ר' ישראל טווערסקי מקאזניץ-ברוקלין

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

ר' ישראל טווערסקי מקאזניץ-ברוקלין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שמואליק אפשר וועסטו וויסן, ווער איז דער רבי ישראל בר' שלמה זאב טווערסקי מקאזניץ מחבר פון דעם ספר http://hebrewbooks.org/2988 ער גיבט זיך אין ספר אהן אלס אייניקל פון ר' יהודא לייב מהאניפולי בעל אור הגנוז, מהר"ן מטשערנאביל, הר"ר אלימלך, המגיד מקאזניץ, אוהב ישראל מאפטא, ר' גדלי' ליניצער, און אין די הקדמה שרייבט ער אויפן בע"ש הק' אא"ז, ער האט הסכמה פונעם מאנאסטריטשער רבי וועלעכע שרייבט אויף איהם ש"ב.
ווער איז דאס?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

הרב בן בוזי:
איך וועס נישט ווער איז דאס, האבער לכאורה הער דארף זאן א אייניקל פון רבי יעקב יואל [א זון פון רבי מרדכי אורנשטיין איידעם פון דער אפטער רב] איידעם פון רבי משה אליקים בריעה פון קאזשניץ א איידעם (בזיוו"ר) פון דער אור הגנוז פון אניפאלי (בזיוו"ש) פון רבי אלעזר פון לעזשענסק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער בארימטער אתר קברי צדיקים באמריקה האט לעצטענס ארויפגעשטעלט א בילד פונעם מצבה פון דעם קאזניצער רבי וואס ידידינו הרב בן בוזי האט זיך נאכגעפרעגט, דארט איז דא עמיצער ר' יצחק טווערסקי וועלכער איז א באקאנטער חוקר ממשפחת טווערסקי וועלכע שרייבט גאר שארף איבער אים, איך וועל מעתיק זיין לשונו (אויף ענגליש) און איבערזעצן ווי ווייט מעגליך.

Not sure why he is listed on your website - he was not a rebbe at all. His real name was schwartz and he was a schochet who came to america and took the name twersky. He was not a descendant of ANYONE listed on his tombstone. have all his naturalization, name change, ship records which show the schwartz information. His descendants “claim” that they have a family tree which states how he is a twersky but cannot show it to anyone………..


פרייע איבערזעצונג:
.."איך פארשטיי נישט פארוואס איר האט אים בכלל ארויפגעשטעלט אויף אייער וועב-זייט, ער איז קיינמאל קיין רבי נישט געווען. זיין אמת'ער נאמען איז געווען 'שווארץ' און ער איז געווען א 'שוחט' וועלכער האט ארויסגעוואנדערט קיין אמעריקא און אדאפטירט דעם נאמען 'טווערסקי'. ער איז נישט געווען קיין אייניקל פון 'קיין איינעם' פון די צדיקים וואס ערשיינען אויף זיין מצבה. איך האב אלע זיינע בירגערשאפט דאקומענטן, נאמען טויש, שיף רעקארדס, וועלכע צייגן זיין 'שווארץ' אינפארמאציע. זיינע אייניקלעך 'טענה'ען' אז זיי פארמאגן א פאמיליע-בוים וועלכע צייגט זייער שייכות צו 'טווערסקי' אבער זיי קענען עס נישט צייגן פאר קיינעם".....

עס וואלט זייער אינטערעסאנט געווען צו דערגיין דעם אמת איבער דעם איד, אנגעבליך אין די הסכמה פון מאנאסטריטשער רבי איז ער א 'ש"ב' מיט אים, עס וואלט געווען כדאי צו דערגיין צו דאס איז מזויף וכדו'.

בייגעלייגט איז דער בילד פונעם מצבה
אטעטשמענטס
yisroel-twersky.jpg
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

זעהט אויס אז מיללער איז היבש אפ טו דעיט, דער גאנצער נושא דארטן איז הערשט היינט ארויף געלייגט געווארן,
דער yitz twersky וועלעכע שרייבט דארטן איז מיינער א באקאנטער ער איז דער מחבר פון מלכות טשערנאביל, זיין נאמען איז יצחק מאיר טווערסקי זיין טאטע איז געווען ר' יעקב יוסף טווערסקי פון כאטין ווועלעכע האט געווואוינט אין די בראנקס און זיין מאמע איז א טאכטער פונעם אלטן קאפישניטצער רבי ז"ל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב בוזי,

דער סייט הנ"ל איז אין מיינע פעיוואריטס און ווערט געקוקט דורך תושבי סקרענטאן ורבניה לכה"פ איינמאל א מעת-לעת, איך האב שוין אסאך פון דארט קאפירט מיט רשות פונעם בעל-האתר עס איז א מורא'דיגע ארבעט.

דער ר' יצחק מאיר טווערסקי וואס די דערמאנסט, ער איז א רב/רבי?
זיין טאטע איז געווען פון חאטין, איך האב אמאל געזעהן א דין ביכל איבער די חאטינע רביים לבית טווערסקי דאס איז די זעלבע?
פון וועלכע גזע ממשפחת טווערסקי שטאמען זיי?
אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סלונימער »

וואו קען מען זען דארטן דעם ציון פונעם סקווערער רבי'ן זצוק"ל זי"ע?
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

דער יצחק מאיר נ"י איז נישט קיין רבי אדער רב.
ער האט ארויסגעגעבן דעם ביכל מי יראינו טוב אויף זיינע זיידעס לבית חאטין.
ער איז אן אייניקל פון ר' אהרן טשערנאבלער.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ר' יצחק מאיר בן הרב יעקב יוסף בן הרב הקדוש מרדכי ישראל מ'חאטין בן הרה"ק ר' ברוך מאיר מ'אזאריניץ בן הרה"ק ר' מנחם נחום בן הרה"ק ר' אהרן בן הרה"ק ר' מרדכי בן הרה"ק המאור עינים זי"ע.

אוואו זיי זענען געווען איידימער האב יאך שוין נישט קיין געדולד אריין צו קלאפן, ווער עס וויל קאן זיך ווענדען צו מיר אין אישית, אפשר איז דא א עצה דערצו.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח להרב מביקסאד והגבאי על החומר.

סלונימער
עס איז דערווייל דארט נישט פאהאנדען די ציון פון סקווירא רבי זצ"ל
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

איינער האט מיר יעצט פארציילט וואס ווייסט וועגן אים, אז ער איז געוועהן א גרויסע תלמיד חכם אין זייער אן ערליכער, ער האט געהאט א בית המדרש אויף לינקאלן פלעיס אין קרוין הייטס, ער האט נעבעך געהאט א זוהן ווואס איז געוועהן א באוויסטער באקסער.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

און ער האט זיך גערופען טווערסקי אדער שווארץ?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לויט דעם דערמאנטן טווערסקי, האט ער א זוהן וואס לעבט נאך אבער וויל צו קיינעם נישט רעדן וועגן זיין פאטער נאכדעם וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס פאלש זיין גאנצע יחוס.

ווי דער מאנסטריטשע רבינ'ס זוהן האט איבערגעגעבן האט ער ארויסגע'נער'ט די הסכמה פון אים נאכדעם וואס ער האט פארגעשטעלט זיין כלומר'שטן יחוס.

כ'מיין אז דאס איז גאר אן אינטערעסאנטער געשיכטע אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט דאהי אין אמעריקא, וואס האט זיך געענדיגט מיט א מצבה פיל מיט שקרים אדער לכה"פ דמינות אין וועלוואוד סעמעטערי.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

עס איז אינטערעסאנט צו ברענגען אהער אן ארטיקל וועלכע איז ערשינען אין המליץ כ"ה ניסן תרמ"ה וועלעכע באריכטעט אז איינער איז געקומען נאך געלט קיין לעטשיטשוב און זיך אנגעגעבן אלס אן אייניקל פון ר' נחום טשערנאבילער און דערביי געמאכט גוט געלט אבער ווען מען איז שפעטער געוואר געווארן איבער זיין שטיקל האט מען ביי איהם צוגענומען דאס גאנצע געלט, איך לייג דאהי א פאטא קאפי פון דער ארטיקל
זעהט אויס אז דער קאזניץ-טווערסקי רבי איז געווען געדרוקט אין געלט און דאס איז געווען גוט גייענדיג
אטעטשמענטס
letchitchev.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן-בוזי, ביסט זיכער אז 'מרעדט פונעם זעלבן חברה-מאן?

אגב זיין דערמאנטער זוהן איז נישט געווען רעליגעז ער האט געהייסן זשעיקאב טווערסי, ער איז געווען בלינד און דעסטוועגן אויסגעשטיגען צו א גרויסער רעסלער און בוך-פארפאסער, לייענט דא איבער זיין לערער אין רעסלינג, און
דא איבער זיין בוך גערופען The Beginning of the Journey.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ניין איך זאג נאר אז ס'ענדעלט צו יענע מעשה, זעהט אויס אז טווערסקי איז געווען שטארק געשעצט און געעהרט און ס'האט געברענגט גוטע רעזולטאטן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער האט געשריבן:בן-בוזי, ביסט זיכער אז 'מרעדט פונעם זעלבן חברה-מאן?

אגב זיין דערמאנטער זוהן איז נישט געווען רעליגעז ער האט געהייסן זשעיקאב טווערסי, ער איז געווען בלינד און דעסטוועגן אויסגעשטיגען צו א גרויסער רעסלער און בוך-פארפאסער, לייענט דא איבער זיין לערער אין רעסלינג, און
דא איבער זיין בוך גערופען The Beginning of the Journey.


איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט, ביטע אנטשולדיג מיר

אגב, זעה איך נישט דארט איבער דעם דזעקאב טווערסקי
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב געפרעגט צו דער המליץ רעדט פונעם זעלבן פארשוין וועלכער האט זיך אנגעגעבן אלס א טשערנאבלער אייניקל, א זאך וואס איך האב שוין מברר געווען אז נישט ווייל אונזער ר' ישראל איז געבוירן בשנת תרנ"ז און דער המליץ איז פון תרמ"ה.

ווידער אין ביידע לינקים רעדט מען פון זשעיקאב טווערסקי ב"ר ישראל די ערשטע באשרייבט זיין לערער און 'רעסלינג' (כ'קען נישט דעם אידישען טערמין דערויף, עפעס א שייכות מיט שלעגעריי-פארמעסטן) און דאס צווייטע באשרייבט זיין בוך.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א מעלדונג איבער זיין אנקום, דארט האט ער נאך גארנישט מיט קאזניץ ולמעב"ק, דארט קומט ער גאר פון פרעשבורג.
אטעטשמענטס
eineiyisraelad.jpg
eineiyisraelad.jpg (35.18 KiB) געזען 8513 מאל
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער א דאנק, מהיכי תיתי פון וואנעט קומט דער צייטונג אויסשניט, איך ווייס נישט צו דאס איז דער זעלבער ישראל ווארום ר' יצחק מאיר טענה'ט אז ער איז געקומען אלס 'שווארץ' און דאהי געמאכט זיין נעי"ם טשעינדז"ש (קען זיין אז ער האט אויך געהאלטן פון טשעינדזש, מ'דארף מברר זיין...) צו טווערסקי, און ווי ס'זעהט זיך אויס איז דער ר' ישראל פון צייטונג געקומען אלס א טווערסקי.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן-בוזי,

ר' יצחק מאיר האט מיר געשיקט דעם אויסשניט צוזאמען מיט אלע דאומענטן פון זיין נאמען-טויש, דער אנאנס אינעם צייטונג איז א חלק פון זיין שפיעל, כאפסט נישט?

דאס איז אמת אז ער האט זיך אויפגעהאלטן ביים טריסקער רבי, אלע איבריגע נעמען מיט אינפארמאציע ברויך רחמי-שמים צו זיין אמת.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שיק מיר אין אישית מער אינפארמאציע דאס איז סאמטינג געוואלדיג
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מצטרף להנ"ל, ואל תמנע טוב משאר החברים.
ועמך כולם צדיקים
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

אזוי קלעטערנדיג אויף יענעם סייט האב איך געטראפן איינעם פרעגן אזוי:

The Rebbe was a cohen, how was he a descendant of the Chernobyler Maggid?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער אמת איז אז עס זענען דא טווערסקי'ס וועלכע זענען נישט קיין ישראלים א שטייגער ווי ר' חיים טווערסקי וועלעכע איז באהאנדלט געווארן אין שושלת בית לויעב טשערנאביל
אגב איז טאקע אינטערעסאנט וואס ר' חיים טווערסקי האט מיר פארציילט אז ווען ער איז געקומען דאס ערשטע מאל קיין סקווירא (מן הסתם נאך אין ברוקלין) צום סקווירא'ר רבי ז"ל האט מען איהם אויפגערופן פאר אן עלי' שבת ביי מנחה צו שלישי האט ער געזאגט אז ער קען נישט גיין ווייל ער איז א לוי, (דער רבי האט נאך נישט געוואוסט אז ער איז נישט קיין בן אחר בן ער האט פארשטאנען אז מן הסתם איז זיין פאטער געווען א זוהן פון ר' ברוך בנציון מלויעב) דער רבי ז"ל האט דאס נישט געקענט פארשטיין ביז ער האט געדארפט מסביר זיין פארוואס ער רופט זיך טווערסקי וכו'
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן-בוזי וחבירו הרב מביקסאד,
איך האב עטליכע עליס-איילאנד דאקומענטען וכדו', נישט עפעס ספעציעל, דאס אינטערסאנטע איז געווען דער צייטונג אויסשניט וואס איך האב שוין דא געשטעלט.

זאנוויל,
דאס האט דאך געברענגט די נייגער דארט צו רעדן איבער זיין היסטאריע.

בן-בוזי,
די הורנוסטייפלער טווערסקיס און די מאלינער טווערסקיס זענען דאך אויך נישט 'טוורערסקי' בשורש, דאס אליינס איז נאכנישט קיין קושיא, ער האט נישט געזאגט אז ער איז א בא"ב.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”