רבי חיים זאנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג מאי 03, 2012 6:38 pm

איך האב געהערט פון איינע פן די משמשים בקודש אז דער רבי פלעגט אסאך פארציילען פון זיין שווער, איך ווייס נישט מער פרטים איבער עם, יא ער איז געווען שוחט מוהל רב און וואס דען נישט? פאר די דארטיגע יודען און פאר יודען הונדערטער קילאמעטער ארום, דער רבי איז געווען א תלמיד/חסיד פון הרה"ק משטעפינעשט צוזאמען מיט הרה"ק מסקולען.

לפי ידיעתי האט ער קיינמאל נישט זוכה געווען צו זש"ק [ווען מיינע ברידער און איך פלעגן קומען פלעגט ער זאגען 'מיינע קינדער זענען דא'] איך געדענק נישט פונקליך די יאר ווען זיין ערשטע רעביצין איז אוועק אבער מען קען עס גרינג מברר זיין.

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דאנארשטאג מאי 03, 2012 7:02 pm

סאיז אמאל אריין געקומען א יוד צי אים האט ער אים געזאגט אז אין ניין חדשים ארום וועט ער האבן א קינד אבער ער זאל וויסן אז סאיז זיינס און ער זאל א נאמען געבען נאך זיין טאטע, וכך הוה און ביים ברית האט זיך די ריבניצער אנגערופן אן פרעגן וקרא שמו בישראל משה
איך קען דעם יונגערמאן זייער גוט און ער איז טאקע גאר א חושבער יונגערמאן
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג מאי 03, 2012 7:13 pm

איך בין ליידער נישט קיין חשובער יונגערמאן אבער איך האב געהאט די זכיה אז דער רבי איז געווען מיין מוהל און פאפע רבי זצ"ל מיין סנדק.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דאנארשטאג מאי 03, 2012 10:33 pm

מיללער האט געשריבן:הערליך הערליך! תודה רבה מאד נעלה, ובחדא מחתא מז"ט לרגל מלאת לך אלף תגובות צלאים זיו ומפיקים נוגה, יהא כן לאלף הבא! ואת האלף בה"א הידיעה.

-איך זעה מ'האט אויבן נישט געשריבען בכלל תולדותיו, דא זעה איך ער שרייבט אז זיין שווער איז געווען הרב דריזינאוו, מי הוא זה? אויך זעה איך אז ער איז געווען רב אין ריבניצא, געמיינט אז ער איז אייביג געווען נאר א גוטער איד, ווער איז געווען זיין פאטער? ביי וועם האט ער געלערנט/געקריגען קבלה אויף שחיטה והתרת הוראה? האט ער קיינמאל נישט געהאט קיין קינדער? ווען איז זיין ערשטע רביצין אוועק? וכו'


זיין רביצין מרת שרה איז דאכט זיך אוועק אין ארה"ק
ער האט נישט געהאט קיין קינדער
דאכט זיך געהערט אמאל א מעשה דערוועגן אז ער האט אוועקגעגעבן זיינס פאר אידנ'ס וועגן...
ער איז געווען דארט רב, שו"ב, מוהל... כנ"ל.
ער האט געקענט אינמיטן דאווענען אויסטון טלית ותפילין און שעכטן א עוף פאר א אידענע, וואס ווען נישט ער שעכט עס, ר"ל...
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19707
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 03, 2012 11:15 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:איך בין ליידער נישט קיין חשובער יונגערמאן אבער איך האב געהאט די זכיה אז דער רבי איז געווען מיין מוהל און פאפע רבי זצ"ל מיין סנדק.

צ"ל פאפא'ער רב ז"ל, כך קראו לו כל ימיו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך יוני 13, 2012 11:51 am

.
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מיטוואך יוני 13, 2012 11:55 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:איך בין ליידער נישט קיין חשובער יונגערמאן אבער איך האב געהאט די זכיה אז דער רבי איז געווען מיין מוהל און פאפע רבי זצ"ל מיין סנדק.


שאץ דיך נישט אונטער!...
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
וויצע ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2012 10:57 am
לאקאציע: על תולה ארץ

תגובהדורך וויצע ראש הקהל » מיטוואך יוני 13, 2012 2:06 pm

jkup50 האט געשריבן:סאיז אמאל אריין געקומען א יוד צי אים האט ער אים געזאגט אז אין ניין חדשים ארום וועט ער האבן א קינד אבער ער זאל וויסן אז סאיז זיינס און ער זאל א נאמען געבען נאך זיין טאטע, וכך הוה און ביים ברית האט זיך די ריבניצער אנגערופן אן פרעגן וקרא שמו בישראל משה
איך קען דעם יונגערמאן זייער גוט און ער איז טאקע גאר א חושבער יונגערמאן

איך קען א איד פון מאנסי וואס האט א זוהן משה נאכ'ן טאטע פון'ם רבי'ן און א טאכטער וואס הייסט נאך זיין מאמע. די מעשה איז געוועהן אז דער רבי האט איהם אמאהל געזאגט "(פלוני), האסט דאך א סאך קינדער, געב מיך איינס" (צו אפשר האט ער געזאגא צוויי).
לעצט פאראכטן דורך וויצע ראש הקהל אום מיטוואך יוני 13, 2012 11:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
רעוו. מרדכי מניואל נח, ראש הקהל בקהילת ווייקא, טעקסיס יצ"ו, מלפנים רה"ק בגרענד איילענד, נ"י והגלילות. banshaq@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך יוני 13, 2012 2:20 pm

איך האב אמאל געהערט פון אן אדם גדול אז עס איז דא אזא סטאטיסטיק אז -אין רוסלאנד- די אלע ביי וועמען דער ריבניצער איז געווען מוהל אדער סנדק האבן עווענטואל געפירט א אידש לעבן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג מאי 07, 2013 7:36 am

שויתי'ניק האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:הערליך הערליך! וכו'


זיין רביצין מרת שרה איז דאכט זיך אוועק אין ארה"ק
.


מקום קבורתה במרומי הר הזיתים בחלקת וואהלין ישן
צוגעלייגטע
Rivnitz.jpg
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

ר' יצחק
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 3:44 am

תגובהדורך ר' יצחק » דינסטאג מאי 07, 2013 4:08 pm

אין שטראלן (אידישע אפטיילונג פון אורות לבית היהודי יו"ל ע"י חסידי סקווירא) פון חודש ניסן תשע"ג, ביי די באשרייבונג וואס די ראחמיסטריווקא רביצין דערציילט, איז געדרונגען אז די ערשטע רביצין פון דעם ריבניצא רבי איז געווען הרבנית פרומט בת ר' פישעלע דער רב, און אזויווי זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער האבן זיי זיך געגט, זי האט דערנאך חתונה געהאט צו ר' מאטל שוחט, ה"ה ר' מרדכי פרידמאן שו"ב, און געהאט מיט איהם דריי קינדער, צווישן זיי הרבנית פון רא"ח בלום מקאשוי.

קומט אויס אז די רביצין שרה ב"ר שלמה דריזינאוו, איז שוין געווען זיין זיווג שני.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג מאי 07, 2013 8:10 pm

א הערליכען פאטריעט בילד פונעם צאדיק.... (דאס שענסטע וואס איז פארהאנען)
קרעדיט "טרעינעיר סטודיא"
צוגעלייגטע
pb1.jpg
לעצט פאראכטן דורך רבניש אום דאנארשטאג מאי 09, 2013 11:59 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25328
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 08, 2013 11:14 am

רבניש האט געשריבן:א הערליכען פאטריעט בילד פונעם צאדיק....
קרעדיט "טרעינעיר סטודיא"


אוי רבי, אוי רבי! תבר גזיזא דברדא, א צורה וואס האט פארקערפערליכט א צדיק וקדוש, איש הפלא, דער בילד איז נורא נוראות.

א דאנק אייך (האסט נאך פון טרעינער'ן?)

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מאי 09, 2013 11:32 am

ביי א שמחה
צוגעלייגטע
ריבניץ.jpg

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג מאי 09, 2013 12:04 pm

מיללער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:א הערליכען פאטריעט בילד פונעם צאדיק....
קרעדיט "טרעינעיר סטודיא"


אוי רבי, אוי רבי! תבר גזיזא דברדא, א צורה וואס האט פארקערפערליכט א צדיק וקדוש, איש הפלא, דער בילד איז נורא נוראות.

א דאנק אייך (האסט נאך פון טרעינער'ן?)


איר ברויכט פארשטיין אז דאס איז די הייליגע לויטערער צורה פון דעם געטליכען מאן, וואס מאכט דעם פאטירעיט אזוי שיינענדיג, נישט די "טרעינער סטודיא".... טרעינער האט מזל געהאט צו כאפן א בילד פון דעם קדוש ה'.

מיר האבן נישט קיין סך בילדער בכלליות... דאס פערצופל האבן מיר איבערגעארבייט און אריינגעלייגט געפיל עס זאל קענען נקבע ווערן על קיר הבית... והיה עיניך ראות את מוריך.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג מאי 09, 2013 12:25 pm

קדוש! קדוש! קדוש!

דער צאדיק קוקט אייך אין פנים אריין.... א סגולה פאר הירהורים ..
צוגעלייגטע
הריבניצער זצל.jpg

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מאי 09, 2013 1:42 pm

אינטערסאנט, ווייל אויף מיר קוקט עס נישט (אפשר דארף איך תשובה טוהן, אבער די אויגן קוקן ארויף, נישט אויף מיר)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג מאי 09, 2013 1:54 pm

לכאורה האט געשריבן:אינטערסאנט, ווייל אויף מיר קוקט עס נישט (אפשר דארף איך תשובה טוהן, אבער די אויגן קוקן ארויף, נישט אויף מיר)


פנים אל פנים.. נישט עין לעין.. אויך א בחינה

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מאי 09, 2013 2:36 pm

רבניש האט געשריבן:

איר ברויכט פארשטיין אז דאס איז די הייליגע לויטערער צורה פון דעם געטליכען מאן, וואס מאכט דעם פאטירעיט אזוי שיינענדיג, נישט די "טרעינער סטודיא".... טרעינער האט מזל געהאט צו כאפן א בילד פון דעם קדוש ה'.

טרעינער איז געווען א אויסערגעווענדליכער פאכמאן. אסאך האבן געכאפט פון קדושים, און קיינער קומט נישט צו זיין קנעכל! אויף א בילד פון טרעינער, קען געזאגט ווערן מיט א שטארקיייט "א בילד רעדט ווי טויזענט ווערטער".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג מאי 09, 2013 6:59 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:

איר ברויכט פארשטיין אז דאס איז די הייליגע לויטערער צורה פון דעם געטליכען מאן, וואס מאכט דעם פאטירעיט אזוי שיינענדיג, נישט די "טרעינער סטודיא".... טרעינער האט מזל געהאט צו כאפן א בילד פון דעם קדוש ה'.

טרעינער איז געווען א אויסערגעווענדליכער פאכמאן. אסאך האבן געכאפט פון קדושים, און קיינער קומט נישט צו זיין קנעכל! אויף א בילד פון טרעינער, קען געזאגט ווערן מיט א שטארקיייט "א בילד רעדט ווי טויזענט ווערטער".


קיין ספק נישט אז א כאפער ברויך זיין א פאכמאן... דער ענגעל דער מוישען ווי פונקט צו גיבן א קליק, טאקע א דוגמא פון אונזער בילד, נאר געמיינט ארויס צו הייבן דעם דיוקנא פונעם צאדיק אז סהאט צוגעהאלפען.
פון טרעינער איז טאקע דא ממש אוצרות, און וואס מ'קען אריינגולעמען ענדלאז, ער ברויך ווען פארפאסן א בוך דערפון.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג יוני 09, 2013 8:20 pm

א פריש בילד [כ'גלייב נישט אז ס'איז שוין ערגעץ נתפרסם געווארן] פונעם רבי'ן זי"ע אין די ערשטע צייט נאכן ארויסקומען פון אונטערן אייזערנעם פורהאנג קיין ארה"ק
--------
דערקענט איר דארט איינעם פון די חסידים ואנשי מעשה?
צוגעלייגטע
Scan0001.jpg

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג יוני 09, 2013 8:23 pm

ר' דניאל פריש זצ"ל אפשר מיט די לאנגע פיאות אונטערן רבי'ן?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25328
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 10, 2013 11:33 am

דער בילד פון רבי'ן איז באקאנט?
צוגעלייגטע
IMG-20130607-WA001.jpg

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3895
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

מכתב שנתגלה

תגובהדורך dovidal » מיטוואך מאי 28, 2014 1:45 pm

מהרב מנחם ברייער חתנו של האדמור מבייאן זצ"ל ואביו של האדמו"ר מבייאן שליט"א
כותב אל הרימניצער זצ"ל וקורא אותו "דודי"
אביו של רבי מנחם היה רבי יוסף נאמן ביתו של הרה"ק משטעפינעשט זצ"ל וראש הבודקים והמשגיחים בשטעפינעשט
והשטעפינעשטער צוה לתלמידו הרה"ק מרימניץ ללמוד שחיטה ובדיקה וליקח סמיכה אצל הרב יוסף הנ"ל
למעשה שאלתי למה קרא אותו "דודי"

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך מאי 28, 2014 2:15 pm

יוראפ האט געשריבן:א פריש בילד [כ'גלייב נישט אז ס'איז שוין ערגעץ נתפרסם געווארן] פונעם רבי'ן זי"ע אין די ערשטע צייט נאכן ארויסקומען פון אונטערן אייזערנעם פורהאנג קיין ארה"ק
--------
דערקענט איר דארט איינעם פון די חסידים ואנשי מעשה?


אויב איז דער בילד פון דאהי אין אמעריקא, וואלט איך געזאגט אז דער הארט נעבן רבי'ן, איז הה"צ ר' שמואל זנוויל גאלד זצ"ל (ער האט פיל ארויס געהאלפן דעם רימבניצער רבי'ן, ציזאמען מיט זיין קרוב הה"צ ר' יעקב חיים רוטנער זצ"ל)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יקים און 15 געסט