Advertisement

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג פבואר 26, 2010 9:06 am

אגב, דאס איז א חלק פון זיין אויפ'גבאי, די מצה בעקעריי.
נו! ווער נעמט די פענע און הייבט אהן זיין ביאגראפיע לימין ול.. א איד וואס האט שוין זיין קאריעריע פאר פולע 60 יאר, פון ג' פרשת בלק כ"ב תמוז תש"י לפ"ק לאויוש"ט.
קען מען עפענען א באזונדערע אשכול

Advertisement

פרייטאג פבואר 26, 2010 11:17 am

הרה"ח המפורסם רבי ישעי' יואל אונגער שליט"א, נאמן בית סקווירא, משמש בקודש לפני ולפנים אצל הרה"ק כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצוקללה"ה ואחריו אצל בנו מ"מ יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

ר' ישעי' איז א זוהן פון פון הרה"ג רבי אברהם צבי אונגער זצ"ל הי"ד אב"ד קאפאוואר. (ר' ישע' איז א ברודער געווען מיט הרה"ג רבי יצחק שלמה זצ"ל רב וראש ישיבת חוג חתם סופר בני ברק, און מיט הרה"ג רבי שמואל אפרים זלמן אונגער זצ"ל דומ"ץ שיכון סקווירא).

דער קאפאווארער רב זצ"ל איז געווען א מונקאטשער חסיד ביים הייליגן מנחת אלעזר זצ"ל.

איך בין מעתיק א שיין שטיקל בריוו וואס דער קאפאווארער רב זצ"ל האט געשריבן צו א בנש"ק (דאטירט: אור ליום ד' בה"ב ט"ל אורות למב"י תש"א לפ"ק קאפאוואר יע"א):

[צו פארשטיין על מה הוטבעו אדני הדברים: ער שמועסט אביסל ארום אביסל וועגן ישיבות אין אונגארן].

הנה בידינו שני ספרי מוסר שרשיים ועקריים, והם הולכים על שני אופנים ודרכים שונים זה מזה, ואלו ואלו דברי אלוקים חיים לתכלית אחד מוליכים, והם ספה"ק חובת הלבבות, והב' הוא הספה"ק ראשית חכמה, והמה בכלל על שני דרכים הולכים בעבודת השי"ת רחוקים זה מזה, כי הספה"ק ראשית חכמה הוא מביא את האדם לידי קדושה וטהרה על ידי אמונה פשוטה זכה וברה, והספה"ק חובת הלבבות דרכו בקודש לעורר את שכל האנושי להטותו ולברר לו חיוב עבודת השי"ת ע"י ראיות מופתיים מן השכל, ועל זה נאמר דע את אלוקי אביך ועבדהו.

והנה בדור שלפנינו היו שני ישיבות רמות במדינתינו היותר מפורסמות, ישיבת חוסט וישיבת אונסדארף, ואני אמרתי מאז שהפרש גדול היה ביניהם כי חוסט היה ראשית חכמה, ואונסדארף היתה חובת הלבבות, והחילוק הזה היה ניכר ממש באופן הנהגת הישיבות הנ"ל, וגם ניכר הוא בכל אחד מן התלמידים עד היום הזה, ואני כבר הקדמתי לך שאין לאחד מן הדרכים שום מעלה על חבירו, אמנם טבע האנשים בכלל ג"כ הוא נוטה לשני דרכים הנ"ל, ומשונים המה בדעתם ואופן הילוך שכלם, ועל זה אמרו חז"ל שאין האדם זוכה ללמוד תורה רק במקום שלבו חפץ, רצונו לומר במקום שמתנהג באופן אשר גם דעתו נוטה בטבעו להנהגה זו.

אמנם גם שני הדרכים צריכים זהירות יתירה שלא לנטות ח"ו אל הקצוות יותר מדאי, בשני הדרכים הנ"ל, כי הנטיה אל הקצוות ח"ו מביאה לידי היזק ה"י, ועתה לעת כזאת וכאשר אני רואה מעמדך ומבין מתוך מכתבך, אולי ישר הוא לשנות מקומך ודי בזה, וה' הטוב ינהלך על מי מנוחות וינחך במעגלי צדק למען שמו ית', ובזכות אביך הצדיק זי"ע.

מאנטאג מרץ 01, 2010 3:56 pm

נחמן נתן האט געשריבן:
פריילאך האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:בן-בוזי, ווארט נאר צו אביסעלע, איך האב אין מיין באזיץ א שיינעם קאלעקציע פון דיינע שכנים וועלכע דו דרייסט דיך מיט זיי אינעם גרויסן שוהל וואו דו דאווענסט. להוי ידוע לך אז מצודתי פרוסה!



אדרבה בן בוזי, אז די קענסט אונז עלטערע יודען קומען צו הילף, מעלד זיך צו מיר, מיר האבן איהם פארטריבן פון ליע שול, איז ער געגאנגען צו דיווישאן, ויסעו מדיוויזאן ויחנו באפסטעיט, מסע אחר מסע גולה אחר גולה, וועלן מיר איהם שיקן...


[אכטונג ידידים ומנהלים: מיינע קומענדיגע ווערטער קומען אין ליכט פונעם יו"ט פורים הבעל"ט, מיר מיינען נישט ערנסט צו טשעפענען ח"ו.]
-
אני בתומי אלך! פון ווי מ'וועט מיר נאר אלץ פארטרייבן וועל איך ווייטער אנגיין בעבודת הקודש כיד ה' הטובה בכח ובזכות הרבים, ובזכות האבות והאמהות, בסייעתא דשמיא.

אט איז געקומען די רייע "די אָפּסְטעֶיטֶע בערג"! מיר האבן געווארנט און קלאר געמאכט פאר די יעניגע וועלכע האבן זיך פארמאסטן אנצופירן א שמוץ קאמפיין אקעגן אונזער הערליכע געטרייע עבודת הקודש פון באריכטען עלטערע אידן און צושטעלן בילדער פון זיי, [וואס בלויז קוקן אויף זייערע צורות איז גענוג צו מעורר זיין אביסעלע יראת שמים, ווי מ'פלעגט זאגן ביי צדיקים: וואויל זענען אויגן וואס האבן געזעהן אויגן!], די יעניגע וועלכע האבן זיך באהאלטן אונטער א פאלשן שלייער כאילו זיי נעמען זיך נאך מכלומרשט אָן פאר די זקני תלמידי חכמים, דורכ'ן עצה'נען פאר די משמשים פון די זקנים נישט זיך צו דרייען אין אונזערע גלילות, פאר זיי ווילן מיר זאגן קליפ און קלאָר: אזוי מיר האבן אין פארגאנגענהייט געברענגט בילדער פון זקני ירושלים, ברוקלין, אנטווערפן, קרית יואל וכו' טראצדעם וואס אונזער לאקאל איז טאקע אין ברוקלין, אבער וויסן זאלט איר אז מצודתינו פרוסה בכל העולם כולו! ידינו נטויה אי"ה צו ברענגען דא פון ד' כנפות הארץ, פון וואו עס געפינט זיך נאר א קיבוץ פון פארצייטישע חסידישע אידן. - - -אונזערע גלילות זענען נישט בלויז די פּאָר איינצעלנע גאסן אין ברוקלין ווי מיר געפינען זיך אפטער. אני בברוקלין ומצודתי פרוסה לכל העולם כולו. ס'וועט נישט העלפן גארנישט פאר קיינעם זיך צו באהאלטן פון אונזערע אגענטורן, סיי דאהי און סיי ערגעץ וואו.

אט קומען מיר אריין אין א 'מצות בעקעריי' אין איינע פון די אפסטעיט גלילות, און פאר אונזערע אויגן זעהן מיר א געשטאלט וואס איז שטארק פאסיג צו אונזער פארום 'פארצייטישער חסידישער איד', א איד וואס איז גאר ברייט באקאנט ביי שלומי אמוני ישראל מיט זיין רעספעקטירטן נאמען. לאמיר אייך געבן דאס ווארט און מכבד זיין מיטן ארויסזאגען ווער דאס איז:


אכטונג מנהלים: דער תגובה טוט טשעפענען מיט מיינע געפילן און זאל אויף קיין שום פאל נישט טאלערירט ווערן נאר תיכף ומיד ממש זאפארט און שוין געמעקט ווערן, ):דאס שרייב איך נישט אונטערן איינפלוס פון פורים נאר אונטער דער דירעקטער איינפלוס פון נחמן נתן'ס טשעפענען מיט מיר(;
לעצט פאראכטן דורך בן בוזי אום דינסטאג מרץ 02, 2010 9:32 am, פאראכטן געווארן 3 מאל בסך הכל.

מאנטאג מרץ 01, 2010 4:02 pm

בן-בוזי, זיץ איין שטיל! זאלסט נישט זאגן כ'האב דיר נישט געווארנט. מיר גייען א טריט ווייטער!
ווער איז דאס?
עטעטשמענטס
chasidisher yid.jpg

דינסטאג מרץ 02, 2010 8:27 am

נחמן נתן האט געשריבן:בן-בוזי, זיץ איין שטיל! זאלסט נישט זאגן כ'האב דיר נישט געווארנט. מיר גייען א טריט ווייטער!
ווער איז דאס?


איך דערקען דעם איד פון סקווער, זעהט אויס אז נחמן נתן האט זיך יעצט ארויף געזעצט אויף סקווער'ס פלייצע.....
דער איד איז דאכצעך 'איינהארן'.

דינסטאג מרץ 02, 2010 9:02 am

ר' ישעי' האט אויך א ברודער אין וומסב"ג. הר"ר מיכל אונגאר שליט"א, לאנגיעריגער פארהערער אין פאפא ת"ת.

דינסטאג מרץ 02, 2010 9:58 am

פרעגער, האסט גוט צוגעטראפן.
באקומען אין אישי:
ר' חיים איינהארן ע"ה מסאמבאטעלי, היה יושב אוהל והוא מחסידי בעלזא-סקווירא, השאיר אחריו בנים יקרים מאוד רבנים ומשפיעים

דינסטאג מרץ 02, 2010 9:59 am

דער רבי חיים איינהארן, איז נישט לאנג צוריק אוועק.

דינסטאג מרץ 02, 2010 10:12 am

נו, א באנק מט חסידישע אידן, ווער דערקאנט? (איך דערקען נישט אלע).
עטעטשמענטס
אידן.JPG

דינסטאג מרץ 02, 2010 10:15 am

וואאו! דאס איז שוין א גוטס! וואו איז הרב בד"צ? מען דארף אייך האבן נויטיג.

דינסטאג מרץ 02, 2010 10:19 am

איך זעה דא אפאר טירנויער'ס, בין איך גערעכט?

דינסטאג מרץ 02, 2010 10:23 am

יא יא, גאנץ לינקס איז החסיד ר' משה יודא (יודא'לע) ווייס ע"ה.

דינסטאג מרץ 02, 2010 10:36 am

דער מיטעלסטער איז ר' חיים דוד בלום ע"ה

דינסטאג מרץ 02, 2010 11:07 am

איז נישט דאס אין וואשינגטאן שנת תשמ"א?

דינסטאג מרץ 02, 2010 1:29 pm

יא יא גבאי פון ווי האסטו געקענט ר' חיים דוד ?

דאנערשטאג מרץ 04, 2010 2:35 pm

מיר זענען נאך אלץ אין אָפּ-סְטעֶיט, (א דאנק די אונטערגענומענע העץ קאמפיין אין ברוקלין), און מיר שפאצירן נאך ארום אינעם מצה בעקעריי.
אט שטעלן מיר אייך פאר נאך א חסידישער איד'ל, מיר זעהן איהם טאקע נישט אזוי קלאר, אבער ס'איז דאך א איד פון פריערדיגען דור, איינער דערקאנט איהם?
עטעטשמענטס
collection 531.jpg

דאנערשטאג מרץ 04, 2010 2:47 pm

נחמן נתן האט געשריבן:מיר זענען נאך אלץ אין אָפּ-סְטעֶיט, (א דאנק די אונטערגענומענע העץ קאמפיין אין ברוקלין), און מיר שפאצירן נאך ארום אינעם מצה בעקעריי.
אט שטעלן מיר אייך פאר נאך א חסידישער איד'ל, מיר זעהן איהם טאקע נישט אזוי קלאר, אבער ס'איז דאך א איד פון פריערדיגען דור, איינער דערקאנט איהם?


ברייער פון סקווער, א שוואגער מיט דעם פאטער פון ר' אברהם יצחק מערמלשטיין מברסלב.

דאנערשטאג מרץ 04, 2010 2:52 pm

פרעגער, פיין.

הרה"ח ר' יוסף שלמה ברייער שליט"א, א חסידישער איד, קומט פון סערדעהעלי. ווייסט אסאך צו פארציילן. ס'לוינט א באזוך ביי איהם.

זונטאג מרץ 07, 2010 3:42 pm

מיר האלטן נישט ביים אוועקגיין פון דעם בא'חנ'טען חסידישען געשמאקען מצה בעקעריי. יעדער מינוט וואס מיר געפונען זיך דארט איז א ספעציעלער זיסער הרגשה, ווי גלייך מיר געפינען זיך יעצט ערגעץ וואו אין מעזיבוש פאר 200 יאהר צוריק! אידן יראים ושלמים מיטן פולסטען חסידישען ברען, באקן מצות בחומרות ע"ג חומרות, בזהירות וב'קפידות' יתירות. אשריכם ישראל!

ווער איז דאס?
עטעטשמענטס
aays.JPG

זונטאג מרץ 07, 2010 3:51 pm

ר' אביגדור יאס'ער (אהרנוביץ) לאויוש"ט

זונטאג מרץ 07, 2010 7:12 pm

א גוט ווארט האט געשריבן:ר' אביגדור יאס'ער (אהרנוביץ) לאויוש"ט

א גוט ווארט זאגט א גוט ווארט.
דאס איז הרה"ח ר' אביגדור [אהרנאוויטש] יאססער שליט"א.

ר' אביגדור ווערט גערופן מיטן נאמען 'יאססער' צוליב דעם וואס ער קומט פונעם שטאט יאס, דארט ווי הרה"ק מסקווירא זצ"ל האט געוואוינט בימים ההם (און דארט איז טאקע געבוירן געווארן בנו יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בשנת תש"א). ר' אביגדור איז געווען אויסטערליש געטריי פארן סקווירא'ער רבי'ן זצוק"ל.

מאנטאג מרץ 08, 2010 7:42 am

איז דאס דער וועלכער האט דעם אייזן פאבריק און מאכט די בענק פאר בתי מדרשים?

-

העמיר גיין קיין ארץ ישראל, ווער איז דער איד פון אר"י ומח"ס?
עטעטשמענטס
New Image.JPG
New Image.JPG (26 KiB) געזעהן געווארן 799 מאל

מאנטאג מרץ 08, 2010 8:25 am

דער איד -א רומעינישער מיט אן אקצענט- הייסט ר' יעקב שעכטער לאוי"ט, א איד א זקן מנקיי הדעת שבירושלים, ער האט א כולל לזקנים אויף רח' צפני' אין ירושלים עיה"ק ווי מ'לערנט קבלה, ער זעלבסט קומט קיין אמעריקא לקבץ יד על יד מנדיבי הלב, און מ'קען איהם שטענדיג געפונען איבער געבויגן איבער א זוה"ק, מיר האבן געהאט די זכי' איהם משמש צו זיין לפני כמה שנים מיט עניני השתדלות.
-----

ר' אביגדור יאססער הנ"ל איז דער אינווענטער פון די אייזערנע טישן און מקוה בענק וועלכע זענען היינט ברייט באנוצט ביי אלע קהלות בישראל.

מאנטאג מרץ 08, 2010 8:39 am

בן בוזי איז גערעכט.

האט נישט הרב שעככטער מחבר געווען א ספר?

מאנטאג מרץ 08, 2010 8:47 am

נישט וואס כ'ווייס
שרייב א תגובה

Advertisement