רבי יצחק אהרן פעדערווייס מסערדאהעלי זצ"ל - י"ב שבט תרפ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

רבי יצחק אהרן פעדערווייס מסערדאהעלי זצ"ל - י"ב שבט תרפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

הגה"ק רבי יצחק אהרן פעדערווייס זי"ע
איז געבוירן אין שטאט שוראני נאנט צו פרעשבורג,
בשנת תק"ץ, צו זיין טאטן מוה"ר יום טוב ליפמאן זי"ע, און צו זיין מאמע מרת חי' אסתר ע"ה.

ער האט געלערנט אין שטאט שוראני נעבן פרשבורג,
ביי הגה"ק רבי חזקיה פייבל פלויט אב"ד שוראני בעל ליקוטי חבר בן חיים זי"ע.
וואס איז געווען א גאון מפורסם און א צדיק יסוד עולם וואס האט זיך מייגע געווען אויף תורה יומם ולילה.
הגה"ק בעל דעת סופר זי"ע האט עדות געזאגט אז דער רבי חזקיה פייבל זי"ע האט כמה פעמים זוכה געווען צו גילוי אליהו, אויך האט הגה"ק ר' יוסף שטיינער דומ"ץ וויען זי"ע געזאגט אז פסח ביינאכט האט ער אויך געהאט גילוי אליהו.

די חביבות וואס זיין רבי דער בעל ליקוטי חבר בן חיים זי"ע
האט געהאט צו זיין תלמיד קען מען זעהן פון דעם,

ווען רבי יצחק אהרן זי"ע איז נאך געווען יונג האט ער געהאט זייער חשק ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל און לערנען מיט די בעלי קבלה פון דארט,
אבער זיין רבי האט זיך געבעטן צו אים ער זאל נישט פארן,
ווען זיין רבי האט געזען אז ער וויל נאך אלץ פארן, איז ער פאר אים ממש געפאלן צו די פיס און זיך געבעטן אז דא אין חוץ לארץ ברויך מען אים האבן,
און ער האט זיך טאקע געלאזט איבער רעדן און געבליבן דארט מיט זיין רבי.

כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת מרת בלימא יוכבד ע"ה.
מען פארציילט אז זי איז געווען א גרויסע צדיקת, זי איז אייביג געשטאנען צו די רעכטע האנט פון איר מאן אז ער זאל קענען דינען דעם באשעפער אומעגשטערטערהייט.

זי האט דעריבער געפירט א געשעפט פון וועלעכע זיי האבן זיך מפרנס געווען, און עס איז באקאנט אז דער געשעפט האט מען גערופען "דאס גמילות חסדים געשעפטל" ווייל זי האט מיט איר גרויסע מידה פון רחמנות, ארויסגעגעבן עסן אויף בארג פון דעם געשעפט, אפילו זי האט געוויסט אז די אידן קענען נישט באצאלן.

מען פארציילט פון ווען זי איז געקומען צו פארשטאנד האט זי נישט גענוצט קיין צוקער ביים טרינקען קאווע פון גרוס צער אויפן חורבן בית המקדש,
און נאך גאר געהויבענע זאכן פון איר התנהגות.

זי איז געווען פון די חשובע משפחה ענגעל,
זי האט געשטאמט פון הרה"ג מוה"ר סענדר מייזלס אב"ד סערדאהעלי זי"ע, א זין פון הרה"ק בעל תוספות שבת זי"ע, וואס איז געקומען פון די גזע פון די הייליגע ב"ח זי"ע, און פון די רמ"א זי"ע, און פון די מהר"ל זי"ע, ולמעלה בקודש.

די רבי איז געווען א בעל יסורים וואס האבן אים מוראדיג אפגעשוואכט, פאר 7 יאר האט ער געליטן ער האט ממש נישט געקענט אנגיין מיט זיין עבודת הקודש געהעריג.

מען פארציילט אז ווען ער איז געווען קראנק און עס איז שוין געווען ממש א סכנה האט מען גערופען א דאקטאר וואס איז געווען א איד אבער ליידער נישט קיין גרויסע מאמין און זיך נישט געפירט אידיש.

ווען ער האט געוואלט אנרירען דעם רבין האט די רבי געזאגט איך וויל ענדערשט שטארבן ווי די זאלסט צו מיר אנרירען.

דער דאקטאר איז פון די מסירת נפש פונעם רבין נתעורר געווארן צו תשובה.
די רבי האט אים געזאגט אז אויב ער קען אים אויסהיילן אן אנרירען, זאגט ער אים צו עולם הבא, דער דאקטאר האט געטון וואס ער האט געדארפט און ער האט דעם רבין אויסגעהיילט.

פארציילט מען אז עס האט דעם דאקטאר אנגעכאפט א רוח טהרה און ער איז געווארן א אמת'ע בעל תשובה און זיך געזעצט לערנען די גאנצע טאג און געזאגט תהילים מיט בכיות און נאך אפאר חדשים איז ער נפטר געווארן מתוך תשובה שלימה.

איינמאל איז א געהויבענע איד ר' עזרא ווייס זצ"ל וואס איז אויך געווען א תלמיד פונעם רבינ'ס רבי הרה"ק בעל ליקוטי חבר בן חיים זי"ע, און די רבי האט געזאגט פאר ר' עזרא וואס האסטו געטון פארן רבין די בעל ליקוטי חבר בן חיים אז ער האט אויף דיר א הקפדה.

דער ר' עזרא האט נישט פארשטאנען פארוואס די הקפדה זאל קומען,
אבער ווען ער איז אהיים געקומען האט ער געזען אז בטעות איז דאס ספר ליקוטי חבר בן חיים אראפ געפאלן אויף דער ערד, וואס מן הסתם האט ער געלערנט אין די ספר און איינגעשלאפן און עס איז דורך דעם אראפ געפאלן, האט ער געזען די הייליגע אויגן פון דעם צדיק וואס האט דאס געזען ברוח קדשו.

הר"ר אבא חייא טויבער זצ"ל האט פארציילט אז ווען מען פלעגט אריין גיין מיט א קוויטעל צום רבין האט מען אראפגעריקט דאס הוט אויפן שטערן ווייל די רבי פלעגט זיך אפרעדן אז די מחשבות פון אנדערע מענטשן זענען אים מבלבל.

ער איז געווען א גרויסע בקי בש"ס ופוסקים, און אויך און סתרי תורה וכתבי האריז"ל.

ר' יודא פישער ע"ה האט פארציילט אז ער האט געקענט די ד' חלקי שו"ע בעל פה אויפן לשון.
אויך האט ער געהאט א דרך אז ווען ער פלעגט קויפן א נייע ספר האט ער פארשריבן די פרייז וויפיל ער האט געצאלט און נאך א שטיק צייט האט ער פארקויפט די ספר.

ער איז געווען א גרויסע בעל מקובל, א הייליגע איד וואס מיט זיין קדושה האט ער באשיינט די וועלט און אויסגעפויעלט גרויסע ישועות, מען האט ביי אים געזען אפענע מופתים און אפענע רוח הקודש.

ער איז געווען אזוי באהאלטן אז רוב מענטשן וואס האבן געוואוינט מיט אים אין איין שטאט האבן אפילו נישט געוויסט זיין גרויסקייט.
אבער גרויסע צדיקי הדור האבן געשיקט צו אים פאר ישועות און רפואת און הונדערטער מענטשן זענען געהאלפן געווארן דורך זיינע ברכות.

עס זענען געווען בעלי בתים חשובים דארט אין שטאט סערדאהעלי וואס האבן זיך מדבק געווען אין אים ובתוכם הצדיק ר' עזריאל טויבער זצ"ל וואס איז געגאנגען צו אים און גענומען זיינע קינדער ר' מיכל, ר' רפאל, ר' אבא חייא ע"ה.
אויך ר' יעקב קאפל פליישמאן ע"ה, ר' דוד פעטעני ע"ה,
ר' יודא פישער ע"ה, וואס האבן זוכה געווען צו ווערן נאנט צו דעם צדיק נסתר און געזען מעשים נוראים ונפלאים.

הגה"ק רבי יהושע בוקסבוים אב"ד מגאלאנטא זי"ע, הי"ד,
און הגה"ק ר' יהושע הכהן כ"ץ אב"ד סערדאהעלי זי"ע האבן געזאגט אויף אים אז ווען ער וואלט געלעבט און פולין וואלט ער געווען א רבי פון טויזענטער חסידים.
ער איז געווען א איד וואס האט גארנישט געהאלטן פון זיך.

ווען קיינער האט נאכנישט געוויסט פון זיין גדלות האט מען אים געהאלטן פאר א שיכור ר"ל, משום מעשה שהיה.

ער פלעגט יעדן טאג גיין אין געשעפט און פלעגט קויפן א באטעל ברוינפען, און די שטאט מענטשן האבן ר"ל גערעדט אויף אים אז ער איז געווארן א שיכור.

יארן שפטער איז מען געוואר געווארן אז אין שטאט איז געווען א איד וואס האט זיך צוגעכאפט צום ביטערן טראפ און אויסגעגעבן זיין גאנצע געלט פאר משקה.

ביז די משפחה האט אים ארויס געווארפן פון שטוב, ווען די רבי איז געוואר געווארן האט ער זייער רחמנות געהאט אויף דעם מענטש און וויבאלד ער האט געזען אז מען קען ליידער דעם איד נישט אויסהיילען פלעגט ער יעדן טאג קויפן ברוינפען, און אויך ציגעלייגט עסנווארג פאר די משפחה, און עס געטראגן צו דעם איד, אז ער זאל קענען אהיים נעמען עסן פאר די משפחה.

ווען די שטאט מענטשן זענען געוואר געווארן פון דעם האבן זיי ביטער חרטה געהאט פארן אים חושד זיין.

אויך פארציילט מען אז ער פלעגט ארום גיין צו שטובער פון עניים און בית יתומים ואלמנות טראגן וואס עס האט זיי אויס געפעלט, עסן מיני ממתקים און אלעס וואס זיי האבן געברויכט, אויך פלעגט ער גיין צו שטובער פון יולדות און זעען אויב זיי ברויכן עפעס, אלעס האט ער אליין געטון און נישט דורך א שליח.
עד כדי כך אז איינמאל איז ער געקומען לכלל סכנה אז עס איז געווען געפערליך הייס און ער איז פון דעם קראנק געווארן, אבער בחסדי ה' איז ער געווארן אויסגעהיילט, דאס איז געווען זיין אהבת ישראל.

איינמאל אין א פרייטאג צופרי, איז ער געגאנגן איינקויפן פיש לכבוד שבת קודש.
אויפן וועג, האט ער באגעגנט א איד א ארימאן.
האט ער געפרעגט דעם ארימאן וואוהין ער גייט, האט ער געענטפערט, אז ער גייט בארגן געלט צו קענען קויפן פיש פאר שבת, פרעגט ער אים ווייטער וויפיל געלט דארפט איר האבן פאר אייערע פיש, האט ער געזאגט, צוויי גולדן.

האט ר' יצחק אהרן זי״ע געזאגט:
הערט זיך צו וואס איך וועל אייך זאגן, איך האב דעם זעלבן פראבלעם וואס איר האט,
איך זיך אויך וואו מען קען בארגן געלט צו קויפן פיש, אבער פאר מיר איז צוויי גולדן ווייט פון גענוג, איך דארף האבן גאנצע צען גולדן.
נעם פון מיר די צוויי וואס איך פארמאג, און איך וועל שוין ערגעץ בארגן צוועלף גולדן.
עס איז איבעריג, אז מיר ביידע זאלן גיין זיכן הלוואות,
ביי וועם איך וועל באקומען צו בארגן צען וועל איך שוין באקומען נאך צוויי אויך.

ר׳ יצחק אהרן האט נישט געדארפט קיין הלוואה, נאר כדי דער ארימאן זאל זיך נישט שפירן פארשעמט, האט ער זיך פארגעשטעלט פאר אים אלץ א גרעסערער ארימאן פון אים,
און אים געגעבן די גאנצע קאסטן פאר פיש לכבוד שבת בדרך כבוד.

ער האט זיך געפירט מיט א מוראדיגע פשטות, ער פלעגט גריסן יעדן איד אויף די גאס אפילו קליינע קינדער, און ווען איינער איז געקומען צו גאסט ביי אים אין שטוב האט ער ארויס באגלייט ביז צו די גאס.

הר"ר ר' אבא חייא טויבער זי"ע
האט פארציילט אז ער האט געהאט א מנהג אז יעדן ערב יום כיפור איז ער געשטאנען ביי די טיר פונעם ביהמ"ד און יעדער איד אפילו קליינע קינדער וואס זענען אריבער האט ער מפייס געווען און געבעטן מחילה,
ווייל אפשר האט ער ח"ו פוגע געווען בכבודם במעשה, בדיבור או במחשבה, ווער עס איז דורך איז נתעורר געווארן צו תשובה צוזענדיג זיין עבודה פון איבערבעטן א צווייטען איד.

(גענומען פין די טעגליכע יומא דהילולא)
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: הגה"ק המקובל ר' יצחק אהרן פעדערווייס הצדיק נסתר מסערדאהעלי י"ב שבט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

עס איז נישט באקאנט ווען ער איז נתפרסם געווארן, אבער עס איז געווען אפאר יאר פאר די ערשטע וועלט מלחמה וואס אידן האבן אנגעהויבן קומען צו אים פאר ברכות און ישועות,
ווען מען פלעגט קומען מזכיר זיין א חולה האט ער געקענט זאגן אויב דער חולה וועט ווערן געזונט אדער נישט.

בשנת תר"פ איז הרה"ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זי"ע געווען און שטאט סערדאהעלי פאר א חתונה, פאר ער איז אהיים געפארן איז ער אריין צום רבין פאר א ברכה אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט זש"ק וואס ער איז שוין דאן געווען חתונה געהאט בזיווג שני און נאכנישט געהאט קיין קינדער, האט אים די רבי געזאגט אויב די וועסט מיר קענען מבאר זיין א פסוק אין תהילים וועל איך דיר ווינטשען א בן זכר.

וכך הוה ער האט אים דאס מסבר געווען און די רבי האט אים געגעבן א ברכה,
צום יאר איז פאר הרה"ק מדושינסקיא זי"ע געבוירן געווארן א בן זכר וואס איז געווען הרה"ק ר' ישראל משה דושינסקיא גאב"ד העדה החרדית ירושלים זי"ע.

ער האט אסאך יארן באצאלט געלט פארן מקו' איד פון שטאט סערדאהעלי אז ער זאל קיינעם נישט פארציילען אז ער גייט יעדע נאכט אין מקו', אבער צוליב א סיבה איז מען יא געוואר געווארן האט ער זיך דערוויסט פון א רב וואס האט א בור מי גשמים, פלעגט ער דארט גיין יעדע נאכט אין מקו'.

איינמאל איז א איד פון סערדאהעלי געקומען צו הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע מיט א קוויטעל, אויפן קוויטעל איז געשטאנען די שטאט פון ווי ער קומט סערדאהעלי, ווען די בעלזא רב זי"ע האט געזען פון וועליכע שטאט דער איד קומט האט ער געזאגט "אין סערדאהעלי זיצט א איד וואס זעהט מסוף העולם ועד סופו, און מען קומט צו מיר".
די בעלזא רבי האט בשום אופן נישט געוואלט נעמען די קוויטעל און געהייסן צוריק גיין צום צדיק פון סערדאהעלי, און כך הוה דער איד איז געהאלפן געווארן.

די רבי פלעגט לערנען מיט הר"ר שלמה פאשקוס ז"ל בחברותא, ווען זיי האבן גענדיגט ש"ס האט ר' שלמה געוואלט מאכן א סיום אונעם יו"ט שבועות, אבער די רבי האט אים געזאגט, עס איז נאכניטש צייט, אפשר שמחת תורה, יענעם חוה"מ סוכות איז ר' שלמה נפטר געווארן, האט מען שוין פארשטאנען וואס די רבי האט געמיינט אז עס איז נאכנישט צייט.

ר' משה בענעדיק ז"ל האט פארציילט אז ווען א שוועסטער זיינער איז ליידער קראנק געווארן, איז ער געקומען צום רבין, האט ער אים געגעבן א קמיע און געהייסן מען זאל עס לייגן אויפן בעט, פארציילט ער אז גלייך ווען ער האט אראפגעלייגט די קמיע איז די שוועסטער געזונט געווארן.

איינמאל איז מען געקומען מזכיר זיין א קינד א חולה ל"ע וואס די דאקטוירים האבן שוין געהאט אויפגעגעבן, האט די רבי געהייסן אז די מאמע זאל זיך אפשערן די האר און אנטון א שייטל וועט דאס קינד גזונט ווערן, כך הוה דאס קינד איז געזונט געווארן.

איינמאל האט זיך א קינד זייער אפגעבריעט דאס הענט און מען איז שנעל אריבער צום רבין מזכיר זיין צוזאמען מיטן קינד, האט די רבי געהייסן אז מען זאל אהיים גיין אבער נישט אויף די זעלבע וועג ווי מען איז געקומען נאר גיין דורך א אנדערע גאס,
אויפן וועג אהיים האבן זיי געטראפן א פרוי וואס האט געפרעגט דעם קינד וואס גייט פאר, האט מען איר געוויזען דעם ברי, האט די פרוי געזאגט אז זי האט ביי זיך אין שטוב א ספעציעלע שמיר וואס העלפט פאר דעם, און מען האט עס אנגעשמירט און דאס קינד איז געווארן אויסגעהיילט.

ר' שלמה שטערן בענעדיק ז"ל האט געהאט א ברידער ר' יוסף שטערן וואס ער האט געהאט 6 קינדער און ליידער קיינע פון זיי האבן נישט מאריך ימים געווען, איז ער געקומען צום רבין פאר א ברכה פאר זש"ק, האט אים די רבי געהייסן אז ביז די בר מצוה זאל דאס קינד גיין נאר מיט ווייסע קליידער און ער וועט מאריך ימים זיין, כך הוה דאס קינד האט מאריך ימים געווען ביז צו א שיינע זקנה.

ר' יחיאל מיכל ברייער ע"ה וואס האט זוכה געווען אסאך משמש צו זיין דעם רבין איז איינמאל צוריק געקומען פון א לוי' און פארגעסן צו וואשן די הענט, גלייך ווען ער איז אריינגעקומען צום רבין האט די רבי זיך אנגערופן "מען האט א וודאי פארגעסען די הענט צו וואשען".

ער האט נאך זיך געלאזט זיינע חשובע קינדער,
בנו, הר"ר יום טוב ליפמאן ז"ל וואס איז אויך געווען א גאר הייליגע איד א עובד השם מיט מסירת נפש, אויך האט ער געפירט די קהילה ווייטער אין שטאט סערדאהעלי נאכן פטירה פונעם טאטן.

רבי יום טוב ליפמאן האט געהאט א זין הרה"ח ר' משה יחיאל חיים זי"ע הי"ד,
הרה"ח המפורסם ר' מאיר יודא וואזנער ז"ל מזקני וחשובי חסידי סקווירא וואס איז נפטר געווארן בשנת תשפ"ב איז געווען א איידעם ביי הרה"ח ר' מאיר יחיאל חיים זי"ע הי"ד.

בנו, הר"ר עזריאל ז"ל

חתנו, הר"ר אשר לעמל בענעדיקט ז"ל

חתנו, הגה"ק ר' יודא שווארץ דומ"ץ בק"ק סערדאהעלי זי"ע,

א זמן קצר פאר זיין פטירה איז אראפגעפאלן א גרויסע חלק פונעם טיר און זיין שטוב האט ער זיך אנגעריפן אז דאס איז א סימן אז עס קומט זיין צייט נסתלק צו ווערן.

נסתלק לגנזי מרומים ביום י"ב שבט תרפ"ג ומנוחתו כבוד איז אין שטאט סערדאהעלי.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: הגה"ק המקובל ר' יצחק אהרן פעדערווייס הצדיק נסתר מסערדאהעלי י"ב שבט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

IMG-20230203-WA0002.jpg
IMG-20230203-WA0002.jpg (94.03 KiB) געזען 403 מאל
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: הגה"ק המקובל ר' יצחק אהרן פעדערווייס הצדיק נסתר מסערדאהעלי י"ב שבט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: הגה"ק המקובל ר' יצחק אהרן פעדערווייס הצדיק נסתר מסערדאהעלי י"ב שבט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

Screenshot 2023-02-03 115831.jpg
Screenshot 2023-02-03 115831.jpg (26.73 KiB) געזען 386 מאל
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: רבי יצחק אהרן פעדערווייס מסערדאהעלי זצ"ל - י"ב שבט תרפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי יצחק אהרן פעדערווייס מסערדאהעלי זצ"ל - י"ב שבט תרפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הגה"ק רבי יצחק אהרן פעדערווייס זי"ע
איז געבוירן אין שטאט שוראני נאנט צו פרעשבורג,
בשנת תק"ץ, צו זיין טאטן מוה"ר יום טוב ליפמאן זי"ע, און צו זיין מאמע מרת חי' אסתר ע"ה
חיה אסתר ??? או אסתר ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

רבי אשר עמנואל בענעדיקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הקדשה ארוכה מרבי פנחס פריעדמאן ממטרסדורף אל רבי אשר עמנואל בענעדיקט (חתנו של המקובל רבי יצחק אהרן פעדערווייס מסערדאהעלי)
אטעטשמענטס
YAFFF.jpg
YAFFF.jpg (196.99 KiB) געזען 39 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: רבי אשר עמנואל בענעדיקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

dovidal האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 1:32 pm
הקדשה ארוכה מרבי פנחס פריעדמאן ממטרסדורף אל רבי אשר עמנואל בענעדיקט (חתנו של המקובל רבי יצחק אהרן פעדערווייס מסערדאהעלי)
דא שטייט אז זיין איידעם האט געהייסען רבי אשר לעמיל בענעדיקט
.
Screenshot 2024-03-27 134433.jpg
Screenshot 2024-03-27 134433.jpg (82.98 KiB) געזען 36 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”