ר' יהושע פאלק מניו-יארק בעמח"ס אבני יהושע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' יהושע פאלק מניו-יארק בעמח"ס אבני יהושע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס איז באקאנט אז דער ערשטער תורה'דיגער חיבור וועלכע איז געדרוקט געווארן על אדמת אמעריקא איז געווען דער ספר אבני יהושע אויף פרקי אבות פון הרה"ג ר' יהושע הכהן ב"ר מרדכי פאלק ז"ל מגיד מישרים איו ניו-יארק, דער ספר איז געדרוקט געווארן אין נ.י. בשנת כת"ר ולמס' 1860.

דער מחבר דערמאנט אין די הקדמה אז ער האט משמיט געווען געוויסע דרשות וועגן די חילול שבת וועלכע גייט פאר ב'מדינתינו', אויך דערמאנט ער וועגן א חיבור 'בנין יהושע' און 'חומת יהושע' וואס ער האט בדעה צו דרוקן אויסער דאס איבערטייטשן דעם חיבור אויף 'ענגליש' (!), ער ברענגט אז א געוויסער DR. RAPHAEL האט אים גע'עצה'עט נישט צו נעמען קיין מעות קדימה ווייל דער עולם וועט אים נאכנישט געטרויען אז ער פלאנט טאקע צו דרוקן א חיבור דאהי אין אמעריקא.

אינעם באקאנטן קברי צדיקים באמעריקא וועב-סייט ברענגט ער דארט אז ר' יהושע איז געקומען קיין אמעריקא צוויי יאר בעפארן דרוקן זיין חיבור און ער האט משמש געווען ברבנות אין די שטעטלעך ניובורג און פוקיפסי אין אפסטעיט ניו-יארק, ער איז נפטר געווארן אין קיוקוק, אהייאו ווען ער איז דארט געווען אויף א באזוך ביי זיין טאכטער ועפ"י צוואתו האט מען אים אריבערגעברענגט קיין נ.י. צום 'שערי תורה חלקה'.

די מצבה איז דערווייל נישט געטראפן געווארן דאהי, ווער עס ווייסט עפעס אינפארמאציע דערוועגן קען זיך פארבינדען אויפ'ן דערמאנטן וועב-סייט ולמצוה גדולה יחשב.

דער שער בלאט פונעם ספר 'אבני יהושע'.
אטעטשמענטס
2119.jpg
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אויפען לעצטע בלעטעל פונעם ספר, די לעצטע פאר שירות, שרייבט דער הבחור הזעצער אליינס אז דער
ספר אז דאס ערשטע און אמערוקא
אטעטשמענטס
avnei.jpg
the SCY is the limit
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווען איז זיין יומא דהילולא?
אוועטאר
קל_וחומר
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2008 6:25 pm
לאקאציע: אינעם נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קל_וחומר »

On April 9, 1864, the Keokuk Jewry did at last the right thing for the preservation of Orthodox Judaism and a Mr. J. Falk, of New York, was chosen to be schochet at an annual salary of $300, payable quarterly. Indeed, orthodoxy in those days was very cheap, something an Orthodox Jew cannot boast of today.

On October 13, 1864, Mr. Falk handed his resignation as Schochet of the K'hilah (congregation) and Mr. Barman's application was taken in consideration. It was decided that if Mr. Berman would prove his authority and show his chalif (knife used by the Schochet) to Mr. Falk, and if the latter proved that he could sharpen the knife so as to remove from it all pgmioth (rough edges) making it sharp and smooth, he would be elected to fill the unexpired term of Mr. Falk. Mr. Berman was successful and received the appointment. Rev. J. Falk died a few weeks after, for his resignation was due to inability to perform his duties because of sickness.


גענומען פון דא
אז עס גייט נישט וויאזוי מ'וויל, דארף מען ווילן וויאזוי עס גייט.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אין די קארידארן פון מורשת חכמי אמעריקא איז איצט ארויף געקומען צום אויבערפלאך די פונקטליכע פרטים וועגן הרב פאלק'ס פטירה און וועגן זיין מקום קבורה לויט ווי זי איז דאן באריכטעט געווארן אין אן אקסידענט ארטיקל. עס דרונגט זיך אויס, אז מקום מנוחתו איז אינעם טשאטהאם סקווער אין מאנהעטטען. מח"א טוט איצט נאכפארשן וואס עס איז שפעטער געווארן מיט זיין געביין ביים אוועקפירן מייסטענס פון די דארטיגע קברים צו אנדערע בתי עולם.
אטעטשמענטס
occident orbituary on rabbi folk.GIF
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נאך יארן לאנגע געמיינזאמע זוכענישן איז די מציבה אפגעפונען געווארן אין סיילעם פיעלס סעמעטערי, לעזט די בייגעלייגטע גליון פון "מורשת חכמי אמעריקא".

תשוח"ח לחברינו ר' אשר זז"ג.

http://kevarim.com/rav-yehoshua-b-mordecai-hakohen-
falk
אטעטשמענטס
Alon 31.png
Alon 32.png
image1.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”