Advertisement

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג מרץ 15, 2010 1:15 pm

באנקיר, לפי ידיעתי זענען די בילדער נישט צום הַאבען אויף א וועבזייטל. איך האב פון עמיצן באקומען א פעקל בילדער פון פארצייטישע פוילישע יודען. האלט אייך געשפאנט! עס קומט נאך!

א גוט ווארט!
איך האב זיך געוואונדערט די זעלבע, אבער אזוי איז געצייכנט אויף די בילדער דורך דער זאמלער. איך קען נישט גאראנטיען אויף די אמת דערפון.

Advertisement

מאנטאג מרץ 15, 2010 1:24 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:דער עלטסטער שמיד אין די שטאט נאוועמעסטע

נאווע-מעסטע, איז ניישטאדט עיר-חדש.

אגב, ביי די בילד פון רבי יוסף סאקס, קען מען צולייגן דער עלצטער מוכר ספרים אין נעוויארק

מאנטאג מרץ 15, 2010 1:30 pm

מיללער האט געשריבן:ווער זענען די באבובער חסידים בשנת תשנ"ד

fin rechts tzee links r' nachman valtzer,r' mendl reicberg, hurav (ezriel) yisruel mandelbaum, in hurav chaskel sharf

מאנטאג מרץ 15, 2010 1:34 pm

verveist האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ווער זענען די באבובער חסידים בשנת תשנ"ד

fin rechts tzee links r' nachman valtzer,r' mendl reicberg, hurav (ezriel) yisruel mandelbaum, in hurav chaskel sharf


אין אידישע [בוכשטעבליכע] איבערזעצונג; פון רעכטס צי לינקס, ר' נחמן וואלצער, ר' מענדל רייכבערג, הרב ר' (עזריאל) ישראל מאנדלבוים, הרב ר' יחזקאל שארף.

תשוח"ח לר' ווערל ווייס

מאנטאג מרץ 15, 2010 2:16 pm

אלף בית האט געשריבן:
ללמוד וללמד האט געשריבן:דער עלטסטער שמיד אין די שטאט נאוועמעסטע

נאווע-מעסטע, איז ניישטאדט עיר-חדש.


גערעכט, הרה"ג ר' משה נאוואמעסטא תלמיד מובהק ובני ביתו פון די הייליגען חת"ס (ומנו"כ בהר הזיתים), איז טאקע געבוירן אין ניישטאדט, און דערפאר האט מען איהם אזוי גערופן.

ווי געפינט זיך ניישטאט?

דינסטאג מרץ 16, 2010 9:43 am

ר' נפתלי גרינבאנד, דער זייגער מאכער אין גור שנת תרפ"ח
עטעטשמענטס
14.jpg
14.jpg (22.18 KiB) געזעהן געווארן 1479 מאל

דינסטאג מרץ 16, 2010 9:48 am

זעליג, דער שניידער פון וואלמין
עטעטשמענטס
15.jpg

זונטאג מרץ 21, 2010 11:40 am

2# הרה"ח ר' אברהם מושקוביץ שליט"א [בנו של הגאון אב"ד באניהאד - רבי דוד מאשקאוויטש זצ"ל] - מלמד תינוקות שנים רבות בלונדון.

17# פון לינקס הרה"ג ר' יצחק ראזענגארטען שליט"א [בנו של הג"ר שמואל ראזענגארטען ראש ישיבות בעלזא בא"י] - מרביץ תורה בלונדון.

19# הרה"ג ר' מנדל? שווימער שליט"א מגי"ש בישיבת תורת חסד.

מיטוואך אפריל 07, 2010 1:31 pm

א שאד איך האב נישט קיין גרעסערע בילד. דער איד האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, א וועלטס בארימטער ארטיסט, היסטאריקער, און דענקער. מ'זאגט אז אין די פריערדיגע צייטן איז ער גאר געוועהן פון די בעלזער יושבים.
עטעטשמענטס
24.jpg
24.jpg (1.91 KiB) געזעהן געווארן 1277 מאל

מאנטאג אפריל 19, 2010 2:08 pm

ללמוד וללמד, דוכט זיך אז דער איד איז ר' אשר פארסט ז"ל (ברודער פון ר' יונה זצ"ל ר"מ בנייטרא - און פאטער פון ר' בנימין פארסט) האב איך רעכט?

מאנטאג אפריל 19, 2010 3:25 pm

יא, נחמן נתן! גערעכט! אויב דו ווייסט יא, וואס האט אזוי לאנג גענומען?
הרבני הישיש ר' אשר זעליג פארסט ז"ל איז אין זיינע יונגע יאהרן געזעצן אסאך אין בעלזא. שפעטער, ווי עס שיינט נאכן ערשטן קריג איז ער געבליבן אין וויען און האט געהערט צו די באקאנטע שיפשוהל קהילה. דאן האט ער זיך שוין מער איינגעוואוינט צו די אשכנז'ישע לעבנס שטייגער. הארט ביפארן קריג האט ער זיך געצויגן קיין וויליאמסבורג ווי ער האט קובע מקום געוועהן לתפלה אין ווינער שוהל. ער איז געוועהן גאר באקאנט אין די אידישע וועלט מיט זיין ידיעות אין היסטאריע (נאדיר א לינק ווי מען אינטערוויוד איהם איבער ר' מיכאל בער), זיין אידיאלאגיע אין אידישקייט, און בעיקר זיין פאכמאנישע גאלדענע הענט אין די וועלט פון מאלעריי. ער איז אוועק א פאר יאר צוריק אין טיפן עלטער פון 100 יאהר אלט.
_ _ _
בדרך אגב, נחמן נתן, ער איז טאקע פון יענע געגנט אין וויליאמסבורג, אבער די בילד איז נאך פון ביפאר די פאטא אפאראט האט העפטיג פינקציאנירט אין יענע טערטאריע. פילייכט פאר דעם האט לענגער געדויערט...

דינסטאג אפריל 20, 2010 6:03 pm

ללמוד'ל, נאדיר א שנעלקע ! ;l;p-

מיטוואך אפריל 21, 2010 10:11 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:יא, נחמן נתן! גערעכט! אויב דו ווייסט יא, וואס האט אזוי לאנג גענומען?
הרבני הישיש ר' אשר זעליג פארסט ז"ל איז אין זיינע יונגע יאהרן געזעצן אסאך אין בעלזא. שפעטער, ווי עס שיינט נאכן ערשטן קריג איז ער געבליבן אין וויען און האט געהערט צו די באקאנטע שיפשוהל קהילה. דאן האט ער זיך שוין מער איינגעוואוינט צו די אשכנז'ישע לעבנס שטייגער. הארט ביפארן קריג האט ער זיך געצויגן קיין וויליאמסבורג ווי ער האט קובע מקום געוועהן לתפלה אין ווינער שוהל. ער איז געוועהן גאר באקאנט אין די אידישע וועלט מיט זיין ידיעות אין היסטאריע (נאדיר א לינק ווי מען אינטערוויוד איהם איבער ר' מיכאל בער), זיין אידיאלאגיע אין אידישקייט, און בעיקר זיין פאכמאנישע גאלדענע הענט אין די וועלט פון מאלעריי. ער איז אוועק א פאר יאר צוריק אין טיפן עלטער פון 100 יאהר אלט.
_ _ _
בדרך אגב, נחמן נתן, ער איז טאקע פון יענע געגנט אין וויליאמסבורג, אבער די בילד איז נאך פון ביפאר די פאטא אפאראט האט העפטיג פינקציאנירט אין יענע טערטאריע. פילייכט פאר דעם האט לענגער געדויערט...


מען האט איהם גערופען אין בעלז ר' אשר ווינער איך בין אמאל געווענהן ביי איהם אין פין די שמועס איז אויסגעקומען אז ער איז לאו דווקא געוועהן א בעלזער יושב נאר ער איז געוועהן ביי פרידיגער בעלזער רב א שטיק צייט[אגב ער איז געוועהן א שוואגער מיט ר' אלימלך רומפלער ז"ל] אבער צו זאגען ער איז געווארן א יעקע דאס נישט ווייל ער איז נאך שפעטער געפארן צו ר' משה'לע ביאנער אין קראקא אויף פסח אין געזוצען ביים סדר ביי איהם אין אזוי אויך האט ער אין וויען זיך געדרייט ביים טשארקטובער אין הוסיאטנער אין נאך צדיקים
אין ער איז אלט געוועהן ווען ער איז אוועק 104 יאהר

מיטוואך אפריל 21, 2010 10:34 pm

22#
הישיש ר' אברהם שמואל גראס פון אנטווערפן א בעלזער חסיד

דאנערשטאג אפריל 22, 2010 6:19 am

איינער דארף דא מאכען א סך הכל פון אלע בילדער וואס מען האט געברענגט צוויי בלעטער צוריק,

איינער ווייסט איינעם, און די אנדערע ווייסט די אנדערען אבער מען קען נישט זעהן קלאר,

#1 פלוני
#2 פלוני

זונטאג אפריל 25, 2010 2:26 am

15 איז נישט אפשר שניטצער פינעם שיך געשעפט אין ק״י?

פרייטאג אפריל 30, 2010 6:15 am

משה קאפויער האט געשריבן:ווער איז דער זקן ונשוא פנים?


קאפויער, זענט איהר אין ירושלים אפשר? לאמיר זיך טרעפן......

פרייטאג אפריל 30, 2010 10:03 am

מיר קאנען איהם פון זעהן. דאכט זיך אז איהם רופט מען אין ירושלים "מלאך הברית", ער לויפט צו אלע ברית'ן אין גאנצן שטאט. ער דאווענט אין פינסק-קארלין.

פרייטאג אפריל 30, 2010 12:40 pm

נ"נ, אם דבריך נכונים אז הוא חותנו של כ"ק רבי אריה ראזענפעלד מ'פינסק-קארלין שליט"א.

זונטאג מאי 02, 2010 10:29 am

הערשי קניהויז האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:מילער דער באבובער חסיד איז נישט ר' מענדיל רייכבערג ולימינו בנו ר' וואלף?


נעקסט צו אים איז ר' שמואל'טשע האראוויץ(?)


אויפען בילד לינקס פון ר' מענדעל רייכבערג שטייט ר' ישראל(עזריאל) מאנדעלבוים נ"י
האמער געלערענט און איין קלאס און באבוב און קראנהייטס

איך זעה יעצט אז 'ווער ווייסט' האט שוין מפענח געווען

מאנטאג מאי 03, 2010 6:35 am

ביקסאד האט געשריבן:נ"נ, אם דבריך נכונים אז הוא חותנו של כ"ק רבי אריה ראזענפעלד מ'פינסק-קארלין שליט"א.

ריכטיג, ער הייסט ר' אברהם הורוביץ, און ער איז א סטאלינער חסיד.

מיטוואך מאי 05, 2010 11:52 am

מי הוא? - טאקע מיט א קנייטש הוט, אבער א חסידישער איד.
עטעטשמענטס
IMG00074.jpg
IMG00074.jpg (40.5 KiB) געזעהן געווארן 843 מאל

מיטוואך מאי 05, 2010 12:03 pm

דוכט זיך ער הייסט וויזעלטיר, א מתפלל אין סקווערע שטיבל.

א חסיד דורך און דורך. כאטש נישט מיטן לבוש.

מיטוואך מאי 05, 2010 12:12 pm

גערעכט. הרה"ח ר' משה וויזעלטיר הי"ו
דוכט זיך אז ער איז געווען פון די ערשטע חסידים וועלכע האבן זיך מקשר געווען מיטן סקווערער רבי'ן זצ"ל אין די בראשית יאהרן אין אמעריקא.

מיטוואך מאי 05, 2010 12:23 pm

דאס טינט שאכטל איז צו קליין צו אנטהאלטן אזויפיל טינט און די פעדער איז צו שוואך צו שרייבן אזוי פיל איבער דער לעגענדארער חסיד ר' יהודא משה וויזעלטיהר שי' (מאנכע רופען איהם גאר מיט אן אמעריקאנער אקצענט יאָדע מאוש...), ר' יהודא משה איז א טיפזיניקער חסיד מיט א ברייטע ידיעה און טיפער חקירה איבער חסידית בכלל ובפרט, ער האט א ברייטער נאמען ביי די יודעים אין וויליאמסבורג און עס איז גוט איהם צו קענען, זייענדיג א פוירנישטער פיעס פון דער סקווערער שטיבל שוין פון 60 יאהר צוריק קען מען איהם דארט אפגעפונען.
--

נ"נ האקט אריין
שרייב א תגובה

Advertisement