רבנים למשפחת פערלמוטטער מפוילן
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבנים למשפחת פערלמוטטער מפוילן
אזוי ווי דער בייגעלייגטער בילד איז נאכאמאל אדורך מיינע ארכיוון, האט עס מיר געגעבן א שטיקל רייץ צו דערגיין מער פרטים איבער דעם גאון הרה"צ ר' אברהם צבי פערלמוטטער ז"ל ראב"ד ווארשא (ערשטער לינקס מיט צוטיילטן ווייסע בארד).
ר' אברהם צבי איז געווען א זוהן פון הגאון ר' אליעזר ב"ר משה פערלמוטטער בעמח"ס אבן משה, מתחילה איז ער געווען רב אין ראדום, פוילן פאר ער איז אריבער קיין ווארשא דינען אלס ראב"ד. לויט ווי איך זעה איז ער נפטר געווארן נאך פאר די קריג ומנו"כ בביה"ח בווארשא
זיין ברודער ר' משה פערלמוטטער ז"ל איז געווען דומ"ץ אין לאדז און האט מחבר געווען עטליכע ספרים צווישן זיי; חמדת משה, ידי משה, חמדת הנפש, תרשיש שהם, אבן שהם ועוד.
פון די תשובות פון ר' משה זעה איך נאך צוויי ברודער; ר' יצחק פון וועם ער ברענגט עטליכע תשובות בהלכה, ער איז אוועק אינגערהייט און אין די תשובות פון ר' משה איז דא א שאלה וועגן אויפגראבן אביסל פון זיין קבר צוצולייגן 'עפר ארץ ישראל' וואס מען האט מתחילה נישט געלייגט.
נאך א ברודער ווערט דערמאנט ר' ארי' שמחה וועלכע האט אויך געוואונט אין לאדז ווי ער האט געדינט אלס שליח צבור, זיין זוהן האט ארויסגעהאלפן ר' משה דער לאדזער דיין מיט'ן דרוקן די חיבורים.
בייגעלייגט איז דער דערמאנטער בילד פון ר' אברהם צבי, ווי אויך דער שער בלאט פון זיין ספר 'דמשק אליעזר' ווי מען קען זעהן זיין חתימה.
עס וואלט מיר אינטערעסאנט געווען צו איינער ווייסט מער דעטאלן איבער די חשוב'ע משפחה, צו עס איז פארהאן פארבליבענע אייניקלעך וכדו'.

אינדערצווישען האב איך אפירגעזוכט אן אלטע אידישער זשורנאל וועלכע באריכטעט צווישן אנדערע די פטירה פון ר' אברהם צבי פון ווארשא בשנת תר"צ (למס' JUNE 5 1930) אלט זייענדיג 87 יאר, ער ווערט דארט דערמאנט אלס איינע פון די פירערס פון די 'אגודת ישראל' אין פוילן. עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן דארט די פטירה פון ר' מרדכי קלעפפיש מרבני ווארשא און ר' אלתר הורוויץ מסטריזוב (זעה בייגעלייגט).
אינעם דערמאנטן ספר דמשק אליעזר (בן-בוזי, איך זעה נישט דארט דעם משה פערלמוטטער, איר מיינט זיין אייגענע חתימה וואס איך דערמאן פריער?) זעהט מיר אויס ווי ער איז געווען א סאכאטשאבער חסיד.
האט איינער די ספר איבער דעם ביה"ח אין ווארשא (דאכציך אז דאס הייסט 'בדרכי ווארשא האבילות')? אויב יא אפשר האט ער מער אינפארמאציע אדער א בילד פון די מצבה.

יא דער 'גוגל' טויגט...
עס ווערט דא ליציטירט א בריוו פון ר' אברהם צבי הנ"ל אדרעסירט צו רבני ירושלים ר' משה נחום וואלענשטיין און הגרצ"פ פראנק ז"ל.
בשייכות צום בריוו ברענגען זיי עטליכע ביוגראפישע שטריכען איבער אים; ער איז נתקרב געווארן לחסידות צום צדיק ר' יחיאל מאיר מגאסטינין זצוק"ל פון וועם ער האט אויך געקריגען היתר צו שטודירען אנדערע שפראכן צו קענען העלפן אידישע סאלדאטן אין די פוילישע מיליטער, שפעטער זייענדיג אין ווארשא איז ער ערוועלט געווארן אלס א דעפוטאט אינעם פוילישען 'סיים' מטעם די 'אגודה' פון ווארשא.
בייגעלייגט איז דער בריוו משנת תר"ע בכתב-ידו, מיט זיין זיגל "עבד נרצה לעדת ישראל ק"ק ווארשא"

א חשובער מיטגלידער מיטן ניק 'ישראל' האט מיך געפירט צו אט דעם ארטיקל אין דער 'אלעגמיינער זשורנאל' ווי עס ווערט באריכטעט וועגן צוויי אור אייניקלעך פון ר' אברהם צבי מווארשא וועלכע האבן באזוכט ביי זיין קבר.
דער באריכט איז באגלייט מיט א בילד פון זיין מציבה אין ווארשא, צווישן אנדערע ווערט דערמאנט א זוהן פון ר' אברהם צבי מיט'ן נאמען ר' משה וועלכע האט געוואונט אין אנטווערפן, ער האט ארויסגעגבן א ביכל "הרב ר’ אברהם צבי פּערלמוטער - זיין לעבן און שאַפן".

איך האלט היצט אינמיטען לייענען די 37 מאמרים פון וקשטין וואס ידידי הרב בן בוזי האט מיך מזכה געווען, זעה איך אז אין מאמר כ"ה רעדט ער איבער משפחת פערלמוטטער, איך גיב אים איבער דאס ווארט, ווי ער פאררופט זיך צו א ווענדונג פון א משפחה וועלכע וויל וויסען צו זיי האבן א שייכות מיט די משפחה:
איך זעה אז עס פעלט אים א זוהן פון ר' אליעזר, און א זוהן פון ר' אברהם צבי, אז איינער האלט עס קען נאך זיין אינטערעסאנט, קען מען אים דאס שיקען.
משפחת פערלמוטער
שמענו מראש משפחתינו הרה"ח רבי יעקב דוד פרלמוטר זצ"ל, (נולד בשנת תרמ"ה. נקרא על שם הרה"ק רבי יעקב דוד מאמשינוב, שנפטר ביום ד' בכסליו שנת תרל"ח. בילדותו גר באוסטרובצה. לאחר מכן, התגורר ב"יאדוב" - עיירה קטנה ליד ווארשא, נפטר בבני ברק בחודש כסליו שנת תשכ"ד), שהגאון המפורסם רבי אברהם צבי פרלמוטר זצ"ל מווארשא, היה דוד" שלו. אחרים מוסרים משמו, שהיה "קרוב משפחה" שלו.
בכדי לברר את הדברים, נסינו לברר אם ידוע על קרוב משפחה לר' אברהם צבי, שנקרא בשם: רבי עובדיה (ב"ר ליטמן) פרלמוטר מאוסטרובצה, (ושם אשתו מ' שרה), שהוא היה אביו של ר' יעקב דוד. כמו כן, אם ידוע על קרוב משפחה לר' אברהם צבי, שנקרא בשם: רבי שמואל פרלמוטר מביאליסטוק, שהוא היה אחיו של ר' עובדיה. למעשה, לא מצאנו עד הנה כל איזכור של אחד מהשמות הנ"ל, בהקשר לר' אברהם צבי.
יש משערים, שהוא היה מצאצאי רבי אליעזר פרלמוטר, הש"ץ הנודע דלודז', שנפטר בשנת תרמ"ז.
*
להלן נפרט את הידוע לנו אודות משפחתם של הגאונים ר' אברהם צבי ור' אליעזר הנזכרים, ונקווה שיהיה בין הקוראים מי שיוכל להשלים את הדורות החסרים.
א. הגאון רבי יעקב אהרן פרלומטער, רב דק"ק בריסק דליטא. מוזכר בהקדמה לספר "אבן משה". וראה ב"אוצר הרבנים", בו מופיע כאחד מרבני בריסק.
ב. בנו, הגאון רבי משה פרלמוטר, (מחבר ספר "אבן משה" - ראה להלן). אשתו, מגזע בעל סדר הדורות, (סוף הקדמת ספר "אבן משה" מהדורה קמא). להם שבע (או שמונה) בנים, ראה הקדמת "תרשיש שהם", ועיי"ש עוד אודות סדר היחס.
ג. בנו, הגאון רבי אליעזר פרלמוטר. ש"ץ בלונטשיץ, (ע"פ הסכמת רבי שלמה לייב מלונטשיץ זצ"ל לספר "אבן משה"). מסביבות שנת תרי"א, שימש כש"ץ בלודז', עד לפטירתו, ביום כ"א בטבת שנת תרמ"ז, בהיותו בן שמונים שנה, ומנו"כ בלודז' בבית החיים הישן. הוציא לאור את הספרים "אבן משה" על שם אביו הגאון זצ"ל, מהדורה "קמא" ומהדורה "תנינא". בין המסכימים על ספרו "אבן משה", הוא הרה"ק רבי מנחם מנדל מקאצק זי"ע, אשר היא ההסכמה היחידה שהעניק. ההסכמה ניתנה ביום ז' מנחם-אב שנת תרי"ח. בקשר להסכמה זו, ראה מה שכתב בספר "דער קוצקער רבי" שנדפס בשנת תרח"צ, עמוד 204, וראה עוד שם בעמוד 102 אודותיו.
נוסח מצבתו, ב"מצבות בית הקברות הישן בלודז", מספר 2233, וראה שם ש"אמר לבניו לפני מותו, אחר פטירתי יכתב על מצבת אבן כי אני חברתי את כל הספרים האלו, ובחיי לא רציתי שידעו שממנו יצאו, כי לא רציתי להנות מכבוד התורה", וכך נכתב על מצבתו: "הרב החריף מו"ה אליעזר בהרב משה ז"ל, כל ימיו עסק בתורה ובעבודה ובגמ"ח, בעל המחבר אבן משה עה"ת וגפ"ת הנדפס תרי"ט"
אשתו, מרת לובשא חוה [ב"ר אברהם] ע"ה, נפטרה ביום ערב ר"ח אדר א' שנת תרמ"ט, בגיל שבעים וחמש.
ד. צאצאי ר' אליעזר:
1) הגאון רבי משה פרלמוטר, מו"ץ בלודז'. נפטר ביום י"ד בתמוז שנת תר"פ, בן שמונים שנה, ומנו"כ בבית החיים החדש בלודז'. וזה נוסח מצבתו: "ר' משה מו"צ". "פ"נ ר' משה ב"ר אליעזר בעהמ"ח אבן משה, נפטר יד תמוז תר"פ בן פ"ב שנים. היה מורה צדק ל"ג שנים". מחבר ספרי: יד משה, חמדת משה, חמדת נפש, תרשיש שהם, אבן שהם, הגהות על פמ"ג או"ח יור"ד, שארית משה. אשתו בזוו"ר, מרת שינדל לוטקא [בת ר' לוי] ע"ה. נישאו ביום ר"ח ניסן שנת תרט"ו, ונפטרה בדמי ימיה בת ארבעים שנה, ביום ט"ו בסיון שנת תרמ"ב.
2) הגאון המפורסם רבי אברהם צבי פרלמוטר, אב"ד ראדום. זקן רבני ווארשא, ומהרבנים החשובים של אגודת ישראל בווארשא. ציר בסיים הפולני, "חבר" מטעם אגודת ישראל. אשתו, מרת אסתר מלכה ע"ה, [בת ר' דוד אלישע, בן ר' לייב, ואשתו מ' קראסיל ע"ה, בת ר' טובי']. ראה עוד אודותיו, בהקדמת "ארץ צבי". בשנת תרנ"ג ביקר בארץ הקודש.
מבניהם:
א)רבי ארי' דוד פרלמוטר, ראה פרענומרענטין שב"תרשיש שהם", וראה הקדמת "ארץ צבי".
ב) רבי ידידיה פרלמוטר.
וזה נוסח מצבתו: "פ"נ הרב אברהם צבי פרלמוטר אב"ד בכמה ק"ק וק' ראדום, וסוף ימיו עבד נרצה לעדת ישראל פ"ק ווארשא, בעהמ"ס דמשק אליעזר וקונטרס חידושי אגדה ארץ צבי, מיום היותו כבן עשור היה עומד על המשמר ומצפה לישועה, בהרב הגדול צדיק תמים מו"ה אליעזר זצללה"ה בעמ"ס אבן משה מהד"ק ומהד"ת, נפטר בשנת פ"ז לחייו, ט' סיון תר"צ".
3) רבי אריה שמחה פרלמוטר, (ראה הקדמת "ארץ צבי", וספר "חמדת משה"), ש"ץ בלודז'. בנו, רבי חיים פרלמוטר, (על פי הקדמת "חמדת משה" ו"תרשיש שהם"). נפטר ביום שישי ערב ש"ק יום כ"ו בשבט שנת תרפ"ד. על מצבתו נרשם ש"היה ציר נאמן לשולחיו 37 שנה. נפטר בשם טוב בן 75, בן הרב אליעזר שהיה ש"ץ דפה 36 שנה".
*
בהקשר למוצא משפחת פרלמוטר, יש לציין את הנוסח בסיום ההקדמה לספר "אבן משה" (במהדורה "קמא" וכן ב"תניינא"), "דברי המדבר אליעזר בהרב המנוח מוהר"ר משה זצללה"ה, בן הרב הגדול מוהר"ר יעקב אהרון זצלל"ה רב דק"ק בריסק דליטא, ולמעלה בקודש ממשפחת רם".
ב"אוצר הרבנים" מספר 10000, מופיע: הרב רבי יעקב אהרן, בן הרב רבי ישראל איסרל רב בבריסק, רב גאון מפורסם, תקכ"ח". במספר 12114, מופיע: הרב רבי ישראל איסרל, בן הרב רבי אברהם אבא מארי, חתן הרב רבי יצחק א"ש, רב גאון וישיש מפורסם בדורו, בתפ"ד רב בבריסק, בתפ"ז בפינסק. נפטר ח' כסליו תקכ"ט". במספר 15051, מופיע: הרב משה פרלמוטר, רב גאון מפורסם מו"צ בווארשא ובבריסק, תר"י, מחבר: אבן משה".
עדיין אין הקשרים מבוררים כל צרכם, אולם כפי הנראה, המה ממשפחה אחת.
איך זעה אז עס פעלט אים א זוהן פון ר' אליעזר, און א זוהן פון ר' אברהם צבי, אז איינער האלט עס קען נאך זיין אינטערעסאנט, קען מען אים דאס שיקען.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35147
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
ממצבתו,מיללער האט געשריבן:אינדערצווישען האב איך אפירגעזוכט אן אלטע אידישער זשורנאל וועלכע באריכטעט צווישן אנדערע די פטירה פון ר' אברהם צבי פון ווארשא בשנת תר"צ (למס' JUNE 5 1930) אלט זייענדיג 87 יאר, ער ווערט דארט דערמאנט אלס איינע פון די פירערס פון די 'אגודת ישראל' אין פוילן.
האט איינער די ספר איבער דעם ביה"ח אין ווארשא (דאכציך אז דאס הייסט 'בדרכי ווארשא האבילות')? אויב יא אפשר האט ער מער אינפארמאציע אדער א בילד פון די מצבה.
בעהמ"ס דמשק אליעזר וקונטרס חידושי אגדה ארץ צבי
מיום היותו כבן עשר היה עומד על המשמר ומצפה לישועה
נפטר בשנת פ"ז לחייו
ט' סיון תר"ץ
ועמך כולם צדיקים
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35147
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
farshlufen האט געשריבן:אויף דזשואיש דזשען פרעגט עמיצער אן איבער א דיין אין שטאט Ciechanow - טשעשענאוו מיטן נאמען ר' העניך פערלמוטער, איז ער אויך פון די משפחה?
מרן מפארשלאפן, מיר לאזט זיך קלערן אז דער נאמען פונעם שטעטל איז נישט 'טשעטשנאוו -צעשינוב' פון גאליציע, נאר 'טשכענאוו' וועלכע איז אין פוילן.
היינט האט ר' ברוך אמסעל ארויפגעשטעלט א בילד פונעם מציבה פון ר' נחמן ב"ר העניך פערלמוטטער מ"ץ בארה"ב.
אפשר קענט איר אפירטרעפן דעם שואל הנ"ל און בעטן א טיפ צו מען רעדט פון די זעלבע משפחה.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מאנטאג מאי 31, 2010 1:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיללער, פארשלאפן מיינט טאקע טשעכענאוו און מיר האבן היינט אינדערפרי צוזאמען באקוקט דעם טשעכענאווער יזכור בוך, דארט איז פארהאן א ר' נחמן וואס זיין זוהן ר' יוסף איז געווען דיין אין טשעכענאוו און לאחריו איז געווען זיין זוהן ר' אפרים וועלכע איז ל"ע געהרג'ט געווארן אין קריג. דער ר' נחמן איז ווארשיינליך פון יענער משפחה ווי פארשלאפן גיבט אהן האט ער געפונען אויף א צווייטער מקום איבער דעם ר' העניך דיין אין טשעכענאוו וואס זיין נאמען פיגורירט נישט אינעם יזכור ביכעל.
===
ובן הרחמן מהיכי תיתי? אדרבה גיבט אהער -און ביי ר' ברוך'ן- אייער אינפארמאציע
===
ובן הרחמן מהיכי תיתי? אדרבה גיבט אהער -און ביי ר' ברוך'ן- אייער אינפארמאציע
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35147
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מיללער גערעכט דאס איז טשעכענאוו, חפשתי ולא עלתה בידי צו געפונען יענע אנפראגע, נאר אן ענליכע אנפראגע פון 2004.
אין טשעכאנאווער יזכור בוך ווערן דערמאנט עטליכע דורות דיינים לבית פערלמוטער
אבער עס איז נישט קלאר ווער איז ווער.
............
בן בוזי יקירי האקט אריין.
אין טשעכאנאווער יזכור בוך ווערן דערמאנט עטליכע דורות דיינים לבית פערלמוטער
אבער עס איז נישט קלאר ווער איז ווער.
............
בן בוזי יקירי האקט אריין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]