משפחה-נעמען פון רבנים ואדמורי"ם

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 5:04 pm

דער בני יששכר האט עס געטוישט אויף שפירא, יאך פרעג וועגן זיין ארגינעלע פאמיליע נאמען.
ועמך כולם צדיקים

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 5:04 pm

לאנגסאם

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 5:07 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:ער איז געווען בתקופת רבי'ן אשר'ל ראפשיצער,
זעהט די שטר חלוקת הירושה פון ר' אשר'ל וואו אזוי יעדער פון זיינע פינף זוהן שרייבן זעך אונטער אנדערש.
ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 5:09 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:לאנגסאם

אמת, און צו וואס פאר א נאמען האט זיין ברודער זעך געטוישט צו.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4920
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 5:12 pm

אגב: ס'זענען היינט דא שיף'ס וועלכע זענען דעם ישמח משה'ס טאטע'ס אייניקלעך
ווי אויך זענען דא היינט לאנגסאם'ס וועלכע זענען דעם בני יששכר'ס טאטע ר' פסח'ס אייניקלעך

בנוגע צו וואס ר' זרח פרעגט, קען מען ענטפערן אז ס'האט זיך פשוט נאכנישט געהאט אזוי איינגעוואוינט ביי די מענטשן, שטעל זיך פאר א שטייגער מען זאל היינט איינפירן 'ניקס' פארן עולם ס'וועט בודאי געדויערן א שטיק צייט ביז ס'וועט ווערן אקצעפטירט. דאס איז בלויז א סברא קאן זיין אנדערש.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 5:33 pm

בן בוזי, יאך פרעג וועגן בני יששכר'ס עלטערן ברודער.

וועגן פאמיליע נעמען האט מען ביי געוויסע ערליכע אידן ביז צום לעצטען דור ממש, אנגעקוקט וואו א גזירת המלכות, וואס מען האט זעך מונע געווען דערפון עד קצה האחרון.

היינט איז אנדערש, הלא חדש אסור מן התורה, אבער אדרבה, צייגט מיר אן צו היינט צו טאג איז דען כמעט דא אידן וואס נוצן נישט א שירעם ? אתמהה ! אבער אמאל האבן חסידישע אידן זעך דערווייטערט דערפון צוליב מאדערנקייט, פון א זאלץ מעסטל זעהט מען ענדערש וואו ערליכע אידן זענען זעך מונע, און עס איז דא ווערטער פון צדיקים אויף די אויבן דערמאנטע, און פאר וואס זאג יאך אייך עס דאס, ווייל איר זאלט וויסן אז אמאל איז געווען אנדערע השגות אין אידישקייט.

יאך רעד נישט פון דעם גאנג אז אלעס וואס איז דא אין דער בריאה, באדארף מען נוצן לטובה, ווייל אם כן אין לדבר סוף, וואו אין דעם געהענגעל

אמת אויף היימישע מאכלים און אליין כשר מאכן איז לעצטענס דער עולם מער נתעורר געווארן, צוליב די פראבלעמען וואס האבן זעך געשאפן אין דעם הינזיכט.
ועמך כולם צדיקים

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 5:53 pm

יישר כח ר' ביקסאד ואתו עמו ר' בן בוזי,

נו, אדרבה, דאס איז דאך ממש וואס איך פרעג. פארוואס עפעס פונקט די צוויי דריי רבי'ס ויו"ח, האבן זיך יא אלעמאל אונטערגעשריבן מיט די 'משפחה' נאמען.

ר' ביקסאד, וועלכע רבי'ס האבן אנגעהאלטן די קפידא ביז צום קריג?
*

אז מ'רעדט פון די זאכן וויל איך מאכן נאך אן אינטערסאנטע באמערקונג:
עס זענען געווען געוויסע 'צונעמען' (איך רוף דאס נישט פאמיליע נעמען במכוון) וועלכע האבן שוין צירקולירט ביי גדולי ישראל מיט א שיינע פאר יאר פאר די תקופת המשפחה-נעמען. די נעמען הוראוויץ, אשכנזי, ראפעפורט, לוריא, וויטאל, כהן, סג"ל און נאך. ווי אויך דאס אנרופן דעם פערזאן מיטן צונאמען פון עלטערן, אזוי ווי: איסר'ליש, איידליש וכו'.
*

בנוגע צו ביקסאד'ס פראגע:
דעם רבי'ן הערש מיילעך'ס עלטערער ברודער, ר' אברהם אבא, נשא שמו כשם ידידינו הרב המפורסם נודע בשערים, בשערי הפורום דנן, העומד להשגיח ולפקח עלינו במסירה עצומה, מורינו הרב 'מיללער'.

http://www.ics.uci.edu/~dan/genealogy/M ... angsam.htm
לעצט פאראכטן דורך זארעכפעפער אום מאנטאג דעצמבער 15, 2008 6:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 6:00 pm

אויך איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ביי די ספרדישע גדולים געפינען מיר אסאך פריער לעצטע נעמען ווי ביי די אשכנזישע.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 6:01 pm

פרטים ביטע.
ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 6:06 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:ר' ביקסאד, וועלכע רבי'ס האבן אנגעהאלטן די קפידא ביז צום קריג?
וואס יאך געדענק אויף דעם מאמענט, ספינקא, היינט צו טאג בעלזא, עס איז אבער דא נאך.

וואו אויך וועגן צו נעמען איז אויך געווען נאך, ווצב"ש, רבק'ש [באר הגולה].
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 6:13 pm

ביקסאד האט געשריבן:פרטים ביטע.
דער הייליגער מבי"ט האט געדריקט זיין ספר אין וויניציאה וואס איז שפאניע נאך אין יאר שי"ג, און ער האט זיך גערופן טראני.

ס'איז דא א ספר אורים ותומים פון ר' מאיר בן יצחק עראמה, אויך אין וויניציאה אין יאר שס"ג,

דער הייליגער בית יוסף האט געהייסן קארוי

דער אור החיים הקדוש וואס איז געווען אין צייט פון בעש"ט האט געהייסן בן עטר

און מ'טרעפט אפילו נאך פריער, דער הייליגער רמב"ם האט געהייסן מיימון

וכו' וכו' וכו'

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 6:17 pm

וויניציאה איז אין איטאליע נישט שפאניע. מטראני קען מיינען פון דער גענגנט אדער שטאט טראני. קענסט דאך גיין נאך פריער, תוספות ברענגט אין תענית כ' (קרעדיט: הרב הגאון ר' קרעמער) אז 'אבן עזרא' איז די משפחה נאמען פון די גאנצע פאמיליע.

עס איז שוין געווען דערוועגן א שמועס אין קרעטשמע. איך וועל דאס באלד לינקן. לאמיר דאס אפיר זוכן.

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 6:20 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:וויניציאה איז אין איטאליע נישט שפאניע. מטראני קען מיינען פון דער גענגנט אדער שטאט טראני. קענסט דאך גיין נאך פריער, תוספות ברענגט אין תענית כ' (קרעדיט: הרב הגאון ר' קרעמער) אז 'אבן עזרא' איז די משפחה נאמען פון די גאנצע פאמיליע.

עס איז שוין געווען דערוועגן א שמועס אין קרעטשמע. איך וועל דאס באלד לינקן. לאמיר דאס אפיר זוכן.

גערעכט איך האב זיך טועה געווען, אבער ווי עס שיינט קומען אסאך ספרדישע גדולים פון איטאליע, נישט אזוי?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 6:27 pm


אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 6:28 pm

ביקסאד שרייבט
זארעכפעפער האט געשריבן:
ר' ביקסאד, וועלכע רבי'ס האבן אנגעהאלטן די קפידא ביז צום קריג?
וואס יאך געדענק אויף דעם מאמענט, ספינקא, היינט צו טאג בעלזא, עס איז אבער דא נאך.

הרה"ק מהר"א מבעלז האט יא געשריבן רוקח אבער די היינטיגע שרייבט אזוי ווי הרה"ק מהרי"ד ווייל אפילו די וואס האבן נישט געשריבן די לעצטער נעמען האבן געשריבן בהה"צ נאר הרה"ק מהרי"ד האט געשריבן סתם הק' ישכר דוב א זאך וואס קיינער האט נישט געשריבן אזוי (אדרבה אויב איינער ווייסט פון נאך איינער לאז דער עולם וויסן)
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 6:31 pm

די וויז'ניצא רביים שרייבן זיך אויך אונטער בלויז ביים נאמען, און מיט'ן אויסלאז פון בהה"צ וכו' מוויזניץ.

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 6:39 pm


יישר כח הרב זארעכפעפער.
עכ"פ די אונטערשטע שורה איז אז דער ענין פון לעצטע נעמען האט מען געזען ביי די חכמי ספרד היפש פריער ווי ביי אונז.

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 6:40 pm

איך פרעג ווער האט נישט געשריבן אזוי
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 7:21 pm

מבי"ט, רי"ד און נאך האבן זעך געשריבן די טראני, אזוי וואו דער רי"ף אלפסי, און עס איז געווען נאך אזעלכע.

ממשפחת האור החיים הקדוש איז אויך געווען ר' יהודה ן' עטר.

דער רמב"ם האט געהייסן און איז ר"ת רבינו משה בן מיימון, אזוי אויך מהר"ם ן' חביב, רבינו אברהם ן' עזרא, רדב"ז רבינו דוד ן' זמרא, אביסל אנדערש איז דער רשב"א רבינו שלמה בן אברהם אדרת.

אמת עס איז געווען בארימטע פאמיליעס וואו אברבנל, און פון די צייטן פון צווייטן בית המקדש איז אויך געווען אפרתי, בנבשתי און נאך.
ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 7:28 pm

קענסט מיך? האט געשריבן:עכ"פ די אונטערשטע שורה איז אז דער ענין פון לעצטע נעמען האט מען געזען ביי די חכמי ספרד היפש פריער ווי ביי אונז.
נישט אזוי זיכער, תרומות הדשן - איסרלין, רבינו יעקב פאללאק בעל החילוקים, מהרש"ל - לוריא, ועוד.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4920
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 12:03 pm

חוקר האט געשריבן:הרה"ק מהר"א מבעלז האט יא געשריבן רוקח


עס איז אינטערעסאנט אנצוצעמרקן אז דער רב ז"ל האט אונטער געהאקט די אותיות פון עמל"ק ביי זיין נאמען (אהרן רוקח מבעלזא האט אין זיך די אותיות עמל"ק) און ער פלעגט מאכן א שטריך אינמיטן די אות כדי מקיים צו זיין מחיית עמלק, א פלא פון א זהירות וואס איז נאר שייך ביים רב ז"ל כידוע.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4920
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג דעצמבער 21, 2008 12:56 pm

וויאזוי האט געהייסן ר' לייב פיסטינער א תלמיד פונעם בעל שם הק' וועמען דער תולדות ברענגט כסדר אראפ? זיין לעצטער נאמען ווערט דערמאנט אין ספר תולדות יעקב יוסף (איך מיין אז איין מאל)?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג דעצמבער 21, 2008 2:25 pm

מה שאמרתי שהישמח משה שינה שמו כשעבר לאונגארן, לא נכון הדבר, ואגב שיטפא נכתב.

אוועטאר
הכל בכל מכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 01, 2008 10:11 pm
לאקאציע: ווען ער זיכט א צווייטן

תגובהדורך הכל בכל מכל » זונטאג דעצמבער 21, 2008 2:59 pm

וואזוי האט געהייסן דער אוהב ישראל אויפן לעצטן נאמען

און אגב איך האב נישט געליינט אלע תגובות פונקטליך, אבער פון וויפיל יא האב איך געוואלט אנמערקן אז דער אר"י הק' האט זיך געחתמ'ט לוריא אשכנזי, וואו מען זעהט עס אין די פיוטים זיינע
יא יא הכל בכל מכל איז נאר דא איין באשעפער

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג דעצמבער 21, 2008 3:15 pm

רבי הכל האק נישט אריין מ'האט נאכנישט גע'ענטפערט בן בוזי'ס פראגע
ווי אזוי האט געהייסן רבי לייב פיסטינער
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יוסף פריעדמאן און 8 געסט