רבי שמואל אליעזר הלוי איידליס זצ"ל "המהרש"א" ה' כסלו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי שמואל אליעזר הלוי איידליס זצ"ל "המהרש"א" ה' כסלו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער מהרש"א איז געבוירען אין יאהר שכ"ה צו זיין פאטער הגאון רבי יהודה הלוי זצ"ל אבד"ק לובלין וועלכער איז געוועהן א ברודער מיט הגאון רבי שמואל הלוי זצ"ל דער פאטער פונעם טורי זהב, זיי האבען געצויגען זייער יחוס צו רבינו יהודא החסיד און צום שר רבי עקיבא הכהן דער נשיא פון אויבן.
זיין מוטער איז געוועהן פון די משפחה פונעם מהר"ל מפראג רבינו יהודא ליוואי ז"ל דער מהרש"א איז געווען אן איידעם ביי הגאון רבי משה ליפשיץ זצ"ל פון בריסק ביי וועמען עס איז אויך געוועהן אן איידעם הגאון רבי משה אשכנזי זצ"ל בעל זכרון משה.

אלס יונגערמאן פון בלויז צוואנציג יאר האט דער מהרש"א געגרינדערט זיין גרויסע ישיבה אין פוזנא, וואו עס האבען זיך צוזאמענגעקליבען גרויסע תלמידים פון אלע עקן לאנד, זיין נאמען איז שוין דעמאלסט געגאנגכען מסוף העולם ועד סופו אלס אן ענק רוח וועלכער ווערט פאררעכנט ווי איינער פון די מפרשי הראשונים ז"ל, ער איז אין יענע צייט געווען מפורסם אלס דער ר"ש מפוזנא (וואס מ'טרעפט אים פיל מאל אזוי אנגערופען)

דער מהרש"א איז געווען מפורסם אלס א גדול אין אלע דריי עמודי עולם עס זענען געווען פאראייניגט ביי אים בשלימות תורה, עבודה וגמילת חסדים, ווייל ער איז געווען א שר התורה, א רבן של כל בני הגולה, און א קדוש וטהור, זיין שטוב איז געווען אפן פאר געסט אזויווי דעם שטוב פון אברהם אבינו ע"ה זיין הויז האט געהאט 4 טירן און עס געשטאנען אויף יעדן פון זיי א שילד די ווערטער בחוץ לא ילין גר דלתי לאורח אפתח א לשון הפסוק אין איוב (קאפיטל ל"א פסוק ל"ב) וואס האט אריינגערופען יעדן אורח צו אים אין שטוב.

מוצאי שב"ק ה' כסלו אין יאר שצ"ב איז דער מהרש"א נסתלק געווארן במיתת נשיקה אין עלטער פון 67 יאר (און ער ליגט באהלאטען אין אוסטראה.
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום דינסטאג דעצעמבער 02, 2008 10:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מען זאגט נאך פונ'ם הייליגן בעל שם טוב, אז אלע ספרים ביז נאכ'ן מהרש"א, ועד בכלל, איז געשריבן געווארן מיט רוח הקודש, און וויבאלד עס איז רוח הקודש, איז דאס די תורה אליינס.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער חתם סופר האט דערציילט (הגה"צ ר' עקיבא יוסף שלעזינגער, תלמיד הכתב סופר זצ"ל ברענגט דעם סיפור בספר "ברית עולם") אז אין די צייטן פון מהרש"א זצ"ל איז געווען א מפורסמ'דיגער רשע וואס איז געשטארבן. איינער פון די תלמידים פון מהרש"א האט פארשעמט דעם מת ברבים איידער מען האט אים באגראבין.

ביינאכט ווען דער תלמיד איז געשלאפן איז צו אים געקומען דער מת און חלום און אים געזאגט "איך רוף דיר צום בית דין של מעלה וועגן די בזיונות וואס דו האסט פאר מיר געטוהן".

אינדערפרי האט דער בחור דערשראקענער הייט דערצייילט זיין טאטן פון דעם שרעקליכען חלום וואס ער האט געהאט. דער פאטער האט אים בארוהיגט אז דו דארפסט דיך נישט מאכען צו טוהן פון חלום, אבער דער חלום האט זיך איבערגעחז'רט נאכט נאך נאכט אז דער מת רופט דעם בחור צו דין תורה אין בית דין של מעלה דערפאר וואס ער האט אים מבזה געועוהן

זענען זיי אריבערגעגאנגען צום המרש"א און אים דערציילט די שרעקליכע געשיכטע, אז דער בחור האט נישט קיין מנוחה ווייל יעדע נאכט קומט דער מת אים רופן צו דין תורה האט דער מהרש"א געהייסען אז דער בחור זאל נעכטיגען ביי אים אין הויז, דער מהרש"א האט אנגעזאגט פאר זיינע בני בית אז אויב דער בחור וועקט זיך אויף אינמיטן די נאכט מיט א שרעק זאל מען אים (דעם מהרש"א) תיכף רופען און אזוי איז טאקע געווען דער בחור האט זיך אויפגעוועקט מיט א פחד און מען האט תיכף מודיע געווען פאר דעם מהרש"א.

דער מהרש"א איז צוגעגאנגען צום בעט פון דעם בחור און ער האט אנגעהויבען צו רעדען צו די נשמה פון מת און אים געפרעגט וואס ווילסט דו פון דעם בחור, ענטפערט דער מת ער האט מיר פארשעמט פרעגט אים דער מהרש"א איז עס דען דיר נישט געקומען ביסט דאך געווען א רשע גמור אלע דיינע יארן ענטפערט דער מת איך בין נישט געווען קיין רשע עס איז מיר נישט געקומען דער בזיון איך וועל אייך דערציילן:

עס האט פאסירט אז איינמאהל האב איך דערזען א תלמיד חכם וואס איז אריינגעפאלען אין טייך ער איז כמעט דערטרונקען געווארן האב איך זיך איינגשעטעלט מיין לעבן, און איך האב דעם תלמיד חכם געראטעוועט, פון דעמאלט אן זענען מיר געווארן גוטע חברים אזוי ווייט אז מיר האבען געמאכט א יששכר זבולן שותפות" איך האב אים מפרנס געוועהן [אויסגעהאלטען] מיט פרנסה מיין גאנץ לעבן.

ווען איך בין ארויף געקומען אין הימעל האט מען מיר אויפגענומען מיט "כבוד מלכים" ווי אזוי עס פאסט פאר א גרויסן תלמיד חכם , און מען האט מיר נישט דערמאנט מיינע אלע עבירות ווייל איך האב דאך געראטעוועט אזא גרויסען תלמייד חכם נאך דערצו וואס איך האב אויסגעהאלטין א תלמיד חכם, האב איך דאך אויף מיין חשבון אוזי פיל תורה – ממילא יעצט וואס איך ווער גערעכנט ווי א תלמיד חכם וויל איך רופן דעם בחור צו דין תורה אלץ "מבזה תלמיד חכם" רופט זיך אן דער מהרש"א לאמיר דיר זאגען קלארע דיבורים:

באמת האסט דו אויף דיר א גאר גרויס פעקיל עבירות וואס עס קומט דיר שרעקליכע עונשים און גיהנם אבער וויבאלד דו האסט געטוהן אזעלכע מעשים טובים געראטוועט א איד און געשטיצט אזא תלמיד חכם, איז געווארען א מחיצה צווישען דיינע מקטריגים, די שלעכטע מלאכים קענען נישט צוקומען צו דיר אבער דיינע עבירות זענען בכלל נישט אפגעמעקט געווארין דו האסט בכלל נישט תשובה געטוהן אויף זיי.

יעצט וויל דער שטן דיר שטרויכלן און דיר אינגאצען צוברערכעין ער רעדט דיר אן אז דו זאלסט הרג'גענען דעם בחור וועט מען אויף דיר זאגען אז דו האסט שוין בכלל נישט קיין זכות, ווייל דיינע גאנצע זכות איז דאך אז דו האסט געראטעוועט א אידיש נפש יעצט גייסט דו הרג'נען א אנדערע אידיש נפש פון א תלמיד חכם.
טוט דער מהרש"א פארזעצען הער זיך צו לאז דיך נישט פארנערן פון דעם יצר הרע וואס וויל דיך אריינכאפין צום גיהנם ער וויל זאלסט אוועק הרגענען דעם בחור וואס איז א תלמיד חכם דורך דעם וועט אראפ פאלין די מחיצה וואס איז געשאפין געווארען פון דיינע זכותים אלץ דער מציל פון תלמיד חכם, זיי אים מוחל און עס וועט דיר גוט זיין. פארשטענדליך אז דער מת האט מוחל געוועהן פאר דעם בחור און דער בחור איז שוין געווארען רוהיג
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד
זיין ציון איז אינמיטן א פארק (מיי צדיק)

בילד

בילד

אן אילוסטראציע פונעם מהרש"א
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

איך האב געזען די מעשה ביי די מעשה'ס פון די לוח יום ביומו
אז עפעס אידן פון אונגארן זענען געפארן ביי די 2'טע וועלט קריג מיט א שיף, און די קרובים אין ארץ ישראל, וואס האבן געזען אז ספארשפעטיגט זיך אביסל זענען זיי געגאנגען מזכיר זיין ביים חזון איש , האט ער זיי געזאגט אז ער איז זיכער אז זיי וועלן האבן א ישועה, ווייל די אונגארישע אידן לערנען אסאך מהרש"א, און סוועט זיכער מגין זיין
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

זיידעניו האט געשריבן:דער הייליגער מהרש"א איז געבוירען אין יאהר שכ"ה צו זיין פאטער הגאון רבי יהודה הלוי זצ"ל אבד"ק לובלין וועלכער איז געוועהן א ברודער מיט הגאון רבי שמואל הלוי זצ"ל דער פאטער פונעם טורי זהב, זיי האבען געצויגען זייער יחוס צו רבינו יהודא החסיד און צום שר רבי עקיבא הכהן דער נשיא פון אויבן.
זיין מוטער איז געוועהן פון די משפחה פונעם מהר"ל מפראג רבינו יהודא ליוואי ז"ל דער מהרש"א איז געווען אן איידעם ביי הגאון רבי משה ליפשיץ זצ"ל פון בריסק ביי וועמען עס איז אויך געוועהן אן איידעם הגאון רבי משה אשכנזי זצ"ל בעל זכרון משה.


תיקון טעות (כולם למיטב ידיעתי):
1. זיין פאטער איז נישט געווען רב אין בריסק.
2. זיין פאטער איז נישט געווען א ברידער מיט ר' שמואל הלו אבי הט"ז אזוי שרייבט קלאר חוקר היוחסין פעטריווא רב ז"ל (איינס םון זיינע שטארקע ראיות איז דער טו"ז ברענגעט דעם מהרש"א און באצייכנט עם נישט אלס ש"ב כנהוג.
3. זיין שוויגער איז געווען מרת "אידל" נאך וועמען ער האט זיך גערופען "איידליש" (קרי: אידל'ס)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

היינט האט ר' נפתלי אהרן וועקשטיין ארום געשיקט א בליץ-פאסט זענדונג,
איבער דעם וואס ר' אברהם'לע הירשפרונג לייקענט דאס וואס דער סעראצק'ער רב ערווענט אז דער מגלה עמוקות * איז געווען א אייניקל (טאכטערס זוהן) פון דעם מהרש"א, רנא"וו איז מוסיף א השערה איבער א צווייטער נתן נטע מיט וועמען עס קאן מעגליך זיין אז דער סעראצק'ער רב האט זעך פאר-מישט,
ווער עס קאן, זאל עס ביטע דא ארויף שמירן להנות בהם עוד בני אדם.



*(איבער דעם מגלה עמוקות האט מען שוין דא ביני עמודיע דגירסא מער ווי איין מאל געשריבן, אז מען דארף עפענען אויף זיין נאמען א באזונדערן שנירל)
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד האט געשריבן:היינט האט ר' נפתלי אהרן וועקשטיין ארום געשיקט א בליץ-פאסט זענדונג,
איבער דעם וואס ר' אברהם'לע הירשפרונג לייקענט דאס וואס דער סעראצק'ער רב ערווענט אז דער מגלה עמוקות איז געווען א אייניקל (טאכטערס זוהן) פון דעם מהרש"א, רנא"וו איז מוסיף א השערה איבער א צווייטער נתן נטע מיט וועמען עס קאן מעגליך זיין אז דער סעראצק'ער רב האט זעך פאר-מישט,
ווער עס קאן, זאל עס ביטע דא ארויף שמירן להנות בהם עוד בני אדם.


ארויפגעשמירט אויפן שנירל עפ"י בקשת הווארימל
אטעטשמענטס
רבי נתן נטע ב''ר שמעון חתן המהרש''א .pdf
(78.9 KiB) געווארן דאונלאודעד 311 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

אהל ומצבת מהרש"א המחודשת ע"י אגודת אהלי צדיקים
אטעטשמענטס
142.JPG
36.JPG
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

יציב פתגם האט געשריבן:אהל ומצבת מהרש"א המחודשת ע"י אגודת אהלי צדיקים נדבת ר' אליעזר קעסטענבוים הי"ו
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

יציב פתגם האט געשריבן:אהל ומצבת מהרש"א המחודשת ע"י אגודת אהלי צדיקים

וואס איז געווען שלעכט מיט די אלטע אוהל?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

וויפיל קברים האט מען געטשעפעט, פון גדולי ישראל וואס זענען געלעגן לעבן די מהרש״א?
זיי ליגן מסתמא נאך אלס דארטן, איז עס אויסגעהאלטן צן שטיין אויף די קברים?
בכלל ווער האט געבעהטן צו מאכן אן אהל אויף דער מהרש״א׳ס ציון, ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין אוהל.
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

כ'מיין מהאט גמאכט דעם אוהל לכבודו פון דעם הייליגן מהרש"א, ביטע זייט נישט ברוגז...
וחיי עולם נטע
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הרב ר' אשר האט געשריבן:כ'מיין מהאט גמאכט דעם אוהל לכבודו פון דעם הייליגן מהרש"א, ביטע זייט נישט ברוגז...

ואס איז געווען שלעכט מיט די אלטע אוהל?
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

געדענקסט די אלטע? הימל און ערד.
שכל קומט מיט די יארן...
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

זושאלע האט געשריבן:געדענקסט די אלטע? הימל און ערד.

הכל מודים אז די נייע אוהל איז שענער. אבער וואס איז געווען שלעכט מיט די אלטע?
אז מען וויל אויסגעבן געלט פאר קברי צדיקים זאל מען ענדערש בויען אוהלים ביי די צדיקי הדורות וואס האבן נאך בכלל נישט קיין אוהל.
#איבוד ממון ישראל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

דער נדבן האט א ספעציעלע געפיל "דארט" צו גיסן געלט
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

יארצייט.
לאמיר אריינארבעטן אין א שיין שטיקל מהרש"א היינט.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

זה לשון החזון איש באגרותיו (קובץ אגרות, מכתב א') בנחיצת לימוד מהרש"א:
לא אמנע להעיר כי בלבי אשר לא יפה עשה הדור האחרון אשר עזבו לימוד ספר מהרש"א ז"ל אשר מתנה טובה ניתנה לישראל לזכות בו הדורות הבאים אחריו, להרגיל את הלומדים בהתעמלות התורה, אשר אך העמל הוא עבודה המעולה, ואשר עליהם כיוונו חז"ל בהפלגת התורה על לומדיה, והמהפך את הגשם לרוח והגוף לנפש, והנכנס ברמ"ח אברים של אדם לזככם ולעדנם לקיום חיי התורה. והספר הקדוש הזה הוא מלא התעמלות בדברים מוכרעים ועמוקים, ומרגיל את האדם בעיון נכון ועמוק. גם מועיל הדבר מאוד לזכרון כל סוגיא לפרטיה, ודור שלפנינו החזיקו מאוד בספה"ק הזה. והג"ר עקיבא איגר ז"ל לא הניח דבר מספרו. "ומיום שעזבוהו אבדו את ידיעת הפשט כולו", ויתרגלו בקלות העיון ובעזיבת הדעת דבר דבור על אפנו, ואין מי שיחזיר העטרה ליושנה.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

די ארגינעלע מצבה פונעם הייליגן מהרש"א זי"ע פאר די קריג
אטעטשמענטס
90743.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ostroh_14.jpg
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

געהערט אז ס׳איז דא 3 מעשיות פון מהרש״א וואס רבי נחמן ברסלאווער האט געזען אין פנקס אין אוסטראה איינער ווייסט דעם מקור דערפון.
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

זיידעניו האט געשריבן:מען זאגט נאך פונ'ם הייליגן בעל שם טוב, אז אלע ספרים ביז נאכ'ן מהרש"א, ועד בכלל, איז געשריבן געווארן מיט רוח הקודש, און וויבאלד עס איז רוח הקודש, איז דאס די תורה אליינס.

מובא בשארית ישראל להרה"ק מווילענדיק זי"ע
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

עפעס איז דא א מעשה וועגן מהרש"א מיט דוד המלך און שאול המלך ווי אליהו הנביא איז נתגלה געווארן צום משמש פון מהרש"א, ווייסט איינער צו זאגן עפעס ועגן דעם?.
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

היום בלילה היארצייט זי"ע ועכי"א

ראיתי באיזהו מקומן וכרגע איני זוכר איפה.
שהבעש"ט הק' אמר שאם היו יודעים מגדולת המהרש"א
"היו מלחכים את העפר סביבות קברו"
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”