בלאט 2 פון 10

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 29, 2009 7:39 pm
דורך ליסקא
איך האב געהאט די זכי' צו זיין לעצטנס אויף זיין ציון הק'. מען האט אויפגעבויט א שיינער גרויסער אוהל

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 29, 2009 10:40 pm
דורך wildturkey
יוסלמאן האט געשריבן:
מאכט נישט אויס האט געשריבן:ער איז טאקע נישט געווען א תלמיד פין די ישיבה פון רבי'ן , אבער ער האט זייער אסאך מקבל געווען אין נאנט געווען צום סאטמארער רבין האט ער זיך געהאלטן פאר א תלמיד

ס'איז א חילוק צווישן א תלמיד פון א רבין בתור בחור וראש ישיבה צו א תלמיד בשיטה וכו', נישט ח"ו צו פארקלענערן די דביקות פונען רב ז"ל אינעם רבין זי"ע, אבער א תלמיד רופט מען א תלמיד פון ישיבה. איר קענט מיר אפרעגן אז די רבי ז"ל האט יא געשריבן רבותי אויפ'ן חת"ס אונעם דברי חיים טראץ ער איז געבוירן נאך זייער פטירה, אבער געווענליך א תלמיד מיינט אין ישיבה.


מענין לענין לבנין אחר, איז אינטערסאנט אנצוצייגן אז איינמאל בחייו פונעם רבין ז"ל האט מען אנגעטראגן א שידוך פאר א איד וואס דער בחור האט געלערנט אין מאנטיווידעא, איז דער אבי הבת אריין צום רבין אנפרעגן אויפן שידוך האט ער אינמיטן מרמז געווען אז איין זאך באדערט אים אביסל אז דער בחור האט נישט געלערנט ביים רבין, האט דער רבי געזאגט אז מאנטיווידעא איז אויך מיין ישיבה.

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 19, 2009 6:42 pm
דורך והוא פלאי
מיללער האט געשריבן:א שיין בילד ביי א חתונה מיט להבחל"ח זיין שוואגער הרה"צ ר' זלמן לייב מייזליש אב"ד סי-געיט ולידו בנו ר' שמעון זאב מייזליש מקרית יואל.

מען זעהט אויף דעם בילד זייער קלאר דעם רינדיכיגען כנף וואס דער רב איז געגאנגען אויף די סטראקעס צוליב דעם וואס איין טעם פון מג"א סוף סי' י' פאלט אוועק, עיי"ש ותבין

געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2014 7:30 pm
דורך נחמן נתן
א דעטאלירטער באריכט אין הפרדס איבער די חתונה פונעם רב זצ"ל.

סאטמארער רב זצ"ל - סידור קידושין
הג"ר אליעזר סילווער זצ"ל - ברכה ראשונה
באבובער רב זצ"ל - ברכה אחריתא
פאקשעוויצער רב זצ"ל - שבע ברכות ביים בענטשן

בלייבט איבער די פאלגענדע געוואויר צו ווערן ווער ס'איז נתכבד געווארן מיט:
די אנדערע ברכות ביים חופה; ברכת המזון.
(אולי די אנדערע גדולים וואס ווערן דערמאנט אלץ 'משתתפים' ביים שמחה).

געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2014 7:31 pm
דורך נחמן נתן
המשך

זצוק"ל.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 02, 2014 9:58 pm
דורך רימנובער אייניקעל
א'מורא'דיגע ליכטיגע צורה.
ברוך ה' געהאט די זכיה צו זען דעם גברא רבא.

אויף אים קען מען זאגען חבל על דאבדין ולא משתכחין.

יהי זכרו הטהור ברוך.
ת.נ.צ.ב.ה.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2014 1:40 am
דורך סטרעטענער אייניקל
פעם ראיתי איזה רשימה איך שהוא - בתור נער צעיר - ברח מהגעטו תוך זהירות שלא לחלל שבת, ועי"ז נפשו היתה לו לשלל, וניצל.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2014 5:51 am
דורך בןהרחמן
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:פעם ראיתי איזה רשימה איך שהוא - בתור נער צעיר - ברח מהגעטו תוך זהירות שלא לחלל שבת, ועי"ז נפשו היתה לו לשלל, וניצל.

הסיפור נתפרסם ע"י דודו (אחי אביו) אלכסנדר לייטנער בספר יזכור של גראסווארדיין (עיר מגורתם של משפחת לייטנער), בתוך מאמר ארוך אודות ימי הצרות והשיעבוד והקמת הגעטא בעיר גראסווארדיין, הנער הנקרא בשם פיטר הוא הגה"צ ממאנטעווידעא ז"ל, ואביו הרה"ח ר' נפתלי צבי הי"ד הי' שמו בלע"ז נאנדור.
הנני מעתיק שני הדפים מהיזכור הנ"ל ששם נזכר הסיפור (בפיסקא המתחלת בשעה עשר וחצי), גם יש שם תמונה של הרב.
אגב, הבריחה שלו לא בא מכח זהירות בחילול שבת רק מכח הבנתו שהדעפארטאציע הוא סכנת מות, אלא שבו מסופר שגם בשעת סכנה כזאת הי' דעתו ומחשבתו שלא לעבור על שום איסור שבת, ומה שהי' נצרך לעשות מלאכה כגון קריעת הלאט"ע מעל הבגד הקדים לעשותו מקודם השבת והחזירו על הבגד באופן שיהא מותר להסירו בשבת.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2014 8:52 am
דורך farshlufen
ישר כחכם "בן הרחמן".

בירגער פאפירן פאר הוריו עם בנם יחידם

געשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:44 am
דורך לכאורה
פשיהא, מורא'דיג אינטערסאנט די באשרייבונג. יישר כח בן-הרחמן און וועלקאם בעק!

געשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:55 am
דורך מיללער
לכאורה האט געשריבן:פשיהא, מורא'דיג אינטערסאנט די באשרייבונג. יישר כח בן-הרחמן און וועלקאם בעק!

ברוך מחיה הניקים.

א הארציגען יישר כח מעומקא דליבא

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 12:15 pm
דורך נחמן נתן
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:א'מורא'דיגע ליכטיגע צורה.
ברוך ה' געהאט די זכיה צו זען דעם גברא רבא.

אויף אים קען מען זאגען חבל על דאבדין ולא משתכחין.

יהי זכרו הטהור ברוך.
ת.נ.צ.ב.ה.

רימנובער אייניקל, איך בעט אייך, איידער איר שטעלט דעם בילד, קוקט צוריק בלויז 'איין' בלעטל צו אזא בילד פיגורירט נאך נישט. מ'רעדט נישט פון קיין אשכול פון אפאר הונדערט בלעטער וואס מ'איז אייך מטריח איבערצוקוקן.

סתם אנפירקלען אשכולות און דערמיט העכערן די ציפערן פון תגובות איז קיין מהלך. ואתך הסליחה.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 6:55 pm
דורך שלעפשיץ
ארכיוון

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 5:11 pm
דורך גר תושב
לכבוד דעם יארצייט ברענגן מיר א בילד פון ר' ר' חנינא אברהם לייטנער ז"ל, מ'מאנטיווידעא, ח"י חשון תשס"ח

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 5:47 pm
דורך מיללער
גר תושב האט געשריבן:
לכבוד דעם יארצייט ברענגן מיר א בילד פון ר' ר' חנינא אברהם לייטנער ז"ל, מ'מאנטיווידעא, ח"י חשון תשס"ח
יהא זכרו ברוך

שוין געווען דא פריער:
farshlufen האט געשריבן:ישר כחכם "בן הרחמן".

בירגער פאפירן פאר הוריו עם בנם יחידם

געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2017 2:53 pm
דורך סידיראם
יעצט געזעהן אין געשעפט א נייעם ספר נזקי שכנים פון אן אייניקל פון רבי אברהם, שרייבט דארט רבי געצל בערקאוויטש שליט"א זייער אויסטערלישע טיטלען אויף רבי אברהם זצ"ל, עפעס ווי מורי ורבי הגאון וקדוש צדיק יסוד עולם

געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2017 3:03 pm
דורך אלט מאנרא
סידיראם האט געשריבן:יעצט געזעהן אין געשעפט א נייעם ספר נזקי שכנים פון אן אייניקל פון רבי אברהם, שרייבט דארט רבי געצל בערקאוויטש שליט"א זייער אויסטערלישע טיטלען אויף רבי אברהם זצ"ל, עפעס ווי מורי ורבי הגאון וקדוש צדיק יסוד עולם


זייער בידידות געווען מיט אים אלע יארן.

בינעך געווען אפאר יאר אינאיינעם מיטן דיין אין טאסאן אריזאנע איינמאל ביי א שמוס איז אויסגעקימען צי רעדן וועגן ר' אברהם האט ער אויכט זיך אויסגעדריקט אויף אים מיט בערך אזאליכע לשונות.

געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2017 3:40 pm
דורך דריידל
יוסלמאן האט געשריבן:
מאכט נישט אויס האט געשריבן:ער איז טאקע נישט געווען א תלמיד פין די ישיבה פון רבי'ן , אבער ער האט זייער אסאך מקבל געווען אין נאנט געווען צום סאטמארער רבין האט ער זיך געהאלטן פאר א תלמיד


שלום עליכם, איר זאלט יא אויסמאכן לטובה בבית מדרשינו.

ס'איז א חילוק צווישן א תלמיד פון א רבין בתור בחור וראש ישיבה צו א תלמיד בשיטה וכו', נישט ח"ו צו פארקלענערן די דביקות פונען רב ז"ל אינעם רבין זי"ע, אבער א תלמיד רופט מען א תלמיד פון ישיבה.



א תלמוד פון ישיבה מיינט בכלל נישט אז מ'האט אסאך קונה געווען פון רבי'ן.

ע

געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2017 4:10 pm
דורך מעלות
איך בין אמאל געווען מיט די קרית יואל דיין שליט"א אין Florida אין ער האט אויך ארימגערעדט מיט א איד פין זיין age פין ר' אברהם אזא שפראך וואס מען הערט נישט רעדן היינט.א שטייגער פין משה ארי'ס תלמידים אין נאך מער. מוראד'יגע מדריגות דאס איז אויך געווען א גרויסע חידיש פאר מיר אין אלץ א נייגעריגער איז עס געווען זייער אינטערעסאנט מיט צוהאלטן. איך האב דעמאלץ געהערט פין די דיין שליט"א נאך אסאך אינטערעסאנטע זאכן

געשריבן: דינסטאג יוני 20, 2017 7:50 pm
דורך ימי זכרון
מעלות האט געשריבן:איך בין אמאל געווען מיט די קרית יואל דיין שליט"א אין Florida אין ער האט אויך ארימגערעדט מיט א איד פין זיין age פין ר' אברהם אזא שפראך וואס מען הערט נישט רעדן היינט.א שטייגער פין משה ארי'ס תלמידים אין נאך מער. מוראד'יגע מדריגות דאס איז אויך געווען א גרויסע חידיש פאר מיר אין אלץ א נייגעריגער איז עס געווען זייער אינטערעסאנט מיט צוהאלטן. איך האב דעמאלץ געהערט פין די דיין שליט"א נאך אסאך אינטערעסאנטע זאכן


למשל וואס זענען געווען די אינטערעסאנטע זאכן וואס איר האט געהערט פון דיין שליט"א אדרבה טיילט עס מיט

געשריבן: דינסטאג יוני 20, 2017 7:53 pm
דורך בראשית ברא
דריידל האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:
מאכט נישט אויס האט געשריבן:ער איז טאקע נישט געווען א תלמיד פין די ישיבה פון רבי'ן , אבער ער האט זייער אסאך מקבל געווען אין נאנט געווען צום סאטמארער רבין האט ער זיך געהאלטן פאר א תלמיד


שלום עליכם, איר זאלט יא אויסמאכן לטובה בבית מדרשינו.

ס'איז א חילוק צווישן א תלמיד פון א רבין בתור בחור וראש ישיבה צו א תלמיד בשיטה וכו', נישט ח"ו צו פארקלענערן די דביקות פונען רב ז"ל אינעם רבין זי"ע, אבער א תלמיד רופט מען א תלמיד פון ישיבה.



א תלמוד פון ישיבה מיינט בכלל נישט אז מ'האט אסאך קונה געווען פון רבי'ן.

דאס איז ריכטיג ביי עכטע תלמידים וואס לערנען פון א רבי, אבער וואס גייען נאר בישיבה שתחת חסותו האט דעם זעלבן דין תלמיד ווי איינער וואס איז דבוק במשנתו.

געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2017 7:09 pm
דורך ימי זכרון
בראשית ברא האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:
מאכט נישט אויס האט געשריבן:ער איז טאקע נישט געווען א תלמיד פין די ישיבה פון רבי'ן , אבער ער האט זייער אסאך מקבל געווען אין נאנט געווען צום סאטמארער רבין האט ער זיך געהאלטן פאר א תלמיד


שלום עליכם, איר זאלט יא אויסמאכן לטובה בבית מדרשינו.

ס'איז א חילוק צווישן א תלמיד פון א רבין בתור בחור וראש ישיבה צו א תלמיד בשיטה וכו', נישט ח"ו צו פארקלענערן די דביקות פונען רב ז"ל אינעם רבין זי"ע, אבער א תלמיד רופט מען א תלמיד פון ישיבה.



א תלמוד פון ישיבה מיינט בכלל נישט אז מ'האט אסאך קונה געווען פון רבי'ן.

דאס איז ריכטיג ביי עכטע תלמידים וואס לערנען פון א רבי, אבער וואס גייען נאר בישיבה שתחת חסותו האט דעם זעלבן דין תלמיד ווי איינער וואס איז דבוק במשנתו.[/quote

דאס אלעס איז נישט קיין גרויסע נפק"מ - דער עיקר ווער עס האט איבערצוגעבן ענינים פון די צדקות און די גרויסקייט פונעם מאנטעווידעא'ער רב זי"ע און אלע ענינים זאל זיך לאזן הערן און מזכה זיין את הרבים

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 6:14 pm
דורך אי-רעלעווענט
לכבוד די יארצייט.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 6:44 pm
דורך עקבי הצאן
אן הערליך בילד פונעם רב זצ"ל.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 3#p1545703


געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 8:25 pm
דורך רבניש
מצוה טאנץ