ר' יצחק בנימין מענדלאוויטש אב"ד פ. לאדאני ז"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 27, 2014 11:31 am

מיללער האט געשריבן:דער ערשטער לאדאניער רב פון די משפחה איז געווען ר' יוסף יוזפא ראזענבערג זצ"ל מח"ס יד יוסף ודברי יוסף על טוש"ע או"ח ויור"ד, פון וועם עס זענען נאך היינט דא אסאך אייניקלעך רבנים חסידים ואנשי מעשה כולל בא"ב (ר' ישעי' ראזענבערג מלמד תשב"ר בסאטמאר וומ"ס איז אויך אן אייניקל), צווישן זיי זענען געווען די דעברעצינער דיינים למשפחת ראזענבערג און דער הוידא-האדהאזער רב ר' יצחק ראזענבערג (דער שווער פונעם פריערידעגן וויענער רב ר' עזריאל יהודא לעבאוויטש זצ"ל).

אלס ממלא מקום פון ר' יוזפא מיט די רבנות און לאדאני איז אויפגענומען געווארן זיין איידעם ר' אברהם הלוי שטרויס זצ"ל ווען זיין זוהן ר' מנחם צבי שטרויס איז משמש אלס רב הצעיר.

ר' מנחם צבי שטרויס הנ"ל רב הצעיר דפישפיק-לאדאני איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' זאב וואלף ראזענבערג ז"ל ראב"ד דעברעצין בן אבי-אמו ר' יוזפא רז"ב מפ. לאדאני.

ר' מנחם צבי איז אוועק אינגערהייט בחיי אביו איבערלאזנדיג יונגע יתומים וועלכע זענען ערצויגן געווארן ביים זיידען ר' אברהם.


viewtopic.php?p=885906#p885906
מצבות שטעלער האט געשריבן:161
ר' חיים מנחם צבי שטרויס בן יחיד לאביו הה"ג מו"ה אברהם סג"ל הרב מפ' לאדאן
נתגדל על ברכי זקינו הגאון בעה"מ ספרי יד יוסף וספרי דברי יוסף זצוק"ל מפ' לאדאן
מגיד משרים בבית מושב זקנים דפה
ג' דחוהמ"ס תרצ"ו

בילד



צושויער האט געשריבן:שם משפחתו "שטרויס".
ר' אברהם הי' חותנו של הר"ר יצחק בנימין מענדלאוויטש אב"ד פ' לאדאן.
השם מנחם צבי כשם אבי היד יוסף, שהי' תלמיד החת"ס.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 27, 2014 11:32 am

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
דער ערשטער לאדאניער רב פון די משפחה איז געווען ר' יוסף יוזפא ראזענבערג זצ"ל מח"ס יד יוסף ודברי יוסף על טוש"ע או"ח ויור"ד, פון וועם עס זענען נאך היינט דא אסאך אייניקלעך רבנים חסידים ואנשי מעשה כולל בא"ב (ר' ישעי' ראזענבערג מלמד תשב"ר בסאטמאר וומ"ס איז אויך אן אייניקל), צווישן זיי זענען געווען די דעברעצינער דיינים למשפחת ראזענבערג און דער הוידא-האדהאזער רב ר' יצחק ראזענבערג (דער שווער פונעם פריערידעגן וויענער רב ר' עזריאל יהודא לעבאוויטש זצ"ל).

אלס ממלא מקום פון ר' יוזפא מיט די רבנות און לאדאני איז אויפגענומען געווארן זיין איידעם ר' אברהם הלוי שטרויס זצ"ל ווען זיין זוהן ר' מנחם צבי שטרויס איז משמש אלס רב הצעיר.

ר' מנחם צבי שטרויס הנ"ל רב הצעיר דפישפיק-לאדאני איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' זאב וואלף ראזענבערג ז"ל ראב"ד דעברעצין בן אבי-אמו ר' יוזפא רז"ב מפ. לאדאני.


דער דעברעצינער דיין ר' זאב וואלף ראזענבערג ב"ר יוסף יוזפא מפ. לאדאני, האט איבערגעלעבט די קריג (אזוי ווי אסאך דעברעצינער אידן) ער איז געבליבען וואונען אין דעברעצין ביז זיין פטירה בשנת תשי"ב, בייגעלייגט איז א בילד פון זיין מציבה אין דעברעצין.

מצבות שטעלער האט געשריבן:167
מרת חנה פראדל בת הגאון ר' ישעי' בייערן אבדק"ק שאראשפאטאק
אשת רבי זאב וואלף ראזענבערג
י"ב טבת תר"ץ
בילד


נאות דשא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 22, 2017 10:26 pm

תגובהדורך נאות דשא » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 8:55 am

farshlufen האט געשריבן:
ר' אברהם מענדלאוויטש אב''ד פישפיק-לאדאני אויף מארסי עוו. האט געוואוינט אין תש''מ אין ירושלים שפעטער אין טאהש נאכדעם אין קרית יואל הערשט לעצטנס אין וויליאמסבורג.
.

ביי וועמען איז הרב אברהם מענדלאוויטש אב״ד פישפיק-לאדאני אן איידעם?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 11:46 am

נאות דשא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
ר' אברהם מענדלאוויטש אב''ד פישפיק-לאדאני אויף מארסי עוו. האט געוואוינט אין תש''מ אין ירושלים שפעטער אין טאהש נאכדעם אין קרית יואל הערשט לעצטנס אין וויליאמסבורג.
.

ביי וועמען איז הרב אברהם מענדלאוויטש אב״ד פישפיק-לאדאני אן איידעם?

נישט ביי ווייסמאן?

נאות דשא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 22, 2017 10:26 pm

תגובהדורך נאות דשא » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 6:33 pm

מיללער האט געשריבן:
נאות דשא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
ר' אברהם מענדלאוויטש אב''ד פישפיק-לאדאני אויף מארסי עוו. האט געוואוינט אין תש''מ אין ירושלים שפעטער אין טאהש נאכדעם אין קרית יואל הערשט לעצטנס אין וויליאמסבורג.
.

ביי וועמען איז הרב אברהם מענדלאוויטש אב״ד פישפיק-לאדאני אן איידעם?

נישט ביי ווייסמאן?

איינער זאגט מיר אז ער איז א איידעם ביי ר׳ שמואל ווייס. איז דאס ריכטיג? און ווער איז דאס ר׳ שמואל ווייס?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12537
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג מאי 22, 2018 9:43 pm

לפי זכרוני איז לאדאני רב געווען פון די מזרח אידען אין בעלזא בה"מד אויף 16 ציזאם מיט הרב אברהם יצחק האללענדער (מחבר ספר ראשית מגדים ועוד) ז"ל און...?
און ער איז געווען א שד"ר פאר נייטרא ישיבה

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » מיטוואך מאי 23, 2018 5:39 pm

קיקיון האט געשריבן:לפי זכרוני איז לאדאני רב געווען פון די מזרח אידען אין בעלזא בה"מד אויף 16 ציזאם מיט הרב אברהם יצחק האללענדער (מחבר ספר ראשית מגדים ועוד) ז"ל און...?
און ער איז געווען א שד"ר פאר נייטרא ישיבה


יא!
דאס איז געווען אויף די עלטערע יארן זיינע, בעפאר תשמ' יארן האט ער געוואוינט אין וומסב"ג אויף הופער סט. נעבן מארסי, און האט באשיינט דעם סטראפקעווער-טשאקעווער ביהמ"ד.
ער איז געווען א הייסער בעלזער חסיד, און פלעגט פיל מאל פארן אויף יו"כ קיין בעלז.

ווי אויבן דערמאנט האט זיין שוויגער איבערגעלעבט די קריג, און געוואוינט ביי זיי אינדערהיים לאנגע יארן.

באדראטשיג
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2016 8:16 am

תגובהדורך באדראטשיג » מיטוואך מאי 23, 2018 8:09 pm

יארן לאנג געפארן אויף ראש השנה קיין בעלזא, אין געווען דער בעל מקריא קבוע ביי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א

אהרן הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מיטוואך מאי 23, 2018 9:36 pm

קיקיון האט געשריבן:לפי זכרוני איז לאדאני רב געווען פון די מזרח אידען אין בעלזא בה"מד אויף 16 ציזאם מיט הרב אברהם יצחק האללענדער (מחבר ספר ראשית מגדים ועוד) ז"ל און...?

כמבואר כאן

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12537
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך מאי 23, 2018 9:55 pm

אהרן הלוי האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:לפי זכרוני איז לאדאני רב געווען פון די מזרח אידען אין בעלזא בה"מד אויף 16 ציזאם מיט הרב אברהם יצחק האללענדער (מחבר ספר ראשית מגדים ועוד) ז"ל און...?

כמבואר כאן

וואס איז מבואר?
אז עס איז דא ביכעל וועגען זעכצענער שטיבעל?

שה אחד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:05 pm

תגובהדורך שה אחד » מיטוואך יולי 25, 2018 5:49 pm

בעלי זכרון 50 יש מאמר נאה לתולדות משפחת ראזנבערג
און רבי יוסף יוזפא אב"ד לאדיין זצ"ל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 12 געסט