ר' יצחק בנימין מענדלאוויטש אב"ד פ. לאדאני ז"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

farshlufen האט געשריבן:פון וועלכע סאלקע אויף בעדפארד רעדט מען האדאס אדער מאטע? קארנער היוז אדער אקעגן איבער פאפא?

האדאס און מאטע איז די זעלביגע אנטקעגען פאפא, די רעדע איז פון טיסא-סאלקא, ביי די ווינקעל פון היוז שטראסע.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:4. ווער איז ר' דוד מאיר גרינוואלד?

נישט לאנג צוריק אוועק אין טיפן עלטער, מחשובי זקני חסידי בעלזא [מאחנאווקא].
ועמך כולם צדיקים
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

B"H
on QUA. #3---THE ANSWER is KOPEL is the son rab amrem.
by the way rab amrem was for a short time a rabbi in the tiferes israel shul on throop av. and willoughby st.

the building is still standig.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווילאנג מ'זעמיר נאכנישט זיכער איבער ווער דער פיגור אויפן בילד פונעם ערשטן תגובה איז, האב איך באוויזן צונויפצוקלויבן מער דעטאלן איבער ר' יצחק בנימין מענדלאוויטש מפישפיק-לאדאני ז"ל.

דער ערשטער לאדאניער רב פון די משפחה איז געווען ר' יוסף יוזפא ראזענבערג זצ"ל מח"ס יד יוסף ודברי יוסף על טוש"ע או"ח ויור"ד, פון וועם עס זענען נאך היינט דא אסאך אייניקלעך רבנים חסידים ואנשי מעשה כולל בא"ב (ר' ישעי' ראזענבערג מלמד תשב"ר בסאטמאר וומ"ס איז אויך אן אייניקל), צווישן זיי זענען געווען די דעברעצינער דיינים למשפחת ראזענבערג און דער הוידא-האדהאזער רב ר' יצחק ראזענבערג (דער שווער פונעם פריערידעגן וויענער רב ר' עזריאל יהודא לעבאוויטש זצ"ל).

אלס ממלא מקום פון ר' יוזפא מיט די רבנות און לאדאני איז אויפגענומען געווארן זיין איידעם ר' אברהם הלוי שטרויס זצ"ל ווען זיין זוהן ר' מנחם צבי שטרויס איז משמש אלס רב הצעיר.

ר' מנחם צבי שטרויס הנ"ל רב הצעיר דפישפיק-לאדאני איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' זאב וואלף ראזענבערג ז"ל ראב"ד דעברעצין בן אבי-אמו ר' יוזפא רז"ב מפ. לאדאני.

ר' מנחם צבי איז אוועק אינגערהייט בחיי אביו איבערלאזנדיג יונגע יתומים וועלכע זענען ערצויגן געווארן ביים זיידען ר' אברהם, צווישן זיי איז געווען זיין טאכטער וועלכע האט שפעטער חתונה געהאט מיט ר' יצחק בנימין ב"ר אשר מרדכי מענדלאוויטש זצ"ל ממלא מקום חותנו-זקנו אלס לעצטער רב אין פישפיק-לאדאני (שעליו מסתובב אשכולינו).

די קינדער פון ר' יצחק בנימין זענען ווי פאלגענד;
1) ר' אברהם מענדלאוויטש (אין תש"מ ווערט ער באצייכנט וואונענדיג אין ירושלים, אבער דאכציך אז ער האט איבערגענומען דעם ביהמ"ד אויף מארסי עוו., איינער ווייסט?)
2) ר' שלום מענדלאוויטש חתן ר' אלכסנדר אשר באב"ד מטארטיקוב (נזכר לעיל כאב"ד חוליוב במאנסי)
3) חתנו ר' יוסף חיים ב"ר יצחק צבי בערנפעלד נכד הכת"ס

דער פאטער פון ר' יצחק בנימין, ר' אשר מרדכי מענדלאוויטש איז געווען אן איידעם ביי ר' יעקב ישראל ווייסמאנדל (אבי ר' חמ"ד מנייטרא זצ"ל) זיינע קינדער;
1) ר' יצחק בנימין אב"ד פ. לאדאני
2) ר' מנחם מאיר (בערקאוויטש)
3) חתנו ר' ישראל ישכר ראטה
4) חתנו ר' חיים מרדכי אהרן מענצער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב מיללער, ר' מיכאל בער'ס טאטע האט געהייסן ר' יוסף ז''ל, ר' יעקב ישראל איז געווען זיין זיידע

ר' אברהם מענדלאוויטש אב''ד פישפיק-לאדאני אויף מארסי עוו. האט געוואוינט אין תש''מ אין ירושלים שפעטער אין טאהש נאכדעם אין קרית יואל הערשט לעצטנס אין וויליאמסבורג.
.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א בילד פון הרה"צ ר' אברהם הלוי שטרויס זצ"ל אב"ד פישפיקלאדאני, חתן היד יוסף משפ וחותן ר' יצחק בנימין מענדלאוויטש ממלא מקומו.
אטעטשמענטס
Straus.jpg
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

רב מיללער,
דער ר' ישראל ישכר ראטה, חתנו של אשר מרדכי מענדלאוויטש,
דער איז דער פעטער מיינער (מיין מאמע ע"ה עלצטע ברידער) מיט וועמען איך האב גערעדט וועגען דער בילד, און אויך וויא אזוי ר' מיכאל בער ז"ל איז געווען זיין קרוב.

אונעם אשכול פון זכרונות פון רבין זי"ע (בעל דברי יואל) האב איך דערמאנט א פעטער מיינער ווער איז בייגעווען ביי א פלפול צווישען רבין מיט ר' יונתן שטייף ז"ל בענין עסען און די סוכה שמיני עצרת. דער איז דאס.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א שיין בילד פונעם ספר 'איש חמודות' איבער די תולדות פון רחמ"ד וויסמאנדל, ווערט געזעהן צווישן אנדערע דער לאדאני רב ר' יצחק בנימין מענדלאוויטש ז"ל (בילד קרעדיט; הסתדרתי בח"ח)

מימין לשמאל - הרב מלאדאני, החתן ר' מרדכי קאליש, האדמו"ר מסטראפקוב, משאפראן, מנייטרא, רבי חמ"ד וייסמנדל, רבי יצחק זאב מאיער. זצ"ל.
אטעטשמענטס
Lodoni.JPG
מבקש
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 08, 2010 11:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבקש »

scy4851 שרייבט אז: ר' יצחק בנימין'ס מאמע איז געווען א ווייסמאנדעל, א שוועסטער פאר ר' מיכאל בער ז"ל.

איך וויל נאר אויסבעסערן - דער מאמע פון ר' יצחק בנימין איז געווען א שוועסטער פאר ר' יוסף ווייסמאנדל ז"ל דער טאטע פון ר' מיכאל בער ז"ל - ביידע זענען געווען קינדער פון ר' יעקב ישראל ווייסמאנדל ז"ל וועלכער האט געוואוינט אין ראצפערט, דארטן ווי דער טאטע פון ר' יצחק בנימין האט געוואוינט
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

מיללער האט געשריבן:ר' מנחם צבי שטרויס הנ"ל רב הצעיר דפישפיק-לאדאני איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' זאב וואלף ראזענבערג ז"ל ראב"ד דעברעצין בן אבי-אמו ר' יוזפא רז"ב מפ. לאדאני.

ר' מנחם צבי איז אוועק אינגערהייט בחיי אביו איבערלאזנדיג יונגע יתומים וועלכע זענען ערצויגן געווארן ביים זיידען ר' אברהם,

דאכט זיך מיר אז עטליכע פון די משפחה וואס האבן געטראגן דעם נאמען מנחם צבי זענען אוועק אינגערהייט ר"ל.
דער טאטע פונעם יד יוסף האט אויך געהייסען מנחם צבי ווי אויך זיין זוהן האט אזוי געהייסן און לויט מיין זכרון זענען זיי ביידע ל"ע אוועק בדמי ימיהם. לאידך גיסא, זענען געוועהן עטליכע מענדל הערש'עס (אזוי האט מען זיי גערופן) וואס האבן יא אויסגעלעבט שיין.
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

לעצטענס געהערט.

ווען ר' יצחק בנימין מענדאלאוויטש זצ"ל, האט איבערגענומען דעם רבנות פאסטען פונעם שווער, האט ער געלאזט רופען א בעל הבית וואס האט אפגעטוהן ביטערליכע צרות פארן שווער, ווען דער בעל הבית קומט אריין, זאגט איהם דער נאר וואס געווארענער רב, הער דיך איין, דער יוצרות האט זיך איבערגעדרייט, ביז היינט פלעגט דער רב אהיימקומען און זיך אפרעדן צום רעבעצין, אז ער האלט שוין נישט אויס פון דעם בעל הבית, וואס טוט מען דא, פון היינט וועט דער בעל הבית אהיים קומען זיך אפרעדן פאר זיין ווייב, כ'האלט שוין נישט אויס פון דעם רב, ווי געט מען זיך א עצה...

כ'מיין אז זיין עלטער שווער ר' אברהם איז אוועק הארט אנהייב קריג, און ר' יצחק בנימן האט קוים אויספיעט צו פירען געציילטע יארען דעם רבנות.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
דער ערשטער לאדאניער רב פון די משפחה איז געווען ר' יוסף יוזפא ראזענבערג זצ"ל מח"ס יד יוסף ודברי יוסף על טוש"ע או"ח ויור"ד, פון וועם עס זענען נאך היינט דא אסאך אייניקלעך רבנים חסידים ואנשי מעשה כולל בא"ב (ר' ישעי' ראזענבערג מלמד תשב"ר בסאטמאר וומ"ס איז אויך אן אייניקל), צווישן זיי זענען געווען די דעברעצינער דיינים למשפחת ראזענבערג און דער הוידא-האדהאזער רב ר' יצחק ראזענבערג (דער שווער פונעם פריערידעגן וויענער רב ר' עזריאל יהודא לעבאוויטש זצ"ל).

אלס ממלא מקום פון ר' יוזפא מיט די רבנות און לאדאני איז אויפגענומען געווארן זיין איידעם ר' אברהם הלוי שטרויס זצ"ל ווען זיין זוהן ר' מנחם צבי שטרויס איז משמש אלס רב הצעיר.

ר' מנחם צבי שטרויס הנ"ל רב הצעיר דפישפיק-לאדאני איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' זאב וואלף ראזענבערג ז"ל ראב"ד דעברעצין בן אבי-אמו ר' יוזפא רז"ב מפ. לאדאני.


דער דעברעצינער דיין ר' זאב וואלף ראזענבערג ב"ר יוסף יוזפא מפ. לאדאני, האט איבערגעלעבט די קריג (אזוי ווי אסאך דעברעצינער אידן) ער איז געבליבען וואונען אין דעברעצין ביז זיין פטירה בשנת תשי"ב, בייגעלייגט איז א בילד פון זיין מציבה אין דעברעצין.
אטעטשמענטס
rosenberg.jpg
אוועטאר
shmaltz painter
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shmaltz painter »

Mr. Badatz - You are 1000% correct.
I knew them both.
אוועטאר
אינטערעס
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 4:50 pm

ר' זאב וואלף דיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערעס »

בעזרת השם יתברך

אינה ה' לידי ממשפחת לאדיין שהבהיר לי את כל הנעשה בתוספת תמונות מדויקות.
1. איך עטעטש דא די בילדער פון מציבה וואס דו האסט שוין געשיקט בתוספת די אנדערע זייט.
אויך אן אלטע מציבה פון ר' וואלף וואס דארט שטייט ר' צבי, אפשר וועסטו קענען מפענח זיין מה פירוש פון די ווערטער דארט.
2. די בילד פון ר' זאב וואלף האט א חלק ב', פון א צווייטע רב וואס זיי געבן זיך די הענט, לאמיר זעהן צו דו וועסט אויך וויסן ווער יענער רב איז. דער אינגל אין יענער בילד, הייסט יוסף יוזפא רוזנבערג א אייניקל פון ר' וואלף דיין דורך זיין זון פייבל (רב דאגודת אזב ב"פ), דער ר' יוזפא לעבט נאך אין ???
דער בילד איז שוין נאכן קריג.
המחכה לתשובתך, ולעוד אינפארמאציע וועגן ר' וואלף וואס דו קענסט שאפן וועט זיין זייער אינטרעסאנט פאר מיר.
אינטערעס
אטעטשמענטס
תמונה ר' וואלף- שטראסער ויוזעפ בן פייבל.JPG
הכתב תמוה
הכתב תמוה
שני צדדי המצבה.  המצבה הקטנה מאחור נראה שזו בתו של ר' זאב שנפטרה בצעירותה
שני צדדי המצבה. המצבה הקטנה מאחור נראה שזו בתו של ר' זאב שנפטרה בצעירותה
אוועטאר
אינטערעס
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 4:50 pm

אינפארמאציע אויף ר' וואלף דיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערעס »

ב"ה

צו יעדען איינעם
איך זיך וויכטיג אינפארמאציע אויף ר' זאב וואלף ראזנבערג דיין דק"ק דעברעציןאפשר לעיין בהפרטים וואס איז שוין דא אין אשכול דר' יצחק בנימין ד. לאדאני בסופו כמה פרטים.

יישר כח לכל מי שמתנדב לנדב את הידיעות

אינטערעס
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינטערעס האט געשריבן:2. די בילד פון ר' זאב וואלף האט א חלק ב', פון א צווייטע רב וואס זיי געבן זיך די הענט, לאמיר זעהן צו דו וועסט אויך וויסן ווער יענער רב איז. דער אינגל אין יענער בילד, הייסט יוסף יוזפא רוזנבערג א אייניקל פון ר' וואלף דיין דורך זיין זון פייבל (רב דאגודת אזב ב"פ), דער ר' יוזפא לעבט נאך אין ???
דער בילד איז שוין נאכן קריג.
המחכה לתשובתך, ולעוד אינפארמאציע וועגן ר' וואלף וואס דו קענסט שאפן וועט זיין זייער אינטרעסאנט פאר מיר.
אינטערעס

דער צו רעכטס אויפן בילד איז ווארשיינליך הגאון ר' שלמה צבי שטראסער אב"ד דעברעצין, זעה דעם בייגעלייגטן בילד להשוואה, אויך דער דעברעצינער רב האט איבערגעלעבט די קריג און איז אוועק אינעם זעלבן יאר שנת תשי"ב
אטעטשמענטס
Rabbi-Tsvi-Slomo-Hacohen-STRASSER.jpg
Rabbi-Tsvi-Slomo-Hacohen-STRASSER.jpg (16.25 KiB) געזען 3209 מאל
אוועטאר
אינטערעס
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 4:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערעס »

ב"ה
פאנטאסטיש
שיין צוזאמגעשטעלט די 2 בילדער.
וואס זאגט איר וועגן דער מאדנער מצבה ישנה ?
אינטערעס
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינטערעס האט געשריבן:1. איך עטעטש דא די בילדער פון מציבה וואס דו האסט שוין געשיקט בתוספת די אנדערע זייט.
אויך אן אלטע מציבה פון ר' וואלף וואס דארט שטייט ר' צבי, אפשר וועסטו קענען מפענח זיין מה פירוש פון די ווערטער דארט.

בפשטות וואלט איך געזאגט אז דער נאמען צבי איז בטעות אויפגעקריצט געווארן אויף די מציבה, און דערפאר האט מען דאס שפעטער ארונטערגענומען ביים מחדש זיין די מציבה, זה דא דערמאנט דער פאטער רבי יוסף יוזפא אב"ד פישפיקלאדאני זיינע קינדער ובתוכם "ובני הרב המאוה"ג חו"ב מוה' זאב נ"י יושב על מדין בק"ק יראים דעברעצין יצ"ו"
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=6

דא רופט אים דער פאטער מיטן נאמען 'וואלף':
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=8

אבער צבי ווערט נישט דערמאנט אין ערגעץ/
אוועטאר
אינטערעס
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 4:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערעס »

ייש"כ
ראיתי מה שציינת אין היברו-בוקס
אלא שעל פי רוב כשכותבים מציבה, איז מען מדייק וואס מען שרייבט?

כתוב שם בדברי יוסף, הלשון הזה,
אוצר בלום אשר הגיע לפרשת דרכים בימי בחרותו
וואס מיינט די וורטער 'הגיע לפרשת דרכים' ?

אינטערעס
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינטערעס האט געשריבן:.
2. די בילד פון ר' זאב וואלף האט א חלק ב', פון א צווייטע רב וואס זיי געבן זיך די הענט, לאמיר זעהן צו דו וועסט אויך וויסן ווער יענער רב איז. דער אינגל אין יענער בילד, הייסט יוסף יוזפא רוזנבערג א אייניקל פון ר' וואלף דיין דורך זיין זון פייבל (רב דאגודת אזב ב"פ), דער ר' יוזפא לעבט נאך אין ???
דער בילד איז שוין נאכן קריג.

בנו ר' חזקי' פייבל ראזענבערג ז"ל מילא מקום אביו כדומ"ץ בדעברעתין, לאח"כ היגר לארה"ב ויסד את קהלתו אגודת אזויב בב"פ, רח"פ נפטר כ"א אב תשמ"ה.

היה מכתב ממנו (בכת"י):
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 15&hilite=
אוועטאר
אינטערעס
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 4:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערעס »

ב"ה

מצאתי זאת בהיברו בוקס

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... q=1929&st=%u05D6%u05D0%u05D1%20%u05D5%u05D5%u05D0%u05DC%u05E3%20%u05E8%u05D0%u05D6%u05E0%u05D1%u05E2%u05E8%u05D2

אם יש לך סיפור או תולדות או איזה ווערטער ממנו, אשמח צו זעהן.

יישר כח
אוועטאר
אינטערעס
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 4:50 pm

תמונת ר' יצחק בנימין זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערעס »

מיללער האט געשריבן:ברוך הבא הרב מביד"ץ, יהא בואך לברכה.

אונזער נייער חבר ווארפט דא אריין א פלאקן אינעם גאנצן יסוד וואס ידידינו ר' שמחה האט אויפגעבויעט, אז דער רב אין רעכטס איז הרב מפישפיקלאדאני.

ער טענהעט אויף ענגליש אז דאס איז הרב ר' שמואל מארגנשטערן זצ"ל (?) און דאס קליינע מיידעלע איז זיין טאכטער וואס הייסט היינט 'זילבערשטיין'.

קען איינער ברענגען מער אינפארמאציע איבער די 'זילבערשטיין-מארגנשטערן' טעאריע ווס. דעם 'מענדלאוויטש' מיינונג ?
אטעטשמענטס
Copy of ר' י צחק בנימין פ. לאדאני.JPG
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

א בילד פון רב
אטעטשמענטס
1103132156_929x1200.jpg
אוועטאר
אינטערעס
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 4:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערעס »

זייער שיין
וואו איז דער בילד?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:ווילאנג מ'זעמיר נאכנישט זיכער איבער ווער דער פיגור אויפן בילד פונעם ערשטן תגובה איז, האב איך באוויזן צונויפצוקלויבן מער דעטאלן איבער ר' יצחק בנימין מענדלאוויטש מפישפיק-לאדאני ז"ל.

דער ערשטער לאדאניער רב פון די משפחה איז געווען ר' יוסף יוזפא ראזענבערג זצ"ל מח"ס יד יוסף ודברי יוסף על טוש"ע או"ח ויור"ד, פון וועם עס זענען נאך היינט דא אסאך אייניקלעך רבנים חסידים ואנשי מעשה כולל בא"ב (ר' ישעי' ראזענבערג מלמד תשב"ר בסאטמאר וומ"ס איז אויך אן אייניקל), צווישן זיי זענען געווען די דעברעצינער דיינים למשפחת ראזענבערג און דער הוידא-האדהאזער רב ר' יצחק ראזענבערג (דער שווער פונעם פריערידעגן וויענער רב ר' עזריאל יהודא לעבאוויטש זצ"ל).

אלס ממלא מקום פון ר' יוזפא מיט די רבנות און לאדאני איז אויפגענומען געווארן זיין איידעם ר' אברהם הלוי שטרויס זצ"ל ווען זיין זוהן ר' מנחם צבי שטרויס איז משמש אלס רב הצעיר.

ר' מנחם צבי שטרויס הנ"ל רב הצעיר דפישפיק-לאדאני איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' זאב וואלף ראזענבערג ז"ל ראב"ד דעברעצין בן אבי-אמו ר' יוזפא רז"ב מפ. לאדאני.

ר' מנחם צבי איז אוועק אינגערהייט בחיי אביו איבערלאזנדיג יונגע יתומים וועלכע זענען ערצויגן געווארן ביים זיידען ר' אברהם, צווישן זיי איז געווען זיין טאכטער וועלכע האט שפעטער חתונה געהאט מיט ר' יצחק בנימין ב"ר אשר מרדכי מענדלאוויטש זצ"ל ממלא מקום חותנו-זקנו אלס לעצטער רב אין פישפיק-לאדאני (שעליו מסתובב אשכולינו).



ווייזט אויס אז הרבנית אשת ר' חיים מנחם צבי שטרויס איז יארן לאנג געווען אן אלמנה, זי איז אוועק תשמ"ח ומנו"כ בשיכון סקווירא:
viewtopic.php?p=850195#p850195
מצבתה באדיבות מעמיד המצבות דקהלתנו:
בילד

און באלד דערויף מצבת בתה הרבנית מענדלאוויטש מפישפיקלאדאני:
viewtopic.php?p=850196#p850196
בילד
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”