רבי ישכר דוב רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"ב חשון תרפ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי ישכר דוב רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"ב חשון תרפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וישכם אברהם בבוקר אל המקום אשר עמד שם
די גמרא אין מסכת ברכות (כ"ו ע"א) לערנט ארויס פון דא, אז אברהם אבינו האט מתקן געוועהן די תפילה פון שחרית. לכאורה איז שווער, פארוואס לערנט מען ארויס פונקט פון דעם פסוק, אין דעם פסוק איז אברהם אבינו'ס תפילה אויף סדום נישט אהנגענומען געווארען? נאר מען קען זאגן, אז דאס קומט צו ןןייזן פאר'ן כלל ישראל, אז אפילו אויב א מענטש דאווענט צום אויבערשטען, און דער אויבערשטער האט איהם נישט צוליב געטוהן זיינע זאכען וואס ער האט געבעהטן דארף ער אבער נאך אלץ דאווענען צום אויבערשטען, און א ראי' דערצו איז, ווייל אפילו דא וואס אברהם אבינו'ס תפילה האט גארנישט אויפגעטוהן דאך ווערט עס אהנגעריפען א תפילה.
(הגה"ק ר' ישכר דוב רוקח מבעלזא זצ"ל)

בילד


א באקאנטע (געמאלענע) בילד מהרי"ד איז אינדערמיט
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס פלעגט זיין די מנהג אז די זקנים זענען אריינגעקומען פורים צום הייליגן ר' ישכר דוב מבעלזא זי"ע און האבן געזאגט שיינע ווערטליך. איין יאר האבן די זקנים געבעטן אז די רב זאל זאגן א ווערטל, האט ער איינגעטייטשט אזוי: עס שטייט אין די מגילה, "ויאמר המלך להמן הכסף נתון לך והעם לעשות בו כטוב בעיניך" האט ער געטייטשט אזוי: "ויאמר המלך" דער אייבערשטער זאגט "להמן הכסף?" צו המן זאל מען דען געבן די געלט? וואס דארף דען א גוי געלט? אוודאי נישט, נאר "נתון לך" די געלט זאל מען געבן צו די יודן, "והעם" זאגן כלל ישראל צו דעם "לעשות בו כטוב בעיניך" מיט די געלט גייען מיר נאר טוהן מצוות ומעשים טובים אזוי ווי עס איז גוט אין די אויגן פון די אייבערשטער.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט געזאגט: "ביז משיח וועט קומען, אין יעדע ארט פון די וועלט, וועלכער איד עס זאל נאר זיין, אז ער וועט האבן אפילו נאר א קליינע און קורצע מחשבה פון תשובה, קומט דאס אלעס פון דעם גרויסן כח הקדושה פון דעם הייליגען בעל שם טוב זי"ע..
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איינע פון די חסידים פון כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט זיך אמאהל באהאלטן אין צימער ווי דער רבי האט צוזאמען געבינדען די הושענות פאר הושענא רבא, וואס איז באוואוסט אז דעמאלטס איז זייער א הייליגער און פארכטיגער צייט. מרן זי"ע האט דערפיהלט אז עס געפונט זיך אין צימער א פרעמדער מענטש, האט ער זיך אנגערופען צו איהם: "נישט אזוי גרייט מען זיך צו צום יום טוב, דורך דעם וואס מען קוקט ווי דער רבי בינדט צוזאמען די הושענות. נאר דער ריכטיגער צוגרייטונג איז, דורך דעם וואס מען לערנט די אלע ענינים פון יום טוב אין גמרא, רש"י, תוספות און הלכות פון שולחן ערוך. - הערשט דאן פיהלט מען ריכטיג די טעם פון דעם הייליגן יום טוב"!
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

הרה"ק מבעלזא
אטעטשמענטס
maharyd mbelz.jpg
maharyd mbelz.jpg (22.67 KiB) געזען 9880 מאל
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

תגובה וואס בן ביזי האט געשריבן און אן אנדערע אשכול אויף דעם בילד:
יאססעלע יארשטובער וועלעכע שטופט זיך אריין אין יעדעס בילד איז דער פון וואס שטייט דעם רב צו די רעכטע האנט, און דאכט זיך מיר אז מענדל לאנדסמאן 'סטרעליסקער גבאי' איז דער צו די לינקע זייט פון רב, פון אונטן שטייט דאכט זיך מיר יצחק פרידמאן 'איטשע קאמייסער' דער פינאנץ מיניסטער פון הויף?
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער סאטמארער רבי שליט"א (מהר"א) האט לעצטענס נאכגעזאגט וואס דער בעלזער רב ר' ישכר בער זצ"ל האט געזאגט בשעתו "איך האב געקענט גאנץ שיינע אינגעלייט וואס האבן נישט געהאט קיין שיעור קבוע און עס איז פון זיי גארנישט געבליבען" דאס האט דער בעלזער רב געזאגט בשעתו, אנן מה נענה אבתריה.

נאך צוויי בילדער
אטעטשמענטס
RydBelze2.jpg
RydBelze2.jpg (2.81 KiB) געזען 9870 מאל
RydBelze1.jpg
RydBelze1.jpg (8.01 KiB) געזען 9864 מאל
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער פריערדיגער רב אין מארינבאד
אטעטשמענטס
001.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער צוגעלייגטער בילד איז אנגעבליך א געמאלענע בילד פונעם מיטעלער רב (מרן מהר"י), אבער אז מען וועט צולייגן דעם בילד צו דער אויבן געברענגטער בילד פונעם רב אין מארינבאד וועט מען זעהן אז דאס איז איינס און דאס זעלבער בילד,
וואס האלט איר דערוועגן?
אטעטשמענטס
002.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך לייג דא צו די בילדער מיט אן אנצייכענונג צו ווייזן ווי דער מעהלער האט נאכגעמאכט דעם בילד פון מארינבאד און משום איזה סיבה שתהיה האט מען מחליט געווען אז דאס איז דער מיטעלער רב
אטעטשמענטס
003.jpg
003.jpg (21.02 KiB) געזען 9843 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

בן ביזי דאס זעהט טאקע אויס די זעלבע בילד, נאר איין זאך איז אינטערעסאנט אז אין די בעקגראונד (Background) פון די מיטעלער רב האט מען געלייגט די ביהמ"ד און שטאט בעלזא.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דאס קומט פון אן אויסגאבע, אין ס'האט בעסער געשטימט פאר די גרעפיקס.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

אי דא בנמצא אן אמת'ר בילד פונעם מהר"י?
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן:דער סאטמארער רבי שליט"א (מהר"א) האט לעצטענס נאכגעזאגט וואס דער בעלזער רב ר' ישכר בער זצ"ל האט געזאגט בשעתו "איך האב געקענט גאנץ שיינע אינגעלייט וואס האבן נישט געהאט קיין שיעור קבוע און עס איז פון זיי גארנישט געבליבען" דאס האט דער בעלזער רב געזאגט בשעתו, אנן מה נענה אבתריה.


ער האט געזאגט אז דער בעלזער רב האט דאס נאכגעזאגט פון זיין זיידע דער ערשטער בעלזער רב דער שר שלום זי"ע.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

עס איז אנגעבליך שטענדיג געווען דאס בילד פונעם מיטעלער רב
והאמת הוא, אז אין דער געברענגטער בילד פונעם פריערדיגער רב אין מארינבאד זעהט דער רב אויס אנדערש ווי געווענטליך ממילא דערפאר קען זיין אז מען האט צוגעשטעלט דעם בילד צום מיטעלער רב, אבער אז מען שטעלט צוזאמען די בילדער זעהט מען אז דאס איז ממש דאס זעלבע.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

דא איז נאך צוויי בילדער פונעם הייליגען ר' ישכר דוב
אטעטשמענטס
2 (Custom) (2).jpg
300px-Maharid_mibelz_in_marienbad.jpg
300px-Maharid_mibelz_in_marienbad.jpg (15.04 KiB) געזען 9734 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

צווישן די איידימער פונעם בעלזער רב -וועלכע זענען אגב אלע געווען ממשפחת טווערסקי- איז געווען ר' פנחס (פיניעלע) טווערסקי מאוסטילא זצ"ל ב"ר מרדכי מראכמיסטריווקא, צווישן זיינע קינדער זענען געווען ר' יוחנן ממוזשאי חתן מרן העצי חיים מסיגוט און חתנו ר' יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא זצ"ל.

צוויי בילדער פון ר' פיניעלע אוסטילער.
אטעטשמענטס
Ustele.jpg
Ustele.jpg (52.43 KiB) געזען 9720 מאל
IMG_0037%20%28Custom%29.jpg
IMG_0037%20%28Custom%29.jpg (30.26 KiB) געזען 9718 מאל
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

דער בעלזער רב האט אמאל געזאגט אז מען וויל פארן צו א רבי פארט מען צו איהם אויף פרשת חיי שרה
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך ברענג דא אראפ אן איבערטייטשונג פון לשון הקודש צו אידיש המדוברת פון ספר דבר חן וואס האט ארויסגעגעבן ר' נתן ארטנער, אויף דף 372.
ווען איך האב עוסק געוועזן אין שנת תשכ"ג מיטן ענדיגן שרייבן מיין ספר דבר חן, האט מיר ר' הערשל קליין נ"י געברענגט א לוח וואס 'מחזיקי הדת' האט פארצייטנס ארויסגעגעבן אין מונקאטש. דארט איז דא א בילד וואס אונטער דעם שטייט 'כ"ק מרן מהר"י מבעלזא נשיא מחזיקי הדת', אינעם בילד זעהט מען מרן מהר"י מיט א לאנגע בארד (אזוי ווי איך האב שוין אויבן געברענגט -ב.ב.ז), פאר דעם האב איך קיינמאל נישט געזעהן קיין בילד פון מרן מהר"י, אבער זעהענדיג דעם בילד איז מיר נתעורר געווארן א ספק אויב איז דאס טאקע א בילד פון מרן מהר"י, ווייל מיין זיידע ר' בעריש ארטנער ז"ל אין זיין יוגנט האט געקענט מרן מהר"י, אזוי אז דער רב ז"ל האט אפילו מעיד געווען אז ער האט איהם געקענט און אמאל כ"ג שבט ביי די יאהרצייט האט דער רב איהם געזאגט 'בעריש, דוא האסט גוט געקענט דעם זיידען, דארצייל עפעס אויפן זיידן', פארציילט ווייטער ר' נתן- און ווען איך בין אמאל געווען מיט'ן זיידן ר' בעריש ביים סקאהלער רב ר' שלום רוקח זצ"ל (אייניקל פון מרן מהר"י און דעם רב'ס פעטערס א קינד) אין תל אביב, האט מיר דער זיידע געזאגט: זעהסט אזויווי דער סקאהלער רב האט אויסגעזעהן מרן מהר"י, הויך און דאר אזוי ווי דו זעהסט דעם סקאהלער רב, נאר איין חילוק איז אז דער סקאהלער רב האט א לאנגע בארד און מרן מהר"י האט געהאט א קליין און קורצער רונדעכיגער בערדל אז ס'האט אויסגעזעהן געשטיצט.
פארציילט ר' נתן ווייטער: דערפאר, ווען איך האב אריינגעקוקט אין בילד האב איך טאקע געזעהן אזוי, פון איין זייט ענדעלט דאס בילד שטארק צום סקאהלער רב, אבער פון די אנדערע זייט האט דאך דאס בילד א לאנגע בארד אנדערש ווי דער זיידע האט מיר געזאגט, בין איך געגאנגען צו א ספעציעליסט אין בילדער, דער וועלכע האט מיר באארבעט די אנדערע בילדער פונעם ספר דבר חן און איך האב איהם געבעטן אז ער זאל מיר איבער מאכן דאס בילד אויף א געהעריגע פאפיר ווארום דער פאפיר פון די לוח מיט די טינט איז שוין נישט גוט געווען, אזויווי איך האב נאר געגעבן דאס בילד פארן ספעציעליסט זאגט ער מיר: זאלסטו וויסן אז דער אויפן בילד האט נישט געהאט קיין לאנגע בארד נאר היבש קורצער, איך בין געווארן געפלעפט! פרעג איך דעם ספעציעליסט קענסטו מיר אפשר אויסמאהלען דעם אריגינעלער צורה פון דער אויפן בילד, האט ער געזאגט אז יא און אזוי ערשיינט איצט דאס בילד אין ספר דבר חן (דאס בילד האב איך דאהי עטעטשט -ב.ב.ז.), דערנאך האב איך איהם געפרעגט אבער נאך אלעמען וויאזוי קען דאס זיין אז דער אויפן בילד זעהט אויס אנדערש ווי דאס וואס דו האסט מיר געמאלן, איז ער מיר מסביר אז דאס בילד איז דאך נישט קיין אריגינעלער דאס איז שוין א ריפראדוקשאן פון עטליכע מאהל, דער אויפן בילד גייט אנגעטוהן מיט א שאליק ארום זיין האלדז וואס האט זיך געצויגן אויפן גוף, יעדעס מאהל וואס מען האט איבער געמאכט דאס בילד איז זי געווארן מער פארווישט און אפגעמעקט אזוי אז ס'איז פונעם שאהל געווארן א בארד, אבער אז א ספעציעליסט קוקט אויפן בילד זעהט ער גלייך אז דאס איז א געפאטשקעטע מעשה.
ע"כ פון ספר דבר חן.
אטעטשמענטס
mittele ruv_ortner.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

א גרויסען ישר כח הרב בן ביזי פאר די אינפארמאציע.
לעצטענס איז ארויס געקומען א קונטרס מראות קודש א מכון וואס גיבט זיך אפ מיט אנאלעזירן בילדער לבית בעלזא, אבער דארט שרייבן זיי נאר איבער בילדער פון מהר"א, איז לאמיר ווארטן און זעהן ווען זיי וועלן באשרייבן דעם בילד.
לעצט פארראכטן דורך שטיקל גבאי אום דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 12:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:צווישן די איידימער פונעם בעלזער רב -וועלכע זענען אגב אלע געווען ממשפחת טווערסקי- איז געווען ר' פנחס (פיניעלע) טווערסקי מאוסטילא זצ"ל ב"ר מרדכי מראכמיסטריווקא, צווישן זיינע קינדער זענען געווען ר' יוחנן ממוזשאי חתן מרן העצי חיים מסיגוט און חתנו ר' יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא זצ"ל.


איך האב יעצט באמערקט אז איך האב בטעות געשריבען איבער די קינדער פונעם מהרי"ד מבעלזא, וועל איך אראפברענגען די קינדער פונעם בעלזער רב זצ"ל כסדרן.

א. בנו בכורו הגדול כ"ק מרן הרה"ק מהר"א מבעלזא זצוקללה"ה
ב. חתנו הרה"ק ר' פנחס טווערסקי מאוסטילא זצוק"ל הי"ד
ג. חתנו הרה"'ק ר' יצחק מנחם נחום טווערסקי אב"ד ראווע זצוק"ל הי"ד
ד. חתנו הרה"ח ר' נפתלי פרלוב זצ"ל [בזוו"ר חתנו הרה"ק האדמו"ר ר' ברוך האגער מסרט-וויז'ניץ זצ"ל]
ה. בנו הרה"ק ר' יהושע מירוסלוב זצוק"ל הי"ד
ו. בנו הגה"ק מהר"מ מבילגורייא זצוק"ל
ז. חתנו הרה"ק ר' יוחנן טוורעסקי מהורבישוב זצ"ל הי"ד [המכונה "יוחנן א'"]
ח. בנו הרה"ק ר' שלום מאפטא זצוק"ל הי"ד
ט. חתנו הרה"ק ר' יוחנן טווערסקי זצוק"ל הי"ד [המכונה "יוחנן ב'"]
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

וועלעכע יאר איז ער געבוירען געווארען ?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בנוגע דער ענין וואס איך האב אויבן געשריבן איבער דער בילד פון מרן מהר"י מבעלזא אז דאס איז לכאורה א בילד פונעם פריערדיקער רב, ברענג איך אהער א מאמר איבער דער ענין.
אטעטשמענטס
mhary.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

עס איז באוואוסט אז דער פריערדיקער בעלזא רב הרה"ק ר' ישכר דוב זי"ע, האט זיך אמאל געלאזט פאטאגראפיהרן ווען מען האט איהם געזאגט אז יענער טוהט דאס פאר פרנסה.
א צווייטס מאל האט ער זיך געלאזט זאגענדיג: זאל די אינגע דור וויסן ווי אזוי אן עהרליכער איד דארף אויסזעהן
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א מאמר הערכה אין בית ועד לחכמים כסלו תרפ"ז, אויף מרן מהרי"ד ז"ל לאחר פטירתו.

דובב שפתי ישנים א ספעציעלער הספד וואס הרב נחום אתרוג ראב"ד צפת האט געהאלטן אין דער ישיבה 'בית חתם סופר' צו די הסתלקות פון מרן מהרי"ד ז"ל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”