רבי חיים שלמה סג"ל לאווי מחוסט-טאהש ז"ל - י”ב שבט תשמ”א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי חיים שלמה סג"ל לאווי מחוסט-טאהש ז"ל - י”ב שבט תשמ”א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א"כ הרב מבפנים המכונה פון-אינעווייניג;

ווער איז געווען דער חוסט-טאשער רבי?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:ווער איז געווען דער חוסט-טאשער רבי?


ער האט געהאט זיין בית מדרש אויף Ft. Hamilton Pkwy און באראפארק
ער איז געווען דער שווער פון רב טירנאור שליט"א, דער רב פון שומר שבת און באראפארק.
the SCY is the limit
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ידידי היקר הרב פנים (אינעווייניג) שי'
יש"כ גדול שני פעמים
איינס פאר דיין הערליכע תגובה, און צווייטענס פארן צירוקריקען דעם געהענגעל אויף די גיטע רעלסן
כאב פארשידענע הערות, אבער נישט יעצט
איין ווארט, מיר האבען אויך אסאך סחורה פון אט דעם חוסטער רבי זצ"ל, פון איך שעפ אסאך ערשט האנטיגע מעשיות, כידוע האט זייער אסאך געוויסט.

כבוד ידידי מסקרענטאן שי' וכל הידידים וואס ווילען וויסען
הרה"צ ר' חיים שלמה סג"ל לאווי זצ"ל איז געבארען אין תר"ן און געווען א זוהן פון הרה"ק ר' אלימלך פון טאהש זצ"ל, און געוועהן א איידעם פון הרה"ק ר' ישראל יעקב פון חוסט זצ"ל א זוהן פונעם הייליגען ר"ר מרדכי'לע פון נאנבורנה זצ"ל, סוף ימיו איז ער געוועהן א סגי נהר (מעשה באריכות, ...אי"ה) און געוועהן כלוי בבית, און אידען האבען געהאט שכל און געקומען נאשען פון אט דעם רבי'ן אסאך אסאך סחורה, מעשיות ווי געשמיסט ער איז אליין געווען דערביי וכדו' און מהאט אים געטעיפט אויך, ווייל נישט אסאך האבען גערעדט, און מ'האט פארט געוואלט וויסען היסטאריע ווי אויך עס זאל בלייבן קלאר פאר די וואס וואלטען געוואלט לייקענען פארשידענע פאקטן (כמובן) און עס איז געוועהן א שעת הכושר, ער איז נפטר געווארען אום תשמ"א אלט זייענדיג 91 אלט, זיינע איידעמעס זענען הרב יודל טירנויער שליט"א שומר שבת רב אין בארא פארק, און הרב גינזבורג שליט"א פון אגודות הרבנים אין בארא פארק אייניקלעך און איר אייניקלעך חסידים ואנשי מעשה און אויך רבנים
ודי בזה (כעת)
טעמו וראו כי טוב השם
פון אינעווייניג

חוסט-טאשער רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אינעווייניג »

לכבוד הרב מיללער

דער חוסט-טאשער רבי איז געווען די צווייטע אדער די דריטע זון פון ר' מיילעך טאהשער ז"ל, און א איידעם ביי ר' ישראל יעקב די חוסטער רבי. און ווען זיין שווער איז אוועק האט נאך זיין פאטער געלעבט האט ער זיך גערופן חוסטער רבי, אבער ווען ער איז שוין געווען אין אמעריקא איז זיין פאטער אוועק שנת תש"א, האט ער זיך גערופן חוסט-טאש.

און זיין אייניקל הרב יונה גינזבערג האט מיר פארציילט, אז די היינטיגע טאשער רבי האט אים געפרעגט רשות צו ער מעג זיך רופן "טאשער רבי פון קאנאדא" האט דער חוסט-טאשער געענטפערט, אז ער מעג זיך רופן נישט נאר טאשער רבי פון קאנאדא, נאר טאשער רבי, און אדרבא אז עס וועט נאך זיין א גרעסער כבוד פארן פאטער אז ער וועט גיין אויף זיינע וועגן, ויקרא על שמו טאש

און זיין אייניקל ר' יונה פארציילט אז זייט דעמאלטס האט זיך זיין זיידע מער נישט גערופן חוסט-טאש נאר סתם חוסט
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

אויפ'ן סיין וואס הענגט נאך אויף זיין ביהמ"ד איז אמאל געשטאנען בנשיאות אדמו"ר מחוסט טאהש שליט"א וואס איז שפעטער אפשר נאך זיין פטירה איבערגעדעקט געווארן מיט'ן ענגלישן נאמען פונעם ביהמ"ד
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח פאר אלע מגיבים, איך וויל עפענען אן עקסטער אשכול איבער דעם חוסט-טאהשער רבי ז"ל, האט איינער נאך פרטיםאזוי ווי בילדער, בריוון וכדו'?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:איך וויל עפענען אן עקסטער אשכול איבער דעם חוסט-טאהשער רבי ז"ל, האט איינער נאך פרטים אזוי ווי בילדער, בריוון וכדו'?


הרב מיללער, יא!

איך האב געלערענט און חתן סופר און איין קלאס מיט ר' אלימלך טירנאור, א זוהן פון הרב טירנאור פון שומר שבת [לכאורה ער הייסט נאך זיין עלטער זיידע ר' אלימלך טאשער ז"ל]. ער האט מיר פארציילט פארשידענע זאכען פון זיין זיידע.

יענע יאהרען האט נאך הרב טירנאור געוואוינט און די וועסט סייד, און ער איז געווען א מגיד שיעור און ישיבת חתן סופר, נאך ווען די ישיבה איז געווען און די איסט סייד.
מיר פלעגען זיין און די דארמעטארי דורך די וואך און אהיים פארען שבתים.
אנשטאט אהיים פארען אוף די וועסטסייד, פלעגט ר' מילך אסאך פארען צי זיין זיידען אויף שבתים.
ער האט מיר אמאל פארציילט וואס זיין זיידע האט אוהם דערציילט וועגען זיין זיין א סגי נהור.

דער חוסט-טאהשער רבי ז"ל האט אהנגעפאנגען האבען פראבלעמען מיט די אויגען נאך אלץ גאר א קליין יונגעל. ווען ער איז געווען בערך זעקס יאהר אלט, האט זיין טאטע ר' אלימלך גענומען א פאפיר וואס ער האט געהאט און שטוב, וואס דער פאפיר איז געווען א בריף פון איינע פון די פריערדיקע צדיקים, איך געדענק נישט ווער, און ער האט ארויפגעלייגט ציקער, און האט דאס אריין געבלאזען און די אויגען פון זיין זוהן.
די ציקער האט אוהם זייער געציפט די אויגען, און ר' אלימלך האט אוהם געזאגט אז און מיין הויז וועסטו מער נישט ליידען אויף די אויגען.
ער האט טאקע מער נישט געהאט קיין פראבלעמען, ביז ער איז געווארען אן איידעם און חוסט און געגעסען קעסט ביי זיין שווער. יעצט, אלטץ מער נישט זיין ביי זיין טאטען און שטוב זענען די אויגען פראבלעמען צירוק געקומען.

ר' מילך האט מיר פארציילט, אז ער פלעגט שבת נאכמיטאג לערנען שו"ע מיט זיין זיידען. זיינענדיג א סגי נהור, פלעגט ער, מילך, לערנען אויפען קול, און זיין זיידע פלעגט ציהערען, און זייער אסאך מאל פלעגט ער פאררעכטען טעותים. ער האט געדענקט שו"ע מיט די נושא כלים פון אוסענווייניג.

ר' מילך האט מיר פארציילט, אז זיין זיידע האט געדאווענט ימים נוראים פארען עמוד. די יוצרות האט איינער נאר געדארפט אהנפאנגען און דאס רעשט האט ער געזאגט בעל פה.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח ר' שמחה פאר די פרטים, לאמיר דא פרובירען מאכן א שטיקל סך הכל.

ר' חיים שלמה לאווי איז געווען א זוהן פון הרה"ק ר' אלימלך מטאהש (אבי ר' מרדכי מדעמעטשע אבי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א) זצ"ל און אן איידעם ביי הרה"ק ר' ישראל יעקב לייפער מחוסט בן הרה"ק ר' מרדכי מנאדבורנא זצ"ל.

ער האט געוואונט אין ב"פ ווי ער האט געהאט זיין ביהמ"ד אויף פט. העמילטאן פארקוועי, זייענדיג א פעטער פארן טאהשער רבי לאויט"א שליט"א האט ער אים הארצן גערן איבערגעגעבן דעם נאמען 'טאהש' און ער האט זיך גערופען ע"ש חמיו 'חוסט'.

ער איז געווען א סגי-נהור ל"ע אבער א ידען נפלא, ורבים נהנו ממנו ווען מ'פלעגט גיין הערן פוןאים ידיעות וזכרונות, ער איז נפטר געווארן אלט זייענדיג 91 יאר איבערלאזנדיג די צוויי איידימער לאויש"ט, הרב ר' יהודא טירנויער שליט"א אב"ד שומרי שבת אין ב"פ און הרב גינזבורג אדמו"ר מחוסט אין ב"פ.

ווייסט איינער נאך פרטים, לדוגמא;
זיין שוווער ר' ישראל יעקב מחוסט, האט ער איבערגעלאזט נאך קינדער נאך די קריג?
האט זיין רביצין מזוו"ר איבערגעלעבט די קריג?
ווען פונקטליך איז דער טאהש-חוסטער רבי נפטר געווארן?
איז פארהאן נאך קינדער אויסער די צוויי דערמאנטע איידימער?
האט איינער א בילד פון דעם צדיק?
איז דא עפעס חידושי תורה פארבליבען?
איז זיין איידעם דער חוסטער רבי ממלא מקום אין זיין שווער'ס ביהמ"ד?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:ער איז געווען א סגי-נהור ל"ע אבער א ידען נפלא, ורבים נהנו ממנו ווען מ'פלעגט גיין הערן פוןאים ידיעות וזכרונות, ער איז נפטר געווארן אלט זייענדיג 91 יאר איבערלאזנדיג די צוויי איידימער לאויש"ט, הרב ר' יהודא טירנויער שליט"א אב"ד שומרי שבת אין ב"פ און הרב גינזבורג אדמו"ר מחוסט אין ב"פ.

ווייסט איינער נאך פרטים, לדוגמא;
1. זיין שוווער ר' ישראל יעקב מחוסט, האט ער איבערגעלאזט נאך קינדער נאך די קריג?
2. האט זיין רביצין מזוו"ר איבערגעלעבט די קריג?
3. ווען פונקטליך איז דער טאהש-חוסטער רבי נפטר געווארן?
4. איז פארהאן נאך קינדער אויסער די צוויי דערמאנטע איידימער?
5. האט איינער א בילד פון דעם צדיק?
6. איז דא עפעס חידושי תורה פארבליבען?
7. איז זיין איידעם דער חוסטער רבי ממלא מקום אין זיין שווער'ס ביהמ"ד?
איינס דער איידעם הרב גינזבורג רופט זיך נישט חוסט'ער רבי נאר זיין זוהן.
1. פון זיין שווער רי"י זענען געבליבן צענדליגער אייניקלעך, דער מ"מ פון רי"י איז געווען בנו הרה"ק ר' שמואל שמעלקא זצ"ל וועלכער איז אוועק אינגערהייט נאך פאר די קריג, זיין מ"מ איז געווען הרה"ק ר' אהרן משה חתן [ש"ז פערל] הרה"ק ר' ברוך פינחס מ'סקאליע ואבי הרה"צ ר' שמואל שמעלקא ור' ישראל יעקב ור' ברוך פינחס שליט"א.
7. אלס זיין ממשיך דרכו האט ער נאך בחייו געשטעלט זיין אייניקל הרה"צ ר' יעקב שמשון מ'חוסט חתן הרב מ'אשוי זצ"ל, ודי.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד,
קודם א דאנק פאר די הערות מאירות, אז נמשיך.

1. דער גינזבורג וועלכער רופט זיך חוסט, איז א זוהן פון דער מנהל פון אגודת הרבנים, ניין? און יענער איז ר' חיים שלמה'ס איידעם? וואס זענען די ערשטע נעמען.
2. דער אייניקל ר' יעקב שמשון מחוסט חתן הרב מאשוי, וועמענס זוהן איז ער און וויאזוי איז ער זיין אייניקל.
3. ר' אהרן משה לייפער נכד רי"י, וואו האט ער געוואונט, און ווען איז ער נפטר געווארן?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

לפי ידיעתי ווערט געפירט זיין בית-מדרש דורך אן אייניקעל, א זוהן פון זיין איידעם הרב גינזבערג. יענער איז א גוטער חבר פאר מיין ברודער זז"ג און ער באטייליגט זיך און אלע פון מיין ברידער'ס שמחות.

רב טירנאור שליט"א האט א זוהן וואוינען און וויליאמסבורג, דער מרא דאתרא פונעם חוסטער בית-מדרש. ער איז א מחותן מיט ר' אייזיק אדמו"ר מספינקע שליט"א.

נאך א זוהן, ר' יצחק, איז היינט דער רב הצעיר און שומר שבת. רב טירנאור שליט"א האט זיך לעצטענס זייער געעלטערט און זיין זוהן ציביסלעך נעמט איבער פונקשענס פון זיין טאטען
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:1. דער גינזבורג וועלכער רופט זיך חוסט, איז א זוהן פון דער מנהל פון אגודת הרבנים, ניין? און יענער איז ר' חיים שלמה'ס איידעם?

גערעכט.
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:1. דער גינזבורג וועלכער רופט זיך חוסט, איז א זוהן פון דער מנהל פון אגודת הרבנים, ניין? און יענער איז ר' חיים שלמה'ס איידעם? וואס זענען די ערשטע נעמען.
2. דער אייניקל ר' יעקב שמשון מחוסט חתן הרב מאשוי, וועמענס זוהן איז ער און וויאזוי איז ער זיין אייניקל.
3. ר' אהרן משה לייפער נכד רי"י, וואו האט ער געוואונט, און ווען איז ער נפטר געווארן?
1. יא, גינזבורג דאכט זעך ר' משולם פייש וואס פירט דעם בימ"ד.
2. א זוהן פון ר' יודל.
3. ב"פ, תש"ן לערך.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גוט, ערגעץ קום איך אן מיט די תרי צנתרי דדהבה ר' שמחה מיטן ביקסאדער צדיק'ל, העמיר ווייטער ממשיך זיין.

1. ר' משולם פייש מחוסט-גינזבורג איז א באקאנטער פה מפיק מרגליות, וויאזוי הייסט זיין פאטער בשמו הפרטי? און וואס פארא ארגענעזאציע איז דאס אגה"ר?
2. דא אין וויקיפידיה זעה איך נאך א זוהן פון ר' ישראל יעקב מחוסט, ר' ראובן מגראסווארדיין, איז פארהאן פון אים קינדער?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

scy4851 האט געשריבן:רב טירנאור שליט"א האט א זוהן וואוינען און וויליאמסבורג, דער מרא דאתרא פונעם חוסטער בית-מדרש. ער איז א מחותן מיט ר' אייזיק אדמו"ר מספינקע שליט"א.
ער האט שוין דריי איידעמער ממשיכי עדה, הרה"צ ר' ... בן הרבי מ'נאדווארנע מב"ב, הרה"צ ר' אהרן ראטטענבערג [ב"ר יעקב מ'קאזעווע - מאנסי ב"ר חיים שלמה ב"ר משה שמואל בן השמועה טובה] רב דביהמ"ד ... קאסאן בוויליאמסבורג לע"ע אויף מידדעלטאן סטריט, הרה"צ ר' אהרן דוד הורוויץ מ'זאבליטוב.
לעצט פארראכטן דורך ביקסאד אום דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 5:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:1. ר' משולם פייש מחוסט-גינזבורג איז א באקאנטער פה מפיק מרגליות, וויאזוי הייסט זיין פאטער בשמו הפרטי? און וואס פארא ארגענעזאציע איז דאס אגה"ר?
2. דא אין וויקיפידיה זעה איך נאך א זוהן פון ר' ישראל יעקב מחוסט, ר' ראובן מגראסווארדיין, איז פארהאן פון אים קינדער?
1. לע"ע אי אפשר לי להיזכר, וואס היינט באשטייט אגוה"ר חוץ דעם בי"ד מיט איר מנהל ווייס יאך נישט, בערך אזוי ווי התאחדות אן די השגחות.
2. איני זוכר במדוייק, חושב שכן.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כ'האב יעצט ערהאלטן אין אישית פון הניק החשוב הרוצה בעילום שמו וויכטיגע אנקעדאטן בשייכות צו מיינע פריערדערמאנטע שאלות ואעתיק לשונו הזך, תשוח"ח לו.

האט זיין רביצין מזוו"ר איבערגעלעבט די קריג?
יא, זי איז אוועק אפאר יאר פאר עהם און עהר האט נאכאמאל חתונה גיהאט.

ווען פונקטליך איז דער טאהש-חוסטער רבי נפטר געווארן?
איך גידענק נישט דעם פונקטליכ'ן דאטום, אבער ס'איז גיוועהן שבט תשמ"א, שבת שבע ברכות פון זיין אינגסטין אייניקל, בשעת קריאת ההפטורה האט ער גיהאלטין די האנט פון א איר אייניקל און פארהערט ותוך כדי דיבור פרחה נשמתו במיתת נשיקה.

זיין ערשטע זיוג ווי אויך ער אליין ליגן און ניו דשערסי בחלקת קאסאן. על פי צוואתו.

די מעשה מיט די צוקער איז אויך נישט פונקטליך, די מעשה איז גיוועהן אז זיין טאטע האט זיך אוועק גישטעלט און א ווינקל און מתפלל גיוועהן א פאר מינוט און דערנאך עהם גיגעבן א צוקער צו נאגין, זאגענדיג "איך האב דיך אויסגיבעטין אויף פופציג יאהר" וכך הוי אז נאך פופציג יאהר האט עהר פארלוירין די ראיה, מ'האט גימאכט א אפעראציע וואס האט ליידער נישט גיהאלפין וכל ימיו התמרמר "נאך וואס האט די אפעראציע אויסגיפעלט, דער טאטע האט דאך מיר גיזאגט איך האב דיך אויסגעבעטין אויף פופציג יאהר, האב איך גידארפט פארשטיין אז ס'וועט גארנישט העלפין".
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

גענומען פון וויקאפידיע

It was originally aligned with the Orthodox Union; in later years, the Orthodox Union drifted apart from the Agudas HaRabbanim, and closer to the relatively Modern Orthodox Rabbinical Council of America (RCA).

The Union of Orthodox Rabbis is perhaps best known for the excommunication of Mordecai M. Kaplan in 1945. Kaplan had co-edited a new Reconstructionist prayer book it deemed heretical.

Among the well-known leaders from the organization's past are Rabbis Eliezer Silver and Moshe Feinstein. In recent years, the organization has been under the direction of Rabbi Hersh M. Ginsberg.
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

סקרענטאן'ער רב, אט דא האט ר' שמחה געברענגט ר' צבי מאיר גינזבורג.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

די מעשה מיט די צוקער איז אויך נישט פונקטליך,


די מעשה מיטען ציקער האב איך געשריבען אוויא איך האב עס געהערט פון אן אייניקעל זיינער
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:הניק החשוב הרוצה בעילום שמו
האט זיין רביצין מזוו"ר איבערגעלעבט די קריג?
יא, זי איז אוועק אפאר יאר פאר עהם און עהר האט נאכאמאל חתונה גיהאט.
שרייבט פאר דעם ניק החשוב הרוצה בעילום שמו זאל אייך דערציילן ווער עס איז געווען די זיווג שני.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

scy4851 האט געשריבן:נאך א זוהן, ר' יצחק, איז היינט דער רב הצעיר און שומר שבת. רב טירנאור שליט"א האט זיך לעצטענס זייער געעלטערט און זיין זוהן ציביסלעך נעמט איבער פונקשענס פון זיין טאטען
ר' יצחק אייזיק במ"ס רביד הזהב על הלכות שבת, רבית ועוד.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שמחה, הרב ר' אלימלך טירנויער וואוינט
היינט אויך אין וויליאמסבורג, ער האט נישט קיין אייגןביהמ''ד אבער ער האט אויפגעשטעלט גאר א שיין און הערליך שטוב מסלתם ומשמנם פון די טאשע חסידים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

farshlufen האט געשריבן:ר' שמחה, הרב ר' אלימלך טירנויער וואוינט
היינט אויך אין וויליאמסבורג, ער האט נישט קיין אייגןביהמ''ד אבער ער האט אויפגעשטעלט גאר א שיין און הערליך שטוב מסלתם ומשמנם פון די טאשע חסידים.

איך ווייס.
ער האט געוואוינט און טאהש נאך זיין חתונה. ער האט געהאט פארלוירען זיין רביטצען און ווען ער האט נאכאמאל חתונה געהאט האט ער זיך געצויגען קיין וויליאמסבורג.
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

farshlufen האט געשריבן:ר' שמחה, הרב ר' אלימלך טירנויער וואוינט היינט אויך אין וויליאמסבורג, ער האט נאך נישט קיין אייגן ביהמ''ד אבער ער האט אויפגעשטעלט גאר א שיין און הערליך שטוב מסלתם ומשמנם פון די טאשע חסידים.
יא ליידער אחר פטירת זוגתו בזו"ר, איין זוהן ר' מרדכי יצחק [חתן ר' יהושע מ"א מ'לאנצהוט] שחל"ח בקוצר ימים ושנים, ווי אויך א שנור אין מאנסי, ל"ע ומי שאמר לעולמי די וכו'.
ועמך כולם צדיקים
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”