רבי אברהם יצחק ווייסבלום מסטאשוב - ניו יארק ז"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מאנטאג אוקטובער 04, 2010 8:12 am

בס"ד

אונז האבן ב"ה זוכה געווען צו זיין איינמאל ביים סטאשובער רבי'ן זצ"ל אין שטוב, אין וומ"ס, איינמאל פרילינג-זומער אין א שב"ק נאכמיטאג, גייענדיג מיט'ן טאטן זז"ג.

קען זיין ער האט זיך דעמאלט אויפגעהאלטן ביי איינעם באנדא אין די קליימער-קעלעמענטי געגנט?

ווייטע זכרונות, איך געדענק נישט פונקטליך.

אזויפיל געדענק איך יא, ער איז דעמאלט געווען זייער זייער אלט, כ'מיין זקנה מופלגת, מען האט דעמאלט גערעדט אין גאס ער איז קרוב למאה, און וויפיל איך געדענק פון די צורה איז עס נישט געווען ענליך צו וואס מען האט דא געברענגט, אבער כאמור לעי' זענען די זכרונות היבש בלורירט פון אזוי לאנג צוריק.

-

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 04, 2010 11:34 am

דער יחוס פונעם סטאשובער רבי איז דערווייל נאך לוטה בערפל, אינעם דערמאנטן 'תולדות אנשי שם' (קוקט אנפאנג פון דעם אשכול) ווערט ער דערמאנט אלס באח"ב צום הייליגען רבי ר' אלימלך און אויך אלס אייניקל פונעם גוטען איד פון ניישטאט הרה"ק ר' יוסף ברוך הלוי עפשטיין בן המאור ושמש זצ"ל, ומצד אמו נכד לעלוב, פרשיסחא ועוד.

זיין טאטע ווערט דארט דערמאנט אלס ר' אלעזר ווייסבלום בעמח"ס יד אלעזר ומכתב אלעזר (שלא מצאתי אף אחד מהספרים בהיברו-בוקס) בן ר' אברהם יצחק זצ"ל מסטאשוב.

איך האב געטראפן אז בשנת תרכ"ד האט "האברך הרב חו"ב וכו' ר' אברהם יצחק ווייסבלום נכד הרב הצדיק וכו' ר' יוסף ברוך הלוי שליט"א מע"ח [עיר-חדש - ניישטאט] יע"א' איבערגעדרוקט דעם ספה"ק 'מדבר קדמות' פונעם חיד"א בהסכמת מרן הדב"ח זצ"ל וואס ער שרייבט בזה"ל 'הן בא אלי מחותני האברך המופלג החסיד בש"ק מו"ה אברהם נ"י מע"ח וכו'

דער מו"ל איז ווארשיינליך ר' אברהם יצחק ווייסבלום דער זיידע פונעם סטאשובער רבי, די איינציגער ראי' איז דאס אז ער איז אן אייניקל פונעם גוטער איד פון ניישטאט (נפטר בשנת תרכ"ז ולכן נכתב עליו שליט"א בשנת תרכ"ד כשהיה עדיין בחיים חיותו) און לויט ווי עס ווערט דארט דערמאנט אין די הסכמה פונעם דברי חיים האט ער געוואונט אין עיר-חדש - ניישטאט, ווייס מיר נישט ווען ער איז אריבער קיין סטאשוב.

וואס ווינדערט מיר נאר איז פ"וו עס ווערט נישט דערמאנט די פאקט אז ער איז א באח"ב פון הייליגען רבי ר' אלימלך, ווי אויף איז מערקווידיג אז דער דב"ח רופט אים נאר בשם 'אברהם' אבער דאס ברויכען מיר ווארטן מבאר צו זיין, דערווייל ברויכען מיר א זוך טאן אויף די קינדער פונעם גוטער איד פון ניישטאט צו טרעפן עטוואס מער אינפארמאציע אויף דעם ר' אברהם יצחק (הראשון) ווייסבלום מעיר-חדש - סטאשוב.

דער ספר מדבר קדמות אויף היברו בוקס
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=1

דער שער בלאט
צוגעלייגטע
10-32050.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 04, 2010 12:51 pm

מיללער האט געשריבן: דערווייל ברויכען מיר א זוך טאן אויף די קינדער פונעם גוטער איד פון ניישטאט צו טרעפן עטוואס מער אינפארמאציע אויף דעם ר' אברהם יצחק (הראשון) ווייסבלום מעיר-חדש - סטאשוב.


אינעם אשכול איבער מאור ושמש האבן מיר אנגעהויבען די ארבייט מסדר צו זיין די קינדער פונעם גטער איד:
viewtopic.php?p=370610&sid=b52beab67a4186f96e447043a2c2fa8e#p370610

דערווייל ווייסען מיר פון דריי קינדער:
א. בנו ר' קלונימוס קלמן הלוי עפשטיין מניישטאט (נפטר ט' טבת תרס"ג)
ב. חתנו ר' משה אבא בעער מאיסטריק
ג. חתנו ר' אליעזר הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מניישטאט ב"ר מרדכי זאב (ב"ר צבי בהרה"ק החוזה מלובלין זצ"ל)

ווער קען טרעפן די שייכות פון דעם דערמאנטן ר' אברהם יצחק ווייסבלום צום גוטען איד?

(אגב, האכען זיך דערמאנען אז הרב וועקשטיין האט אמאל צאמגענומען די קינדער און אייניקלעך פונעם מאור ושמש, האב איך דאס אפירגעזוגט און געזעהן אז אויך ער האט נישט געוואוסט [בחודש טבת תשס"ט] וויאזוי דער סטאשובער רבי איז אן אייניקל)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 04, 2010 6:04 pm

זוכענדיג אינעם סטאשובער יזכור-בוך טרעפן מיר עטוואס מער אינפארמאציע איבער ר' אברהם יצחק ווייסבלום (הראשון) מסטאשוב, עס ווערט דארט דערמאנט בקוצר אמרים אז ער איז געווען אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' אלימלך (בלי פרטים) און אז ער איז געווען דער פאטער פון ר' נפתלי ווייסבלום אב"ד קושיץ ולאחריו בשענדישוב (בנו ר' בערל ווייסבלום מילא מקומו בסאנדישוב-שענדישוב אחר פטירתו בשנת תרע"ט) און דער שווער פון ר' אליעזר דוד (פינקעל) מראדושיץ נכד הסב"ק מראדושיץ.
צוגעלייגטע
0101.gif
0101.gif (8.81 KiB) געזעהן 3900 מאל

אלי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2010 4:10 am

האדמו"ר מסטאשוב זצ"ל

תגובהדורך אלי » מאנטאג אוקטובער 11, 2010 11:46 am

אלי האט געשריבן:ווייסט איינער ווען זיין יארצייט איז און וואו זיין ציון הקדוש איז?

אזוי ווי קיינער האט זיך נישט אנגערופן, האב איך מיך גענומען די מיה און דאס אליין נאכגעפארשט. הרה"ק ר' אברהם יצחק בן ר' אלעזר ווייסבלום זצ"ל, האדמו"ר מסטאשוב איז נפטר געווארן ד' תמוז תשנ"א. זיין הייליגער ציון איז אויף הר המנוחות, גוש א' חלקה ב,' נעבן הרה"ק ר' יהודה זרחי' סגל זצ"ל

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג אוקטובער 11, 2010 11:53 am

שכח, די אלע וואס געדענקען אים נאך איז כדאי דאס צו פארצייכענען און צוגיין ווען מ'גייט אין ארץ הקודש
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 1:08 am

מיללער האט געשריבן:האם יש לך ידיעה אודות היחס בא"ב להרבי ר' אלימלך?
ראיתי היום בהנצחות בסוף ספרו של הבנש"ק ר' נפתלי אלימלך ווייס הי"ו ליקוטי נועם אלימלך, כדלהלן :
רבי אברהם יצחק ב"ר אלעזר ב"ר אברהם יצחק ב"ר נפתלי ב"ר אלעזר בן הנועם אלימלך.
אלי האט געשריבן:הרה"ק ר' אברהם יצחק בן ר' אלעזר ווייסבלום זצ"ל, האדמו"ר מסטאשוב איז נפטר געווארן מוצאי שב"ק אור ליום ד' תמוז תשנ"א.
זיין הייליגער ציון איז אויף הר המנוחות, גוש א' חלקה ב,' נעבן הרה"ק ר' יהודה זרחי' סגל זצ"ל
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 10:23 am

יישר כח הרב ביקסאד,

ווייסט איינער ביי וועם ר' נפתלי ב"ר אלעזר בן הנוע"א איז געווען אן איידעם?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 3:14 pm

ביקסאד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:האם יש לך ידיעה אודות היחס בא"ב להרבי ר' אלימלך?
ראיתי היום בהנצחות בסוף ספרו של הבנש"ק ר' נפתלי אלימלך ווייס הי"ו ליקוטי נועם אלימלך, כדלהלן :
רבי אברהם יצחק ב"ר אלעזר ב"ר אברהם יצחק ב"ר נפתלי ב"ר אלעזר בן הנועם אלימלך


נאכען רעדן מיט אגרויסער ידען שטעלט זיך ארויס אז די אינפארמאציע איז נישט וואר, ר' נפתלי ב"ר אלעזרכ מליזענסק האט נאר געהאט דריי זון כדלהלן;
ר' אלעזר סגי-נהור
ר' זושא מנאדבורנא-צפת
ר' יעקב יצחק מזידיטשוב

ואפי' אם תחשוב שנפלה טעות מיעקב יצחק לאברהם יצחק, ראשית, מ'זעהט קלאר אז דער זיידע פון סטאשובער רבי האט געהייסן ר' אברהם יצחק כמובא לעיל מהספר מדבר קדמות, ועוד ר' יעקב יצחק איז געווען אן איידעם ביי ר' הירצל לאבין פון זידיטשוב, און מ'געפונט נישט אז דער סטאשובער רבי זאל זיך מייחס זיין אלס זידיטשובער אייניקל.

אלי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2010 4:10 am

תגובהדורך אלי » פרייטאג יולי 01, 2011 11:26 am

דערמאנונג פאר דער וואס איז אינטערעסירט. די יארצייט פון האדמו"ר מסטאשוב זצ"ל איז די וואך מיטוואך

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4790
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 12:00 pm

בצעירותו
צוגעלייגטע
stashev.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מאנטאג פאברואר 13, 2012 11:58 pm

כ'געדענק איינמאל ביי של"ס אין מאנסי האט ער געטיילט מצה אלס א סגולה פאר פרנסה, דער עולם האט זיך געווארפן דערויף מיט א געוואלדיגער עקסטאז...
שויתי השם לנגדי תמיד

ENoam
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 01, 2011 2:26 am

הבהרת יחוס ר' אברהם-יצחק ווייסבלום ("הראשון") מסטאשוב

תגובהדורך ENoam » דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:43 am


אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג פאברואר 14, 2012 10:42 am

ENoam האט געשריבן:.

ראה: 66.199.166.105/forum/viewtopic.php?f=31&t=3820&p=534624&sid=054c1bd1f6d77ad1500bc1ec15113be8#p534624

"עיינות נועם" - נכדי ונכדות הנו"א. ENoam@013.net.il

וכך כתוב שם:
ר' אברהם-יצחק ווייסבלום ("הראשון") מסטאשוב:
אביו: ר' מנחם (מנדל-בער) ווייסבלום, בן רבי נפתלי מליז'נסק, בן רבי אלעזר, בן הרבי ר' אלימלך זצללה"ה.
אמו: בת רבי יוסף-ברוך ("דער גוטער יוד פון ניישטאט"), בן רבי קלונימוס קלמן הלוי אפשטיין ("מאור ושמש") מקרקוב.

ר' אברהם-יצחק ווייסבלום נפטר בסטאשוב, כ"ב תמוז תרנד, ושם מנ"כ.
המידע ע"פ מגילת יוחסין במשפחות צאצאי נכדו ונכדתו (שנישאו): יוסף-ברוך פיבקו (בן מירל) ורודל רובין (בת שיינדל).
בספר הפטירות של ליז'נסק נרשם: מנדל בן נפתלי ווייסבלום, נפטר בן 22, בתאריך 19 לפברואר 1839.


תודה רבה כבוד הנועם, האם יש לכבודו גם מידע אודות צאצאי ר' אברהם יצחק מסטאשוב (הראשון) איפה היו יוסף ברוך פיבקו (שם משפחתי?) ורודל רובין צאצאיו?

בכלל זה חידוש כי בכל המקורות בה כתבו על ר' יוסף ברוך הגוטער איד מניישטאט נשמט זה שהיה לו חתן בשם ר' מענדל בער ווייסבלום, ועדיין צריך עיון.

באיזה שנה נכתבה המגילת יוחסין? ומי כתבה?

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דינסטאג פאברואר 14, 2012 2:17 pm

גם ע"פ מסורת בית פשעווארסק ושאר נכדי ליזענסק הי' לו לר' נפתלי מליזענסק רק שלשה בנים ובת אחת:
ר' יעקב יצחק מזידיטשוב
ר' אלעזר סגי נהור
ר' משולם זושא מנאדבורנא
אשת ר' חיים שיף מטארנא
וצ"ע. ואם קבלה היא נקבל...

ENoam
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 01, 2011 2:26 am

המשך הדיון באשכול: הרבי ר' אלימלך זצללה"ה, וצאצאיו

תגובהדורך ENoam » דינסטאג פאברואר 14, 2012 3:48 pm


אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17524
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יוני 06, 2013 10:14 am

געפינען נאך א בילד פונעם רבי'ן זצ"ל
צוגעלייגטע
Scan0001.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17524
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יוני 06, 2013 10:20 am

ווי אויך דעם קארטל;

סטאשיווער רבי
הרב ר' אברהם יצחק ווייסבלום
חבר דאגודת הרבנים דארצות הברית וקנדה
מלפנים אב"ד דק"ק מעטץ, ואחר כך רב בוויען
כעת רב בניו יארק, H-504 גרענד סטריט
בן הרה"צ ר' אלעזר זצ,ל מסטאשיב,
נכד סבא קדישא הרה"צ ר' אברהמ'ילע מסטאשיב,
בן אחר בן מסבא קדישא רבי ר' אלימלך זצ"ל מליזענסק,
ונכד ממאור ושמש, ומהרה"צ ר' יוס'ילע מניישטאדט הנקרא גוטער יוד,
ונכד מהרה"צ ר' דוד מלעליב, ומיוד הקדוש, ומהרה"צ ר' שמעון
מיעריסלאוו, ונכד מאור לשמים, ומגלה עמוקות, ומתוספות יו"ט,
ועוד צדיקים קדושים זי"ע, ועכי"א.
צוגעלייגטע
Scan0002.jpg

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 9:41 am

אלי האט געשריבן:
אלי האט געשריבן:ווייסט איינער ווען זיין יארצייט איז און וואו זיין ציון הקדוש איז?

אזוי ווי קיינער האט זיך נישט אנגערופן, האב איך מיך גענומען די מיה און דאס אליין נאכגעפארשט. הרה"ק ר' אברהם יצחק בן ר' אלעזר ווייסבלום זצ"ל, האדמו"ר מסטאשוב איז נפטר געווארן ד' תמוז תשנ"א. זיין הייליגער ציון איז אויף הר המנוחות, גוש א' חלקה ב,' נעבן הרה"ק ר' יהודה זרחי' סגל זצ"ל


הנה תמונה
צוגעלייגטע
Stashuv.JPG
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1790
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:36 am

איך האב הערשט יעצט באמערקט די אשכול.

איך בין געווען א נאנטער שכן צום סטאשובער רב'ס ביהמ"ד אין וומ"ס אלס קינד.

איך געדענק מ'האט געשמועסט אותות ומופתים איבער אים, און איך מיין אז ווען ער האט זיך ארויסגעצויגן האט מען דארט געכאפט מציאות פון וואס מ'האט אלס ארויסגעווארפן פון שטוב ביים איבערבויען. און איך האב געהאט הונדערטער לעטטערהעד'ס פונעם סטאשובער רבי'ן.

איין זאך געדענק איך אז מ'האמיר געהאט א שכן וואס ס'איז אים שווער געווען צו מאכן א שלאק פאר סוכות, פלעגט ער יעדן סוכות זאגן אז ער קוקט אויב דער סטאשובער רבי האט א שלאק אדער נישט, ווייל א יאר וואס ער האט געהאט א שלאק האט טאקע גערעגנט, און א יאר וואס נישט האט נישט גערעגנט. און לויט דעם ווייסט ער צו מ'דארף מאכן אדער נישט מאכן.

איך קען נישט מעיד זיין אז די מעשה איז טאקע אזוי געווען, איך געדענק נאר אז ער האט אזוי געזאגט.

אלנספאלס האבן זיך אזוינע מעשה'לעך געוואלגערט דארט אויף אונזער גאס יעדן טאג. און מיר האבן געשפירט פאר א זכי' צו זיין שכנים מיט אזא איש קדוש זיעועכי"א.

benmen
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 20, 2014 9:03 am

תגובהדורך benmen » מאנטאג אוקטובער 20, 2014 11:05 am

Can anyone please tell me what years he served as rov of Anshei Zovichost in NY?
באיזה שנים היה רב של אנשי זאוויכאסט?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17524
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוקטובער 20, 2014 11:28 am

scy4851 האט געשריבן:
יצמחפורקניה האט געשריבן:ס'יאז א פלא ווי אזוי ער האט געוואוינט אין איסט סייד אזויפיל יארען אין כמעט קיינער האט עם נישט גקענט, אבער אפילו געהערט פון אים.

האט מיר פונקט דעם יו"ט איינער פארציילט אז איינער האט אים אויפמערקזאם געמאכט איבער דעם סטאשובער רבי'ן ווען ער האט נאך געוואוינט אין די איסט סייד, קיינער האט נישט געקוקט אויף זיין זייט, ער פלעגט אים יעדע וואך פשוט אריבער טראגן עסן אז ער זאל נישט הונגערן.

ווייסט איינער ווער ס'האט אים געטראגן קיין וויליאמסבורג?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 20, 2014 11:32 am

benmen האט געשריבן:Can anyone please tell me what years he served as rov of Anshei Zovichost in NY?
באיזה שנים היה רב של אנשי זאוויכאסט?

עפ"י ערכו בתולדות אנשי שם שימש שם ברבנות סביבות שנת תש"י - שנת הדפסת הספר

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 3:02 pm

מיללער האט געשריבן:דער יחוס פונעם סטאשובער רבי איז דערווייל נאך לוטה בערפל, אינעם דערמאנטן 'תולדות אנשי שם' (קוקט אנפאנג פון דעם אשכול) ווערט ער דערמאנט אלס באח"ב צום הייליגען רבי ר' אלימלך און אויך אלס אייניקל פונעם גוטען איד פון ניישטאט הרה"ק ר' יוסף ברוך הלוי עפשטיין בן המאור ושמש זצ"ל, ומצד אמו נכד לעלוב, פרשיסחא ועוד.

זיין טאטע ווערט דארט דערמאנט אלס ר' אלעזר ווייסבלום בעמח"ס יד אלעזר ומכתב אלעזר (שלא מצאתי אף אחד מהספרים בהיברו-בוקס) בן ר' אברהם יצחק זצ"ל מסטאשוב.

איך האב געטראפן אז בשנת תרכ"ד האט "האברך הרב חו"ב וכו' ר' אברהם יצחק ווייסבלום נכד הרב הצדיק וכו' ר' יוסף ברוך הלוי שליט"א מע"ח [עיר-חדש - ניישטאט] יע"א' איבערגעדרוקט דעם ספה"ק 'מדבר קדמות' פונעם חיד"א בהסכמת מרן הדב"ח זצ"ל וואס ער שרייבט בזה"ל 'הן בא אלי מחותני האברך המופלג החסיד בש"ק מו"ה אברהם נ"י מע"ח וכו'

דער מו"ל איז ווארשיינליך ר' אברהם יצחק ווייסבלום דער זיידע פונעם סטאשובער רבי, די איינציגער ראי' איז דאס אז ער איז אן אייניקל פונעם גוטער איד פון ניישטאט (נפטר בשנת תרכ"ז ולכן נכתב עליו שליט"א בשנת תרכ"ד כשהיה עדיין בחיים חיותו) און לויט ווי עס ווערט דארט דערמאנט אין די הסכמה פונעם דברי חיים האט ער געוואונט אין עיר-חדש - ניישטאט, ווייס מיר נישט ווען ער איז אריבער קיין סטאשוב.

וואס ווינדערט מיר נאר איז פ"וו עס ווערט נישט דערמאנט די פאקט אז ער איז א באח"ב פון הייליגען רבי ר' אלימלך, ווי אויף איז מערקווידיג אז דער דב"ח רופט אים נאר בשם 'אברהם' אבער דאס ברויכען מיר ווארטן מבאר צו זיין, דערווייל ברויכען מיר א זוך טאן אויף די קינדער פונעם גוטער איד פון ניישטאט צו טרעפן עטוואס מער אינפארמאציע אויף דעם ר' אברהם יצחק (הראשון) ווייסבלום מעיר-חדש - סטאשוב.

דער ספר מדבר קדמות אויף היברו בוקס
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=1
בילד
דער שער בלאט


צווישן די מעות קדימה אויפן ספר "תפארת צבי - אהע"ז" געדרוקט בשנת תרכ"ז, ווערט אויסגערעכנט דער דערמאנטער רבי אברהם יצחק - אייניקל פונעם גוטער איד פון ניישטאט:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=8
צוגעלייגטע
pdf (1).jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 11, 2016 12:07 am

א איד בשם ר' מענדל זיכערמאן הי"ו האט אריינגעשיקט פארן 'די צייטונג' א סעריע פון הערליכע בילדער פונעם סטאשובער רבין זצ"ל וואס איז ערשינען יענע וואך פר' קרח תשע"ו אין צוזאמענהאנג מיט די 25'סטע יארצייט פון רבי'ן.

אפשר קען עס עמציער דא ארויפשטעלן למזכרת עולם?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט