רבי חיים אברהם דובער לעווין זצ"ל - המלאך והמלאכים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 11:09 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 1:06 pm

דער בוך –וועבפלעצל שרייבער הנ"ל גרייזט מיטן שרייבן אז דער בנין פון נוסח האר"י שטייט נאך און איז היינט א שולע, ווייל יענער בנין איז געווען אן איין שטאקיגער.

אין תולדות חב"ד בארה"ב ברענגען זיי פון ר' ישראל דזשייקובסון'ס זכרונות:
ר׳ שרגא פייוויש מענדלאוויטש ע״ה בראותו גודל ההשפעה שלי על התלמידים, וביחוד הביע התנגדותו מדוע אני עושח אותם פאר ליובאוויטשער חסידים, הוא לומד ג״כ עם התלמידים ספרי מוסר וחסידות אבל מדוע דוקא תסידות ליובאוויטש ומאז התחלתי לקרב את התלמידים הנהיג שעור של לימוד עם תלמידים (הוא הי׳ מנהל של הישיבת תורת ורעת) כוזרי חובת הלבבות נועם אלימלך תניא ובו׳). מה עשה לקח קבוצת התלמידים והלך עמהם להסתופף אצל ר׳ חיים אברהם דוב לעווין ע״ה דער מלאך. הוא הי׳ רב בביהכנ״ס נוסה אר׳׳י דבראנקם מקום שהתפללו אבי ואחיו דודי ור׳ ש׳׳פ וויילער ע״ה ועוד מחשובי אנ׳׳ש ולקח עמו גם בע״ב אחדים, כי השפעתו על התלמידים עשתה רושם על אחדים ממתעסקי הישיבה דתו״ד וגם מישיבת ר׳ היים בערלין, והי׳ מבקרים אצלו לפרקים קרובים ביומי דפגרא וכו׳ (אך אחרי עבור זמן לא רב השפיע על התלמידים בהתנגדות בולטת בלבישת בגדים ארוכים ט״ק גדולים. לא לבשו מעיל עליון אויבער העמד ושניפס בודאי לא. בהכובע לא עשו ניט קיין בויג אין דער העט, ולא תפצו ללמוד בגמרות רק מדפוסי סלאוויטא וזיטאמיר . . עד אשר עזבו את הישיבה ויסדו ישיבה בשם נתיבות עולם).
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אברעמעלע
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 04, 2010 2:01 pm

תגובהדורך אברעמעלע » מיטוואך ינואר 06, 2010 11:04 am

farshlufen האט געשריבן:צווישן די מלאכים אין וויליאמסבורג זענען אויך געווען צוויי גרי צדק, בייע האבן געהייסן ר' אברהם איינעם האט מען גערופן ר' אברהם הראשון און דעם צווייטן ר' אברהם שני, נאך א אינטערעסאנטע טיף איז געווען א ''פלאמבער'' ר' אבא מלאך א פארצייטישער איד אדורכגעווייקט מיט חסידות.

ר' יעקב שור איז אלט געווען אינגאנצן 62 יאר בשעת הסתלקןתו.


62 נישט 64

איך בין פון זיין משפחה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 06, 2010 11:07 am

יישר כח ר' אברהם'עלע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אברעמעלע
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 04, 2010 2:01 pm

תגובהדורך אברעמעלע » מיטוואך ינואר 06, 2010 11:15 am

ביקסאד האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:הרב ערנסטער, דער ביהמ''ד נתיבות עולם אויף 205 היוז סט. אין וויליאמסבורג, איז באשטאנען פון א געקליבען קרעמל פון געווייקטע תלמידים פון מלאך אנגעפירט דורך הרב ר' יעקב שור ז''ל [אוועק אנהויב מ' יארן און ליגט אין ק''י] צווישן זיי: ר' משה שפירא ז''ל, ר' יוסף פלאר מוכר ספרים ז''ל, ר' זאנוויל גערטנער ז''ל, און להבחל''ח ר' אבא שאול סאלאף זז''ג, זייערע קינדער האבן מער ווייניגער געלערנט און זענען אויפגעוואקסן אין סאטמאר.

מענדל דער מלאך, ה"ה ר' מענדל ראזען.


ר' מענדל ראזען איז אויך געווען א איידעם ביי ר' יחזקאל דערשאוויץ.

סתם אזוי, איז אינטרעסאנט צו וויסען אז דער מלאך זצ"ל האט געוואלט די שוועסטער וואס האט חתונה געהאט מיט ר' מענדל ז"ל פאר ר' יעקב שארר זצ"ל. נאר זי האט נישט געוואלט. ר' יחזקאל האט נישט געוואלט מוותר זיין (פארשטייצעך) און ער האט איהם גענומען פאר א צווייטע טאבטער.
לעצט פאראכטן דורך אברעמעלע אום מיטוואך ינואר 06, 2010 11:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך ינואר 06, 2010 11:21 am

וואס הייסט די מלאך האט געוואלט? ער איז געווען דער שדכן?

אברעמעלע
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 04, 2010 2:01 pm

תגובהדורך אברעמעלע » מיטוואך ינואר 06, 2010 11:28 am

יא!
לעצט פאראכטן דורך אברעמעלע אום מיטוואך ינואר 06, 2010 11:54 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך ינואר 06, 2010 11:34 am

ס'איז נאך נוגע? :wink:
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך ינואר 06, 2010 11:36 am

אזוי ווי מענטשן האבען געשריבען וועגן זיינע דורות מיז איך מוחה זיין

איך ווייס נישט וואסערע פלייצעס מען האט צו רעדן אזוי אויף א קדוש אלק' וואס צדיקים הקודמים האבען געזאגט אז ער שאקעלט וועלטן למשל די חפץ חיים ,ור' ברוך בער ר' אשר זעליג מרגליות, מנחת אלעזר ועוד

און מענטש איז אראפ געקומען צו טיען און נישט אויפצוטיען, און מיר קענען נישט פארשטיין הקב"ה וועגן, דער אייבישטער פירט די וועלט און יעדע זאך האט א חשבון און מיר קענען נישט אלעס פארשטיין, אבער אריין צו רעדן דאס טאר מען נישט

הוי זהיר בגחלתם
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אברעמעלע
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 04, 2010 2:01 pm

תגובהדורך אברעמעלע » מיטוואך ינואר 06, 2010 11:53 am

דארפסמאן האט געשריבן:אזוי ווי מענטשן האבען געשריבען וועגן זיינע דורות מיז איך מוחה זיין

איך ווייס נישט וואסערע פלייצעס מען האט צו רעדן אזוי אויף א קדוש אלק' וואס צדיקים הקודמים האבען געזאגט אז ער שאקעלט וועלטן למשל די חפץ חיים ,ור' ברוך בער ר' אשר זעליג מרגליות, מנחת אלעזר ועוד

און מענטש איז אראפ געקומען צו טיען און נישט אויפצוטיען, און מיר קענען נישט פארשטיין הקב"ה וועגן, דער אייבישטער פירט די וועלט און יעדע זאך האט א חשבון און מיר קענען נישט אלעס פארשטיין, אבער אריין צו רעדן דאס טאר מען נישט

הוי זהיר בגחלתם


ביזט גערעכט. איך האב דאס פארראכטען.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך ינואר 06, 2010 6:41 pm

אברעמעלע,

אז איר זענט א אייניקעל פון ר' יחזקאל ב"ר זכריה דארפט איר דאן וויסן אז נישט די טאכטער האט נישט געוואלט, וד"ל,
עיין פרשת ויצא, איר קאנט אייך נאך פרעגען בביהמ"ד דיערעש [מלפנים קהל זכריה בסאוטה 10 ואיפה שעומד היום ב'דעוויזאן עוועניו היה הזאבנא קלויז].

בכלל איבער די דריי ברודער ר' זכריה ושני אחיו מיט זייער מסירת נפש פאר אידישקייט אין יענע יאהרן וואלט מען געמעגט עפענען א באזונדערן געהענגעל,
ר' זכריה איז אין יענע יאהרן געגאנגען מיט א פולע בארד, וואס איין מאל האט מען עס אים אפ-געשניטן אין די לענג, ער האט עס געלאזט כמות שהיא, און די אנדערע זייט איז צוריק געוואקסן, איין מאל האט ער געהאט א פרשה מיט א לאבוז ביי די טיר פון א אויטאבאס [צו א טראלי] און צום סוף איז יענער געבליבן דארט אונטער די רעדער.
ועמך כולם צדיקים

אברעמעלע
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 04, 2010 2:01 pm

תגובהדורך אברעמעלע » מיטוואך ינואר 06, 2010 7:26 pm

איך בין פון זיין משפחה, נישט איהר משפחה.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג מאי 18, 2010 11:30 am

ווער וויל היינט פארען צו די מלאך ציון, די יארצייט איז די ערשטע טאג שבועות, עס איז נישט ווייט בערך א האלבע שעה, איך האב נישט קיין קאר
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מאי 21, 2010 1:43 pm

הרב הכפרי, היינט האבן מיר דארט אריינגעסטאפט אינמיטן וועג, זיין זכות זאל אונז ביישטיין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג מאי 23, 2010 12:00 pm

געפארן ערב שבועות. ב"ה איך האב געטראפען א רייד אהין אין ציריק


זאל ער זיין א מליץ יושר פאר גאנץ כלל ישראל , און האבען געפוילט אלעס גיטס
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מאי 23, 2010 1:02 pm

צוויי אינטערעסאנטע "ראזינקעס" (מעג מען ניצען "זיין" ווארט?) איבער די "מלאכים",

זיי זענען זייער גרויסע קנאים און די ענין פון ציונות מער לפי ערך ווי אנדערע, למשל ספרים פון די מדינה איז זייער הארב.

זיי ניצען נישט גארנישט פון קדם, אז איינער מאכט א שמחה דארט, גיט מען היימישע מאסט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 6:50 pm

נאכן פארכאפונג פון יאסעלע שוכמאכער פון ר' זאנוויל גערטנערס שטוב.

 http://tinyurl.com/maluchim
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 1:51 pm

אינטערסאנט, ער איז מער ביזי פון די מלאכים ווי מיט ר' זאנוויל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 7:17 pm

וואס האבן זיי קעגן 'קדם'?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 27, 2011 5:41 pm

ר' ברוך אמסיל פון קברים.קאם באטאנט אז איימיצער האט אים אנגעפרעגט איבער א ברודער פונעם 'מלאך' וועלכער איז אנגעבליך שוין געווען דא אין אמעריקא נאך פאר עם מלאך און איז זאגאר נפטר געווארן נאך בשנת תרפ"ג, דאהי האט ער משמש געווען ברבנות און האט געטראגן דעם משפחה נאמען 'כהן - קאהן' ווייסט אפשר איינער מער פרטים איבער דעם ברידער?

http://kevarim.com/rebbe-chaim-avroham- ... ment-14342

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג ינואר 27, 2011 6:08 pm

דאס הייסט אז דער מלאך האט זיך געטוישט דער נאמען פון קאהן-כהן? ער איז דאך נישט קיין כהן פארוואס זאל ער האבן געטראגן דעם נאמען?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
אקעי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2010 3:40 pm

תגובהדורך אקעי » דאנארשטאג ינואר 27, 2011 6:32 pm

ער איז יא געווען א כהן

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג ינואר 30, 2011 4:14 pm

טאקע געזען אינעם ספר וואס ר' לעמל שווארטץ האט ארויס געגעבען (איך געדענק שוין נישט די נאמען) (און א סיפר) אז דער מלאך איז געווען א כהן,
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 31, 2011 10:44 am

וואס איז די שאלה? שטייט דאך קלאר אויף די מציבה ב"ר שניאור זלמן הכהן

פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2010 10:55 am

תגובהדורך פעלדמאן » מיטוואך פאברואר 02, 2011 4:48 pm

[quote="מיללער"]ר' ברוך אמסיל פון קברים.קאם באטאנט אז איימיצער האט אים אנגעפרעגט איבער א ברודער פונעם 'מלאך' וועלכער איז אנגעבליך שוין געווען דא אין אמעריקא נאך פאר עם מלאך און איז זאגאר נפטר געווארן נאך בשנת תרפ"ג, דאהי האט ער משמש געווען ברבנות און האט געטראגן דעם משפחה נאמען 'כהן - קאהן' ווייסט אפשר איינער מער פרטים איבער דעם ברידער?

דער מלאך'ס זון רפאל זלמן ע''ה דערציילט פאר הה''ג ר' יצחק לעבאוויטש אויף א רעדיקטירטע טעיפּ וועגן דעם אז דער טאטע האט געהאט א ברודער אין אמעריקע אסאך עלטער פונם מלאך אין האט געהאט א זון אין די מלאך'ס עלטער


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 6 געסט