רבי יעקב לייזער מפשעווארסק זצ"ל - כ"ז חשון תשנ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

רבי יעקב לייזער מפשעווארסק זצ"ל - כ"ז חשון תשנ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

דער פשעווארסקער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט פאר א חתן ביים שבת באווארפן, וואס איז דער ענין פון פונעם באווארפן דעם חתן?
מ'וויל אים ווייזן, אז אסאך מאל ווארפט מען 'פעקלעך' פון אויבן, אבער אז מ'קוקט אריין דערין זעהט מען דארט 'גוטע זאכן'.

אין דעם ווארט ליגט אסאך חיזוק
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

א) ר' יענקלע איז געוועהן אמאל אין שטוב פונעם לאנצוטער רב ר"ה,
אין איינע פון די קינדער איז אריין געפארן אין שפיטאל האבן א קינד, דער עולם דארט איז געוועהן אביסל נערוועז וואס ס'טוט זיך דארט אין שפיטאל ווייל מ'האט נישט געהערט קיין שום ידועה,
אינמיטן האט זיך ר' יענקלע אנגערופן "מזל טוב" יעצט האט זי געהאט א בן זכר,
עס איז דאן געבוירן געווארן ר' סיני וואגשאל פון מאנסי חתן אדמו"ר מדינוב מאנסי
אפענע רוח הקודש

ב) געהערט פונעם בעל העובדא אליין
א טאטע האט צוגעזאגט זיין קינד ער וועט אים טראגן צו ר' יענקעלע נעקסטע מאל ער פארט, למעשה איז דער טאטע ארויסגעפארן צופרי פון לאנדאן, היות ער האט נישט געוואלט שטערן זיין קינד פון חדר האט ער אים נישט מיטגענומען,
אנקומענדיג האט ר' יענקעלע פארגעהאלטן דעם טאטן אזאנס טוט מען?, מ'זאגט צו א קינד מיט צוקומען און מ'ברענגט אים נישט?
ר' יענקלע האט געזעגנט דעם איד, געגעבן כמהגו בקודש קיכעלעך צדה לדרך, און געזאגט איינס פאר דיר און איינס פאר דיין זון, גיב אכטונג ס'זאל נישט ווערן נאס...

אהיים קומענדיג האט אים זיין טאכטער דערציילט אז זיין יונגל איז געוועהן אזוי ברוגז אז דער טאטע האט אים איבערגעלאזט, אז ער האט געשאלטן אז דעם טאטנ'ס שיף זאל זיך איבערקערן....,
ס'זאל נישט ווערן נאס...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שאץ מאץ האט געשריבן:א) ר' יענקלע איז געוועהן אמאל אין שטוב פונעם ערשטן מחותן דער לאנצוטער רב ר"ה,
אין איינע פון די קינדער די אינגסטע שנור איז אריין געפארן אין שפיטאל האבן א קינד, דער עולם דארט איז געוועהן אביסל נערוועז וואס ס'טוט זיך דארט אין שפיטאל ווייל מ'האט נישט געהערט קיין שום ידועה,
אינמיטן די סעודה האט זיך ר' יענקלע געגעבן א קוק אויף די זייגער און זיך אנגערופן אה ! ס'איז ניין דרייסיג "מזל טוב" א בן זכר יעצט האט זי געהאט א בן זכר,
עס איז דאן געבוירן געווארן ר' סיני וואגשאל פון מאנסי חתן אדמו"ר מדינוב מאנסי
אפענע רוח הקודש

שפעטער האט מען געפרעגט ר' יענקלע פון אוואו ער האט געוואוסט, האט ער גענטפערט מיט זיין אייגן ארטיגן ענות חן "יאך האט געווארפן גורל יא צו זאגן צו נישט צו זאגן, עס איז געפאלן אויף יא צו זאגן האב יאך געזאגט".
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די מצבה פון די פשעווארסקער רביצין הרבנית אלטא בונא בת הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק אשת הרה"ק ר' יענקעלע זצוק"ל.
אטעטשמענטס
061031_111618-103_rebetzin.jpg
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז געווען אמאל חול המועד סוכות, און ר' יאנקעלע זי"ע איז ארויפגעגאנגען באזוכן אן אדמו"ר ישיש וואס האט געוואוינט אין אנטווערפן (נאכדעם וואס ר' משה אהרן רייך לרפו"ש האט זיך משדך געווען מיט יענעם רבי'נס א פלימעניצע). יענער רבי האט ליידער נישט געהאט קיין קינדער, און איז אויך געווען א לאמער ל"ע, שפאצירנדיג אויף איין הילצערנע פוס. ביים ארויסגיין צום באזוך האט ר' יאנקעלע אנגעזאגט אז קיינער זאל נישט מיטקומען מיט אים אויסער די גאר נאנטע משפחה, ווייל ער וויל נישט אז יענער רבי וואס האט שוין געפירט אן עדה פארן קריג אבער האט אלעס אנגעוואוירן זאל מקנא זיין דעם פשעווארסקער רבי'ן וואס שטאמט פון פשוט'ע אידן אז ער דרייט זיך מיט מער חסידים ווי אים.

אנקומענדיג צו יענעם רבי'ן אין שטוב, האט זיך יענער פארענטפערט אז עס איז אים שווער ארויסצוגיין אין סוכה ווייל מען דארף אדורכגיין א פענסטער און דאס איז א שווערע געשעפט פאר זיין הילצערנע פוס, אויף וואס ר' יאנקעלע האט אים בארוהיגט אז עס איז נישט קיין פראבלעם צו זיצן אין שטוב בשעת'ן באזוך. שפעטער האט מען אריינגעברענגט כיבוד, און ר' יאנקעלע האט געמאכט א ברכה און געטרונקן (אדער געגעסן א פרוכט) חוץ לסוכה! ביים ארויסגיין האט ער זיך אויסגעדרוקט "אין סיביר האב איך נישט קיין לעק וואסער געגעבן חוץ לסוכה, אבער איך האב געהאלטן אז ער וועט האבן חלישות הדעת אויב איך וועל נישט עסן ביי אים האב איך געגעסן אן עראי חוץ לסוכה" (געהערט אין אנטווערפן פון א מקור מוסמך, וועלכער האט צוגעגעבן אז ווען ער האט איבערדערציילט דעם עפיזאד פאר הרב אליעזר דוד פרידמאן שליט"א פון בעלזא-מכניווקא אין לאנדאן, האט ער זיך אויסגעדרוקט אז דאס איז א שענערע מעשה ווי צען מופתים).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א הערליכע מעשה מייסדנו הרב קרעמער, זכותו הגדול יגן עלינו.

מיר קענען זיך בלויז פארנעמען צו גיין אין זיינע וועגן, ווי ווייט מ'ברויך אכט געבן נישט וויי צוטוהן א צווייטען איד, אפי' ווען עס מיינט אויפגעבן א חומרא וואס מען האט זיך מוהג געווען מיט מסירת נפש. ווי ווייט זענען מיר דערפון.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

איינער פין דער חשובע רבנים אין לאנדאן האבען געהאט א קינד וואס האט ליידער נישט געהאט קיין קינדער פאר 9 יאר נאך זיין חתונה איז ער געקומען מזכיר זיין ביי ר' יענקעל'ע זי"ע אז ער זאל אים צו זאגען א קינד, האט ר' יענקע'ע אים געזאגט ס' שטייט דאך אין גמ' משנה מקום משנה מזל, קים וואוינין קיין אנטווערפען וועסטו געהאלפין ווערען, וכך הוה אבער אויף א משונדיגע אויפען ער האט געהאט 3 אויף איינמאל. כוחו של אותו צדיק,
ווען ער איז געקןמען מבשר זיין דער בשורה טובה האט ר' יענקעל'ע אים געזאגט מיט א פשטות כדרכו בקודש "ס 'איז דאך א גמ' משנה מקום משנה מזל".
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

ר' יענקעלע פארציילט, אז דער ערשטע יאר וואס ער איז געוועהן א איידעם ביי זיין גרויסע שווער הרה"ק ר' איציקל זי"ע, האט ער נישט געוויסט אז ער וואשט זיך נאר איין מאל פורים נאכמיטאג, ווייל ער פלעגט זיך וואשען צו א סעודה תיכף נאכ'ן דאווענען, ממילא האט ער געפאסט אין ער האט אלץ געמיינט אז אט וועט זיך דער שווער וואשען, ביז האט ר' יענקעלע צוגעלייגט "עטץ קענסט גלייבען אז פורים בין איך געוועהן הונגעריג ווי א בער!"
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

שמעתי מר' וואלף זיכערמאן, אז דער ערשטע מאל ר' יענקעלע איז געוועהן אין אמעריקא אלץ רבי, איז אריין געגאנגען ביי זוכען ביי הרה"ק מסאטמאר זצ"ל אין ער האט אים געבעטען א ברכה, האט אים סאטמאר רב געזאגט, איר זענט דאך אליין א בענטשער!
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א פארציילט, אז ער איז אמאל געזעהן ווי זיין זיידע הרה"ק ר' איציקל זי"ע איז זיך מסגף, האט ער אים געפרעגט זיידע פארוואס ביזטו זיך אזוי מסגף? האט ער אים געענטפערט "איך האב נישט אזא טאטע ווי דיך וואס האט נאך קיינמאל נישט געזינדיגט!!"
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

ס' האט מיר א באבובער איד שטערענהעלל (איך געדענק נישט זיין ערשטע נאמען)פארציילט בדידי הוה עובדא אז ער האט נישט געהאט קיין קינדער פאר יארען לאנג, אמאל האט ער געדארפט פארען קיין ארץ ישראל, האט ער געטראכט אז ער וועט שוין אריין גיין מיט א קוויטעל צו ר' יענקעלע, אין ער האט אריין געשריבען אין קוויטעל אז ער וויל געהאלפען ווערען מיט קינדער. האט אים ר' יענקעלע געזאגט "איר פארט דאך קיין ארץ ישראל יעצט, איך האב א אייניקעל וואס האט ליידער נישט קיין קינדער פאר יארען לאנג, אין גמרא שטייט, המתפלל על חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה, נא זאלסט בעטען פאר מיין אייניקעל וועסטו געהאלפען ווערין". וכך הוה זאגט מיר דער איד א יאר שפעטער איז ער געהאלפען געווארען מיט א בן זכר.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

החריף האט געשריבן:ס' האט מיר א באבובער איד שטערענהעלל (איך געדענק נישט זיין ערשטע נאמען)פארציילט
מען דארף פרעגן ר' שמחה, אויב דאס האט געקאנט פאסירן ביי ר' יהושע פון מאנסי, אדער איינע פון די אנדערע קינדער פון הג"ר יצחק [איטשע] במ"ס כוכבי יצחק פון באלטימאר, ממובחרי תלמידי המנחת אלעזר, שוין איטליכע מאל דערמאנט דא בתוככי על הצדיקים, מען קאן עס גרינג אויף זוכן מיט די "זוך" קנעפל.
ועמך כולם צדיקים
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

ביקסאד האט געשריבן:
החריף האט געשריבן:ס' האט מיר א באבובער איד שטערענהעלל (איך געדענק נישט זיין ערשטע נאמען)פארציילט
מען דארף פרעגן ר' שמחה, אויב דאס האט געקאנט פאסירן ביי ר' יהושע פון מאנסי, אדער איינע פון די אנדערע קינדער פון הג"ר יצחק [איטשע] במ"ס כוכבי יצחק פון באלטימאר, ממובחרי תלמידי המנחת אלעזר, שוין איטליכע מאל דערמאנט דא בתוככי על הצדיקים, מען קאן עס גרינג אויף זוכן מיט די "זוך" קנעפל.

וואס הייסט?
זייט מסביר וואס איר מיינט צו שרייבען.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

החריף,
מיר האבן דא א איד ר' שמחה (SCY) וועלכער האט גיוט געקאנט ר' איטשע שטענרהעל ז"ל, זאגט דער ביקסאדער צדיק אז מען זאל פרעגן ר' שמחה צו די מעשה האט ווירקליך פאסירט ביי איינעם פון ר' איטשע'ס קינדער.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

תודה רבה להרב מיללער
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

אין דער יארצייט פון הרה"ק ר' איציקל זי"ע פלעגט ר' יענקעלע מאכען לחיים אין ביהמ"ד האט ער געזאגט אז מ' זאל זאגען נאכ'ן טרינקען "דער נשמה זאל האבען א עלייה", אין ער פלעגט נאכזאגען בשם זיין שווער זי"ע, אז אמאל ביי דער יארצייט פון דער הייליגע ר"ר אלימלך זי"ע האבען דער צאנזער חסידים זיך געזעצט צו א לחיים נאכ'ן דאווענען, שפעטער האט זיי דער צאנזער רב זי"ע געפרעגט אויב מ' האט געפזאגט "דער נשמה זאל האבען א עלייה" האבען זיי געזאגט ניין, האט דער צאנזער רב זיי געהייסען איבער מאכן דער לחיים אין זאגין "דער נשמה זאל האבען א עלייה" .
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

דער וואך געפאלט אויס דער יארצייט פון הרה"ק רבי יעקב יוסף מסקווירא זי"ע, ר' יענקעלע פלעגט דערציילען אסאך מעשיות וואס ער האט געהערט פון א איד דוד ליעדער, וואס ער האט געהערט פון סקווירא רבי זי"ע
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז אין אמעריקא איז סאטמאר רב געוועהן זיין טאטע אין סקווירא רבי זי"ע זיין מאמע.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

עס איז ארויס געקומען דער וואך דער נייע קונטרוס "זכות אבות" מנהגים וסיפורים מרבותינו הקדושים לבית פשעווארסק, וועגען קידוש החמה.
טעמו וראו כי טוב
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

שמעתי מהרה"ק רבי יעקב מפשעווארסק זי"ע, אז ער האט געהאט געוויסע געלד וואס ער האט זיך אוועק געלייגט למשל דער געלד וואס ער האט באקומען אלס נדן אין סתם געלד, איין טאג רופט אים דער קאלאשיצער רב זי"ע אריין אין זאגט אים אז ער דארף א געוויסע סומע געלד, אין ער האט צוגעלייגט אז דער געלד גייט דאך סיי ווי נישט בלייבען ווערט פאר אייביג, ר' יענקעל ענדיגט צו, גלייך דערנאך האט זיך אויסגעבראכען דער צווייטע וועלטס קריג, איז נאכאמזל איך האב געהאט שכל אין געבעבען דער געלד ווייל כאטש דער מצוה פון צדקה האב איך מקיים געוועהן.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

החריף האט געשריבן:הרה"צ רבי ברוך כהנא שליט"א מספינקא אנטווערפען חתן הרה"ק מהר"י מפשעווארסק זי"ע, עם הגאון ר' חיים קרייזווירטה זצ"ל ראב"ד אנטווערפען

הרה"ק ר' יענקעלע זי"ע האט זייער ליעב געהאט דער ראב"ד, אמאל האט מען געקומען זאגען פאר ר' יענקעלע אז ר' חיים וויל זיך אריבער ציען קיין ארץ ישראל, האט ר' יענקעלע באלד אריבער געפארען אויף א ביקור צום ר' חיים אין אים פרעזענליך געבעטען אז ער זאל בלייבען אין אנטווערפען.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

כמים פנים אל פנים, אזוי אויך ווען הרה"ק רבי יענקעלע זי"ע איז צו זאמגעפאלען אין יאר תשמ"ז לפ"ק, ס' האט דעמאלטס געהייסטען אז דער רבי האט נאך אפאר שעה צום לעבען, איז מען זיך צאם געקומען אין אלע בתי מדרשים זאגען תהלים לרפואת פאר רבינו זי"ע, אזוי אויך איז מען זיך צאם געקומען אין אוסטען דער שטאטישע שוהל אין נאך תהילים זאגען האט ר' חיים געגעבען א דרשה, אין ער האט נישט געקענט אנהייבען צו רעדען ער האט זיך דערשטיקט אויף א מורידיגער געוויין. ס' האט גענומנען אפאר מינוט ביז ער האט זיך בארוהיגט.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

אז מ' רעדט שוין וועגען תשמ"ז לפ"ק אין פשעווארסק קומט זיך צו באדאנקען הרה"ח הנגיד ר' אליש ענגלענדער ני"ו וואס ער האט מקדיש געוועהן זיין גאנצע הויז פאר באלד א יאר צייט לטובת דער רבי זי"ע.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

הופיע... הופיע
עס איז שוין דא צו באקומען דער נייע קונטרוס ברכת החמה(זכות אבות) נוסח פשעווארסק.
אזוי אויך איז סיפורים אין מנהגים פון רבותינו הקדושים לבית פשעווארסק. ע"פ דרך צאנז שינאווא.
עס איז שוין דא צו באקומען אין קודש ספרים געשעפט בארא פארק.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

רבינו זי"ע ווען ער פלעגט לייגען תפילין פאר א בר מצוה בחור פלעגט ער נאך זאגען דער 3 זאכען וואס הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע פלעגט אנזאגען. 1. גוף נקי 2. נישט רעדען אין תפילין 3. נישט שפאצירין ביים דאווענען.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”