בלאט 9 פון 9

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 03, 2013 4:13 pm
דורך נחוניא
עובר אורח האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער קאסאניער רבי האט געלערנט אין סיגוט אין די ישיבה פון הייליגן ייטב לב,

אגב, איז אינטערסאנט אנצוגעבן אז דער טאהש'ער רבי זי"ע האט געהאט 3 איידימ'ער אלע זענען געווען תלמידים פונעם ייטב לב'ס ישיבה, ה"ה, הרה"ק רבי יהוסף ראטטענבערג מקאסאן, הרה"ק רבי מנחם בראדי פון קאלוב און הרה"ק רבי דוד מנשה ראטטענשטיין, זי"ע.


איך מיין אז ער האט געהאט א פערטע איידעם אויך, ער האט געהייסן כהנא.

און כפי ידיעתי האט דער קאסאניער נישט געלערנט אין סיגוט, נאר געפארן צו אים אלס חסיד, אזוי ווי אנדערע שרייבן שוין דא.

עס דארף זיך שוין גארנישט דאכטן...
מען קען נאכקוקן אין דעם נייעם ספר לתולדות חייו. עס איז א וואונדערליכע ארבייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 04, 2013 12:02 am
דורך טהור-עיניים
טאקע ממש לעצטענס ארויסגעקומען דער ספר פורת יוסף, תולדות חייו פון הרה"ק בעל בני שלשים מ'קאסאן זי"ע, איך האב נאך נישט געהאט קיין צייט זיך עס איינצוהאנדלען און לערנען, אבער געזעהן האב איך עס שוין.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 21, 2013 4:13 pm
דורך יוסף שרייבער
עפ"י סיבה האב איך יעצט דורכגעליינט די 9 בלעטער פון דיזען אשכול און איך מוז אייך זאגען עס איז א זעלטענהייט פון א אשכול מכמה בחינות אפילו בין האשכולות באלט-קרעטשמע. ייש"כ לכל החכמים והידענים.

ואגב, דער זיידע ע"ה איז געווען א תלמיד פונעם אור מלא.

רבי משולם שליט"א מקאסאן

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 06, 2013 3:23 pm
דורך נחוניא
ביי וועמען איז רבי משולם שליט"א אן איידעם?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 04, 2013 1:16 pm
דורך משיח
ביי וועם איז האדמו"ר רבי אשר ישעי' רוטנבערג מקאסאן זצ"ל געווען אם איידעם?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 06, 2013 11:12 am
דורך משיח
משיח האט געשריבן:ביי וועם איז האדמו"ר רבי אשר ישעי' רוטנבערג מקאסאן זצ"ל געווען אם איידעם?

קבלתי תשובה ממישהו
חתנו של הר"ר בעריש ווייזער ז"ל, מגזע זידוטשוב,
הסתופף הרבה אצל האדמו"ר מסקווירא זצ"ל.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 06, 2013 1:56 pm
דורך והוא פלאי
נחוניא האט געשריבן:ביי וועמען איז רבי משולם שליט"א אן איידעם?

שאץ, ער איז א שוואגער מיט ר' יוסף חיים, ר' יצחק אלעזר וכו', כמדומה אז זיין שווער האט געהייסען ר' יחיאל מיכל בן ר' שלום משאץ לאנדאן

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 3:35 pm
דורך בן בוזי
בן בוזי האט געשריבן:אינטערעסאנט אז אין העליטש איז געווען דער איינציגסטער שטאט אין גאליציע ווי עס איז געווען א בית מדרש פאר 'קראים' (אין אנדערע מדינות איז אויך געווען אבער אין גאליציע איז דאס געווען דער איינציגסטער

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 5:43 pm
דורך הילולא דצדיקיא
בן בוזי האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:אינטערעסאנט אז אין העליטש איז געווען דער איינציגסטער שטאט אין גאליציע ווי עס איז געווען א בית מדרש פאר 'קראים' (אין אנדערע מדינות איז אויך געווען אבער אין גאליציע איז דאס געווען דער איינציגסטער



האסט מער פרוטים איבער העליטש??

אויב יא שיק מיר אין אימעיל
hiluleh@gmail.com

ס'קען מיר צוניץ קומען

ייש"כ

יומא דהילולא

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 3:03 am
דורך מעקל
רבי יהוסף ב״ר צבי זי״ע
היום כ״ג חשון.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 2:28 pm
דורך קמח
זכותו יגן עלינו

נעכטן זיין אייניקל אב"ד סאלקא שליט"א אין מאנסי

האט גערעדט פון איהם זייער שיין (ביי שמחת ש"ב)

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2015 9:29 am
דורך איטשע
טהור-עיניים האט געשריבן:ר' צבי איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק ר' שמואל ווילנער העליטש'ער רב, וואס איז געווען א זון פון ר' אורי בן ר' שלמה ווילנער וועלכער איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן בעל שם זי"ע.

כ׳מעג פרעגן, מנין לך סדר היחוס הלזה?