רבי דוד'ל טווערסקי מסקווירא זצ"ל - ט"ו כסלו תר"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 2:01 pm

משיח האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:פון דעם ר' ישראל בן ר' איציקעל סקווירא'ר איז דא דורות?

ער האט געהאט א בת יחידה.
זיין איידעם איז געווען ר' דוד יעקב מזיטאמיר בן ר' מרדכי מאקארשוב בן ר' משה מקארשוב.
ער האט געהאט א בן יחיד ר' יצחק אברהם משה, וועלכע האט עולה געווען קיין ארץ ישראל ונפטר שם י"ט תשרי תשמ"ב.
איז געבליבן דורות פון אים?

איך כאפ נישט פונקטליך ווער האט געהאט א בן יחיד, אין וואס הייסט דאס ר' יצחק בן ר' אברהם משה ווער איז דער ר' אברהם משה?

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 2:07 pm

יאסל האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:פון דעם ר' ישראל בן ר' איציקעל סקווירא'ר איז דא דורות?

ער האט געהאט א בת יחידה.
זיין איידעם איז געווען ר' דוד יעקב מזיטאמיר בן ר' מרדכי מאקארשוב בן ר' משה מקארשוב.
ער האט געהאט א בן יחיד ר' יצחק אברהם משה, וועלכע האט עולה געווען קיין ארץ ישראל ונפטר שם י"ט תשרי תשמ"ב.
איז געבליבן דורות פון אים?

איך כאפ נישט פונקטליך ווער האט געהאט א בן יחיד, אין וואס הייסט דאס ר' יצחק בן ר' אברהם משה ווער איז דער ר' אברהם משה?


ר' ישראל הי' לו בת יחידה, שנישאת לר' דוד יעקב בן ר' מרדכי מקראשוב בן ר' משה מקארשוב.
נולד להם בן יחיד ושמו הי' ר' יצחק אברהם משה ע"ש ג' סביו האחים ר' יצחק מסקווירא, ר' משה מקארשוב, ור' אברהם מטוריסק.
ושאלתי הי' אם מר' יצחק אברהם משה שגר בארץ ישראל נשאר דורות.
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 2:20 pm

איבער ר' יצחק אברהם משה מקוריסטשוב פון ארץ ישראל איז דא אן ערך אין 'מלכות טשערנאבל' מיט זיין בילד און א בילד פון די מציבה, כ'מיין אז ער האט געהאט קינדער אבער נישט קיין רבי'ס צום ווייניגסטענס.

מיילעך?

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 2:36 pm

מיללער האט געשריבן:איבער ר' יצחק אברהם משה מקוריסטשוב פון ארץ ישראל איז דא אן ערך אין 'מלכות טשערנאבל' מיט זיין בילד און א בילד פון די מציבה, כ'מיין אז ער האט געהאט קינדער אבער נישט קיין רבי'ס צום ווייניגסטענס.

מיילעך?


ביז צום ערשיינונג פון די 'מלכות טשערנאבל' האט מען געוואוסט אז ר' יצחק אברהם משה האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, אבער ידידינו ר' יצחק מאיר האט איהם אנגע'שדכ'נט א רביצין בשם 'מירל', אבער אהן קיין ייחס....
מען פלעגט זאגן אז אין סקווירא האט מען גערופן דעם ר' יצחק אברהם משה בשמו, אין טריסק בשם אברהם יצחק משה, און אין קארשוב משה אברהם יצחק.
דער ר' יצחק אברהם משה איז געווען א געוואלדיגער גרויסער גאון.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 2:41 pm

משיח האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:שמע לי כבוד הרב,


און יא ר' דוד'ל איז ארום געפארן, אויף א פארנעם דאס ער איז אמאל געווען אוועק געפארן פאר איבער 60 שבתים אין א המשך חוץ פון אהיים קומען אויף יום טוב!! און פארשטיי נאך א זאך, ר' דוד'ל האט קודם געוואוינט אין כמעלניק און איז הערשט געקומען נאך די שריפה. ר' דוד'לס הויף איז געווען אויף דער אנדערע זייט שטאט פון ווי ס'איז געווען דער אריגינעלער הויף, ד.ה. אז רבי אין סקווירא איז געווען ר' משה דן!!!!!


איך זעה אז אונז פארשטיי מיר זיך ב"ה, זה בלשונו וזה בלשונו.

אמת דער רבי אין שטאט סקווירא איז געווען ר' משה דן, און ר' דוד'ל האט געוואוינט אין די אנדערע זייט שטאט, איך האב נאר געוואלט קלארשטעלן אז ר' דוד'ל איז געווען נישט קיין קליינע רבי, און דייקא בעיר סקווירא גופא (בעבר השני, אבל בתוך העיר), ווייל הרב מביקסאד האט געשריבן אז ער איז נישט געווען רבי אין סקווירא.

וכן בענין הנסיעות איני חולק עמך, כי גם אני שמעתי מזה כי הי' יכול להיות על הדרך לכמעט כל השנה, אלא תמהתי על לשונך "אף אם הי' גדול, איז עס נישט געווען אינדערהיים, כי כמעט ולא הי' שם". אבל עכשיו נתברר כוונתך העמוקה.


מען דארף פאשטיין נאך א זאך, די יאהרן וואס ר' דוד'ל איז געווען רבי זענען געווען גאר שווערע, הן בעניני השכלה (עי' בהמליץ ההספד על אדמוה"ז מהר"י) - שהנוער כבר הפסיקו לנסוע לרבי'ס, והן בסכנת הדרכים שהחסידים בעצמם מנעו עצמם מלנסוע, ע"כ הוצרך ר' דוד'ל לערוך נסיעות אפילו למרחקים כרומעניא וכדומה.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 3:49 pm

פרעגער האט געשריבן:ביז צום ערשיינונג פון די 'מלכות טשערנאבל' האט מען געוואוסט אז ר' יצחק אברהם משה האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, אבער ידידינו ר' יצחק מאיר האט איהם אנגע'שדכ'נט א רביצין בשם 'מירל', אבער אהן קיין ייחס....


שמואל חי ובית דינו קיים... ר' יצחק מאיר לעבט דאך נאך, און דער ר' יצחק אברהם משה איז דאך אוועק קנאפע 28 יאר צוריק, נו, קען מען דאך לכאורה מברר זיין.
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 4:02 pm

משיח האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:ביז צום ערשיינונג פון די 'מלכות טשערנאבל' האט מען געוואוסט אז ר' יצחק אברהם משה האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, אבער ידידינו ר' יצחק מאיר האט איהם אנגע'שדכ'נט א רביצין בשם 'מירל', אבער אהן קיין ייחס....


שמואל חי ובית דינו קיים... ר' יצחק מאיר לעבט דאך נאך, און דער ר' יצחק אברהם משה איז דאך אוועק קנאפע 28 יאר צוריק, נו, קען מען דאך לכאורה מברר זיין.


מ'האט שוין פרובירט, אבער קיין קלארע מקור (מי היתה זיווגו - כי באר"י בוודאי לא היתה לו רבנית) איז נישטא.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 4:07 pm

יעצט כאפ איך, איך נישט געוואוסט אז מ'רעדט פון א זיווג בימים ההם.
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 4:13 pm

משיח האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:פון דעם ר' ישראל בן ר' איציקעל סקווירא'ר איז דא דורות?

ער האט געהאט א בת יחידה.
זיין איידעם איז געווען ר' דוד יעקב מזיטאמיר בן ר' מרדכי מאקארשוב בן ר' משה מקארשוב.
ער האט געהאט א בן יחיד ר' יצחק אברהם משה, וועלכע האט עולה געווען קיין ארץ ישראל ונפטר שם י"ט תשרי תשמ"ב.


מנו"כ בהר הזיתים בחלקת האדמורי"ם מטשערנאביל - סביבות האוהל.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך TAG » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 3:01 am

מיללער האט געשריבן:ביז צום ערשיינונג פון די 'מלכות טשערנאבל' האט מען געוואוסט אז ר' יצחק אברהם משה האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, אבער ידידינו ר' יצחק מאיר האט איהם אנגע'שדכ'נט א רביצין בשם 'מירל', אבער אהן קיין ייחס....

מ'האט אים געהאט פאר'שדכ'נט די טאכטער פון ר' יוסף מאיר'ל מאכנובקה (דאכטזיך מיר) מרת חנה, וועגן געוויסע סיבות איז דאס נישט צושטאנד געקומן. למעשה האט ער קיינמאל נישט חתונה געהאט.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 7:35 am

א שיינע אינטערוויו אויף קול מבשר מיט הרב שמואל גרובער, יו"ר מכון משכנות יעקב דחסידי סקווירא, איבער די הויף אין סקווירא, ווי עס ווערט ארומגעשמועסט שיינע נקודות איבער די משפחה און די היסטאריע ארום און ארום.

#172 אויף די אינטערוויו'ס.
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג ינואר 19, 2010 11:24 am

בלויז פאר די אינטערעסאנטקייט און נישט פאר די גדולה פון דער זאך, אט איז א הספד-אלון בכות פון צוויי משכילישע שרייבער המאסיף און המליץ ווי זיי באוויינען ר' איציקל סקווערער צו זיין פטירה
צוגעלייגטע
eiloin buchis_hamelitz.jpg
eiloin buchis.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

קלונימוס
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:08 pm

תגובהדורך קלונימוס » דינסטאג ינואר 19, 2010 12:19 pm

ביקסאד האט געשריבן:פאר איינצילהייטן קאן מען נאך קוקן אין בקדושה של מעלה,

עס איז שוין דא היינט אויך איבערגעזעצט אין אידיש.


אויפן ערשטן בלאט איז דארט דא א מעשה אז זקני החסידים האבן אנגעזען אז מהר"ד לייגט אראפ א גרויסע עבודה אראפצוברענגן די נשמה פון ר' יעב יוסף, קען מיר איינער זאגן מער פרטים פון די מסורה?

ווער האט עס דערציילט? ומה ראו?

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג ינואר 19, 2010 12:20 pm

קלונימוס האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:פאר איינצילהייטן קאן מען נאך קוקן אין בקדושה של מעלה,

עס איז שוין דא היינט אויך איבערגעזעצט אין אידיש.


אויפן ערשטן בלאט איז דארט דא א מעשה אז זקני החסידים האבן אנגעזען אז מהר"ד לייגט אראפ א גרויסע עבודה אראפצוברענגן די נשמה פון ר' יעב יוסף, קען מיר איינער זאגן מער פרטים פון די מסורה?

ווער האט עס דערציילט? ומה ראו?


די מקור איז - חסידים פון ר' דוד'ל סקווירא'ר זצ"ל, דער סקווירא רבי ר' יעקב יוסף איז געווען מיט 8 יאהר יונגער ווי זיין ברודער - איינס עלטער פון איהם (דארט איז געווען א מעשה - א מחלוקה צווישן איין גבאי און די רביצין ואכמ"ל).
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג ינואר 19, 2010 12:28 pm

קיינער האט נישט אנגעדייטעט אז ס'איז דוקא געווען אן עבודה אויף אראפ צו ברענגען אזא הייליגע נשמה, אין פאקט אבער האט מען יענע 8 יאהר געזעהן געוולדיגע קדושה ופרישית למעלה מכוחות אנושיות, און בהיות דערנאך איז געבוירן געווארן ר' יעקב יוסף'ל האט מען דאס מקשר געווען להנ"ל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

קלונימוס
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:08 pm

תגובהדורך קלונימוס » דינסטאג ינואר 19, 2010 12:32 pm

בן בוזי האט געשריבן:קיינער האט נישט אנגעדייטעט אז ס'איז דוקא געווען אן עבודה אויף אראפ צו ברענגען אזא הייליגע נשמה, אין פאקט אבער האט מען יענע 8 יאהר געזעהן געוולדיגע קדושה ופרישית למעלה מכוחות אנושיות, און בהיות דערנאך איז געבוירן געווארן ר' יעקב יוסף'ל האט מען דאס מקשר געווען להנ"ל.


קאנסט אראפברענגן א קאפי פונעם ערשטן עמוד?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג ינואר 19, 2010 12:39 pm

איך דארף נישט זאלסט מיר כאפן ביים ווארט, וואס איך האב געמיינט צו זאגן איז, אז חסידים האבן פארציילט איבער די 8 יאהר, און אויף דעם ארויף האבן חסידים צוזאמען געשטעלט אז דאס איז געווען ווי א הכנה אראפ צו ברענגען דער נשמה, אזא מעשה פון הרגש באדארף נישט קיין מקור, דאס איז קיין תורה שלימה אבער דאך א הרגש'דיגע פאקט וואס חסידים צווישן זיך האבן רעכט געהאט צו שמועסן, און אז מען ווידמעט א בוך לתולדותיו פון א צדיק מעג פארנעמען דארט אן ארט געפילן פון אלטע חסידים, עכ"פ ווי לאנג דאס איז נישט קיין דמיונ'דיגער שקר אדער אותות ומופתים שלהד"ם.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » דינסטאג ינואר 19, 2010 2:04 pm

אין'ם בארא פארק'ער גליון באר יצחק איז געברענגט געווארן די מאורעות פון די פראגראעמן אין סקווירא זומר תרע"ט, קען עס ווער אפיר ברענגען?
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג ינואר 19, 2010 2:08 pm

אין שיכון סקווירא האט דער באקאנטער שרייבער ר' יוסף חיים אוסטערליץ געארבעט אויף אספר/ביכל איבער די חורבן פון שטאט סקווירא. עטליכע יאר צוריק האט מען שוין צוזאגענומען מעות קדימה, איך ווייס נישט וואס איז געשען דערמיט.
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג ינואר 19, 2010 4:57 pm

משיח האט געשריבן:אין שיכון סקווירא האט דער באקאנטער שרייבער ר' יוסף חיים אוסטערליץ געארבעט אויף אספר/ביכל איבער די חורבן פון שטאט סקווירא. עטליכע יאר צוריק האט מען שוין צוזאגענומען מעות קדימה, איך ווייס נישט וואס איז געשען דערמיט.


זעהט אויס אז די מעות קדימה איז נאך א בלעטל אינעם ספר איבער די חורבן פון שטאט סקווירא. :lol:
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » מיטוואך ינואר 20, 2010 5:25 am

ר איציקל פון סקווירא בארא פארק, וועמענס א קינד איז ער? און וואס האט ער מיט ר' יעקב יוסף פון ניו סקווירא?
און אן אנדער פלאץ איז דא א בירור וועגען דעם
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך ינואר 20, 2010 7:58 am

כתר ישועה האט געשריבן:ר איציקל פון סקווירא בארא פארק, וועמענס א קינד איז ער?

האדמו"ר הר"ר איציקל מסקווירא-ב"פ זצ"ל בן הר"ר מרדכי זצ"ל בן האדמו"ר הר"ר דוד'ל מסקווירא זצ"ל.

כתר ישועה האט געשריבן:וואס האט ער מיט ר' יעקב יוסף פון ניו סקווירא?

זיין פאטער הר"ר מרדכי זצ"ל איז געווען א ברידער פאר האדמו"ר מסקווירא הר"ר יעקב יוסף זצ"ל.

כתר ישועה האט געשריבן:און אן אנדער פלאץ איז דא א בירור וועגען דעם

דא אין דעם אשכול, אין די פריערדיגע בלעטער.
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך ינואר 20, 2010 9:09 am

כתר ישועה'ס פראגע איז איבער איש החסד הרב איציק טווערסקי מבארא פארק-מאונט סיני, ער איז בנו הגדול של ר' דוד'ל זצוק"ל מסקווירא ב"פ ואחיו של הר"ר מיכל שליט"א האדמו"ר, ר' יהושע נשיא המוסדות, ור' הירש ליב נשיא מכון 'יש' בבארא פארק.

און ווי משיח שרייבט שוין איז אביו ר' דוד'ל געווען בנו של ר' איציקל-השני בן ר' מרדכי אחיו של רי"י מנוא סקווער זצוקללה"ה
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » מיטוואך ינואר 20, 2010 9:46 am

וזהו הסדר:

אדמו"ר הזקן הרה"ק רבי איציקל

רבי איציקל מסקווירא-קעשינאוו

רבי איציקל מסקווירא-בראנקס-תל אביב

רבי איציקל מסקווירא-(איסט סייד)-(וויליאמסבורג)-בארא פארק

ר' איציק מבארא פארק-מאונט סיני
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך ינואר 20, 2010 10:55 am

בן בוזי האט געשריבן:כתר ישועה'ס פראגע איז איבער איש החסד הרב איציק טווערסקי מבארא פארק-מאונט סיני, ער איז בנו הגדול של ר' דוד'ל זצוק"ל מסקווירא ב"פ ואחיו של הר"ר מיכל שליט"א האדמו"ר, ר' יהושע נשיא המוסדות, ור' הירש ליב נשיא מכון 'יש' בבארא פארק.


תנא ושייר: ר' פינחס שליט"א
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: משיח און 11 געסט