'עטע ל"ע און פערציג פארוואנדערטע ה"י...
האט דער ראש הקהל אנגעהויבען שרייען, נו! דו ביזט שוין נייגעריג אויפען רבי'נס מעשיות, (אגב דער ר' נפתלי האט נאך עד היום דעם מכתב קודש בכי"ק).


הרה"ח ר' יצחק ברוין פון שיכון סקווירא דערציילט אז ער האט אפאר יאר נאך די חתונה נישט געהאט קיין קינדער, איז ער געפארען א שב"ק קיין טאהש, פרייטאג צו נאכטס ביים פירות טיש האט אים דער רבי געגעבען א עפעל און אים געזאגט "עס אויף די עפל מיט די זרעים (קערענדליך)", און ער איז דעמאלטס געהאלפען טאג געווארען מיט קינדער, (אגב ביי ר' אלימלך מ'טאהש פלעגט פרייטאג צו נאכטס ליגן אן עפל אויפ'ן טיש א גאנצען טיש "סעודתא דחקל תפוחין קדישין").

הרה"ח ר' חיים איינהארן דערציילט; ער האט זיך געדארפט שטעלען צום מיליטער איז ער געפארען קיין טאהש פועל'ן א ישועה אז ער זאל באפרייט ווערען, ער איז אריין צום רבי'ן און זיך מזכיר געווען, האט דער רבי אנגעצינדען די לולקע און שטארק פאררויכערט, נאכדעם האט ער זיך א קער געטאן צו ר' חיים'ן און געזאגט "די ביסט שוין פריי", וכן הוה, ער איז באפרייט געווארען,

הרה"ג ר' יעקב חיים אמסעל ז"ל (בעמח"ס ספרי נחלת יעקב) דערציילט;
די משפחה פון ר' מרדכי בוידעק ע"ה דערציילט אז זייער פאטער האט פאר די קריג חתונה געהאט קיין קליינווארדיין און איז אין א קורצע צייט דערויף שטארק קראנק געווארען ל"ע, אויף טיפוס רח"ל, און האט זיך געפונען אין א שווערן מצב, די משפחה האט געשיקט א שליח מיוחד קיין טאהש צום רבי'ן ר' אלימלך ז"ל ער זאל מתפלל זיין אויף זיין רפואה, דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן, און השי"ת האט טאקע מקבל געווען די תפילות פון דעם צדיק און ר' מרדכי בוידעק האט געהאט אט א רפואה שלימה בלי שום רושם כלל.
מיט א צייט שפעטער איז דער טאהשער רבי ז"ל געווען א שב"ק אין קליינווארדיין און אויך ר' מרדכי איז געווען בתוך הבאים, ביים ליינען די קוויטעל רופט זיך אן די רבי אז דער נאמען מרדכי איכל בן שרה איז מיר זייער באקאנט, האט ער דערציילט פאר'ן רבי'ן וואס מיט אים איז געשען און געזאגט א יישר כח וואס דער רבי האט אים בעזרת השי"ת געהאלפען און איז ניצול געווארען ממש ממות לחיים, האט זיך דער רבי אנגערופען "די זאלסט וויסען אז דיך אויסבעטען האט מיך געקאסט א גאנצע נאכט, אבער ב"ה דער אייבישטער האט ציגעהערט אונזער תפילות".
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:47 pm

הרה"ח ר' יחזקאל ווידער ע"ה האט יארען לאנג נישט געהאט קיין קינדער ל"ע, ער פלעגט צי פארען קיין טאהש צי ר' אלימלך, ווי ער האט געהערט אז פורים איז נישט דא קיין זאך וואס מען קען נישט פועל'ן אין טאהש, און אז אלע קומען אהיים מיט פולע זעק ישועות בכל ענינים, איז ער אויך געפארען אויף פורים אויסצי'פועל'ן ער זאל שוין געהאלפען ווערען מיט זרע של קיימא.

זיצענדיג ביים טיש האט אים די רבי מכבד געווען זינגען בריך שמיא, ר' יחזקאל האט געזינגען, ווען ער האט געפערטיגט זאגט אים די רבי "נישט אזוי! זינג נאכאמאל".

ר' יחזקאל האט פארשטאנען אז מסתמה איז דעם רבי'ן נישט געפאלען דעם ניגון, האט ער געזינגען אן אנדערע ניגון, ווען ער האט געפערטיגט דעם צווייטען מאל, זאגט אים די רבי נאכאמאל "נישט אזוי, זינג נאכאמאל!" דאן האט ר' יחזקאל געכאפט אז ער האט נישט געזינגען די ווערטער "ותיהב לי בנין דכרין דעבדין רעותך", האט ער איבערגעזינגען נאכאמאל מיט די ווערטער ותיהב לי וכו', נאכדעם האט אים די רבי מכבד געווען מיט א כוס וויין, און דאן נאך א כוס, אזוי עטליכע כוסות איינס נאך די צווייטע.
עטליכע טעג נאך פורים האט ר' אלימלך געהאט א חתונה ביי איינעם פון די חסידים האט ער ביים טאנצען מצוה טאנץ געהייסען פאר ר' יחזקאל זאל זיך אנכאפען אין זיין גארטעל
ברכת צדיק האט עושה רושם געווען, און ר' יחזקאל האט צום יאר געהאט א קינד למז"ט, און ער האט געהאט נאך און נאך קינדער, אזויפיל וויפיל כוסות וויין די רבי האט אים מכבד געווען פורים ביים טיש.


איין פורים איז צווישען דעם אנגעפארענעם עולם געווען א אינגערמאן וואס האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער און ער איז געקומען פועל'ן א בן זכר. ביים טיש זענען געזעצען די עלטערע אידען און אנגעזעענע בעל בתים און דער אינגערמאן איז געשטאנען אין א זייט, דער רבי האט אנגעגאסען א כןוס וויין און געשטעלט פאר אלע זינצענדיגע ביים טיש.

מיטאמאל האט דער רבי באמערקט ביים טיש זיצט אן עלטערע איד וואס האט נישט אויסגעטרינקען דעם וויין, האט אים דער רבי פארגעהאלטען אויף דעם, האט זיך דער עלטערע איד פארענפערט אז די דאקטאר האט אים פארבאטען צי טרינקען, האט דער רבי געגעבען א מאך מיט די הענט עה! דער דאקטאר שלאפט דאך יעצט, איך האב געוואלט אז די זאלסט דווקא יא טרינקען.
ער האט ציגעגעבען אז עס האט פאסירט אזא מעשה ביים רבי ר' אלימלך מ'ליזענסק זי"ע, איינמאל איז געווען ר' דוד'ל לעלוב'ער ביי אים אויף א באזוך, און ר"ר אלימלך האט אים מכבד געווען מיט א כוס וויין, ווען ר' דוד'ל האט דאס אנטזאגט ווייל די דאקטאר האט אים פארבאטען צי טרינקען האט אים ר"ר אלימלך געענטפערט די דאקטאר שלאפט יעצט...

דאן האט זיך ר' אלימלך געוואנדען צי דעם אינגערמאן וואס האט געדארפט א ישועה בזש"ק, זאגענדיג נו! אויב דער איד האט נישט געטרינקען געב איך דיר דעם כוס און האט דאס ציגענומען פונם אלטען איד אהינגעבענדיג פאר'ן אינגערמאן.

נאכ'ן טרינקען פרעגט אים די רבי ווי אזוי הייסט דיין פרוי, ענטפערט די אינגערמאן אסתר, זאגט דער רבי, נו. פון היינט מאל אן וועט זי הייסען "אסתהר" אזוי ווי די גמרא ברענגט אין מס' מגילה "אסתר על שם אסתהר" (און עס וועט אי"ה זיין ותהר ותלד).

און דער רבי האט געהייסען ברענגן א מגילה גמרא ווייל ער וויל זאגען די מימרא אינעווייניג, מ' האט געברענגט א גמרא און דער רבי מישט אהער און אהין און קען נישט געפינען די גמרא, ווי אויך ביים טיש זענען געזעצען אסאך תלמידי חכמים און קיינער האט זיך נישט געקענט דערמאנען ווי די גמרא איז.

דאן האט זיך ר' אלימלך אויסגעדרייט צי דעם אינגערמאן און מיטן טאש טיכעל - פאטשיילע אים געגעבען בדרך חיבה א קלאפ אויפען פנים, זאגענדיג דערביי אויב די וועסט נאר אביסעל מהרהר בתשובה זיין וועסטו שוין זען אז מיר וועלען באלד גרינג טרעפען די גמרא, די זעסט דאך אז עפעס איז דא אז מיר קענען דאס בשום אופן נישט געפונען.

דער אינגערמאן האט פארשטאנען דעם עסק און האט תיקף ארויפגעלייגט ביידע הענט אויף די אויגען און אנגעהויבען מהרהר בתשובה זיין. נאך א מינוט געט אים די רבי נאך א קלאפ מיט די פארטשיילע זאגענדיג "זעסט, האסט קוים אביסעל מהרהר בתשובה געווען האבען מיר שוין געפינען די גמרא אויף דף י"ג און האט געהייסען דעם עולם מיטזאגן "ולמה נקרא אסתר וכו' על שום אסתהר" און אויך די פירוש רש"י דארט "אסתהר - ירח, יפה כלבנה", און האט אויסגעפירט; פון היינט מאל אן וועט דיין פרוי הייסען אסתהר, ותהר ותלד, און וועסט געהאלפען ווערען מיט זרע של קיימא.

וכן הוה. עס איז מקויים געוואען די ברכת צדיק, און דער אינגערמאן איז געבענטש געווארען מיט א קינד למז"ט. - אן עקסטערע סימן אז ער האט גע'פועל'ט איז געווען אז די רבי האט אים געגעבען א קלאפ מיט די פארטשיילע, דער וואס האט געכאפט א קלאפ - איז געווען מקובל אין טאהש ביי די חסידים - אז ער איז שוין א געהאלפענער.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:52 pm

יישר כח פאר די הערליכע ענינים און מעשיות.

דאס וואס דו שרייבסט וועגן האלטן אן עפל אויפן טיש פרייטאג צונאכטס, האב איך נעכטן געלערנט אין כף החיים (סי' ר"נ) אז דאס שטאמט פון אריה"ק.

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:57 pm

דאס קארטל וואס מען האט ארויסגעשיקט, ווען רבי אלימלך איז געפארן שבת קיין דיארמאט, פון די געציילטע שבתים וואס ער איז געפארן פראווען אין דער פרעמד
צוגעלייגטע
tosh kartel reb melech.jpg
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:02 pm

קרעמער האט געשריבן:יישר כח פאר די הערליכע ענינים און מעשיות. דאס וואס דו שרייבסט וועגן האלטן אן עפל אויפן טיש פרייטאג צונאכטס, האב איך נעכטן געלערנט אין כף החיים (סי' ר"נ) אז דאס שטאמט פון אריה"ק.


יישר פאר דיין מראי מקום.
באותו ענין,
"רבי אלימלך פלעגט זאגן מען זאל נישט מהרהר זיין נך זיינע מנהגים, ווייל ער טוט נאר וואס ער האט געזעהן ביי זיינע רבי'ס..."


אין טאהש איז אויך געווען א גרויס דגוש אויף עוסק זיין אין סיפורי צדיקים, רבי אלימלך האט געהאלטן א מלמד א חסידישן געווייקטער איד וואס זיין אויפגאבע איז געווען צו לערנען מיט די קינדער, תולדות וסיפורי צדיקים.

ר' אלימלך פלעגט זאגען ; דער רבי זכרונו לברכה (ר' אליעזר'ל קאמארנער) פלעגט זאגען אז דער טאטע דער הייליגער קאמארנער (מהרי"א) האט געוויסט טויזענט מעשיות פונם הייליגען בעל שם טוב און איך (ר' אליעזר'ל) קען די גרעסערע העלפט פון טאטע'נס און איך - האט ר' אלימלך געזאגט אויף זיך - קען די גרעסערע העלפט פון רבי'נס.

דער טאהשער רבי פארציילט נאך פילע אריגינאלע מעשיות וואס ער האט מקבל געווען פון זיין זיידן, ס'רוב זענען געדרוקט אין זיינע ספרים.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:03 pm

חייקל,
די מודעה איז זייער היסטאריש און אינטערעסאנט, וואס איז די חילוק פון 'טאהש' און 'ניר-טאהש'?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט