רבי חיים אברהם דובער לעווין זצ"ל - המלאך והמלאכים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 10:41 am

עירוב פרשיות שנו כאן!

דער מלאך איז נישט געווען קיין תלמיד הרש"ב, ער איז געווען אין איין עלטער אדער גאר עלטער פון אים, דער מלאך איז נתייתם געווארן מאב ואם גאר אינג ל"ע, און איז נתגדל געווארן ביי זיין פעטער וואס האט זיך נאך מסתופף געווען בצ"ק פון מיטעלער רבי'ן נ"ע, ער האט נאך געקענט זען דעם צ"צ אלס קינד, ואיני יודע אם למעשה ראה אותו, געפארן איז ער שפעטער בעיקר צום מהר"ש, און מער ניט,

ער איז געווען א שטיק צייט אין ליובאוויטש אלס א מלמד פאר די קינדער פון אייניגע עשירים (ווי איז עס געווען דער סדר בימים ההם), ער איז עס מרמז אין איינע פון די מכתבים פארן זון אז אין די ימי הנעורים האט ער זיך אסאך געדרייט בבתי העשירים וכו', (לכאורה איז דאס געווען בתחילת ייסוד הישיבה תו"ת)

זייענדיג אין ליובאוויטש האט ער קריטיקירט געוויסע מהלכים בנוגע הנהגת הישיבה תומכי תמימים שנתייסד אז ע"י הרש"ב, דער ריי"צ (מנהל הישיבה) הביא את דבריו לפני אביו ועי"ז התלקח ויכוח וגבה טורא ביניהם, הריי"צ מזכירו בקונטרס ומעיין, וב'זכרון לבני ישראל' להרי"י דזשעיקאבסאן מבראנקס יש פרטים אודותיו, וכן ב'רשימת דברים' להר"י חיטריק, וכן ב'שלשת הרואים' לר"ל שווארץ, יש עוד הרבה לכתוב ועוד חזון למועד

וראה כאן וכאן - כמה פרטים שם בלתי מדוייקים ועוד נשוב אליהם אי"ה
לעצט פאראכטן דורך סטראשעלע אום דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 11:27 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 11:10 am

איך געדענק נישט צו איך האב עס שוין ערגעץ ווי צוגעצייכנט, דא האט איר וועגן דעם מלאך'ס זוהן וועלכע האט געוואוינט אין אפסטעיט, געשריבן דורך פרופ' יצחק לעווין.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

כיצחק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 26, 2011 5:31 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

ר' יעקב שארר ז"ל

תגובהדורך כיצחק » דאנארשטאג יולי 07, 2011 3:29 pm

ר' יעקב איז געוועו דער "מנהיג" "רב" אדער אימאפיציעל ארי שבחבורה
זעה בייגעלייגטע פון
Hamodia
Planting the Seeds if Torah & Chasidus in America
איך האלט אינמיטען שרייבען א קריטיק פאר המודיע
אויף דעם גאנצען ביילאגע וואס איז א איבערבליק 100 יאר אידישע היסטאריע
אפשר וויל עמיצער שרייבען א פאר שורות מיט פאקטען אויף ענגליש
צוגעלייגטע
Hamodia on Malachim.pdf
(111.22 KiB) דאונלאודעד 282 מאל

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יולי 07, 2011 3:40 pm

זיי ביטע זיך בעסער מסביר.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 20, 2011 3:28 pm

די מכתבים האט דאך דער זון אליין געגעבן צו דרוקן, דאן וואס ווילט איר מ'זאל אים זיין א כפוי טובה און אים מפרסם זיין?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג דעצמבער 20, 2011 3:54 pm

farshlufen האט געשריבן:די מכתבים האט דאך דער זון אליין געגעבן צו דרוקן, דאן וואס ווילט איר מ'זאל אים זיין א כפוי טובה און אים מפרסם זיין?


אמת גערעכט, שכועח פאר די הערה,
ס'איז טאקע בידם, צו טוהן ווי זעלבסט פארשטייען.

gamyuchad
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2011 9:38 pm

תגובהדורך gamyuchad » מיטוואך דעצמבער 21, 2011 12:58 am

זייט וויסן אז רעדנדיג מיט כמה וואס האבן גוט געקאנט דעם בן המלאך, זאגן זיי מיר אז ער איז געווען גאר א וואוילער איד, באמת, נאר דער מלאך איז געווען אזוי גרויס אז ער האט נישט אויפגעהערט צו פאדערן, ווער ווייסט וואס ער וואלט געשריבן צו אונז.... פון דעם אליינס אז דער בן המלאך האט דאס געגעבן צו דרוקן זעט מען שוין עפעס..

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 21, 2011 6:08 am

נו נו, ידענא, אבער לא ראי כראי זה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך דעצמבער 21, 2011 4:28 pm

gamyuchad האט געשריבן:זייט וויסן אז רעדנדיג מיט כמה וואס האבן גוט געקאנט דעם בן המלאך, זאגן זיי מיר אז ער איז געווען גאר א וואוילער איד, באמת, נאר דער מלאך איז געווען אזוי גרויס אז ער האט נישט אויפגעהערט צו פאדערן, ווער ווייסט וואס ער וואלט געשריבן צו אונז.... פון דעם אליינס אז דער בן המלאך האט דאס געגעבן צו דרוקן זעט מען שוין עפעס..


אין די נייע דריק איז דא א שטיקל הקדמה וואס ברענגט ארויס אט די נקודה, אז בעצם איז דער זון געוועהן א וואוילע איד, והא ראי' ער האט אפי' מסכים געוועהן לכבודו פונעם טאטן מ'זאל דריקן די בריוו'ן על אף מענטשן וועלן אנקוקן דעם זון פאר א שוואכע איד, נאר וויבאלד דער מלאך איז געוועהן אזוי הויעך האט ער געפאדערט זיין זון זאל אויך זיין אזוי, און פון דעם האט זיך גענומען דאס שארפקייט וואס מ'טרעפט צווישן די בריוו'ן,

לפי זה איז מיר פארענפערט געווארן א שטארקע תמו'ה וואס איך האב אלץ געהאט, ווייל אז מ'קוקט אין די בריוו'ן זעהט מען ממש מקצה אל הקצה, איין בריוו שרייבט ער אים סדר הלימוד וויאזוי מ'לערנט שו"ע מיט מג"א און נאכדעם שו"ע הרב, און ממש א בריוו נאכדעם רייסט ער פונעם שטיקער דו לערנסט נישט! דו דאוונסט נישט!, איז מיין קושיא אלץ געוועהן, וואס איז דער זון באמת געוועהן?

נאר איצט פארשטייט מען זייער קלאר, דער זון איז באמת געוועהןל א וואוילע איד, געלערנט און געדאוונט, ותו לא, אבער ביים טאטן האט דאס געהייסן, נישט געלערנט און נישט געדאוונט,

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך דעצמבער 21, 2011 5:14 pm

הרב שאץ; אין להאריך בענין.

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » מיטוואך דעצמבער 21, 2011 5:22 pm

ווינקל האט געשריבן:הרב שאץ; אין להאריך בענין.

כי באפם הרגו איש
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך דעצמבער 21, 2011 6:27 pm

כ׳האב אמאל געהערט אז ער איז געווען א לויער אין וואשיגטאן.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 21, 2011 7:48 pm

וואס נאך האסטו געהערט? סתם דמיונות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 8:41 pm

היינט אביסל אנגעקומען צו לייינען דעם אשכול

איבער די אוצרות איגרות קודש

farshlufen האט געשריבן:יא, ס'איז דא אייניקלעך.

אבער נישט קיין שומר תורה ומצוות, כ'בין געווען דערביי ווי מ'האט פרובירט צוריקצוברענגען דעם אייניקל, דערווייל איז לא עלתה בידם, לאמיר האפן אז די זכות פונעם זיידן זאל ביישטיין.
ישלהוסיף האט געשריבן:די כוונה פון מיין קשיא איז צי די אייניקלעך שעמען זיך אויך וכו',

כדלעיל,

דער זיהן האט געוואוינט אין אלבעני, מ'קען הערן א שמועס פון אים מיט אדמו"ר מ'וואדרידזש.

די מלאך האט געהאט אסאך ספרים, איין צופרי איז ער אויפגעשטאענן און אלעס פארברענט, דאס איז די איינציגסטע ספר וואס איז איבערגעליבן,
אגב איז אינטרעסאנט צו זעהן וויפיל שעה ער פארלאנגט פון א ארבעט'ס אינגערמאן, כ'ווייס נישט ווי סאך כולל אינגעלייט לערנען אזוי סאך אויף דעם וועג, כ'העל אפשר שפעטער ברענגען די ווערטער,

כ'מיין מ'קען אריבער פירן דעם שמועס אין זיין אשכול.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 4:52 pm

לייבי : ער האט פארברענט די ספרים ווען הרב מרדכי וויילער (ער ליגט נעבן דעם מלאך) האט געבארגט א געשריבענע קונטרס און אונגעהויבען נאכצישרייבען, און דער מלאך האט עס ציגענימען און עס פארברענט (מען זאגט אז ער האט געזאגט אז ער איז נישט ווערט ארויסציגעבן קיין ספרים)

אזוי ווי שץ האט שוין אלעס געשריבען, וועל איך נאר צילייגען א קאפי פון וואס איז געווארען געדריקט ביים יעצטיג מדורה וואס ברענקט ארויס ווי דער הבן יקיר איז געווען,

עס קען זיין אז די ק"י יודען האבען אים געקענט, ער פלעגט קומען אסאך מאל יו"ט קיין ק"י צו ר' יודא לייב פלאהר,
צוגעלייגטע
20111229174703.pdf
(14.86 KiB) דאונלאודעד 223 מאל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » זונטאג ינואר 01, 2012 6:57 am

ס'כדי מוסיף צו זיין אז די ערשטע מאל האט הגה"ק ר' ישעיה אשר זעליג מרגליות זצ"ל - צו וועם עטליכע בריוון זענען געשריבן - ארויסגעגעבן די אוצר אגרות קדש, נאכדעם וואס ר' רפאל זלמן האט איבערגעגעבן די בריוון צו די תלמידי המלאך, נאר היות אז הג"ר יעקב שארר זצ"ל האט מורא געהאט עס צו דרוקן צוליב דעם מלאך'ס ווייטקייט פון יעדע זאך וואס האט עפעס מיט פרסום האט עס הגריא"ז מרגליות געדרוקט. און מאותו הטעם האט ער נישט געשריבן דעם נאמען פונעם שרייבער, נאר מרמז געווען אינעם שער בלאט בראשי תיבות (אח"ד קדוש).
נאך א נקודה, כ'ווייס פון איינעם וואס האט אמאל געזאגט פאר ר' רפאל זלמן ווען מיין טאטע זאל מיר שרייבן אזעלכע בריוו וואלט איך איהם אינגאנצן אוועק-געקאפעט, האט איהם רר"ז געזאגט דו רעדסט אזוי ווייל דו האסט נישט געהאט אזא טאטע.

דארפסמאן,
דו מיינסט מסתמא ר' משולם פייוויש וויילער (וועלכער האט געדאווענט אין שול וואו דער מלאך איז געווען רב און ער פלעגט אסאך אריינקומען צו איהם).
א עקסטערע יישר כח פאר די קאפי, כ'האב פונקט לעצטענ'ס געהערט דערפון אבער צו מיר אין לאנדאן איז נאך די נייע מהדורה נישט אנגעקומען.

און אגב וועגן דאס פארברענען די ספרים איז ידוע אז אין יוראפ האט ער שוין געשריבן און פארברענט, ס'דא אין די בריוון צו ר' אשר זעליג ווי ער דערמאנט כמה פעמים בשם הרמב"ם אז צו שרייבן א זאך דארף מען זיין גרייט עס צו זאגן פאר טיזענעטער מענטשען. אזוי איז אויך ידוע אז ער האט געשריבן א פירוש אויפ'ן מורה נבוכים און שפעטער פארברענט. למעשה צווישן די בריוו איז דא שטיקל אויף קל וחומר וואס זעהט אויס פון א קונטרס אויף עניני י"ג מדות שהתורה נדרשת און באיזה דרך איז עס פארבליבן (אויב כ'האב נישט קיין טעות איז דא נאך א שטיקל וואס ס'פעלט די התחלה און די סוף אויף א סוגיא אנהויב מסכת שבועות, און אין א קובץ וואס ישיבה ד'מאנסי האט ארויסגעגעבן יארן צוריק (כ'מיין נאך אין די מם'ס) האט החסיד ר' אלימלך פלאהר ארום געארבעט מיט דעם שטיקל אז מ'זאל קענען פארשטיין אויף וואס ער גייט און ווי אהין ער צילט).

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » זונטאג ינואר 01, 2012 7:29 am

און אז ס'איז שוין אריינגעקומען די שמועס וועגן אייניקלעך פונעם מלאך, דער אמת איז אז ס'איז יא דא ערליכע איינקלעך וואס שטאמען פון זיין זוהן ר' שמואל וואס איז נסתלק געווארן נאך בחייו אין אמעריקא. איינער פון די אייניקלעך איז לעצטענ'ס אפיר געקומען און ער האט זיך געדרייט א שטיק צייט אין מלאכים.

כ'שעם מיך
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2011 4:24 pm

תגובהדורך כ'שעם מיך » פרייטאג ינואר 06, 2012 10:53 am

דער מלאך האט געהאט אפגעשריבען א פירוש אויפן מורה נבוכים , שפעטער האט ער עס פארברענט, ר' לעמל שרייבט אין ספר אז זיין רעבעצין ווען זי האט געזען וואו איר גרויסער מאן ווארפט אריין אין אויבן די בלעטער פונעם בפר האט אויסגעבראכען אין א געוויין, ווען זי האט פארלוירן א קינד האט זי נישט געוויינט אבער דא האט זי זיך נישט געקענט באהערשען.

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » פרייטאג ינואר 06, 2012 12:27 pm

הירשל ציג שרייבט בנוגע דעם מלאכ'ס באציאונגען מיט'ן רש"ב:
http://www.theantitzemach.blogspot.com/ ... g.html?m=1
בילד
עת לקרות | ועת לתגוב

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מאנטאג ינואר 30, 2012 9:35 am

אויפריכטיג האט געשריבן:וואס האבן זיי קעגן 'קדם'?


לאו דוקא קדם, נאר כפי הוראת המלאך אז ווער עס מאכט וויין, גיט אריין די השפעה פון זיינע דיעות, דעריבער טרינקען זיי נישט קיין פרעמדע וויין נאר געמאכט אליינס. כעי' כח הפועל בנפעל.
שויתי השם לנגדי תמיד

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג ינואר 31, 2012 11:13 am

דער מלאך אליין האט געקענט אויסגיסן וויין וואס איז געשטאנען אויפן טיש און ס'איז אריינגעקומען אפםילו א ערליכער ייד וועם ער האט נישט געקענט.

דער יסוד איז ווייל וויין איז גאר א איידעלע זאך, אפילו בגשמיות שבו ווי די מבינים זאגן אז די מדות פון דער וואס מאכט די וויין איז שטארק משפיע אויף עס, זיי זאגן אז א נערוועזער מענטש קאן נישט מאכן בשום אופן קיין בא'טעמ'טע וויין.

אין גמרא ב"ב צח. שטייט חמרא מזלא דמריה גרים שנאמר ואף כי היין בוגד גבר יהיר, ועי"ש בפרשב"ם.

אין כוזרי מאמר ב' סימן ס' שטייט אויף טמאים בטומאה היוצאה מגופם וכבר נוסה שמפסידים במגעם הדברים הדקים כפנינים והיינות.

און אין תוס' ב"מ סד: שטייט אז תלמידי חכמים וואס האבן אפגעמאכט מיט איינעם צו קויפן וויין קען ער זיי נישט געבן קיין פרעמדע וויין נאר אייגענע, עי"ש.


לענין וויין ביי די מלאכים איז אינטערסאנט צו דערציילן אז ס'זענען געווען אין מלאכים אלע יארן עטליכע חברים וואס האבן געמאכט וויין און מ'פלעגט צו קויפן ביי זיי, איינער פון זיי איז געווען ר' שמעון שפירא ז"ל (וואס איז געווען א גרויסער מומחה אין וויין, ער אליין האט זיך נישט אזויפיל געדרייט אין מלאכים אבער ער האט געהאט א שייכות מיט די מלאכים, און זיין ברודער ר' משה ז"ל איז געווען פון די מלאכים), מאכט זיך אמאל אז א לאו-אינפארסמענט באאמטער איז אריינגעקומען צו איהם און זעהט וואס טוט זיך דראט מיט וויין, האט ר' שמעון איהם געזאגט אז דאס איז אלץ נאר פאר זיך אליין און כמובן האט יענער נישט געוואלט גלייבן האט ר' שמעון גענומען א פלאש פון א גאנצען גאלאן און האט אריינעשאשקעט די גאנצע מעשה פון פלאש ארויס פאר יענעם אין די אויגן, און ער האט געזאגט אז אזוי פירט ער זיך יעדן טאג.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג ינואר 31, 2012 3:30 pm

ווי האט ער געוואוינט ר' שמעון שפירא?
מאנסי?
שויתי השם לנגדי תמיד

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 2:30 pm

יא, אין מאנסי

אגב מ'ברויך טוישן די נאמען פונעם אשכול דער מלאך האט געהייסן ר' חיים אברהם דובער הכהן לעווין נישט ר' אברהם חיים

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » פרייטאג פאברואר 03, 2012 11:38 am

מה השווייות של מכתבים מהמלאך שכתב לבנו דברי הדרכה

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מאנטאג פאברואר 27, 2012 3:10 pm

מיללער האט געשריבן:עס איז פארבליבען א קונטרס פון מכתבים פונעם מלאך וואס ער שרייבט צו זיין זוהן וועלכער האט זיך נישט אויפגעפירט אינגאנצן ווי עס פאסט,'

יעקעלע פוקס האט געשריבן:זיין זוהן ר' אפרים ע"ה האט געוואינט אין אלבעני, און אוועק ט' תמוז תשנ"ג, .....


די מכתבים פון מלאך צום זוהן זענען עפעס פלא'דיג, ווי ער שרייבט איהם שארפע דברי מוסר, אויף אן אופן אז ער איז קיינמאל נישט געווען צופרידן פון איהם, אפילו ווען דער זון האט איהם געשריבן אז ער האט יא געלערנט די פארלאנגטע שיעורים - וואס זענען אגב געווען גאנץ אויסטערלישע פארלאנגן - שרייבט איהם דער טאטע צוריק שארף שוין איך זעה ביזט שוין צופרידן פון דיר, און גיט איהם ווידער א שארפן פסק, נאר א פושעי ישראל קען זין צופרידן פון זיך...

די מכתבים בכלל מאנען עבודת ה' אויף א הויכע מדריגה אפילו לויט די היינטיגע צייטן ווען אידישקייט בליעט בגלוי און ס'זענען נישטא די דעמאלסטיגע סארט נסיונות (נאר אנדערע אפשר שווערערע), ער שרייבט וועגן אנברענגן איין מינוט צייט, אדער פארברענגן מיט די בני בית וכדומה ווי דאס איז באלד ארגער פון די שלש עבירות, וכדומה, אויך וועגן פרישות מדבר היתר און קדושה וטהרה שרייבט ער שטארק און מאנט הויכע מדריגות.

א שטייגער אז אפילו א וואוילער חסידי'שער אינגערמאן איז ווייט נישט יוצא און איז גאר שוואך נאך לפי מכתביו.

אלזא מתוך המכתבים איז נישט קיין הכרח אז דער זוהן איז געווען אזא ביטאנג ווי דער פאטער רייסט אריין אין איהם מיט זיינע שארפע דברי מוסר.

אין אנהויב ספר איז דא א קורצע "יישר כח להבן יקיר הי"ו" ווי זיי שרייבן עפעס אזא לשון "שלא חס על כבודו ומסר המכתבים לדפוס".

אויב מיין זכרון דינט מיר, האבן הרה"צ דער ניקלשבורג'ער רבי שליט"א, און הרה"צ רבי יצחק לעבאוויטש מוואדריטש שליט"א געהאט א קשר מיט'ן זוהן.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט