רבי אברהם ישעיהו קרליץ החזון איש זצ"ל - ט"ו חשון תשי"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי אברהם ישעיהו קרליץ החזון איש זצ"ל - ט"ו חשון תשי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איינמאהל האט מען געפרעגט דעם חזון איש א שאלה, וואס די פרעגער האט סתם געוואלט וויסען וואס איז די דין אויב עס טרעפט זיך אזא שאלה, אבער ער האט עס נישט געדארפט וויסען הלכה למעשה, האט די חזון איש גענטפערט עס איז טאקע זייער גוט אז דו ווילסט וויסען א תשובה, אבער וויבאלד די שאלה האט דיך נישט יעצט געטראפן איז שווער צו ענטפערן דערויף א תשובה".
און ער האט נאך צוגעלייגט, אז די תורה איז דאך פון הימל איז ווי אזוי קען א מענטש מיט זיין ארימע און באגרעניצטע שכל עס פארשטיין? די זעלבע שאלה איז אויף א דיין וואס איז נישט מער ווי א פשוטע בשר ודם, איז ווי אזוי זאל ער קענען אויספירן א דין תורה?
נאר וועגן דעם האט שוין דוד המלך געשריבן אין זיין ספר תהלים (קפיטל פ"ב) "אלקים ניצב בעדת קל" די אייבערשטער שטייט נעבן א דיין ווען ער משפט א דין תורה, און ער האט סייעתא דשמיא , או נאר מיט די זכות קען ער פסקנ'ן א דין אמת.
אבער עס איז זיכער אז סייעתא דשמיא איז נישט דא נאר ווען עס האט זיך געטראפן א שאלה, און מ'מוז עס וויסן הלכה למעשה, אבער אויב דארף מען עס נישט וויסן הלכה למעשה איז נישט דא קיין סייעתא דשמיא קען מען שוין נישט צו פארשטיין די זאך מיט א קלארקייט.
כדי עס בעסער צו פארשטיין האט די חזון איש ערקלערט מיט די מעשה:
איינמאהל האט איין מענטש גערופן זיין חבר צו א דין תורה, צו איינע פון די גדולי ישראל. נאך פאר ער איז געקומען זיך אויסצוטענה'נען ביים בית דין, האט די מענטש געוואלט פעסט שטעלן אז דאס וואס די דיין וועט אים פסקנ'ן איז טאקע ריכטיג, האט ער זיך קודם געשטעלט פאר א דין תורה מיט אן אנדערע חבר, און זיי האבן זיך געמאכט ווי גלייך זיי זענען די וואס האבן אינצווישן זיך א דין תורה, יעדער איינער האט אויסגערעדט זיינע טענות, די אנדערע האט געטענה'ט אלע מינע טענות וואס די אנדערע בעל דין קען נאר טענה'נן.
די רב נאכדעם וואס ער האט זיי ביידע אויסגעהערט האט ער גערעכט געמאכט איין מענטש, אין דעם אנדערן טאג איז יענער געגאנגען רופן זיין אנדערע בעל דין, ווייל ער האט זיך שוין פארזיכערט אז ער גייט געווינען דעם דין תורה, ווי באלד די רב האט אים גערעכט געמאכט ביים היינטיגן דין תורה,
אבער צו זיין ענטוישינג האט אים די רב געפסקנט ווי די אנדערע בעל דין, פארקערט ווי ער האט געפסקנט א טאג בעפאר.
האט ער געפרעגט דעם רב ווי אזוי קען זיין? אז נעכטן האט ער אנדערש געפסקנט, ווי ביים היינטיגן דין תורה וואס ביידע זענען געווען די זעלבע דין תורה?
האט די רב גענטפערט: אז לויט ווי עס קוקט אויס - אז נעכטן ביזטו מיר געקומען פרעגן נישט הלכה למעשה - וועגן דעם האב איך נישט געהאט קיין סייעתא דשמיא, וועגן דעם האב איך מיט מיין אייגענע שכל געפסקנט, האב איך מיר טועה געווען מיט די הלכה, אבער היינט וואס איז געווען א שאלה הלכה למעשה האב איך מיט די סייעתא דשמיא פון אויבן צוגעטראפן צום ריכטיגקייט פונעם דין.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איינמאהל האט זיך דער חזון איש דערוויסט, אז אין א קווארטל נעבען תל-אביב האבן די בעלי בתים באשלאסן אפצוזאגען זייער רב. דער רב אליין האט אבער דערפון נישט געוויסט, דער פלאן איז געועוהן אז באלד נאך מעריב, וועלן צו גיין צו אים די גבאים און איהם איבערגעבען זייער באשלוס.
טאג טעגליך פלעגט דער רב זאגען א שיעור אין שוהל צווישן מנחה און מעריב. צום וואונדער פון רב זיינען יענעם אווענד געזעסן ביים טיש פון שיעור אויך אלע גבאים , און פיהל מער מענטשען ווי געוויינליך , דער רב האט אבער זיך געלערנט דעם שיעור ווי שטענדיג
מיט אמאהל איז דער חזון איש ערשיינען אין בית המדרש און אנשפארנדיג זיך אויף זיין שטעקן האט ער זיך דערנענטערט צום טיש וואו מען האט געלערנט .
טראץ דעם וואס א גרויסער עולם פון די אנוועזענדע האבען אים נישט געקענט , איז אבער דורכגעגאגגען א געשושקעריי וועגין דעם דעהויבענעם גאסט פון בני ברק.
ווען דער רב האט געענדיגט דעם שיעור, האט דער חזון איש אנגעשפארט זיין קאפ אויפן שטעקן און ארויסגעברענגט זיין גרויס התפעלות פון דעם רב'ס שיעור, זיינע ברייטע ידיעות און וואונדערליכע הסברה
ער האט זיך דערמיט נישט בעגונוגנט, נאר באלד נאך מעריב איז ער צוגעגאנגען צום רב און הויך אויפ'ן קול אים בעדאנקט און שטארק געלויבט.
די גבאים מיט די בעלי בתים זיינען געבליבען ווי פאראליזירט , זיי האבען זיך אנגעקוקט איינער אויפן צווייטן און אייניציגווייז פארלאזט די שוהל און א היים געגאנגען .
דער רב איז ווייטער געבליבען אויף זיין שטעלע
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שיעורי הגרא"ח נאה

1 טפח
3”

3 טפחים
9”

10 טפחים
30”

1 אמה (6 טפחים)
18”

10 אמות
15feet

20 אמות
30feet



שיעורי חזון איש
1 טפח
3.866”

3 טפחים
11.6”

10 טפחים
3 feet 3” (38.66)

1 אמה (6 טפחים)
23.2”

10 אמות


20 אמות
39feet
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 10:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הייתי ביום אכלני חרב וקרח בלילה. די הייליגער חזון איש זצוק''ל איז אמאהל געגאנגן אין גאס און עס האט אנגעפאנגן שטארק צו רעגענען מיט שטארקע ווינטן, א טעקסי קאר איז אדורך געגאנגן און האט אים געוואלט צו פירן. האט אים די חזון איש געזאגט, אז ער טאהר אים נישט נעמן ווייל ער ארבייט פאר איינעם. האט אים די דרייווער געזאגט, אז ער איז זיכער אז זיין בעה''ב וואלט מסכים געווען אים מיט צו נעמן. אבער די חזון איש האט אבער נאך אלטס נישט געוואלט מיט גיין מיט אים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

צורת קדשו
אטעטשמענטס
איש 2 (Custom).JPG
איש 3 (Custom).JPG
איש (Custom).jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' זיידע,
וואס מיינט "שיעור חזון נאה"? איר מיינט אפשר "שיעורי הגרא"ח נאה".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מעוטר בטלית
אטעטשמענטס
איש 1 (Custom).JPG
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 10:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מיללער האט געשריבן:ר' זיידע,
וואס מיינט "שיעור חזון נאה"? איר מיינט אפשר "שיעורי הגרא"ח נאה".


יא גערעכט עס איז די שיעור הגרא"ח נאה
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד

בילד

ציון הקדוש
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד

בילד
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אנטשולדיגט זיידעניו, אבער זייערע שיעורים זענען לויט סענטימעטער ממילא איז עס אביסעלע קלענער פון ווי איר שרייבט, ביי שיעורי חזו"א זענט איר מער מדייק ווי ביי הגרא"ח נאה.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

עס איז היינט נאכט דער יומא דהלולא פונעם חזון איש זצ"ל

דער חזון איש האט געשריבען א קונטרס קדוש החודש וואס דאס איז א מתמטיקעל און אסטרונומיקעל פירוש אויף הלכות קדוש החדש להרמב"ם.
אונעם ספר פאר הדור וואס דאס איז א ביאגרעפיע פונעם לעבען פון חזון איש, און חלק שלישי ווערט געברענגט פון ר' זעליג שפירא, א בן בית ביים חזון איש,
וואס ער האט דערציילט אז די לעצטע יאהרען פון זיין לעבען האט דער חזון איש זיך שטארק מתעמק געווען און די חשבונות פון קדוש החדש און א משך פון צוויי יאהר האט ער ממש טאג און נאכט געטוהן און דעם געביט.

ער שרייבט דארט

"ואגב אותן פיסות הניר שחשב על גביהן את המספרים האסטרונומיים אשר הוזכרו בחדושיו על הלכות קדוש החדש, נזהר החזון איש
מלהשליכן ודאג לגניזתן בדרך כבוד כשהוא מסביר למקרוביו: כל החכמות כלולות בתורה...ובשעה שהם משמשות את התורה הרי אלו בעצם תורה ממש"

און א דוגמא אויפען מח עצום פונעם חזון איש שרייבט דער פאר הדור

"ומכיון שהיו הפראות בביתו (של החזו"א), בקש לעתים ממנו (מר' זעליג) שיערוך בדירתו את החשבונות בכתב. אבל כאשר חזר אליו ר' זעליג עם הסיכום,
אמר לו החזו"א, שלפי חישוביו מתקבל מספר אחר - והמדובר בספרות ארוכות של אלפי מליונים - ולמרות שהוא עשה את הפעילה המתמטית
בהרהור גרידא נמצא כדבריו ולא החטיא כחוט השערה"
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס איז אינטערעסאנט נאר אריינצוקוקען אין זיינע מאמרים אויף קידוש החודש, א פשוטער מענטש פארשטייט ניטאמאל אפס קצהו אבער עס שיינט ארויס זיין מח נפלא ווי ער האט בכח תורתו פארשטאנען און ארויסגעהאט מאטעמאטיקס און אוסטרנומיע מיט א זעלטענע קלארקייט.

מיר האבן שוין אמאל גערעדט איבער זיין גדלות בכחמות הניתוח ווי ער האט אנגעצייכנט פאר א דאקטער א דיאגראם פאר אן אפעראציע, דער דיאגראם איז לעצטענס געדרוקט געווארן.

דער חזון איש איז געווען אן א שוואגער מיט'ן סטייפלער גאון דער קהילות יעקב און מיט די חשוב'ע רבנים למשפחת גריינימאן, ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער ומנו"כ אויפן ביה"ח אין בני-ברק לעבן זיינע שוואגערס ובני המשפחה.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט נאר אריינצוקוקען אין זיינע מאמרים אויף קידוש החודש, א פשוטער מענטש פארשטייט ניטאמאל אפס קצהו אבער עס שיינט ארויס זיין מח נפלא ווי ער האט בכח תורתו פארשטאנען און ארויסגעהאט מאטעמאטיקס און אוסטרנומיע מיט א זעלטענע קלארקייט.


איך האב געקענט א יוד ר' קלמן קאלעקשטיין ע"ה. דער יוד, א שומר תורה ומצוות, האט איבער געלעבט די קריג גאר יונג. ער איז געווען ציזאמען מיט מיינס א פעטער זז"ג און בוכענוואלד, און דערנאך און א קינדער היים און פראנקרייך, ציזאם מיט ר מנשה קליין שליט"א, און דער באוויסטער שרייבער, א סיגוטער פון דער היים, ELI WEISEL
דער ר' קלמן איז דא ארויסגעקומען אויף אמעריקא, און געגאנגען שטודירען און געווארען א פראפעסער פון PHYSICS און HUNTER COLLEGE
ער איז געווען אן איידעם ביי ר' יונה שטענצעל ז"ל א רב און תל-אביב, און דער אנפאנגער פון דעם 'משנה יומי' רעיון. איך האב מיך אסאך געטראפען מיט אוהם

איך האב און שטוב א געדרוקטער קונטרס פון ר' קלמן, אויפען חזו"א חיבור אויף קדוש החדש, וואס ער האט געשריבען צי ווייזען מיט Mathematical Calculations און Spherical Astronomical diagrams וויא אלע חשבונות פונעם חזו"א, וואס ער האט זיי געטוהן אן די מיטלען, זענען אויסגעהאלטען ממש כחוט השערה.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שמחה זייער אינטערעסאנט, וויאזוי הייסט דער קונטרס?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב מיללער,
עס איז א סאפט קאווער קונטרס, עס איז בערך א 40 50 בלעטער.
עס האט נישט קיין ספעציעלער נאמען. ר' קלמן האט עס געריפען, 'קונטרס מאתמאטי'
איך האב עס געקריגען פון אוהם אליינס.
קענן לערנען דעם ר' קלמן האב איך, דורך ר' הערשעל היילפרין שליט"א, דער ווינער דיין און באראפארק. דערנאך און שמועסען מיט אוהם, האב איך אויסגעפונען אז ער איז געווע ציזאם מיט מיין פעטער און בוכענוואלד וכו'

ר' קלמן ע"ה האט מיר געזאגט אז ער האט געהאט צוויי כוונות און שרייבען דער חיבור.
איינס איז צי ווייזען אז מיר האבען בכלל נישט קיין באגריף וואס פאר א מח נפלא דער חזו"א האט געהאט.

און דער צווייטער טעם איז געווען מער אויף זיך אהנעמען פארען כבוד פון די חכמי התורה בכלל און דער רמב"ם בפרט.

עס אז ארויסגעקומען אן ענגלישער ביכעל פון איינעם Feldman וואס הייסט
Rabbinical Mathematics and Astronomy. און יאהר 1931 למספרם.
איך האב געליינט דער ביכעל און איך האב געזעהן אז דער עיקר ציל פונעם חיבור איז קליין מאכען די ידועות פון חכמת הטבע ביי די חכמי התורה. זיי ווייסען נישט, זיי האבען נישט געוויסט, וכו' וכו'...
לגבי די פרקים פונעם רמב"ם און הלכות קדוש החדש וואס האנדעלט מיט אסטרונומיע, און חשבונות ווען מעקען שוין זעהן די נייע לבנה, וואס די סנהדרין האבען געמיזט גרינטלעך קענען צי וויסען אויב די עדות רעדען צי די זאך, די חשבונות פאנגען זיך אהן פון פרק י"א און ווייטער, אויפען רמב"ם'ס חשבונות זענען געווען אסאך מעוררים, און דער Feldman בתוכם, אז די חשבונות זענען פארגרייזט.
זיי רופען דאס בשם Periodic error in Maimonidies' calculation of solar longitude.
[איך שרייב דאס פאר די געציילטע דא וואס פארשטייען דעם ענין]

ר' קלמן האט מיר געזאגט, אז אוהם האט אויך זייער געבאדערט דער מהלך פון יענעם ביכעל, און דאס איז געווען זיין צווייטער כונה
ער איז געגאנגען און אויפגעוויזען אז דער רמב"ם'ס חשבונות זענען יא גערעכט אויב מען נעמט אהן דער מקום השמש אויף אן אנדערען ארט וויא די 'חכמים' האבען פארשטאנען און רמב"ם. ער איז ספיציעל פורט Feldman מיט זיין ביכעל בשמו, און ווייזט אהן וויא Feldman האט געמאכט זיין טעות

איך ווייס אז אסאך וואס ליינען דאס, וועלען נישט זייער פארשטיין דער תוכן הדברים, אבער איך וויל נאר ווייזען וואס פארע ידועה בסתרי הטבע די חכמי התורה האבען געהאט, און האבען נאך עד היום.
the SCY is the limit
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

א ווידיאו קליפ פון די חזון איש זצ" פון מה נשמע דאט קאם. (פרעגטס מיר נישט ווי אויז מען האט אין יענער טעג געהאט א ווידיאו קעמרא.) אויך זעהט מען די בעל דברי שלמה מטשארטקאוו.

אנטשולדיגונג פאר די שוואכע רעזעלוציע, און אז עס איז אין עיברית.

http://www.mahnishmah.com/system/script ... 3756?=11/7
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

א יישר כח אייך אלע, פאר די אלע באשרייבונגען איבער דעם גאון וקדוש מרן החזון איש זצוק"ל.

מיללער און ר' שמחה, לויט וויפיל איך געדענק זאגט מען נאך אז דער חזון איש האט דייקא נישט געהאט עפעס אזא מח נפלא. נאר וואדען? "יגיעות התורה מיט איבערמענטשליכע כוחות". פשוט און גראד, ער האט אויסגעניצט זיין מח ומחשבה עד הסוף ביזן לעצטן טראפ, און איר נישט מנוחה געלאזט עד שזכה להבין ולברר הענינים על בוריים.

און טאקע ביי דעם ענין פון קידוש החודש, וואס איר דערמאנט, ווערט דערציילט אז נאך וואס ער האט גומר געווען מברר צו זיין די ענינים האט ער זיך געשפירט אביסל צו איבערגעשטרענגט אין זיין מח, און די דאקטוירים האבן אים דעמאלט געזאגט אז ער מוז אביסל לאזן רוען דעם מח. שמעתי אז בתקופה ההוא האט ער עוסק געווען אין תנ"ך. (הערות הזארעכהזעצער: מ'קען מיינען אז תנ"ך איז עפעס אזוי גרינג, עפעס אזוי ווי א מעשה ביכל, אזש אז ווען מ'וויל אביסל צורוה לאזן דעם מח ניצט מען דאס אלס א במקום. די וואס זענען עוסק דערין בקביעות, וועלן אייך וויסן צו זאגן דעם עומק היגיעה וואס מ'דארף דערין אריינלייגן להבין הדברים על בוריין. אמת 'פארשלאפן?'. טא פארשטייט אליין, אז ווען דער גאון וקדוש האט געלערנט תנ"ך האט אים דער מח ווייט נישט גערוהט...).
*
א שטיקל אפשפיגלונג אויף זיין יגיעות התורה, באגלייט מיט אן הדרכה.

שמעתי אז א איד האט אמאל געפרעגט דעם חזון איש, צי מ'דארף ביי קריאת שמע שעל המטה זאגן דעם 'שיר של פגעים' (ויהי נועם). האט אים דער חזון איש געענטפערט (הלשון אינו מדוייק) אז מ'האט נאך כח צו זאגן 'שיר של פגעים' לערנט מען! מ'דארף לערנען כל זמן מ'שפירט זיך ביי די כוחות. אז מ'שפירט אפיסת הכוחות ליינט מען פרשת קריאת שמע, ותיכף חוטפתו השינה...

זכות תורתו וקדושתו הגדולה יגן עלינו
*
לעווי, יישר כח פאר די לינק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אה, יעצט איז שוין כמו שזארעך, וזרח שב למקומו לד' אמות של בית המדרש, בריך רחמנא דיהביך לן ולא יהביך לעפרא! ברוך שובך (א גרעסערען ברוך הבא ביי א קומענדיגע געלעגנהייט)

--------

צוריק צום הייליגען חזון איש,
דאס וואס ר' זארעך ברענגט ווען זיין מח צו עס איז מעיקרא געווען מער אדער נאר לבסוף איז לדעתי נישט מעלה און נישט מוריד, למעשה איז ער בכח תורתו געגאנגען פיל ווייטער פון אסאך גדולים אשר מלפניו, ממש כחד מקדמאי.

לעווי,
די לינק איז ביימיר זייער נישט קלאר, יישר-כח עניוועי, עס איז דאכציך פארהאן ווידעאו ביים וויזיט פון בן-גריון להבדיל ביים חזון-איש, איז דאס עוועיליבל אנליין?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

מיללער, גערעכט און נישט גערעכט.

גערעכט אז ער איז אנגעקומען מיט 'יגיעת' התורה זייער זייער הויך, און נישט גערעכט אז ס'איז נישט קיין גרויסע נפקא מינה. פאר אונז פשוטע מענטשן איז דאס א געוואלדיגער לימוד. ס'איז תובע פון יעדן איד. אז מ'זעט אז א ילוד אשה, וועלכער איז נישט געבוירן אלס אן עילוי'שער קאפ, האט אויסגעארבעט זיין מח דורך יגיעת התורה און איז צוגעקומען און זוכה געווען צו מדריגת התורה שאין דוגמתה, איז דאס א געוואלדיגער לימוד און א תביעה, כידוע דעם באקאנטן רמב"ם איבער משה רבינו'ן אז אל יאמר אדם וכו'.

ווען מיר רעדן פון דעם גדול וקדוש, דארפן מיר נאר האלטן פאר די אויגן די תפלה פון 'מתי יגיעו מעשי למעשיו'. ווייל 'יעס ווי קען'... והא ראי' דער חזון איש, מ'דארף נאר וועלן.

זי"ע
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זרח,
שלום עליכם

מיללער,
ס'איז נישט דיין קאמפיוטער, דער עצם קליף איז א נישט קלארער.

צירוק צים הייליגען חזון איש, האט מיללער געהייסען.

אונעם קובץ אגרות, חלק א', דער סאמע ערשטע בריף, רעדט זיך אף דער חזון איש פון הארצען פארוואס מעלערענט נישט מהרש"א.
איך בין מעתיק חלקים פון דער בריף
וז"לק

לא אמנע להעיר כי בלבי אשר לא יפה עשו הדור האחרון אשר עזבו לימוד ס' מהרש"א ז"ל אשר מתנה טובה נתנה לישראל
לזכות בו הדורות הבאים אחריו להרגיל את הלומדים בהתעמלות התורה......והס' הק' הזה הוא מלא התעמלות בדברים מוכרעים
ועמוקים, ומרגיל את האדם בעיון נכון ועמוק, גם מועיל הדבר מאד לזכרון כל סוגיא לפרטיה, ודור שלפנינו החזיקו מאד בס' הק' הזה,
והגרע"א ז"ל לא הניח דבר מספרו...ומיום שעזבוהו אבדו את ידיעת הפשט כלו....ואין מי שיחזיר העטרה ליושנה


מוראדיגע ווערטער
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דא איז דער שער בלאט פון ר' קלמן קאליקשטיין ע"ה קונטרס.
דער חיבור האט אן הסכמה פון ר' משה פיינשטיין ז"ל און דער חיבור האט פינטלעך 40 פעידשעס

ווען איך בין איבער געגאנגען דער חיבור בין איך ממש ארויס פון די כלים זעהן וואס דער יוד האט געטוהן.
אטעטשמענטס
kalikstein.jpg
the SCY is the limit
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אלע רעדן דא פונעם יגיעות התורה זיינעם
עך וועל דא ברענגען א סיפור מכוח זיין קדושה וואס כהאב לעצטענס געזען דאכט זיך אינעם פורום ספרים וסופרים וואס זיין רביצין האט דערציילט פאר א קרובה

ביחידות סיפרה באשה לאמא כי בהיותם בווילנא הם גרו מעבר לגשר של הנהר ויליה. "הזקן" שלה [כך היתה מכנה את בעלה הגאון ] דיבר פעם אחת על לבה שתסכים לקבל גט, לפי שאדיר חפצו לזכות להקים זרע של קיימא. היא השיבה לו בשוויון נפש: "כן, ואולם מבית הדין בדרכי הביתה אקפוץ מן הגשר ישר המימה". מאז לא הוסיף עוד לנגוע בנקודה רגישה זו. אבל משיחה זו ואילך, לאחר גילוי הגט שבלב, כך סיפרה - פרש ממנה, ומה שנתן לה לא שם בידה אלא הניח לפניה.
עד כאן
גד
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2008 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גד »

לכאורה, [אלעס בדרך אפשר] בני גרושת הלב, פון די תשע מדות. איז נאר ווילאנג ס'איז גמר בלבו לגרשה, זעט אויס ער האט מחמיר געווען ווייל ס'איז איינמאל געווען גמר בלבו לגרשה און ס'איז מאותן שכופין להוציא, נאך צען יאר מטעם חיוב פרי' ורבי', ווי ס'שטייט אין סי' קנ"ד, און אפילו דער רמ"א זאגט אין סימן א' שבזמן הזה אין כופין אפילו בשהה י' שנים, אבער דין כופין איז נאך אלץ דא, און דער חלקת מחוקק זאגט אז פון ריב"ש קוקט אויס פארקערט, און דער גר"א זאגט אלעס איז טענות דחיות, אז מ'קען נישט אוועקנעמען דעם דין כופין. [בוטשאטשער רב מוטשעט זיך אויך מיט לימודי זכותים פארוואס מ'איז נישט כופה, ער וויל זאגן אלס ספק ספיקא.]
און אפילו, ער האט למעשה חושש געווען אויף חשש שפיכת דמים, מ"מ הסכימה לקבל גט, כאטש זי האט נישט מוחל געווען צו זיין אליינס, אבל חיוב עונה י"ל שמחלה.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יאסעל,
און תש"ן האט ר' חיים קוליץ פון ירושלים עיה"ק ארויס געגעבען א חיבור בשם 'החוזה מליטא'. דער מחבר איז געווען א יוצא ונכנס ביים חזו"א די לעצטע צוואנציג יאהר פון זיין לעבען. ער ברענגט דארט א סאך אנעקדאטען פונעם חזו"א וואס ער אליינס איז געווען דערביי.
דער הייליגע התנהגות זיינער ברענגט ער אויך דארט וואס ער האט געהערט דארט און שטוב.

הרב גד,
ווען איך האב דאס געליינט מיט א 19 יאהר צירוק איז מיר אויך שווער געווען, עונה?
יעצט זעה איך עפעס א מהלך. א גרויסער ישר כוח
the SCY is the limit
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”