רבי יאשע ריבלין מייסד ה"מאה שערים"

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי יאשע ריבלין מייסד ה"מאה שערים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איך בין געוועען מסופק ווי עס צו לייגן די וואך איז דאך דא אין די תורה דער "מאה שערים", וואס יעדער קינד און קייט וויסן וואס מאה שערים איז, איז נישט מער ווי יושר אראפצו ברענגן א שיינעם באריכט פונעם מייסד פון דעם מאה שערים און ווי אזוי ער האט עס באוויזן.

די שכונה "מאה שערים", איז געגרינדעט געווארן מיט בערך 140 יאר צוריק.

פארשידענע שוועריקייטן און שטערונגען, האבן מיטגעמאכט די חברה מאה - שערים, וועלכע האט אויף זיך גענומען די גרויסע אויפגאבע פון אויפשטעלן א נייע שכונה אויסער די חומה פון די אלטע שטאט און דורך דעם פארלייכטערן, דעם וואוינונג'ס פראבלעם פון די אידן אין אלט שטאט.

ווען מען איז זיך צוזאמגעקומן אין א מוצאי שבת אויסצוארבטען די פלענער פון די נייע שכונה. איז געוועהן די שאלה וועלעכע נאמען מען זאל געבען, פארשידנע פארשלאגען זענען געוועהן, האט זיך איינער אנגערופן מיר האבען דאך היינט געליינט אין די פרשה (תולדות) "וימצא בשנה ההוא מאה שערים ויברכהו ה'", אויב אזוי זאל מען געבען די נייע געגענט דעם נאמען "מאה שערים" פאר די אלע אנווענזעדע איז דער נאמען געפאלען. און עס הייסט טאקע אזוי ביז היינטיגער טאג.
נישט לייכט איז געווען איינצוהאנדלען דעם שטח אויף וועלכן די שכונה איז געבויט געווארן. אן א שיעור פראבלעמען איז דערביי געווען. כדי דער פלאץ זאל געזעצליך אריבערגיין צו די קויפער'ס, האט מען געדאפט פעסטשטעלן ווער זענען די אייגנטימער'ס פון די שטחים און דאס איז געווען פון די שווערסטע זאכן. אויף יעדן שטיקל פלאץ האבן זיך אנגעכאפט פיל בעלנים וויסנדיג, אז מ'וועט קענען דערפון ארויסציען אביסל געלד. אויסער דעם זענען אונטערגעקומען קרובים אמת'ע און פאלשע און געפאדערט זייער טייל אין דעם מקח.

פאסירט האט אויך דאן א געשעעניש, וועלכע האט געבריינגט אין געפאר די אנפירער און געדראט דעם גאנצן פלאן אויפצוגעבן נישט ווייט פון די שכונה מאה שערים, האט געוואוינט א דייטשער מיסיונר וועלכער האט אנגעפירט מיסיונערישע טעטיקייטן. דער דייטש האט פארמאגט אין א צווייטן פלאץ א גרויסן וויינגארטן אין וועלכן עס האבן געארבייט אראבער. איינער פון די אראבער איז געווען א שותף פון דעם שטח אויף וועלכן מאה שערים איז אויפגעבויט געווארן. ווען דער דייטש האט זיך דערוואוסט, אז אידן האנדלען וועגן קויפן דעם פלאין וואס גרעניצט זיך מיט זיין מיסיאנערישער נעסט, האט פארשטאנען אז דאס וועט אים שטערן זיין ארבעט און אפשר וועט ער עס מוזן אינגאנצן אויפגעבן. ער האט אויך געוואוסט אז זיין ארבייטער איז א שותף אין יענעם באדן, האט ער אים איינגערעדט ער זאל דעם פלאץ נישט פארקויפן פאר אידן און ער זאל שטערן אויך זיינע שותפים, כדי די אידן זאלן נישט קענען אויספירן זייער פלאן, דערפאר וועט ער, דער דייטש אים באלוינען און העכערן זיין געהאלט ביי דער ארבייט אין וויינגארטן.

דער אראבער האט צוגעזאגט און געגעבן זיין ווארט, אז דער מקח וועט קיינמאל נישט אויסגעפירט ווערן, אבער שטילערהייט האט ער געהאנדלט מיט די אידן און צוגעשטופט צום מקח. דער דייטש האט זיך פארגעשטלט, אז דער אראבער וועט יא פארקויפן זיין חלק האט ער דעריבער באשלאסן אים אפרוימען פון וועג. זייענדיג אין אוונט מיטן ארבייטער אליין האט ער אים דערשטאכן און אים באגראבן אין וויינגארטן.

נאכן מארד האט ער ארויסגעגעבן א קלאנג אז אידן האבן דער'הרג'עט זיין ארבייטער, ווייל ער האט זיי נישט געוואלט פארקויפן דעם שטח צו בויען.

דער גאנצער דארף פאלאכן וואו דער פארשוואונדערנער האט געוואוינט זענען געקומען צו לויפן צום פאשע און געפאדערט מען זאל ארעסטירן די אידישע מערדער און זיי שטעלן צום געריכט. אויב נישט וועלן זיי אליין מקיים זיין די מצוה פון "גאולת הדם" אויף וועלכן די אראבער זענען זיך מוסר נפש. דער קרבן וועט דאמאלס זיין ר' יאשע ריבלין, וועלכער איז דער אנפירער פון ועד פאראנטווארטליך און פארדעכטיגט אין מארד. אזוי ארום האבן זיי געוואלט נעמען נקמה און דערשטיקן דעם פלאן וועגן נייעם אידישן ישוב, וועלכער האט זיך נאר וואס אנגהויבן צו אנטוויקלען.

דער פאשע, וועלכער האט גוט געקענט ר' יאשען מיט די אידן, האט פארשטאנען אז די אידן האבן נישט קיין מינדנסטע שייכות אין מארד. דא ליגט עפעס א פארבארגענע האנט וואס האט א באזונדער אינטערעס אין שטערן אידן פון נייעם פלאן. ער האט אבער אויך פארשטאנען, אז די אראבער וועלן אויספירן זייער דראהונג, האט ער דעריבער געשיקט א ספעציעלן שליח צו ר' יאשען און אים געראטן צו פארלאזן די שטאט און אפשר בכלל דאס לאנד, ווייל ער קען נישט נעמען קיין אחריות אויב די אראבער וועלן אים מארדן. אויך דער ענגלישער קאנסולאט, וועמענס בירגער ר' יאשע איז דאן געווען האט דאס זעלבע געראטן.
ר' יאשע האט דאן באשלאסן זיך אויסבאהאלטן. ער האט געפונען א באהאלטענעם קעלער, געדונגען א וועכטער ר' יעקב דוד סלאטקין, וועלכער האט געדארפט היטן דעם סוד, אים צושטעלן אלע נויטגע זאכן און אויך מיט טיילן וואס עס הערט זיך אין שטאט.

קיינער האט נישט געוואוסט וואו ר' יאשע איז פארשוואונדן געווארן אויסער די רבנים. האבן זיינע שונאים ארויסגעלאזט א שמועה אז ר' יאשע ביי וועמען עס האט זיך געפונען די גאנצע געלד פון די חברה, האט געמאכט פליטה קיין חוץ-לארץ, מיטנעמענדיג מיט זיך אלע פרעמדע געלדער. דער עולם האט געגלויבט אין דעם, נאכדעם וואס ר' יאשען האט מען מער נישט געזען און קיינער האט נישט געוואוסט וואו ער איז נעלם געווארן עס איז געווארן א שטורעם אין שטאט אלע חברים וועלכע האבן איינגעצאלט זייערע לעצטע פרוטות כדי צו באקומען א שטיקאלע אייגענע וואוינונג, האבן גענומען באשמוצן זיין נאמען און געפאדערט פון וועד אומצוקערן די געלד.

ר' יאשע ריבלין הערנדיג וואס ס'טוט זיך אין שטאט. האט געהאט גרויס צער. ער האט געשיקט בעטן דעם גאון ר' מאיר אויערבך זצ"ל (מחבר פון ספר אמרי בינה) ער זאל מתפלל זיין און טאן פעולות דער ענין זאל אויפגעפלאנטערט ווערן און דער פלאן פון בויען א נייעם ישוב זאל נישט אונטערגיין.

דער גאון ר' מאיר אוירבך איז געווען א איש קדוש. ער האט מקבל תענית געווען און זיך אויסגעשטעלט א סדר היום פון תפלות און בקשות. ער האט געפאסט, מתפלל געווען, געגאסן טרערן און געבעטן רחמים ביים טאטן אין הימל ס'זאל ענדעקט ווערן וועי דער רוצח איז. אומשולדיגע זאלן דערפון נישט ליידן און דאס בויען זאל מען קענען ממשיך זיין. אויף דעם אנדערן טאג האט דער גאון געשיקט זאגן ר' יאשע'ן און אויך אלע אנדערע חברים פון ועד, אז ביז א וואך וועט מיטן אויבערשטנ'ס הילף אלעס אנטפלעקט ווערן און דער אמת וועט ארויף שווימען ווי אויפן וואסער. פונקט אין א וואך ארום זענען געקומען אין וויינגארטן דער פאשע מיט זיינע באגלייטער'ס צו קויפן טרויבן פון דעם כרם, וועלכער האט זיך אויסגעצייכנט מיט זיינע פרוכט.

זייענדיג אין וויינגארטן האט זיך דער פאשע געזעצט אפרוהען, נעבן בערגל וואו דער ערמארדעטער אראבער איז געווען באגראבן. ס'האט זיך דארט געפילט א שלעכטער ריח ווי פון א פגר דער פאשע וועלכער פלעגט יעדעס יאר קומען באזוכן אין גארטן, האט זיך געכאפט אז אויף דעם ארט איז קיינמאל קיין בערגל ערד נישט געווען און ס'איז אים איינגעפאלן אז אין דעם בערגל מוז זיין דער שליסל צום געהיימניס פון פארשוואונדענעם פלאך. ער האט געשיקט רופן עטליכע פאלאכע וועלכע האבן לויט'ן פאשעס באפעל אפגערוימט דעם בערגל און ביז א קורצע צייט איז אנטפלעקט געווארן דער טויטער קערפער פון פארשוואונדענעם אראבער.
כדי עס זאל קיין ספק נישט זיין, אז דער שולדיגער איז טאקע דער דייטשער מיסיאנער, האט מען מן השמים צוגעברענגט אז אלע זאלן עס זעהן קלאר. בשעת דער דייטש האט באגראבן דעם אראבער איז אים ארויסגעפאלן פון די אויבערשטע קעשינע עטליכע בריוו, אדרעסירט אויף זיין פריוואטן נאמען, יעצט ווען דער גרוב איז פונדאסניי געעפנט געווארן האט מען געפונען די דאזיגע בריוו און אלע האבן געזען קלאר ווער דער רוצח איז.

נאך א קורצע חקירה און באווייז פון די בריוו, האט זיך דער דייטש מודה געווען אין זיין שולד און באקומען זיין פארדינטע שטראף. אידן זענען פטור געווארן פון א שרעקליכן שונא ישראל און האבן דאן אויפגעבויט די שכונה מאה – שערים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אן אילוסטראציע פון ר' יאשע'ן

בילד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ער האט געהייסט ר' יוסף ישעי' ריבלין, ער איז געווען אן אייניקל פון ר' הלל ריבלין מתלמידי הגר"א ז"ל וועלכע זענען ארויף אויף ארץ ישראל.

דא אין וויקיפידיה איז פארהאן מער אינפארמאציע.



א ספעציעלע סייט לתולדות משפחת ריבלין.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויך ר' עמרם בלויא ז"ל איז געווען אן אפשטאמיגער פון די בארימטע משפחת ריבלין.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

נישט נאר די שכונת מאה שערים האט ער אנגעזייט פאר אידישע הייזער, נאר אויך נחלת שבעה, שכונת בית דוד, מאה שערים, זיכרון טוביה, שערי צדק, און נאך בערך ביז א 16 געגענטער האט ער אויפגעבויעט אז אידן זאלן זיך דארט באזעצען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פאר די רעקארד ער איז נפטר געווארן כ"ז אלול תרנ"ז (1897) אין די עלטער פון 59יאר .
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”