יואל ווייס האט געשריבן:פארשלאפן, זייער אינטערעסאנט!
ישר כחך
אויך א הארציגן דאנק פאר ידידך וידיד כל בית ישראל (בן בוזי?) מסיראקיוז
--- --- --- ---
לטובת הציבור ברענג איך דעם גאנצן ארטיקל.
האָבן די ציוניסטן טאַקע געראַט
“איך בין שוין אַן אַלטער מאַן, נאָענט צו די ניינציקער, אָבער יענער שמחת-תורה וואָס איך האָב צוגעזען אין בערגן-בעלזן לאַגער, שטייט מיר נאָך קלאָר פאַר די אויגן ביזן היינטיקן טאָג. באמת וועל איך מודה זיין, אַז איך בין אין יענער צייט געווען היפּש שוואַך, איך בין געווען זייער צעמישט, אָבער אין יענעם שמחת תורה, ווען איך האָב מיטגעהאַלטן די טענץ פונעם סאַטמאַרער רבי’ן, איינגעהילט אין אַ טלית מיט אַ ריזיקער ספר-תורה אין דער האַנט, האָב איך געפילט עפּעס וואָס איך האָב נאָך קיינמאָל נישט געפילט פריער אָדער שפּעטער. עס האָט אַרויסגעבראַכט ביי מיר און ביי אַלע צוקוקער, אַ מוראדיקע ערנסטקייט, און טייכן טרערן זיינען געפלאָסן פון אַלעמענס אויגן”.
פון א. קופּערמאַן
אַריינפיר:
וואָס אַ יאָר עס גייט דורך און משיח איז נאָך אַלץ נישט געקומען, ווערט, ליידער, פאַרמינערט די צאָל איבערלעבער פון דער צווייטער וועלט-מלחמה. אין לויף פון טאָג-טעגלעכן לעבן האָבן מיר נישט קיין צייט אָפּצושטעלן זיך און טראַכטן וואָס פאַראַ זכיה מיר פאַרמאָגן אַז מיר קענען זיך טרעפן מיט עלטערע אידן, וואָס האָבן דורכגעלעבט די יאָרן פון דער ערגסטער תקופה אין דער היסטאָריע פון כלל ישראל.
מיר האָבן די זכיה צו רעדן מיט אידן, צי דאָס איז זיידעס, קרובים, אידן אויף דער גאַס, וועלכע זיינען דורכגעגאַנגען דעם ביטערן “כוס התרעלה”, אָבער ווי געזאָגט, ווערן זיי, ליידער, ווייניקער און ווייניקער, און עס געפינען זיך היינט שוין גאָר ווינציק פון די דאָזיקע אידן.
איבער דער וועלט זיינען היינט שוין פאַראַן אומצאָליקע לייקענער, וועלכע פּראָבירן גאָר לייקענען אָדער מינימיזירן די ליידן וואָס אידן האָבן מיטגעמאַכט ביי דער ביטערערע מלחמה, און דאָס אַלץ, אין אַ צייט ווען עס דרייען זיך נאָך אַרום אידן וואָס האָבן ביטערלעך געליטן במשך לאַנגע יאָרן, אַלץ פאַרלוירן, די גאַנצע פאַמיליע, קינדער, און וואָס נישט?
די דאָזיקע אידן האָבן זיך קיינמאָל נישט אויסקורירט פון די קאָשמאַרנע צייטן, און עס איז ניסי-ניסים אַז זיי האָבן, ברוך השם, באַוויזן דאָס איבערצולעבן און אויפשטעלן הערלעכע דורות, וואָס אַדאַנק דעם שפּרודלט היינט ווייטער דאָס אידישע פאָלק איבער דער גאָרער וועלט.
אַ מעשהלע פון דער זייט: מיין בחורל, פערצן יאָר אַלט, האָט מיט צוויי וואָכן צוריק געזען צום ערשטן מאָל די נומערן וואָס די דייטשן, ימח שמם, האָבן אַרויפגעקריצט אויף די אידן. דאָס איז געווען ווען אַן עלטערער איד האָט זיך געוואַשן צו שלוש סעודות נעבן אים, און אַרויפשאַרנדיק די אַרבל האָט מיין בחורל באַמערקט די אַרויפגעקריצטע נומערן אויף דער האַנט פונעם אַלטן איד. דאָס דאָזיקע בילד איז ביי אים געווען ממש דאָס געשפּרעך פון טאָג. ער האָט דאָס מיט שפּאַנונג דערציילט פאַר זיין מוטער, און אַ גאַנצע וואָך האָט ער געחלומט דערפון. אפילו די נומערן האָבן זיך אים איינגעקריצט אין קאָפּ, און ער געדענקט זיי גענוי.
עס וועט אָבער אָנקומען אַ צייט ווען עס וועט שוין נישט זיין די מעגלעכקייט דאָס צו זען. עס וועט דאַן זיין זייער שווער (משיח זאָל שוין אַוודאי דאָ זיין), צו דערציילן און גענוי אַראָפּמאָלן וואָס עס איז פאָרגעקומען אין די דעמאָלסטיקע שוידערלעכע צייטן, און עס וועט, חלילה, אויסקוקן פאַר די קינדער ווי אַ בלויזע פאַנטאַזיע און איבערטריבענע דערציילונגען, וואָס לאָזן זיך פּשוט נישט גלויבן.
דעריבער איז זייער וויכטיק פאַר אַלע עלטערן צו רעדן מיט די קינדער וועגן דער מלחמה, קויפן ביכער דערוועגן, טראָגן די קינדער צו די זיידעס און עלטערע אידן, זיכער מאַכן אַז די שוידערלעכע פּאַסירונגען זאָלן אַריבערגיין פון טאַטע צו קינד, און עס זאָל, חלילה, נישט פאַרגעסן ווערן די ביטערע תקופה וואָס איז אַריבער אויף כלל ישראל.
לעצטנס אין אַלגעמיינעם זשורנאַל זיינען געדרוקט געוואָרן בריוו פון שרייבער וועגן דער הצלה פון סאַטמאַרער רבי’ן דורך רודאָלף קאַסטנער, אַ ציוניסטישער פירער.
וויל איך אייך דערציילן אַ העכסט-מערקווירדיקע מעשה וואָס איז לעצטנס פאָרגעקומען.
אין דער צייט אַרום לעצטן כ”א כסלו, ווען טויזנטער סאַטמאַרער חסידים איבער דער גאַנצער וועלט פייערן דעם “יום הצלה והשחרור”, די רעטונג און באַפרייאונג פון זייער רבי’ן, כ”ק אדמו”ר ר’ יואל טייטלבוים זצ”ל, דער סאַטמאַרער רבי, וועלכער איז מיט ניסי-ניסים געראַטעוועט געוואָרן פון די דייטשע הענט, כ”א כסלו תש”ה, דורך דעם באַרימטן “זאָנדער-צוג”, וואָס איז דורכגעפאָרן בערגן בעלזן צו דער פרייער שווייץ, זיינען מיר געוואויר געוואָרן דורך ר’ נחום פריעדמאַן, עקזעקוטיוו-דירעקטאָר פון “עזרת חולים”, אַ סאַטמאַרער חסד-אָרגאַניזאַציע, אַז אַ געוויסער דאָקטאָר וואָס אַרבעט אין קרית יואל, איז אַ זון פון איינעם וואָס איז אויך געראַטעוועט געוואָרן אויף דער זעלבער “זאָנדער-צוג”, און האָט באַדינט דעם סאַטמאַרער רבי’ן עטלעכע מאָל אין דעם קאָנצענטראַציע-לאַגער בערגן בעלזן.
האָבן מיר געבעטן ביי ר’ נחום פריעדמאַן ער זאָל אונז דערלויבן זיך צו באַגעגענען מיטן דאָקטאָר, און ער זאָל אונז אויך דערמעגלעכן צו רעדן מיט זיין פאָטער, וועלכער וואוינט אין ירושלים.
דר. לאסלאו (צבי) קליין איז היינט קרוב צו די ניינציק, און איז נאָך ביים פולן זינען. ער געדענקט גענוי די געשיכטע, ווי זי וואָלט נעכטן פּאַסירט. ער געדענקט בעסער די יעניקע יאָרן ווי אַנדערע זאַכן, וואָס זיינען פאָרגעקומען אין די שפּעטערדיקע יאָרן. דער זון, דר. ניקאָלאַס קליין, איז אַ זעכציק-יעריקער דאָקטאָר און איז דער הויפּט-דאָקטאָר אין “נייעק האָספּיטאַל”. איינמאָל אַ וואָך דינט ער אין “עזרת חולים” אין קרית יואל.
מיר האָבן זיך באַגעגנט מיט דר. ניקאָלאַס קליין אין “עזרת חולים” אין אַ געוויסן דאָנערשטיק, פּרשת ויצא, און געשמועסט מיט אים אַ לענגערע צייט. ער האָט אונז איבערגעגעבן גאָר אינטערעסאַנטע פאַקטן, וואָס זיין פאָטער האָט אים דערציילט, און וועלכע ער האָט שפּעטער אויך נאָכגעפאָרשט. ער איז גאָר גוט באַקאַנט מיט דער היסטאָריע פון יענע צייטן, און פון זיין פאָטער’ס געשיכטע בפרט. אויך האָט ער געדינט אַלס דאָלמעטשער צווישן אונז און זיין פאָטער, מיט וועמען מיר האָבן זיך פאַרבונדן טעלעפאָניש קיין ירושלים, און גערעדט אַ לענגערע צייט.
דר. לאסלאו קליין איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשאַהעלי, אונגאַרן. ער איז נישט אויפגעצויגן געוואָרן אַלס אָרטאָדאָקסישער איד. ער האָט זיך אָנגעשלאָסן אין די רייען פון דער ציוניסטישער “השומר הצעיר” אין אונגאַרן. ער האָט זיך געלערנט דאָקטאָריי אין קלויזנבורגער אוניווערזיטעט, פון וואַנעט ער האָט גראַדואירט אַלס מעדיצינישער דאָקטאָר אין 1940. ער איז געוואָרן אַ חתן מיט דער טאָכטער פון דר. מיקאָלאָש ראַפאַיעל. דר. ראַפאַיעל איז געווען פון די ציוניסטישע “שישקעס” אין אונגאַרן, און איז געווען נאָענט באַפריינדעט מיט דר. רודאָלף (ישראל) קאַסטנער, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן דער פירער פון דער ציוניסטישער “ועדת עזרה והצלה” אין אונגאַרן.
דר. ראַפאַיעל איז געווען דער לעצטער פון אַ באַרימטער ספרדישער פאַמיליע, וועלכע האָט אימיגרירט קיין אונגאַרן אין די 1400 יאָרן, נאָכן טרויעריקן גירוש שפּאַניע.
ווען די דייטשן האָבן אינוואַדירט אונגאַרן אין אדר תש”ד (1944), האָבן זיי ביז עטלעכע חדשים אויפגעשטעלט געטאָס איבער גאַנץ אונגאַרן, פון וואַנעט זיי זאָלן קענען פאַרווירקלעכן זייערע פּלענער צו דעפּאָרטירן דעם גאַנצן אונגאַרישן אידנטום קיין אוישוויץ. דר. ראַפאַיעל איז אַריינגענומען געוואָרן אין געטאָ פון בודאַפּעסט מיט זיין פרוי און זייערע צוויי קינדער, די כלה פון דר. קליין, און אַן עלטערער זון.
די דייטשן האָבן אויסגעוויילט דר. ראַפאַיעל צו דינען אַלס דאָקטאָר אין פּעסטער געטאָ. ווען ער האָט זיי אויפמערקזאַם געמאַכט אַז ער איז נאָר אַ דאָרפישער דאָקטאָר, און אַז עס זיינען פאַראַן אין געטאָ פילע בעסערע דאָקטוירים פון אים, האָבן זיי אים געזאָגט, אַז זיי ווילן דווקא אים נעמען אַלס דאָקטאָר, ווייל ער קוקט-אויס ווי אַ דייטש: אַ בלאָנדער, מיט בלאָע אויגן...
דר. קליין איז אַוועקגעפירט געוואָרן צו דינען אין מונקאַ-טאַבאָר (צוואַנגס-אַרבעט) אין אַ געגנט אינדרויסן פון פּעסט. ער איז געווען דער מיליטערישער דאָקטאָר פאַרן גאַנצן סאָזאַד (לאַגער). איינמאָל אַ וואָך האָט ער געהאַט דערלויבעניש אַרויסצופאָרן קיין פּעסט, צו נעמען פאַרשידענע מעדיצינישע געברויכן אין וועלכע ער האָט זיך גענויטיקט.
ווען דר. ראַפאַיעל איז געוואויר געוואָרן, אַז זיין טאָכטער’ס חתן קומט יעדע וואָך קיין בודאַפּעסט, האָט ער געבעטן ביי דער “עס עס” אַז ער וויל אַריבערברענגען זיין צוקונפטיקן איידעם אין געטאָ. האָבן די דייטשן אים געענטפערט: “אַריינקומען קען יעדער איינער, אָבער אַרויסגיין קען קיינער נישט”. מיט אַ וואָך שפּעטער האָט דר. קליין זיך אַריינגעכאַפּט אין בודאַפּעסטער געטאָ, וואו ער איז געוואָרן פאַראייניקט מיט זיין צוקונפטיקער פאַמיליע. כאָטש די דייטשן האָבן אים אַריינגעלאָזט אין געטאָ, איז זיין לעבן געווען אין סכנה, ווייל ער האָט דעזערטירט פון דער אונגאַרישער אַרמיי, צו וועלכער די סאָזאַדן האָבן באַלאַנגט.
אַביסל שפּעטער האָט דר. קליין געהייראַט אין בודאַפּעסטער געטאָ. דאָס איז געווען די איינציקע חתונה וואָס איז פאָרגעקומען אין געטאָ. אויף דער כתובה זיינען אונטערגעשריבן צוויי ציוניסטישע דר.-רבנים. אויך האָט הרב עקיבא גלאַזנער, פון קלויזנבורג, געשריבן עטלעכע ווערטער אויף לשון הקודש, אַז די כתובה ווערט געשריבן “בשעת חירום” אין מלחמה-צייט. די כתובה איז מיט אַ צייט צוריק אַריינגעגעבן געוואָרן אין מוזעאום פון “יד ושם” אין ישראל, צוליב איר היסטאָרישער אייגנאַרטיקייט.
כאָטש די היסטאָריע פון דעם “זאָנדער-צוג” איז שוין באַשריבן געוואָרן אין עטלעכע ספרים און ביכער, ווי דער ספר “מושיען של ישראל”, “מאפילה לאור גדול” און אַנדערע, ווי אויך דורך ציוניסטישע און גויאישע שרייבער, וועלן מיר באַשרייבן אין קורצן לויט ווי דר. קליין האָט עס אונז איבערגעגעבן.
דערציילט ער אַזוי:
ווען די דייטשן ימח שמם האָבן אינוואַדירט אונגאַרן, איז דער מלחמה-צושטאַנד שוין געווען זייער שווער פאַר די דייטשן. זיי זיינען שוין געווען אַרויסגעשטויסן פון גאַנצן מיטעלן מזרח און אפריקע, און עטלעכע מאָנאַטן שפּעטער האָבן די אַליאירטע אַרמייען, מיט הונדערטער טויזנטער סאָלדאַטן, געלאַנדעט אין נאָרמאַנדי, פראַנקרייך, וואו די דייטשן האָבן ענדלעך געליטן זייער ענדגילטיקן קלאַפּ (ליידער, אַביסל צו-שפּעט). די דייטשן האָבן זיך גענויטיקט אין מיליטערישן געצייג פאַר דער מלחמה. אַזוי ווייט, אַז זיי זיינען געווען גרייט צו פאַרקויפן די אידן אין אויסטויש פאַר מיליטערישע טראָקס.
אָנגעהויבן האָבן זיך די געשפּרעכן מיט דער אינטערווענץ פון הגאון ר’ מיכאל בער ווייסמאַנדל זצ”ל, וועלכער האָט געפירט פאַרהאַנדלונגען מיטן דייטשן פירער אין סלאָוואָקיי, דיטער פאן וויסליצעני, איבער די אידן פון סלאָוואָקיי, און די פאַרהאַנדלונגען זיינען שפּעטער אַריבערגעפירט געוואָרן צו ראַטעווען אַ מיליאָן אונגאַרישע אידן. דער אָריגינעלער אָפּמאַך איז געווען, צוויי מיליאָן דאָלאַר פאַר אַ מיליאָן אונגאַרישע אידן. אין אונגאַרן האָט וויסליצעני געאַרבעט אינאיינעם מיטן ראש הקהל פון דער אָרטאָדאָקסישער קהילה אין פּעסט, ר’ פּנחס פרוידיגער.
די ציוניסטן האָבן נישט געשפּילט קיין ראָלע אין די פאַרהאַנדלונגען, צוליב זייער מינדערוויכטיקייט אין אונגאַרן. כאָטש זיי האָבן אויך געהאַט אַ רעטונגס-קאָמיטע, איז עס געווען בלויז אַן אָרגאַניזאַציע, אָן צופיל ממשות. מערערע היסטאָריקער טענהן אַז זייער פירער, דר. רודאָלף קאַסטנער, האָט באַשלאָסן צו סאַבאָטאַזשירן די פאַרהאַנדלונגען. ער האָט זיך באַקענט מיט עטלעכע דייטשע פירער אין אונגאַרן, ביז ער אָנגעקומען צו אַדאָלף אייכמאַן ימח שמו, דער דייטשער פירער אין אונגאַרן.
דר. קאַסטנער האָט געוואוסט, אַז אייכמאַן מיט וויסליצעני זעען נישט אויג אויף אויג, און אייכמאַן איז נישט אַזוי געלט-גייציק ווי וויסליצעני. אויך האָט קאַסטנער געוואוסט, אַז אייכמאַן וויל זען אַלע אונגאַרישע אידן אין אוישוויץ, ווי איידער פאַרהאַנדלען איבער געלט. אייכמאַן האָט אָבער באַקומען אַ באַפעל פון די הויכע געשטאַפּאָ-פירער אין דייטשלאַנד, יאָ צו פאַרהאַנדלען איבער באַפרייען אידן אין אויסטויש פאַר געלט אָדער טראָקס. ממילא איז קאַסטנער אים זייער גוט צונוץ געקומען.
אין אָנהויב האָט אייכמאַן פאַרהאַנדלט מיטן ראש הקהל פון דער אָרטאָדאָקסישער קהילה אין פּעסט, ר’ פּנחס פרוידיגער. אָבער אייכמאַן האָט ספּעציעל פיינט באַקומען ר’ פּנחס’ן צוליב עטלעכע סיבות. די הויפּט-אורזאַך איז געווען, ווייל ער האָט “צופיל געוואוסט”, און האָט פאָרגעהאַלטן אייכמאַנען איבער זיינע באַטריגעס און ליגנס. דעריבער האָט אייכמאַן אָנגעהויבן פירן פאַרהאַנדלונגען מיטן פירער פון דער קלענסטער אידישער פּאַרטיי אין אונגאַרן, דר. רודאָלף קאַסטנער, פון דער ציוניסטישער פּאַרטיי.
אייכמאַן און קאַסטנער האָבן געהאַט זייער אַ גוטע געמיינזאַמע שפּראַך. אייכמאַן שרייבט אין זיינע מעמואַרן:
“איך האָב מיך געשפּירט מיט קאַסטנער ווי אַ פריינט; ער איז אַן אייז-קאַלטער אַדוואָקאַט. ער האָט איינגעשטימט אונז צו העלפן אַז די אידן אין אונגאַרן זאָלן זיך נישט אַנטקעגנשטעלן, און זיך לאָזן אַרייננאַרן אין די געטאָס. ער האָט זיך אונטערגענומען צו האַלטן אָרדענונג אין די לאַגערן אַז די אידן זאָלן נישט מאַכן אַן אויפשטאַנד, אויב איך וועל אַרויסלאָזן עטלעכע הונדערט צי עטלעכע טויזנט פון זיינע ציוניסטישע פריינט, צו קענען אימיגרירן קיין פּאַלעסטינע”.
קאַסטנער האָט אַפּנים נישט געהאַט קיין שום אינטערעס צו ראַטעווען אידן, נאָר זיינע פּאָר גוטע פריינט. און אַזוי איז טאַקע געווען: קאַסטנער האָט אָנגעהויבן צוזאַמענשטעלן אַ ליסטע פון די ציוניסטישע פּאַרטיי-מאַכערס וועלכע זאָלן באַפרייט ווערן. אָבער אויך צו דעם האָט ער זיך גענויטיקט אין אַ ריזיקער סומע פון קאָנטריבוציע, וואָס ער האָט נישט געהאַט. ער האָט אָבער נישט געהאַט קיין שום צוטריט צו געלט, אויסער פון די ציוניסטישע פירער, וועלכע האָבן זיך געפונען אויף דער פריי.
עס איז ברייט באַקאַנט די געשיכטע מיט יואל בראַנד, וועמען אייכמאַן און קאַסטנער האָבן אַרויסגעשיקט פון אונגאַרן קיין איסטאַמבול, צו אַפּעלירן ביי די ציוניסטישע פירער, אַז זיי זאָלן געבן געלט פאַר טראָקס, וואָס אין אויסטויש וועט ער באַפרייען פילע אונגאַרישע אידן. ליידער האָט זיך דאָס געענדיקט מיט אַ ביטערן דורכפאַל, ווען די ציוניסטן האָבן פאַרראַטן בראַנד’ן פאַר די ענגלענדער, וועלכע האָבן אים אַרעסטירט אין קאַיראָ אויפן פאַרדאַכט אַז ער איז אַ דייטשער שפּיאָן.
דאָ איז נישט דאָס פּלאַץ צו באַשרייבן די מעשה באריכות, נאָר מיר ווילן צוקומען צו די פּונקטן וואָס באַרירן דעם “זאנדער-צוג”.
דאָס גאַנצע קהל וואָס קאַסטנער האָט געוואָלט ראַטעווען איז געווען בערך זעכצן הונדערט אידן, וואָס זאָלן אַרויסגעשיקט ווערן מיט אַ ספּעציעלן צוג פון פּעסט קיין שווייץ. אָבער ווי געזאָגט, האָט ער קיין געלט נישט געהאַט. דעריבער האָט ער געמוזט אָנקומען צו דער אָרטאָדאָקסישער קהילה. די אָרטאָדאָקסישע געמיינדע האָט פאַר דעם געלט וואָס זיי האָבן בייגעשטייערט, פאַרלאַנגט מ’זאָל אַרויפלאָזן אויף דער הצלה-באַן עטלעכע אָרטאָדאָקסישע רבנים. ווען די רעגיסטראַציע פאַר דעם “זאנדער-צוג” האָט זיך אָנגעהויבן, זיינען די מערסטע אידן פון דער פּראָווינץ שוין געווען אַוועקגעפירט, און רוב אונגאַרישע רבנים זיינען שוין נישט געווען בין החיים, אַזוי אַז ס’איז שוין נישט געווען צופיל וועמען צו ראַטעווען.
דער אַלטער דאָקטאָר לאסלאו קליין דערציילט ווייטער:
“יענעם זומער תש”ד ( 4 )149, האָט מיין שווער, דר. ראַפאַיעל, געבעטן ביי דר. קאַסטנער, מיט וועמען ער איז געווען באַפריינדעט, אַז ער זאָל אים מיט זיין פאַמיליע אַרויפשטעלן אויף דער ליסטע צו קענען פאָרן מיטן באַן אַרויס צו דער פריי. מיין שווער האָט אים געזאָגט, אַז ער האָט טאַקע איצט נישט קיין געלט, אָבער ווי נאָר ער וועט זיין אויף דער פריי, וועט ער אים שיקן געלט פון זיינעם אַ שוואָגער, וועלכער וואוינט אין אָהייאָ, אין אַמעריקע.
“קאַסטנער האָט אים אָבער קאַטעגאָריש אָפּגעזאָגט, ווייל ער מוז שוין איצט האָבן דאָס געלט, און וויבאַלד מיין שווער האָט נישט געהאַט קיין געלט, האָט ער אים אָפּגעזאָגט.
“דאָ איז כדאי אויפצוברענגען נאָך אַ זאַך, וואָס האָט זיך דאַן אָפּגעשפּילט אין אונגאַרן. ווען די דייטשן האָבן אינוואַדירט אונגאַרן, האָבן זיי אויך אַרויפגעשטעלט דאַמע סטאיאאי ימח שמו, וועלכער איז געווען גאָר נאָענט מיט די נאַציס, צו פירן דאָס לאַנד. יענעם זומער האָבן די דייטשן זיך אינגאַנצן אַרויסגעצויגן פון אונגאַרן, און סטאָיאַאי האָט איבערגעגעבן די פולע פירערשאַפט פאַר בעלא אימרעדי ימח שמו, דער פירער פון דער “סאלאשי” פּארטיי. די סאלאשעס זיינען געווען טרויעריק באַרימט מיט זייערע רציחות, גאָרנישט בעסער ווי די דייטשן זעלבסט. אין געטאָ האָבן מיר זיך דערוואוסט פון די דייטשן, אַז זיי גרייטן זיך צו טראַנספאָרמירן די רעגירונג אין אונגאַרן צו דער סאלאשי-פּאַרטיי.
“איך האָב זיך באַלד געוואָנדן צו קאַסטנער, אַז וויבאַלד איך האָב דעזערטירט פון דער אונגאַרישער אַרמיי, דעריבער אויב די סאלאשן וועלן אַריינקומען, דערוואַרט מיך טויט שטראָף. צוליב דעם האָט ער מיך און מיין פרוי אַרויפגעשטעלט אויף דער ‘זאנדער-צוג’. נאָך דער מלחמה בין איך געוואויר געוואָרן, אַז דעם ערשטן טאָג ווען די סאלאשן זיינען אַריינגעקומען אין פּעסט, האָבן זיי אומגעבראַכט מיין שווער און האָבן דערשלאָגן צום טויט מיין שוואָגער, מיין פרוי’ס ברודער, וואָס מיט דעם האָט זיך געענדיקט די דינאַסטיע פון דער ראַפאַיעל-פאַמיליע אין אונגאַרן. די סאלאשן האָבן אַריינגעוואָרפן זייערע קערפּערס אינעם דונאָ-טייך.
“יאָרן שפּעטער, ווען איך האָב באַזוכט אין בודאַפּעסט, זיינען מיר אַריבערגעגאַנגען צום אונגאַרישן מיניסטעריום, וואו מיר האָבן אַנטדעקט די פּאַפּירן וועלכע האָבן באַשטעטיקט, אַז מיין שווער איז אומגעבראַכט געוואָרן פון קוילן-וואונדן.
“מיר זיינען אַרויסגעפאָרן פון פּעסט תמוז תש”ד (1944), מיט אַ באַן וואָס האָט אונז גלייך געדאַרפט אַרויספירן קיין שווייץ. אָבער ווי באַוואוסט, האָט זיך דער טראַנספּאָרט אויפגעהאַלטן פינף מאָנאַטן אין בערגן בעלזן. דעם ערשטן טאָג אויפן באַן האָב איך באַגעגנט דעם סאַטמאַרער רב זצ”ל. דער סאַטמאַרער רב האָט זיך אויפגעפירט מיט אַן “עקזעמפּלואַרער” אויפפירונג. ער האָט אויף מיר געמאַכט אַן אויסערגעוויינלעכן איינדרוק פון דער ערשטער מינוט ווען איך האָב אים געזען”.
דאָ האָבן מיר געפרעגט דר. לאסלאו קליין אויפן טעלעפאָן, צי ער האָט געקענט דעם סאַטמאַרער רבי’ן אויך פריער.
“ניין”, איז געווען זיין ענטפער. “געזען האָב איך אים קיינמאָל נישט, אָבער געהערט, גאָר אַ סך... ער איז געווען אַ ‘פּערסאָנע נאָן גראַטאַ’... (אַ לאַטיינישער אויסדרוק אויף אַ מענטש וועלכער איז נישט “וועלקאָם” - א.ק.). מיר האָבן אים נישט געברויכט אויפן באַן, און מיר האָבן אים ניט געוואָלט אויף דער פריי. דער סאַטמאַרער ראַבינער איז זיכער געווען דער לעצטער מענטש וועמען קאַסטנער האָט געוואָלט זען באַפרייט....
“איך וועל דיר אויפקלערן ווי אַזוי דער טראַנספּאָרט איז געווען צוזאַמענגעשטעלט. דער ‘זאנדער-צוג’ איז באַשטאַנען פון מענטשן אין דריי קאַטעגאָריעס. אין דער ערשטער קאַטעגאָריע זיינען געווען עשירים, וועלכע האָבן פאַרמאָגט גענוג געלט צו קויפן אַ זיץ אויפן באַן. די צווייטע קאַטעגאָריע איז באַשטאַנען פון די אָרטאָדאָקסן וועלכע האָבן, אויסער דאָס צאָלן פאַר זיך אַליין, אויך באַצאָלט פאַר דער דריטער קאַטעגאָריע, די ציוניסטן, וועלכע האָבן גאָרנישט באַצאָלט, און זיינען געווען די מערהייט אויפן טראַנספּאַרט”.
אויב אַזוי, האָב איך געשטעלט דר. קליינ’ען די פראַגע: פאַרוואָס זאָגן די ציוניסטן אַז זיי האָבן געראַטעוועט דעם סאַטמאַרער רבי’ן? האָט ער מיר געענטפערט:
“דאָס קען מען איינרעדן פאַר מענטשן וועלכע זיינען נישט באַקאַנט מיט דער היסטאָריע, אָדער פאַר מענטשן וועלכע ווילן פּשוט לייקענען די פאַקטן. נישט נאָר אַז זיי האָבן נישט געראַטעוועט דעם סאַטמאַרער רבי’ן, נאָר ער איז גאָר געווען דער וואָס האָט זיי געראַטעוועט!...”
מיר האָבן געבעטן דר. קליין ער זאָל עפּעס דערציילן וואָס ער געדענקט פונעם סאַטמאַרער רבי’ן.
האָט ער אונז דערציילט, אַז ער האָט עטלעכע מאָל פּערזענלעך מעדיציניש באַדינט דעם רבי’ן. דאָס איז געווען ווען עס האָט זיך אַנטוויקלט אַן אינפעקציע אויפן רבינ’ס קאָפּ צוליב דער שוואַכער דערנערונג.
“דעמאָלט האָב איך פּערזענלעך זיך באַקאַנט מיטן סאַטמאַרער רבי’ן, און געזען אַז ער איז גאָר אַן אַנדערער סאָרט טיפּ פון די איבריקע מענטשן אין דער גרופּע. מיר אַלע - די ציוניסטן אויפן באַן - האָבן געהאַט געמישטע געפילן. פון איין זייט האָבן מיר טאַקע געהאַסט דעם רבי’ן, אָבער דאָרט, אין בערגן בעלזן, אין די טונקלסטע צייטן, האָבן מיר אַלע פאַרשטאַנען, אַז אויב מיר וועלן געראַטעוועט ווערן, וועט דאָס זיין אין זכות פונעם סאַטמאַרער רבי’ן! כאָטש מיר זיינען נישט געווען רעליגיעז, האָבן מיר געהאַט דעם געפיל, אַז אין זכות פון דעם רעליגיעזן איד וועלן מיר געראַטעוועט ווערן.
“עס איז געווען אַ געוויסער פרימאָרגן ווען מען האָט דורכגעפירט אַן ‘אַפּעל’ (די דייטשע ציילונג אויף די אַרעסטאַנטן), און עס האָט זיך אַרויסגעשטעלט, אַז דער ראַבינער איז נישטאָ. מען האָט אָפּגעשטעלט דעם ‘אַפּעל’ כדי צו זוכן דעם רבי’ן, און מ’האָט אים געפונען אַז ער איז געווען פאַרנומען מיט זיין עבודה פאַרן דאַוונען. האָב איך שפּעטער געזאָגט דעם ראַבינער, אַז אויב ער וויל, קען איך אים געבן אַ באַפרייאונגס-צעטל אַז ער זאָל זיך נישט מוזן באַטייליקן אינעם טעגלעכן ‘אַפּעל’. האָט דער רבי מיך געפרעגט צי עס וועט קיינעם נישט באַדערן, און ער האָט נאָר געוואָלט מאַכן זיכער, אַז דאָס קען פאַר קיינעם נישט שאַטן. איך ווייס קלאָר, אַז דער רבי האָט געקענט אָנקומען צו אַ סך פּריווילעגיעס, אָבער ער האָט נישט געוואָלט, נאָר ווייל עס קען מעגלעך וויי טאָן אַ צווייטן איד. דער רבי איז מיר זייער דאַנקבאַר געווען פאַר די טובות, וואָס איך האָב אים געטאָן אין בערגן-בעלזן.
“נאָך דער באַפרייאונג, זיינען אַלע באַפרייטע פּלאַצירט געוואָרן אין אַ ספּעציעלן לאַגער מיטן נאָמען ‘קאוי’. אָבער דעם רבי’ן איז יאָ דערלויבט געוואָרן אַרויסצופאָרן אין אַן אַנדערער שטאָט, און דאַן האָב איך געזען דעם סאַטמאַרער רבי’ן צום לעצטן מאָל. איך האָב אים מער נישט געזען אין מיין לעבן.
“זייענדיק אין לאַגער קאוי, האָב איך איין טאָג באַקומען אַ גאַנצן פּעקל אָנגעפילט מיט זיסוואַרג, וואָס דער סאַטמאַרער רבי האָט מיר געשיקט, אויסצודריקן אַ דאַנק פאַר די טובות, וואָס איך האָב אים געטאָן זייענדיק אין בערגן-בעלזן”.
מיר האָבן געפרעגט ביי דר. לאסלאו קליין, צי ער געדענקט עפּעס אַ יום-טוב אין בערגן-בעלזן מיטן סאַטמאַרער רבי’ן.
“אַוודאי”, איז געווען זיין ענטפער. “איך בין שוין אַן אַלטער מאַן, נאָענט צו די ניינציק, אָבער יענער שמחת-תורה וואָס איך האָב צוגעזען אין בערגן-בעלזן לאַגער, שטייט מיר נאָך קלאָר פאַר די אויגן ביזן היינטיקן טאָג. באמת וועל איך מודה זיין, אַז איך בין אין יענער צייט געווען היפּש שוואַך, איך בין געווען זייער צעמישט, אָבער אין יענעם שמחת תורה, ווען איך האָב מיטגעהאַלטן די טענץ פונעם סאַטמאַרער רבי’ן, איינגעהילט אין אַ טלית מיט אַ ריזיקער ספר-תורה אין דער האַנט, האָב איך געפילט עפּעס וואָס איך האָב נאָך קיינמאָל נישט געפילט פריער אָדער שפּעטער. עס האָט אַרויסגעבראַכט ביי מיר און ביי אַלע צוקוקער, אַ מוראדיקע ערנסטקייט, און טייכן טרערן זיינען געפלאָסן פון אַלעמענס אויגן”.
מיר פרעגן ביי דר. קליין: צי האָט איר אויך שפּעטער מיטגעהאַלטן וואָס עס איז געוואָרן מיטן סאַטמאַרער רב, מיט וועמען איר האָט זיך באַקענט אין בערגן-בעלזן?
“זיכער. איך האָב שטענדיק געהאַט אַן אינטערעס צו וויסן וואָס עס קומט-פאָר מיטן סאַטמאַרער רבי’ן. איך ווייס אַז ער האָט אויפגעשטעלט אידישקייט אין דער גאַנצער וועלט, און איך געדענק דעם איינדרוק וואָס זיינע באַזוכן האָבן געמאַכט ווען ער איז געקומען קיין ארץ-ישראל. שוין אָפּגערעדט היינט-צו-טאָג, - פאַרענדיקט דר. לאסלאו קליין מיט אַ שמייכל, - ווען איך האָב אַן ‘אַמבאַסאַדאָר’ אין סאַטמאַר, מיין זוהן, דר. ניקאָלאַס...”
דער זון, דר. ניקאָלאַס קליין דערציילט אונז, אַ ווען ער איז נאָך געווען אַ אינגל, געדענקט ער אַז זיין פאָטער האָט אים געזאָגט אַז עס קומט אַ ספּעציעלער חשובער גאַס, איינער מיטן נאָמען “אשכנזי” (דאָס איז הרב החסיד ר’ יוסף אשכנזי ז”ל, דער משמש און לאַנגיאָריקער שטוב-מענטש פונעם סאַטמאַרער רבי’ן זצ”ל), און “מיין פאָטער איז געווען זייער איבערגענומען, אַז דעם רבי’ן פאַרטרויאונגס-מאַן קומט אָפּגעבן אַ באַזוך אין רבינ’ס שליחות. יעדעס מאָל ווען הרב אשכנזי איז געקומען קיין ישראל, איז ער געקומען צו אונז אין שטוב אָפּגעבן אַ באַזוך אין נאָמען פונעם רבי’ן”.
דער זון, דר. ניקאָלאַס קליין, דערציילט אונז:
“נאָך דעם ווי מיין זיידע, דר. ראַפאַיעל און זיין זון, זיינען אומגעבראַכט געוואָרן אין פּעסטער געטאָ דורך די נילאשעס, האָט קאַסטנער אַריינגענומען מיין באָבען צו זיך אַהיים, וואו זי איז איינגעשטאַנען ביז נאָך דער באַפרייאונג, און איז געראַטעוועט געוואָרן פון טויט.
“זי האָט אונז שפּעטער דערציילט, אַז זי האָט געזען ביי קאַסטנער אינדערהיים צוויי רענצלעך וואָס זיינען געווען פול מיט גאָלד, געלט און טייערע שטיינער, וואָס קאַסטנער האָט באַקומען פון דער אָרטאָדאָקסישער קהילה.
“נאָך דער באַפרייאונג, האָט זי נאָך אַמאָל חתונה געהאַט, און זיך באַזעצט אין ישראל.
“אין 1954 איז פאָרגעקומען דער באַקאַנטער קאַסטנער-פּראָצעס, און וויבאַלד מיין באָבע איז פאַר אַ צייט איינגעשטאַנען ביי קאַסטנער’ן אינדערהיים, איז זי באַטראַכט געוואָרן אַלס פּאָטענציעלע עדות קעגן קאַסטנער”.
דאָ דאַרף מען זיך אָפּשטעלן און אין קורצן אינפאָרמירן די לייענער פון “אַלגעמיינעם זשורנאַל” וואָס עס האָט זיך דאַן אָפּגעשפּילט ביים “קאַסטנער פּראָצעס”.
עס האָט זיך אָנגעהויבן ווען אַ ישראל-בירגער, אַ מזרחיסט און אַן אָפּשטאַמיקער פון אונגאַרן, מיטן נאָמען מלכיאל גרינוואַד, האָט געשריבן אין אַ קליינער צייטונג וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן, אַז קאַסטנער - וועלכער איז דאַן געווען אַן אָנגעשטעלטער אין אַרבעטס-מיניסטעריום פון מדינת ישראל - האָט קאָלאַבאָרירט מיט די דייטשן, און איז שולדיק אינעם טויט פון די אונגאַרישע אידן. די רעגירונג האָט דאַן גערופן אין געריכט דעם דערמאָנטן מלכיאל גרינוואַלד, אויף דער אָנקלאַגע אַז ער האָט “פאַרשעמט” אַ רעגירונגס-אָנגעשטעלטן, קאַסטנער.
דער פּלאַן איז געווען, אַז דער געריכט וועט דויערן בלויז פיר וואָכן, און גרינוואַלד זאָל באַשולדיקט ווערן אין דער פאַרשעמונג פון קאַסטנער. אָבער די פּלענער האָבן זיך ווייט נישט אויסגעאַרבעט. גרינוואַלד, וועלכער איז דאַן געווען אין עלטער פון 72 יאָר, האָט אויפגענומען אַ יונגן, דרייסיק-יעריקן אַדוואָקאַט מיטן נאָמען שמואל תמיר, וועלכער האָט “איבערגעדרייט אַ וועלט”, און ער האָט אַראָפּגעבראַכט פילע עדות, וועלכע האָבן גאָר באַשולדיקט קאַסטנער’ן.
אין אַ בוך, וואָס שמואל תמיר’ס זון האָט אַרויסגעגעבן, שרייבט ער, אַז זיין פאָטער איז אינמיטן דעם פּראָצעס געפאָרן בסוד קיין אַמעריקע, וואו ער האָט זיך באַגעגנט מיטן סאַטמאַרער רבי’ן און מיט הגאון ר’ מיכאל בער ווייסמאַנדל זצ”ל, און פּראָבירט זיי איבעררעדן, אַז זיי זאָלן קומען קיין ישראל אויפטרעטן אין געריכט! זיי האָבן זיך אָבער אָפּגעזאָגט צוליב עטלעכע סיבות. די נעמען פון סאַטמאַרער רבי’ן און פון ר’ מיכאל בער זיינען טאַקע פיל מאָל אויפגעבראַכט געוואָרן במשך דעם פּראָצעס, סיי דורך קאַסטנער, סיי דורך תמיר. עס איז אינטערעסאַנט אָנצומערקן, אַז ביי יענעם פּראָצעס האָט קאַסטנער, צווישן אַנדערן, דערציילט ווי די מוטער פון דר. פישער איז געקומען אין חלום צו איר זון, בעטן אַז ער זאָל העלפן ראַטעווען דעם סאַטמאַרער רבי’ן.
נאָך פילע עדותשאַפטן, האָט דער הויפּט-ריכטער, בנימין הלוי, געאורטיילט אין 1955, אַז קאַסטנער האָט “פאַרקויפט זיין נשמה פאַרן טייוול”. שפּעטער האָט אַ העכערער געריכט אָפּגעוואָרפן עטלעכע קלאַגעס, אָבער נישט איידער קאַסטנער איז געשאָסן געוואָרן אין תל-אביב דורך דריי רוצחים אין יאָר 1957.
יש אומרים, אַז מיטגלידער פון דער רעגירונג פון ישראל זיינען געווען הינטער די רציחה, ווייל די ציוניסטן זיינען אַלע פאַרשעמט געוואָרן ביי יענעם פּראָצעס, וואו עס איז אויפגעוויזן געוואָרן שוואַרץ-אויף-ווייס, אַז די אינטערעסן פון די ציוניסטן אויף דער פריי זיינען געווען בלויז אַז זיי זאָלן קענען באַקומען זייער מדינה, ווי זיי האָבן אַליין געשריבן אין אַ בריוו: “רק בדם תהיה לנו הארץ”.
איצט, צוריק צום שמועס פון דר. ניקאָלאַס קליין:
“שמואל תמיר, גרינוואַלד’ס הויפּט-אַדוואָקאַט, איז דאַן געקומען בעטן ביי מיין באָבע, וועלכע האָט זיך אויפגעהאַלטן, ווי געזאָגט, ביי קאַסטנער אינדערהיים אַ געוויסע צייט, אַז זי זאָל קומען עדות-זאָגן קעגן קאַסטנער. זי האָט זיך אָבער שטאַרק געקווענקלט, צי זי זאָל עדות זאָגן קעגן אים, ווייל פון איין זייט האָט קאַסטנער געראַטעוועט זי מיט איר טאָכטער און איידעם, אָבער פון דער אַנדערער זייט, איז דורך דר. קאַסטנער אומגעבראַכט געוואָרן איר מאַן און איר זון. מיין פאָטער, דר. לאסלאו קליין, האָט געהאַלטן, אַז קאַסטנער איז שולדיק אין אַלע צרות וואָס די אידן האָבן געליטן אין אונגאַרן. אָבער מיין מוטער האָט געטענהט, אַז וויבאַלד ער האָט אונז געראַטעוועט, טאָרן מיר נישט רעדן קעגן אים... דעריבער איז מיין באָבע דעמאָלט אַריבערגעפאָרן צו איר ברודער קיין אָהייאָ אין אַמעריקע, וואו זי האָט זיך אויפגעהאַלטן די גאַנצע צייט, ביז נאָכן פּראָצעס.
זאָגט אונז דר. לאסלאו קליין טעלעפאָניש:
“אַזוי פיל ווייס איך יאָ, אַז די ציוניסטישע פירער האָבן נישט געהאַט קיין שום אינטערעס צו ראַטעווען אידן פון סלאָוואָקיי און אונגאַרן. די דעמאָלסטיקע ציוניסטישע פירער זיינען אַלע געווען אָפּשטאַמיקע פון פּוילן, אוקראַינע, רוסלאַנד און ליטע. אין יאָר 1943, ווען די דייטשן זיינען געווען גרייט צו פאַרהאַנדלען, איז שוין נישט געווען מעגלעך צו ראַטעווען די אידן פון די אויבן-דערמאָנטע לענדער. דערפאַר האָבן זיי זיך נישט געקימערט מיט די אידן אין סלאָוואָקיי און אונגאַרן”.
מיר האָבן געבעטן ביי דר. ניקאָלאַס קליין, ער זאָל אונז איבערגעבן ווי אַזוי ער איז אָנגעקומען דינען אַלס דאָקטאָר אין “עזרת חולים” אין קרית יואל.
האָט ער אונז דערציילט:
“ביי אַ קאָנפערענץ פון דאָקטוירים, האָט מיר מיינער אַ קאָלעגע געזאָגט, אַז נישט ווייט פון נייעק, ניו-יאָרק, איז פאַראַן אַ שטעטל וואו עס וואוינען נאָר אידן, און נאָך דערצו סאַטמאַרער חסידים, וועלכע זוכן אַ דאָקטאָר וואָס זאָל אַרבעטן אין זייער מעדיקל צענטער.
“איך האָב באַלד באַקומען אַ געפיל דערצו. איך האָב געשפּירט אַז עס גלוסט מיר צו אַרבעטן טאַקע אין אַזאַ פּלאַץ, וויסנדיק אַז איך האָב אַ שייכות צו סאַטמאַר....
“איך וועל דיר זאָגן נאָך מער. ווען איך בין געקומען צום אינטערוויו פאַרן דאָרטיקן פּאָסטן מיט מיסטער פריעדמאַן (ר’ נחום), האָב איך זיך בכלל נישט געדונגען, אָדער פּראָבירט פאַרהאַנדלען וועגן מער געלט, נאָר זיך באַלד צוגעכאַפּט דערצו, ווייל דאָרט וואוינען ‘סאַטמאַרער חסידים’....
“נישט לאַנג דערנאָך האָט אַן אַנדערער מעדיקל צענטער פון אַן אַנדערער חרדישער געגנט זיך פאַרבונדן מיט מיר, און זיי האָבן מיך געוואָלט אויפנעמען צו דינען פאַר זיי מיט די זעלבע באַדינגונגען, וואָס איך האָב אין קרית יואל. האָב איך געזאָגט פאַרן דאָרטיקן מעדיקל דירעקטאָר: ווען מיין פאָטער וועט געראַטעוועט ווערן דורך דיין רבי’ן, וועל איך מאַכן מיט אייך דעם זעלבן געשעפט ווי מיט קרית יואל...”.
Posted on June 29, 2007