בלאט 15 פון 64
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 4:24 pm
דורך נחמן נתן
חסידישע אידן האבן געהאט לאנגע בערד.
אין ביאליסטאק איז געווען א צענטער פון סלאנימע חסידים, ווארום דער בית אברהם האט געוואוינט אין ביאליסטאק איידער ער איז אריבער קיין באראנאוויטש.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 4:33 pm
דורך מיללער
יהיה כן האט געשריבן:היינט איז פארן קיין פולין אונגארן רומעניע להשתטח על קברי צדיקים שוין ב"ה נישט קיין נאווינע, נאכדעם וואס דער קאמוניסטשער אייזרנער פארהאנג איז געפאלן און דער ציטריט צי אלע מקומות הקדושים זענען ב"ה לייכט און גרינג, און עס ווערן עטליכע מאל א יאר אראנדזשירט דורך פילע גרופעס נסיעות כסדר אהין
אבער אמאל, כ'מיין פאר א צירקע דרייסיג פערציג יאר צוריק איז דאס געווען קריעת ים סוף און אפילו אויך אמאל א סכנה זיך ארויס צילאזן אויף א נסיעה צי די מקומות הקדושים אינטער די קאמוניסטישע הערשאפט ווי זיי האבן יעדן פון די מערב וועלט נאכגעקוקט מיטן טויזנט אויגן.
בערך אין די אנהויב ל' יארן איז געפארן פון די סאמע ערשטע גרופעס פון חסידים ואנשי מעשה פון ניו יארק קיין פולין להשתטח על קברי צדיקים, פאר די פולישע איינוואוינער זענען די אידן מיט די היטן און לאנגע קאפאטעס געווען זייער אינטרעסאנט, איז דעמאלטס ערשינען אין די קראקעווער פרעסע בילדער פון גרופע, און די בילדער זענען שפעטער געדרוקט געווארן דורך א פוילישע שרייבערן וועלכער האט באשריבן דאס קראקעווער אידנטום אין איר ביכל The Jews of Crackow
לאמיר זעהן ווער דערקענט זיי? (דער בילד איז צינדענדיג ליכט ביים קבר פון רמ"א ז"ל אין קראקא)
זייער אין אינטערעסאנטער בילד, ר' שמואל זאנוויל ז"ל איז א איד וואס איז ווערט אן אשכול מיוחד, מיר געדענקען זיין פארלערנען אין סאטמארען ביהמ"ד אויף ראדני סט. אויבן אין די כהנא-שטיבלעך מיט אן אצילות ויראת השם חופף עליו, אדער זיין אנוועזנהייט אין קאמפ, א מוסטער פון א פארצייטישער ערליכער איד און דערצו א תלמיד חכם עצום, יהא זכרו לברכה.
ברענג נאך הרב כן
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 5:10 pm
דורך יהיה כן
דא איז נאך א בילד פון דעם אויבנדערמאנטן ביכל - צייטונג (ר' שמואל זאנוויל זצ"ל אנלענענדיג זיך אויפן גדר ביי די מצבה פון רמ"א, זעה אויפשריפט אונטן)
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 5:43 pm
דורך scy4851
דער דריטער בילד וואס 'ללמוד וללמד' האט געשטעלט פון דעם דיימאנד שלייפער אויבען אויף דעם בלעטעל.
דער יוד איז ר' יודל רוטנער ע"ה.
ר' שלמה מאנדעל שליט"א, א זוהן פון ר' מאניס מאנדעל ז"ל, דער ראש ישיבה פון ישיבה דברוקלין, איז זיינס אן איידעם.
ר' יעקב טובי' ווייזער שליט"א האט א ברידער ווער עס איז אויך דארט אן איידעם.
עס איז געווען מיט יאהרען צוריק א קינדער דאקטאר און באראפארק, דאקטאר רוטנער, ער איז פלוצלים נפטר געווארען פון א הארץ אטאקע.
דער איז געווען ר' יודל רוטנער ע"ה זוהן.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 11:17 am
דורך farshlufen
יישר כח ר' שמחה פאר די פענוח.
-----
א חסידישער איד אום שב"ק אין די אמאליגע אידישע פוילן.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 11:21 am
דורך farshlufen
אין ווארשא תרפ"ו
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 11:21 am
דורך בן בוזי
ווי דען באלאנגט עס אויב נישט דא? דער אינגל איז זיכער אויף געוואקסן שפעטער א חסידישער איד נאכן אריין הייבן פון זיין מלמד פארן נישט קענען די פרשת משפטים ביים פארהער

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 11:53 am
דורך יהיה כן
וואס איז טאקע געווארן מט דעם ווילדן שאול יצחק?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 6:04 pm
דורך נחמן נתן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 12:40 am
דורך ארעסטאנט
קויפטס אתרוגים ביי ר' שלום לויפער ווייל ער איז דעם רבי'נס תלמיד..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 7:50 am
דורך מיללער
ארעסטאנט, דאס בילד פון הרה"ח ר' שלום לויפער ז"ל איז שוין אין די לעצטערע יארען זיינע, מיר געדענקן אים גוט אין זיינע געזונטע יארען, סאטמארער חסידים פלעגן שטאלץ זיין מיט ר' שלומ'ען עלס דעם רבי'נס א חסיד, ער איז געווען א ריכטיגער פארצייטישער חסידישער איד אן קיין פשרות, און א לב טוב ובעל גמ"ח באופן פלא והפלא, ממש כל כולו חסדים להזולת, יהא זכרו ברוך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 10:10 pm
דורך נחמן נתן
ווי באלאנגט אזא בילד אויב נישט דא?
פארעפענטליכט: שבת פבואר 13, 2010 9:40 pm
דורך נחמן נתן
א חסידישער איד מלא טעם
פארעפענטליכט: שבת פבואר 13, 2010 9:42 pm
דורך נחמן נתן
דאס ווייס איך נישט צו ס'איז פון חסידישער אפשטאם אדער פון ליטווישן חדר (אדער אפשר אונגאריש גאר), וויאזוי זעהט דאס אויס?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 14, 2010 5:45 am
דורך זעליג
שבט תש"ע
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 14, 2010 10:20 am
דורך ללמוד וללמד
ללמוד וללמד האט געשריבן:הלמאי אז זענען 'חסידיש'? און סתם אידען אין ביאליסטאק האבן נישט געקענט אזוי אויסזעהן.
נחמן נתן האט געשריבן:חסידישע אידן האבן געהאט לאנגע בערד.
נחמן נתן האט געשריבן:דאס ווייס איך נישט צו ס'איז פון חסידישער אפשטאם אדער פון ליטווישן חדר (אדער אפשר אונגאריש גאר), וויאזוי זעהט דאס אויס?
הלא דבריו סתראי נינהו לפענ"ד?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 14, 2010 2:03 pm
דורך נחמן נתן
גוט געפרעגט
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 15, 2010 7:47 am
דורך יוסלמאן
זעליג, דיין איד אויפ'ן בילד שטימט שווערליך מיטן פאוסטער (מודעה אינדערהיים) וואס ער גייט פארביי...
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 15, 2010 8:33 am
דורך פריילאך
זעליג A1
הגה"צ ר' ברוך מרדכי פאדריגאל שליט"א
תלמיד חכם עצום, וואלגערט נעבעך ארום עלנד אליין.
קען געבן זייער שיינע דרשות, ס'וואלט געווען א מצוה איינער זאל אים מכבד זיין ערגעץ מיט א אויפטריט, עס געט איהם אסאך חיזוק...
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 17, 2010 10:43 pm
דורך בני יששכר
נחמן נתן האט געשריבן:וויאזוי הייסט דער איד?
ר' שמואל לעבאוויטש
דער איד איז א אייניקל פונעם אך פרי תבואה ר' הערשלע ליסקער זי"ע
ער בעט זיך מען זאל אים קימען באזיכן אין אשל אברהם אויפן 5 שטאק ולמצוה גדולה יחשב
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 17, 2010 10:48 pm
דורך בני יששכר
ר' שמואל
דער איד איז א אייניקל פונעם אך פרי תבואה ר' הערשלע ליסקער זי"ע
ער בעט זיך מען זאל אים קימען באזיכן אין אשל אברהם אויפן 5 שטאק ולמצוה גדולה יחשב
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 25, 2010 9:23 pm
דורך נחמן נתן
פריילאך האט געשריבן:נחמן נתן האט געשריבן:בן-בוזי, ווארט נאר צו אביסעלע, איך האב אין מיין באזיץ א שיינעם קאלעקציע פון דיינע שכנים וועלכע דו דרייסט דיך מיט זיי אינעם גרויסן שוהל וואו דו דאווענסט. להוי ידוע לך אז מצודתי פרוסה!
אדרבה בן בוזי, אז די קענסט אונז עלטערע יודען קומען צו הילף, מעלד זיך צו מיר, מיר האבן איהם פארטריבן פון ליע שול, איז ער געגאנגען צו דיווישאן, ויסעו מדיוויזאן ויחנו באפסטעיט, מסע אחר מסע גולה אחר גולה, וועלן מיר איהם שיקן...
[אכטונג ידידים ומנהלים: מיינע קומענדיגע ווערטער קומען אין ליכט פונעם יו"ט פורים הבעל"ט, מיר מיינען נישט ערנסט צו טשעפענען ח"ו.]-
אני בתומי אלך! פון ווי מ'וועט מיר נאר אלץ פארטרייבן וועל איך ווייטער אנגיין בעבודת הקודש כיד ה' הטובה בכח ובזכות הרבים, ובזכות האבות והאמהות, בסייעתא דשמיא.אט איז געקומען די רייע "די אָפּסְטעֶיטֶע בערג"! מיר האבן געווארנט און קלאר געמאכט פאר די יעניגע וועלכע האבן זיך פארמאסטן אנצופירן א שמוץ קאמפיין אקעגן אונזער הערליכע געטרייע עבודת הקודש פון באריכטען עלטערע אידן און צושטעלן בילדער פון זיי, [וואס בלויז קוקן אויף זייערע צורות איז גענוג צו מעורר זיין אביסעלע יראת שמים, ווי מ'פלעגט זאגן ביי צדיקים: וואויל זענען אויגן וואס האבן געזעהן אויגן!], די יעניגע וועלכע האבן זיך באהאלטן אונטער א פאלשן שלייער כאילו זיי נעמען זיך נאך מכלומרשט אָן פאר די זקני תלמידי חכמים, דורכ'ן עצה'נען פאר די משמשים פון די זקנים נישט זיך צו דרייען אין אונזערע גלילות, פאר זיי ווילן מיר זאגן קליפ און קלאָר: אזוי מיר האבן אין פארגאנגענהייט געברענגט בילדער פון זקני ירושלים, ברוקלין, אנטווערפן, קרית יואל וכו' טראצדעם וואס אונזער לאקאל איז טאקע אין ברוקלין, אבער וויסן זאלט איר אז מצודתינו פרוסה בכל העולם כולו! ידינו נטויה אי"ה צו ברענגען דא פון ד' כנפות הארץ, פון וואו עס געפינט זיך נאר א קיבוץ פון פארצייטישע חסידישע אידן. - - -אונזערע גלילות זענען נישט בלויז די פּאָר איינצעלנע גאסן אין ברוקלין ווי מיר געפינען זיך אפטער. אני בברוקלין ומצודתי פרוסה לכל העולם כולו. ס'וועט נישט העלפן גארנישט פאר קיינעם זיך צו באהאלטן פון אונזערע אגענטורן, סיי דאהי און סיי ערגעץ וואו.
אט קומען מיר אריין אין א 'מצות בעקעריי' אין איינע פון די אפסטעיט גלילות, און פאר אונזערע אויגן זעהן מיר א געשטאלט וואס איז שטארק פאסיג צו אונזער פארום 'פארצייטישער חסידישער איד', א איד וואס איז גאר ברייט באקאנט ביי שלומי אמוני ישראל מיט זיין רעספעקטירטן נאמען. לאמיר אייך געבן דאס ווארט און מכבד זיין מיטן ארויסזאגען ווער דאס איז:
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 25, 2010 11:01 pm
דורך לכאורה
נו, ר' ישעיה דער גבאי.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 26, 2010 7:32 am
דורך farshlufen
נחמן נתן, די ברעטער אויפן טיש דערציילן וואו אין אפסטעיט דאס איז.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 26, 2010 8:32 am
דורך פרעגער
די רונדיגע 'טלית קטן', איז ווי אויך א ראי' דערצו.