על הצדיקים חידות

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

על הצדיקים חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אינעם שכינות'דיגע אשכול פון בילדער איז מיר אויפגעבליצט א געדאנק, וואס וועט לכאורה אויפגענומען ווערן מיט גרויס ענטוזיאזיע ביי אלע על הצדיקים מיטגעלידער, דהיינו חידות לחדד אין דעם ריזיגן פעלד פון יוחס און ידיעות איבער די צדיקים, און כדי אויסצושניידן דעם מהלך וועל איך אנהייבן מיט צוויי חידות.

חידה א'
ווער פון די צאנזער קינדער איז געווען זיין פעטער'ס פעטער?

חידה ב'
פארוואס האט רבי מענדעלע מ'וויזניץ א נאמען געגעבן פאר זיין ספר "צמח צדיק" מיט א יו"ד און רבי מענדעלע מלובאוויטש א נאמען געגעבן פאר זיין ספר "צמח צדק" אן א יו"ד?
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

חידה ב':

צמח צדק איז בגימטריא מנחם מענדל, אין די מקומות פון וואו ר' מענדעלע מ'וויזניץ איז געקומען האט מען געשריבן "מענדיל", ממילא איז עס בגימטריא מיט צען מער.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

זיידעניו האט געשריבן:חידה א'
ווער פון די צאנזער קינדער איז געווען זיין פעטער'ס פעטער?

ר' ישעי'לע טשעחויבער איז געווען א פעטער פאר ציעשינובער רב, ווייל ציעשינובער רב איז געווען א זוהן פון שינאווער רב, ר' ישעי'לע טשעחויבערס עלטסטע ברודער.
און ציעשינובער רב איז געווען א פעטער פאר ר' ישעי'לע, ווייל ציעשינובער רב איז געווען אן איידעם ביי ר' יהושע'לע בעלזער און ר' ישעי'לע איז געווען אן איידעם ביי ר' ???? וואס איז אויך געווען אן איידעם ביי ר' יהושע'לע, איז ציעשינובער רב געווען א פעטער פאר ר' ישעי'לע
קומט אויס אז ר' ישעי'לע איז געווען זיין פעטער'ס פעטער...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שמערי בערי האט געשריבן:חידה ב':

צמח צדק איז בגימטריא מנחם מענדל, אין די מקומות פון וואו ר' מענדעלע מ'וויזניץ איז געקומען האט מען געשריבן "מענדיל", ממילא איז עס בגימטריא מיט צען מער.

איך האב מיר נישט גערישט אויף אזא שנעלע רעאקציע, און יא דאס איז דער סיבה, רבי מנחם מענדיל מ'וויזניץ האט זיך געשריבן מיט א יו"ד ביי מענדל און ר' מנחם מענדל מ'לובאוויטש האט געשריבן אן א יו"ד, און לויט די גמטר' האבן זיי א נאמען געגעבן דעם ספר.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

סאדע_באטל האט געשריבן:[quote="זיידעניו"\\\
\
חידה א'
ווער פון די צאנזער קינדער איז געווען זיין פעטער'ס פעטער?

ר' ישעי'לע טשעחויבער איז געווען א פעטער פאר ציעשינובער רב, ווייל ציעשינובער רב איז געווען א זוהן פון שינאווער רב, ר' ישעי'לע טשעחויבערס עלטסטע ברודער.
און ציעשינובער רב איז געווען א פעטער פאר ר' ישעי'לע, ווייל ציעשינובער רב איז געווען אן איידעם ביי ר' יהושע'לע בעלזער און ר' ישעי'לע איז געווען אן איידעם ביי ר' ???? וואס איז אויך געווען אן איידעם ביי ר' יהושע'לע, איז ציעשינובער רב געווען א פעטער פאר ר' ישעי'לע
קומט אויס אז ר' ישעי'לע איז געווען זיין פעטער'ס פעטער...[/quote]

הער סאדע באטעל זייער גוט, און כדאי צו עס מסביר זיין מער בפרטיות, וועל איך אויסרעכענען די גאנצע יוחס.

הרה"ק רבי ישעי' מטשחויב'ער
איז געווען א ברודער מיטן בעל דברי יחזקאל משיניאווע
וואס איז געווען א טאטע פארן הגה"ק רבי שמחה ישכר בער מ'ציעשינוב

הגה"ק רבי שמחה ישכר בער מ'ציעשינוב
איז געווען א איידעם ביי הגה"ק ר' יושע מבעלזא

און הרה"ק רבי ישעי' מטשחויב'ער
איז געווען אן איידעם ביי ביי הרה"ק רבי יחיאל מקרילוויץ (נכד בא"ב מה"אוהב ישראל")
וואס איז געווען אן איידעם ביי הגה"ק ר' יושע מבעלזא

קומט אויס אז ר' ישעי'לע איז געווען זיין פעטער'ס פעטער.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

חידה ג'
וועלכע און וויפיל צדיקים האט מען צוגעגעבן א נאמען הקדוש (וואס איז מקובל אין די וועלט)?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אר"י הק'
יוד הק'
בעל שם הק'
אלשיך הק'
של"ה הק'
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

אור החיים הקדוש

ועלכע צדיקים האבן געגבן א נאמען פאר זייער ספר "תורת משה" אבער מרופט עס נישט אזוי?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אלשיך
חתם סופר
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

רמב"ם

רמב"ם הייסט תורת משה? אדער דיין ענטפער איז אויף די פריערדיגע חידה?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

וועלכע ליטווישע גדול, האט געפראוועט אזוי ווי א חסידישע רבי (קוויטלעך, טישן, בגדי לבן, וכדו') שוין מיט איבער 150 צוריק?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

מאשקע האט געשריבן:אר"י הק'
יוד הק'
בעל שם הק'
אלשיך הק'
של"ה הק'

קיינמאל נישט געהערט די אויסדריק הק' אויף די בעל שם טוב.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לאמיר זיך דא אפשטעלן אין מאכן עטליכע תקנות, פארן אשכול אז עס זאל נישט אראפארן פון די רעלסען.

א) ווען איינער לייגט ארויף א חידה זאל דאס בלייבן די איינציגסטע חידה ביז עס ווערט פארענטפערט דורך דעם שואל, אדער ווען עס גייט אריבער 24 שעה פון ווען די חידה איז געפרעגט געווארן.

ב) דער וואס פרעגט די חידה דארף באריכטן ברבים ווען די ריכטיגע תירוץ איז געקומען אויפן האריזאנט, אדער דארף ער מעלדן דעם תירוץ ווען עס גייט אריבער 24 שעה און קיינער ווייסט נישט דארף ער דאס אליינס פארענטפערן.

ג) אויב יעדע חידה זאל מען ארויף לייגן א נומער וועלכע חידה דאס איז.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זיידעניו האט געשריבן:חידה ג'
וועלכע און וויפיל צדיקים האט מען צוגעגעבן א נאמען הקדוש (וואס איז מקובל אין די וועלט)?

איך ווייס פון אכט!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

חידה ד' (אלף בית)
ועלכע צדיקים האבן געגבן א נאמען פאר זייער ספר "תורת משה" אבער מרופט עס נישט אזוי?

חידה ה' (אלף בית)
וועלכע ליטווישע גדול, האט געפראוועט אזוי ווי א חסידישע רבי (קוויטלעך, טישן, בגדי לבן, וכדו') שוין מיט איבער 150 צוריק?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

לעווי האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:אר"י הק'
יוד הק'
בעל שם הק'
אלשיך הק'
של"ה הק'

קיינמאל נישט געהערט די אויסדריק הק' אויף די בעל שם טוב.

טאקע קיינמאל נישט?

ס'דערמאנט מיר א מעשה וואס איך האב בייגעוואוינט עטליכע יאהר צוריק,
ס'איז געווען ה' אב, הילולא פונעם אר"י הק', און מיר האבן פארברענגט איבער א גלעזל משקה און געשמועסט, קומט אהן א איד א בן שבעים א גרויסער מן הארץ ממש וואס מ'געפונט נישט אזאנס, פרעגט ער וואס גייט דא פאר? רופט זיך איינער אהן ס'איז דעם אר"י הקדוש'ס יאהרצייט,
דער איד גייט ארויס פון די כלים, היינטיגע יונגעלייט, אויף יעדעם איינעם זאגט מען קדוש, בעל שם הקדוש, אר"י הקדוש, (הערט אבער לאכט נישט) דער קעניג שלמה האט שוין געזאגט 'שבח אני את המתים' לאזט צורוה די מתים, פירט ער אויס מיט פאטאס: מאכטס נישט קיין נייע זאכן און לאזט צורוה די מתים,
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

חידה ו'
אין רוסלאנד און אוקראינה האט מען צוגעגעבן דער טיטל 'דער גרויסער' אויף געוואוסע צדיקים, וויפיל קענסטו אויסרעכענען וועמען מען האט גערופן 'דער גרויסער' אדער געשריבן אויף לשון הקודש 'הגדול'?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ר' אהרן הגדול מ'קארלין
רבי ליבער הגדול
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

זיידעניו האט געשריבן:לאמיר זיך דא אפשטעלן אין מאכן עטליכע תקנות, פארן אשכול אז עס זאל נישט אראפארן פון די רעלסען.

א) ווען איינער לייגט ארויף א חידה זאל דאס בלייבן די איינציגסטע חידה ביז עס ווערט פארענטפערט דורך דעם שואל, אדער ווען עס גייט אריבער 24 שעה פון ווען די חידה איז געפרעגט געווארן.

כבוד המשיבים: איך מוז זיך אפרוקן מפני הכבוד פאר זקנינו היקר שליט"א וועלכע האט מיר געפעדערט מיט א חידה, דערפאט בהיות די תקנות דערלויבן נישט צו פרעגן א נייער חידה איידער עס ווערט ענטשיידעט דער פריערדיגער חידה, ובהיות ר' זיידל'ס חידה איז נאך דערווייל אויף די פראגע ליסטע דערפאר זאל מען ביטע משיב זיין מפני הכבוד הערשט נאך זיין חידה איז פארענטפערט.

בכבוד רב
בן בוזי
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

תשובה אויף חידה ג'
רש"י הקדוש
רבינו הקדוש (רבי יהודה הנשיא)

תשובה אויף חידה ו'
דער מעזריטשער מגיד האט מען גערופן דער גרויסער מגיד.
(רבי אהרן הגדול האט מען גערופן ווייל סאיז געווען 2, א שטייגער ווי ר' משה פשעווארסקער הגדול)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

האסטו שוין נאך איינס, ר' משה פשעווארסקער הגדול (זענען די צדיקים נישט נכלל אינעם חידה?)
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

שמערי בערי האט געשריבן:האסטו שוין נאך איינס, ר' משה פשעווארסקער הגדול (זענען די צדיקים נישט נכלל אינעם חידה?)

ניין וויל ביי רבי משה פשעווארסקער איז דער אפטייטש פון הגדול נישט דער גרויסער נאר דער הויכער ווייל דער צווייטער איז געווען א נידריגער,
אגב, הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק פלעגט אין אזא פאל, ווי עס איז געווען צוויי, נישט לאזן רופן הגדול ווייל עס מאכט אויזעהן ווי דער צווייטער איז חלילה געווען קליין, ער האט געהייסן רופן דער ערשטער און דער צווייטער. דעריבער אין יעדן פאל ווי דער צונאמען הגדול איז געקומען צוליב וואס איז געווען צוויי קען מען נישט רעכענען.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

דער גרויסער רבי שלום (רבי שלום שכנא פון פראהבישט זיע"א דער טאע פון דער הייליגער רוזשינער זיע"א)
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

זיידעניו האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:חידה ג'
וועלכע און וויפיל צדיקים האט מען צוגעגעבן א נאמען הקדוש (וואס איז מקובל אין די וועלט)?

איך ווייס פון אכט!

דערווייל האט מען שוין דערמאנט אכט,
1) אר"י הקדוש
2) יהודי הקדוש
3) בעל שם הקדוש
4) אלשיך הקדוש
5) של"ה הקדוש
6) אור החיים הקדוש
7) רש"י הקדוש
8) רבינו הקדוש

יעצט איז די פראגע אויב זענען זיי די אכט, און מיט דעם איז די חידה פארטיג.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”