רבי מנחם מענדיל האגער ה'צמח צדיק' מוויזניץ זצ"ל - כ"ט תשרי

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי מנחם מענדיל האגער ה'צמח צדיק' מוויזניץ זצ"ל - כ"ט תשרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער "צמח צדיק" פון וויזשניץ זצ"ל האט דערציילט די פאלגענדע מעשה: אמאל איז געקומען א חסיד צום הייליגער בארדיטשוב'ער רב און זיך באקלאגט אז ער האט נישט קיין מזל, צו וואס ער נעמט זיך גייט אים נישט, און ער איז לעצטנס געווארן א גרויסער בעל חוב. דער עולם ווייסט נאך נישט דערפון, און האלט אים נאך פאר א גביר, ווען מ'וועט אבער געוואויר ווערן דערפון וועט אים זיין זייער ביטער. האט אים דער בארדיטשוב'ער רב געהייסן קויפן א לאטערי טיקעט, און דער באשעפער וועט אים העלפן.
האט דער חסיד געזאגט, איך צווייפל נישט, חלילה, אז דעם רבי'נס הבטחה וועט מקויים ווערן, אבער ווער ווייסט ווען, ווייל דער שטייגער איז, אז עס קען דורכגיין עטליכע יאר ביז ווען מ'געווינט, און ביז דערווייל קענען קומען די בעלי חובות און פאדערן זייערע חובות. (אין יענע צייטן פלעגט מען קויפן איין הגרלה קארטל, און דער זעלבער נומער פון דעם זעלבן קונה פלעגט לויפן עטליכע יאר). אויסער דעם האב איך א טאכטער וואס דארף שוין חתונה האבן, און איך דארף פאר איר א נדן.
האט אים דער בארדיטשוב'ער רב צוגעזאגט, אז אויך אויף דערווייל וועט אים דער באשעפער צושיקן א ישועה.
דער חסיד האט פארשטייט זיך מקיים געווען דעם רבי'נס עצה און געקויפט א לאטערי טיקעט. פארנדיג אהיים איז ער איינגעשטאנען אין א האטעל און דארט גענעכטיגט. ביינאכט איז אנגעקומען צו דעם זעלבן האטעל א גרויסער גראף, און איז אויך געבליבן דארט נעכטיגן. ביינאכט האט דער גראף גע'חלום'ט, אז אין דעם האטעל געפינט זיך א איד, וועלכער האט ביי זיך א לאטערי-טיקעט וואס וועט געווינען די גרויס געווינס, און ער דארף זען צו טוישן זיין "טיקעט" מיט דעם איד'ס "טיקעט".
דער גראף האט זיך אויפגעכאפט פון זיין שלאף, און האט אוועקגעמאכט דעם חלום אלס "דברים בטלים". אבער אזוי ווי ער איז ווידער איינגעשלאפן, האט ער נאכאמאל גע'חלומ'ט דאס זעלבע. איצט האט ער פארשטאנען אז דער חלום איז שוין נישט קיין פוסטער חלום. האט ער געשיקט זיינע מענטשן, אז זיי זאלן זען צו עס שטייט דארט איין עפעס א איד'ל, און אויב יא זאלן זיי אים ברענגען צו אים. ביז עטליכע מינוט זענען זיי צוריק געקומען צום גראף מיט דעם חסיד. האט אים דער גראף געפרעגט, צי ער האט ביי זיך א "לאטערי-טיקעט?" און דער איד ענטפערט אז יא, זאגט אים דער גראף: איך האב אויך אזא "טיקעט", קום לאמיר זיך טוישן, און איך וועל דיר נאך דערפאר צוגעבן א שיינע סומע געלט.
דער חסיד האט אבער נישט געוואלט, ווייל ער האט דאך געוואוסט אז זיין "טיקעט" וועט געווינען, אזוי ווי דער רבי האט צוגעזאגט, זעענדיג אז דער חסיד וויל נישט, האט ער אים אנגעטראגן נאך א סומע געלט, אבער דער חסיד וויל נאך אלץ נישט. ענדליך האט ער אים אנגעטראגן די פאנטאסטישע סומע פון טויזנט גולדן, און דער חסיד האלט זיך ביי זיינס. דא האט זיך שוין דער גראף אויפגערעגט, און זיך אנגערופן צו זיינע מענטשן, אז זיי זאלן ארויסשלעפן פון דעם איד זיין "טיקעט" מיט כח. זיי האבן אזוי געטהן, און דערנאך האט זיך דער גראף אנגערופן: לעולם וואלט איך דיך געקענט לאזן גיין מיט גארנישט, אבער איך וויל נישט זיין קיין גנב, דערפאר גיב איך דיר מיין "לאטערי" קארטל, און איך גיב דיר נאך צו די טויזנט גולדן וואס איך האב דיר פריער אנגעטראגן.
דער חסיד האט שוין נישט געהאט קיין ברירה האט ער גענומען דעם גראף'ס "לאטערי" צעטל, און אויך די טויזנט גולדן און זיך געגאנגען זיין וועג. קומענדיג אהיים האט ער געקענט חתונה מאכן ברייט זיין טאכטער, און ביז א קורצע צייט האט דאס צעטל וואס דער גראף האט אים געגעבן געצוואונגענערהייט, געוואונען די גרויסע געווינס. איז דער חסיד געפארן קיין בארדיטשוב מיט גרויס פרייד דערציילן די גוטע בשורה.
ווען ער איז אריין צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט:
איך האב געזען אז דיין מזל איז דערנידערט אזוי שטארק, האב איך געמוזט שיקן דעם בעל החלומות אז ער זאל צורעדן דעם גראף צו טוישן מיט דיר די "הגרלה" קארטל, ווייל איך האב געזען אז זיין קארטל וועט געווינען נישט דיינס. און די טויזנט גולדן וואס ער האט דיר געגעבן איז געווען, ווייל דו האסט געזאגט אז ביז צום געווינס דארפסטו נאך אויך א ישועה, ווייל דו דארפסט חתונה מאכן דיין טאכטער. דעריבער האב איך דיר געשיקט א קליינע ישועה פאר די גרויסע ישועה.
דער חסיד איז אהיים געפארן און געווארן נאך א גרעסערער גביר ווי פריער.

ווען דער הייליגער "צמח צדיק" האט געענדיגט די מעשה האט ער צוגעגעבן: דאס האט דער באשעפער געמיינט מיט די הבטחה צו יעקב אבינו: "כי לא אעזבך עד אשר אם עשיתי את אשר דברתי לך" (איך וועל דיך נישט אפלאזן ביז ווען איך וועל מקיים זיין וואס איך האב דיר צוגעזאגט), לכאורה איז דאך שווער, וואס הייסט "עד אשר אם עשיתי", און נאכדעם ווי ער וועט שוין מקיים זיין די הבטחה וועט ער אים דען שוין אפלאזן? מ'קען דאך נישט זיין איין מינוט אן דעם רבונו של עולם השגחה? נאר דער טייטש איז: אפילו "עד אשר אם עשיתי" - ביז צו די גרויסע ישועה וועל איך דיך אויך נישט אפלאזן, נאר שיקן דיר אויף דערווייל א קליינע ישועה. ווי די וועלט זאגט: "א גלעזל בראנפן ביז צו די קרעטשמע"..
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

הרה"ק הדברי חיים מצאנז זצ"ל נפגש עם ה"כתב סופר" מפרשבורג, והנה נודע לו שרביה"ק ה"צמח צדיק" (שהיה צעיר לימים אף מבנו, הרה"ק משינאווא!) הגיע למקום - מיד עזב את אורחו כדי לקבל את פני רביה"ק. תמה על כך ה"כתב סופר", וסח זאת לאחיו, הג"ר שמעון סופר זצ"ל אבד"ק קראקא. כשרבה של קראקא פגש ברבי מצאנז, שאלו על כך.

ענהו: מצינו, שהקב"ה בחר לבנות את בית המקדש על הר המוריה, מקום העקידה, ולא על הר סיני עליו ניתנה התורה. ומדוע, כי אין חשיבות גדולה יותר לפני המקום ב"ה, מיהודי שפושט את צוארו כדי למסור את נפשו על קדושת שמו יתברך. מעיד אני, סיים הרה"ק מצאנן את דבריו, שהרבי מויזניץ מוכן למסור את נפשו בכל רגע על קדושת שמו יתברך!.

ובעבודת קדשו זאת, העלה עמו את בני עדתו. מעשה ביהודי שהתפלל במחיצת הרבי והתעלה עד שהחליט, שאין לו שייכות לעולם הזה. אולם לאחר התפילה הוא נוכח לדעת, שעודנו להוט אחר העוה"ז כבתחילה... בשברון לב הלך לשאול על כך את פי הרבי. האם הרגשתו שבתפילה לא היתה אלא דמיון בעלמא?

ענהו הרבי: לא ולא, אלא שדוד המלך ע"ה אומר: תהלת ה' ידבר פי – כשאני משתפך בתפילה, אזי ויברך כל בשר שם קדשו, גם אלו שהם בבחינת בשר בעלמא משתתפים עמי. אבל לאחר התפילה, שב הבשר להיות בשר...
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קונטרס זכר עולם הספד על הצמח צדיק מהרמ"ם מוויזניצא זצ"ל, נדפס ע"י ר' שמעריל שמעריל במהר"ם מזאבלטוב.

אפשר ווייסט איינער מער פרטים ווער דער ר' שמעריל במהר"ם מזאבלטוב איז געווען? די צוויי זוהן פונעם צמח צדיק זענען געווען 1. ממלא מקומו האמרי ברוך מוויזניצא ואחיו 2. ר' יעקב דוד [נפטר בצעירותו]
אטעטשמענטס
24-24053.jpg
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

עס מוז נישט זיין איינער פון די משפחה.

סאיז גארנישט אנדערש ווי דער קונטרס "צדיק כתמר" וואס ר' שמעון ווייס ע"ה האט ארויסגעגעבן אויף רביה"ק מסאטמאר זי"ע.

סתם א וויזשניצע חסיד דרוקט אויס זיינע געפילן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב בית,
איר ווייסט אדער איר קלערט?
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

חייקל האט געשריבן:הרה"ק הדברי חיים מצאנז זצ"ל נפגש עם ה"כתב סופר" מפרשבורג, והנה נודע לו שרביה"ק ה"צמח צדיק" (שהיה צעיר לימים אף מבנו, הרה"ק משינאווא!) הגיע למקום - מיד עזב את אורחו כדי לקבל את פני רביה"ק. תמה על כך ה"כתב סופר", וסח זאת לאחיו, הג"ר שמעון סופר זצ"ל אבד"ק קראקא. כשרבה של קראקא פגש ברבי מצאנז, שאלו על כך.

ענהו: מצינו, שהקב"ה בחר לבנות את בית המקדש על הר המוריה, מקום העקידה, ולא על הר סיני עליו ניתנה התורה. ומדוע, כי אין חשיבות גדולה יותר לפני המקום ב"ה, מיהודי שפושט את צוארו כדי למסור את נפשו על קדושת שמו יתברך. מעיד אני, סיים הרה"ק מצאנן את דבריו, שהרבי מויזניץ מוכן למסור את נפשו בכל רגע על קדושת שמו יתברך!.

ובעבודת קדשו זאת, העלה עמו את בני עדתו. מעשה ביהודי שהתפלל במחיצת הרבי והתעלה עד שהחליט, שאין לו שייכות לעולם הזה. אולם לאחר התפילה הוא נוכח לדעת, שעודנו להוט אחר העוה"ז כבתחילה... בשברון לב הלך לשאול על כך את פי הרבי. האם הרגשתו שבתפילה לא היתה אלא דמיון בעלמא?

ענהו הרבי: לא ולא, אלא שדוד המלך ע"ה אומר: תהלת ה' ידבר פי – כשאני משתפך בתפילה, אזי ויברך כל בשר שם קדשו, גם אלו שהם בבחינת בשר בעלמא משתתפים עמי. אבל לאחר התפילה, שב הבשר להיות בשר...


אין די (טארים) מעשה ביכל (איך האב פארגעסן ווי אזוי עס הייסט) פין הגה"צ ר' משה ארי' פריינד זצ"ל פין ירושלים שרייבט ער, די מעשה איז נישט מסתבר אז עס זאל האבען געשען מיט הרה"ק מוויזניץ זי"ע, ווייל... אבער די אמת איז די מעשה ווערט געברענגט אין אסאך פלעצער.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

די נאמען פונעם ספר פון הגה"ק רמ"א פריינד'ס סיפורים איז: הללו עבדי ה'
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

מיללער האט געשריבן:אפשר ווייסט איינער מער פרטים ווער דער ר' שמעריל במהר"ם מזאבלטוב איז געווען?

דא שטייט זיין נאמען ר' שמריהו שמעריל ראטפעהלד ראבד"ק זאבלטוב,
(באדיבות החיפוש בהיברו)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מאטעס האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אפשר ווייסט איינער מער פרטים ווער דער ר' שמעריל במהר"ם מזאבלטוב איז געווען?

דא שטייט זיין נאמען ר' שמריהו שמעריל ראטפעהלד ראבד"ק זאבלטוב,
(באדיבות החיפוש בהיברו)

יישר-כחכם, ומה טיבו?
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

מכיוון שהוצרכתי היום לבדוק משהו באוצה"ח וכבר נדדתי רגלי עד להספרי' של ישיבת מיר, אמרתי בחדא מחתא לבדוק גם מה טיבו של ר' שמריה שמעריל דנן, ובכן להלן הפרטים שמוסר לנו ר"מ וונדר באנצי' לחכמי גליציה, הרמ"מ מדמיטש-זבלטוב הוא שהזמין את ר' שמריה להיות דיין בבית דינו והוא מילא את מקומו של ר' אפרים זלמן טייבר מה שידוע שהוא כיהן שם כדיין וראב"ד מלפני תרמ"ה, בנו של ר' שמריה וממלא מקומו היה ר' ישעיהו שעליו מציין ר"מ וונדר שהיה חסיד ויזניץ ויש לו נכדים בחניתה? ובנתניה,
להשלמת התמונה אוסיף מה שכותב ר"מ וונדר וגם אלפסי שלא היו לו הרבה חסידים לרמ"מ מזבלטוב ולבית מדרשו קראו דער ויזניצער ביהמ"ד כיון שרוב המתפללים היו חסידי ויזניץ וגם רמ"מ עצמו נטה לויזניץ
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל ההילולא קדישא :

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

שיהיו שפתותיו הק' דובבות , ספה"ק" צמח צדיק" פ' כי תשא:
"העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט" : פי', העשיר צריך שירבה בחי' " לא", שלא יהיה בעיניו כלל כדי שלא יבוא לידי התנשאות, והדל "לא" ימעיט, שימעיט בחי' "לא",כדי שלא יבוא לידי שפלות יותר מדאי,רק יראה לתקן מעשיו, וידע שעדיין יוכל לבוא לבחי' " עשיר " בתומ"צ.
ולהעיר, שכשאומרים או כותבים " דעם צמח", יש להבדיל בינו ובין ה" צמח ה' לצבי" . וכבר ראיתי כו"כ שנתבלבלו בזה.
זיע"א ועכ"י, להשפיע לבני א-ל חי שפע רה בבני חיי ומזונא רויחא בגו"ר.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ברוקלין האט געשריבן:
חייקל האט געשריבן:הרה"ק הדברי חיים מצאנז זצ"ל נפגש עם ה"כתב סופר" מפרשבורג, והנה נודע לו שרביה"ק ה"צמח צדיק" (שהיה צעיר לימים אף מבנו, הרה"ק משינאווא!) הגיע למקום - מיד עזב את אורחו כדי לקבל את פני רביה"ק. תמה על כך ה"כתב סופר", וסח זאת לאחיו, הג"ר שמעון סופר זצ"ל אבד"ק קראקא. כשרבה של קראקא פגש ברבי מצאנז, שאלו על כך.

ענהו: מצינו, שהקב"ה בחר לבנות את בית המקדש על הר המוריה, מקום העקידה, ולא על הר סיני עליו ניתנה התורה. ומדוע, כי אין חשיבות גדולה יותר לפני המקום ב"ה, מיהודי שפושט את צוארו כדי למסור את נפשו על קדושת שמו יתברך. מעיד אני, סיים הרה"ק מצאנן את דבריו, שהרבי מויזניץ מוכן למסור את נפשו בכל רגע על קדושת שמו יתברך!.

ובעבודת קדשו זאת, העלה עמו את בני עדתו. מעשה ביהודי שהתפלל במחיצת הרבי והתעלה עד שהחליט, שאין לו שייכות לעולם הזה. אולם לאחר התפילה הוא נוכח לדעת, שעודנו להוט אחר העוה"ז כבתחילה... בשברון לב הלך לשאול על כך את פי הרבי. האם הרגשתו שבתפילה לא היתה אלא דמיון בעלמא?

ענהו הרבי: לא ולא, אלא שדוד המלך ע"ה אומר: תהלת ה' ידבר פי – כשאני משתפך בתפילה, אזי ויברך כל בשר שם קדשו, גם אלו שהם בבחינת בשר בעלמא משתתפים עמי. אבל לאחר התפילה, שב הבשר להיות בשר...


אין די (טארים) מעשה ביכל (איך האב פארגעסן ווי אזוי עס הייסט) פין הגה"צ ר' משה ארי' פריינד זצ"ל פין ירושלים שרייבט ער, די מעשה איז נישט מסתבר אז עס זאל האבען געשען מיט הרה"ק מוויזניץ זי"ע, ווייל... אבער די אמת איז די מעשה ווערט געברענגט אין אסאך פלעצער.


ווען מען האט געוויזן דעם שטיקל פאר אדמו"ר מויז'ניץ שליט"א האט ער זיך אנגערופן "עס איז אנטיסעמיטש געשריבן".
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

כ'ווייס נישט צו יש כאן מקום לדיבוריי, אבער אז מ'רעדט שוין פונעם צמח, איז כדאי צו וויסן אביסעלע היסטאריע.

בשעתו פונעם צמח האבן איהם די חסידים זיינע געקרוינט אלץ משיח. (אויב מיינט איר אז משיח'יזם ביי חסידישע סעקטעס איז געבוירן געווארן דאהי, דאן זאלט איר וויסן אז איר לעבט אין א פארדריסליכען טעות). איינער פון די זאכן אויף וואס זיי האבן געבויט זייערע טעאריעס איז באשטאנען פון דעם אז דער הייליגער נאמען פון זייער רבי'ן הרה"ק רבי 'מנחם' איז בגימטריא 'צמח'. נו, מער פעלט שוין נישט אויס. אז מ'זאגט אז דער רבי איז משיח און א צווייטער קומט און זאגט אז דו רעדסט מאדנע, אדער אז דאס איז א אמונה זרה וכדו', האט ווי פארשטענדליך זיך ארויסגעלאזט דער הבערה ללה"ב, און ס'איז געווארן יו"ט אינדערוואכן.

דער אש להבה האט בשעתו גערודערט א וועלט. דער הייליגער קול ארי' נאכן באקומען ווילדע גריסן איבער די משיח'יזם אין וויזניץ, און איבער די שווערע נאכווייען (רעזולטאטן) א דאנק דעם הכרזה, האט איהם געברענגט צו שרייבן א בריוו צום הייליגן צמח צדיק דירעקט און איהם דערציילן וואס עס גייט אלץ פאר, און זיך בעטן אז דער צ"צ זאל זעהן אפצושטעלן דעם [גע]וואלד-פייער וואס האט אויסגעבראכן וועלכע זייען אן ביטערע חורבנות. עס איז גאר א אינטערעסאנטער בריוו (עס איז געדרוקט אין תולדות קול ארי').

אזוי אויך אין תשובות מהר"ם שיק איז אויך דא א תשובה (אדער אפי' צוויי) איבער דעם נושא. די שווערע מערכה האט בעיקר געפלאקערט אין שטאט בארשא, וכו'. עיי"ש ובספרי קודש.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

די תשובה פון קול ארי' איז געקומען ווען מ'האט אין בארשע ארויסגעווארפן דעם רב הגה"ק רבי יעקב הערש וואלדמאן זצ"ל ווייל ער האט ערקלערט אז ס'איז אמונה טפילה צו זאגן אויפ'ן רבי'ן משיח. די מעשה איז געווען בשנת תרכ"ט, די זעלבע יאר פונעם צאנז-סאדיגערער מחלוקה, און דער קול ארי', א גרויסער צאנזער חסיד האט געשריבן א בריעוו צום הייליגן צמח צדיק, א רוזינער איידעם, ובתוה"ד שרייבט ער אז ער האט ח"ו גארנישט קעגן רבי'ן, דער צמח צדיק, וועגן די לעצטיגע קטטה בין הצדיקים.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אויפן אהבת ישראל מויז'ניץ זי"ע האבן חסידים אויך אזוי געזאגט (נישט מיט אזא גערידער, אבער מען האט געשמועסט צווישן זיך אז דער רבי איז משיח).
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

היינט ב' נח כ"ט תשרי תשע"ג איז די יא"צ
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

זיידעניו האט געשריבן:דער הייליגער "צמח צדיק" פון וויזשניץ זצ"ל האט דערציילט די פאלגענדע מעשה: אמאל איז געקומען א חסיד צום הייליגער בארדיטשוב'ער רב און זיך באקלאגט אז ער האט נישט קיין מזל, צו וואס ער נעמט זיך גייט אים נישט, און ער איז לעצטנס געווארן א גרויסער בעל חוב. דער עולם ווייסט נאך נישט דערפון, און האלט אים נאך פאר א גביר, ווען מ'וועט אבער געוואויר ווערן דערפון וועט אים זיין זייער ביטער. האט אים דער בארדיטשוב'ער רב געהייסן קויפן א לאטערי טיקעט, און דער באשעפער וועט אים העלפן.
האט דער חסיד געזאגט, איך צווייפל נישט, חלילה, אז דעם רבי'נס הבטחה וועט מקויים ווערן, אבער ווער ווייסט ווען, ווייל דער שטייגער איז, אז עס קען דורכגיין עטליכע יאר ביז ווען מ'געווינט, און ביז דערווייל קענען קומען די בעלי חובות און פאדערן זייערע חובות. (אין יענע צייטן פלעגט מען קויפן איין הגרלה קארטל, און דער זעלבער נומער פון דעם זעלבן קונה פלעגט לויפן עטליכע יאר). אויסער דעם האב איך א טאכטער וואס דארף שוין חתונה האבן, און איך דארף פאר איר א נדן.
האט אים דער בארדיטשוב'ער רב צוגעזאגט, אז אויך אויף דערווייל וועט אים דער באשעפער צושיקן א ישועה.
דער חסיד האט פארשטייט זיך מקיים געווען דעם רבי'נס עצה און געקויפט א לאטערי טיקעט. פארנדיג אהיים איז ער איינגעשטאנען אין א האטעל און דארט גענעכטיגט. ביינאכט איז אנגעקומען צו דעם זעלבן האטעל א גרויסער גראף, און איז אויך געבליבן דארט נעכטיגן. ביינאכט האט דער גראף גע'חלום'ט, אז אין דעם האטעל געפינט זיך א איד, וועלכער האט ביי זיך א לאטערי-טיקעט וואס וועט געווינען די גרויס געווינס, און ער דארף זען צו טוישן זיין "טיקעט" מיט דעם איד'ס "טיקעט".
דער גראף האט זיך אויפגעכאפט פון זיין שלאף, און האט אוועקגעמאכט דעם חלום אלס "דברים בטלים". אבער אזוי ווי ער איז ווידער איינגעשלאפן, האט ער נאכאמאל גע'חלומ'ט דאס זעלבע. איצט האט ער פארשטאנען אז דער חלום איז שוין נישט קיין פוסטער חלום. האט ער געשיקט זיינע מענטשן, אז זיי זאלן זען צו עס שטייט דארט איין עפעס א איד'ל, און אויב יא זאלן זיי אים ברענגען צו אים. ביז עטליכע מינוט זענען זיי צוריק געקומען צום גראף מיט דעם חסיד. האט אים דער גראף געפרעגט, צי ער האט ביי זיך א "לאטערי-טיקעט?" און דער איד ענטפערט אז יא, זאגט אים דער גראף: איך האב אויך אזא "טיקעט", קום לאמיר זיך טוישן, און איך וועל דיר נאך דערפאר צוגעבן א שיינע סומע געלט.
דער חסיד האט אבער נישט געוואלט, ווייל ער האט דאך געוואוסט אז זיין "טיקעט" וועט געווינען, אזוי ווי דער רבי האט צוגעזאגט, זעענדיג אז דער חסיד וויל נישט, האט ער אים אנגעטראגן נאך א סומע געלט, אבער דער חסיד וויל נאך אלץ נישט. ענדליך האט ער אים אנגעטראגן די פאנטאסטישע סומע פון טויזנט גולדן, און דער חסיד האלט זיך ביי זיינס. דא האט זיך שוין דער גראף אויפגערעגט, און זיך אנגערופן צו זיינע מענטשן, אז זיי זאלן ארויסשלעפן פון דעם איד זיין "טיקעט" מיט כח. זיי האבן אזוי געטהן, און דערנאך האט זיך דער גראף אנגערופן: לעולם וואלט איך דיך געקענט לאזן גיין מיט גארנישט, אבער איך וויל נישט זיין קיין גנב, דערפאר גיב איך דיר מיין "לאטערי" קארטל, און איך גיב דיר נאך צו די טויזנט גולדן וואס איך האב דיר פריער אנגעטראגן.
דער חסיד האט שוין נישט געהאט קיין ברירה האט ער גענומען דעם גראף'ס "לאטערי" צעטל, און אויך די טויזנט גולדן און זיך געגאנגען זיין וועג. קומענדיג אהיים האט ער געקענט חתונה מאכן ברייט זיין טאכטער, און ביז א קורצע צייט האט דאס צעטל וואס דער גראף האט אים געגעבן געצוואונגענערהייט, געוואונען די גרויסע געווינס. איז דער חסיד געפארן קיין בארדיטשוב מיט גרויס פרייד דערציילן די גוטע בשורה.
ווען ער איז אריין צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט:
איך האב געזען אז דיין מזל איז דערנידערט אזוי שטארק, האב איך געמוזט שיקן דעם בעל החלומות אז ער זאל צורעדן דעם גראף צו טוישן מיט דיר די "הגרלה" קארטל, ווייל איך האב געזען אז זיין קארטל וועט געווינען נישט דיינס. און די טויזנט גולדן וואס ער האט דיר געגעבן איז געווען, ווייל דו האסט געזאגט אז ביז צום געווינס דארפסטו נאך אויך א ישועה, ווייל דו דארפסט חתונה מאכן דיין טאכטער. דעריבער האב איך דיר געשיקט א קליינע ישועה פאר די גרויסע ישועה.
דער חסיד איז אהיים געפארן און געווארן נאך א גרעסערער גביר ווי פריער.

ווען דער הייליגער "צמח צדיק" האט געענדיגט די מעשה האט ער צוגעגעבן: דאס האט דער באשעפער געמיינט מיט די הבטחה צו יעקב אבינו: "כי לא אעזבך עד אשר אם עשיתי את אשר דברתי לך" (איך וועל דיך נישט אפלאזן ביז ווען איך וועל מקיים זיין וואס איך האב דיר צוגעזאגט), לכאורה איז דאך שווער, וואס הייסט "עד אשר אם עשיתי", און נאכדעם ווי ער וועט שוין מקיים זיין די הבטחה וועט ער אים דען שוין אפלאזן? מ'קען דאך נישט זיין איין מינוט אן דעם רבונו של עולם השגחה? נאר דער טייטש איז: אפילו "עד אשר אם עשיתי" - ביז צו די גרויסע ישועה וועל איך דיך אויך נישט אפלאזן, נאר שיקן דיר אויף דערווייל א קליינע ישועה. ווי די וועלט זאגט: "א גלעזל בראנפן ביז צו די קרעטשמע"..

זייער שיין ערשטע מאל געהערט
משה חובב
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2013 6:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חובב »

יעצט נישט לאנג צוריק גיהערט אז דער הייליגער צמח צדיק האט מחבר גיוועהן א ניגון.
דער מקור איז אין ספר '120 נגוני חסידים' מחבר יהויכין סטוצבסקי ערשיינט אין יאהר תש"ה, הגם איך ווייס נישט ווי קראנט דער מקור איז, אבער לפחות ווייס מיר אז שוין אין די פריערדיגע יאהרען איז די ניגון גיוועהן אן ארטיקל.
איך לייג דא צו דער ניגון ווי אזוי מ'זינגט עס היינט, אין דערנאך אויך ווי עס ווערט גיברענגט אין דעם ספר. [דער ניגון פלעג צו זינגען הרה"ח הישיש ר' זיידע איינהורן, ביים וויזניצר רעבין זצ"ל אין בני ברק, אין עס ווערט אזוי אנגערופן 'זיידע'ס ניגון', מ'זינגט עס בעיקר ביי נעילת החג טיש'ן].
אדרבה אויב ווייסט איינער עפעס א קראנטערע מקור פון ווי דער ניגון שטאמט והיה זה שכרינו.

דא איז די ניגון ווי אזוי מען זינגט עס היינט
איטרעסאנט אז ביי ר' יצחק קלצקין איז עס אויפגעשריבן אלץ א ניגון מירון (אפשר ווייס איינער פארוואס).

אין דא איז דער ניגון ווי עס איז מופיע אין דעם ספר

בהמשך וועל איך פראבירען צו שרייבען איבער נאך ניגון וואס מקורו טהור בשם דעם צמח צדיק.
אויסער דער היינטיגער נוסח וואס ווי די מקורות זאגען, האט דער הייליגער אמרי חיים גיזאגט אז דער צמח צדיק האט אריינגיברענגט א נייעם פינק אינעם מחזור, גרויסע חלקים פונעם נוסח וואס איז דא היינט האט דער צמח אריינגעלייגט.

און אדרבה האט איהר וואס צוצולייגן, אפפרעגן, זאגן א הערה? שרייבט עס דא אריין
עבד השם
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבד השם »

נחמן נתן האט געשריבן:די נאמען פונעם ספר פון הגה"ק רמ"א פריינד'ס סיפורים איז: הללו עבדי ה'
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24241
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט איז דער יא''צ פין דער הייליגע וויזניצער רבי'ן דער בעל צמח צדיק זי''ע ועכי''א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

שמעתי מכ"ק הגה"צ רבי מנחם מאנדרער זצוק"ל מקאסוב, עז איז געווען א וויזניץ'ער חסיד (געהערט פון אים די נאמען, איך געדענק עס נישט) וואס בסוף ימיו האט ער ל"ע פארלוירן (אינגאנצן אדער כמעט אינגאנצן) די חוש הראיה, ער איז אמאל געווען ביים בית ישראל מגור זי"ע און האט זיך ביינעם מזכיר געווען, האט ער געזאגט פארן בית ישראל "פארוואס דארף איך דען אויגן, נאר צו קענען לערנען א שטיקל צמח!!"
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

Tzemachtzaddik.JPG
Tzemachtzaddik.JPG (45.75 KiB) געזען 5765 מאל
image (12).png
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אויף אסאך צדיקים האבן חסידים געהאלטן אז זייער רבי איז משיח, נאר נישט מיט אזא גערידער ווי ביים הייליגן צמח צדיק.

ווי באקאנט שטייט אז משיח וועט נתלבש ווערן אין איינע פון די צדיקי הדור.

אויפן ישמח משה האט מען אויך אזוי געזאגט כפי שרמז בעצמו בתהלים שלו, ואין לי פנאי להאריך
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרו מעשיכם »

סידיראם האט געשריבן:אויפן ישמח משה האט מען אויך אזוי געזאגט כפי שרמז בעצמו בתהלים שלו, ואין לי פנאי להאריך


???
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

זיס האט געשריבן:
ברוקלין האט געשריבן:
חייקל האט געשריבן:הרה"ק הדברי חיים מצאנז זצ"ל נפגש עם ה"כתב סופר" מפרשבורג, והנה נודע לו שרביה"ק ה"צמח צדיק" (שהיה צעיר לימים אף מבנו, הרה"ק משינאווא!) הגיע למקום - מיד עזב את אורחו כדי לקבל את פני רביה"ק. תמה על כך ה"כתב סופר", וסח זאת לאחיו, הג"ר שמעון סופר זצ"ל אבד"ק קראקא. כשרבה של קראקא פגש ברבי מצאנז, שאלו על כך.

ענהו: מצינו, שהקב"ה בחר לבנות את בית המקדש על הר המוריה, מקום העקידה, ולא על הר סיני עליו ניתנה התורה. ומדוע, כי אין חשיבות גדולה יותר לפני המקום ב"ה, מיהודי שפושט את צוארו כדי למסור את נפשו על קדושת שמו יתברך. מעיד אני, סיים הרה"ק מצאנן את דבריו, שהרבי מויזניץ מוכן למסור את נפשו בכל רגע על קדושת שמו יתברך!.

ובעבודת קדשו זאת, העלה עמו את בני עדתו. מעשה ביהודי שהתפלל במחיצת הרבי והתעלה עד שהחליט, שאין לו שייכות לעולם הזה. אולם לאחר התפילה הוא נוכח לדעת, שעודנו להוט אחר העוה"ז כבתחילה... בשברון לב הלך לשאול על כך את פי הרבי. האם הרגשתו שבתפילה לא היתה אלא דמיון בעלמא?

ענהו הרבי: לא ולא, אלא שדוד המלך ע"ה אומר: תהלת ה' ידבר פי – כשאני משתפך בתפילה, אזי ויברך כל בשר שם קדשו, גם אלו שהם בבחינת בשר בעלמא משתתפים עמי. אבל לאחר התפילה, שב הבשר להיות בשר...


אין די (טארים) מעשה ביכל (איך האב פארגעסן ווי אזוי עס הייסט) פין הגה"צ ר' משה ארי' פריינד זצ"ל פין ירושלים שרייבט ער, די מעשה איז נישט מסתבר אז עס זאל האבען געשען מיט הרה"ק מוויזניץ זי"ע, ווייל... אבער די אמת איז די מעשה ווערט געברענגט אין אסאך פלעצער.


ווען מען האט געוויזן דעם שטיקל פאר אדמו"ר מויז'ניץ שליט"א האט ער זיך אנגערופן "עס איז אנטיסעמיטש געשריבן".


כמדומה אז רבי משה אריה ברענגט אז די מעשה איז געווען מיט די הייליגע רוזינער זי"ע, אבער עס קען נישט שטמוען לויט די יארען והדברים פשוטים מאוד.
אין הגה"צ רבי יחיאל מיכל היבנער זצ"ל (אב"ד ניזנוב) וואס האט מסתופף געווען בצל הרבה מצדיקי דורו, ובתוכם אויכעט די הייליגע צמח זי"ע, ברענגט די מעשה בספרו "שו"ת הד"ר" (סימן טו"ב, עמוד י"ד) געדריקט אין שנת תרנ"ד ! אויף די צמח זי"ע (נלב"ע תרמ"ה)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”