רבי חיים זאנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 3:40 pm

כ'האב געקענט א איד וואס איז שוין ליידער נישט בין החיים, וואס זיין מעשה איז געווען ווי פאלגענד:
צוויי אידן וואס האבן ליידער נישט זוכה געווען צו קיין זש"ק, זענען געגאנגען צוזאמען זיך מזכיר זיין ביים הייליגן ריבניצער זצ"ל.
דער רבי האט געפרעגט צו זיי זענען מסכים אוועק צו געבן פון זייערע לעבנ'ס יאהרן פאר קינדער. איינער האט באלד געזאגט אז יא, און דער צווייטער האט געקווענקעלט.
דער וואס האט מסכים געווען האט זוכה געווען ביז א יאהר צום געבורט פון זיין טאכטער, און דער אנדערער איז ליידער נישט געהאלפן געווארען.
דער איד וואס האט אוועק געגעבן פון זיינע יאהרן, האט זוכה געווען צו פיהרן זיין טאכטער אונטערן חופה, און איז ליידער באלד דערנאך נסתלק געווארען.
זכותו יגן עלינו
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 4:05 pm

דאכט זיך מיר אז דער ריבניצער רבי האט געהאט זיין ערשטע סטאנציע דא אין אמעריקא אין שיכון סקווירא, האב איך רעכט??

אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2009 3:08 pm

תגובהדורך אורח » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 4:17 pm

דער צדיק האט דאך געלעבט צוזאמען מיט אונז ביז נישט לאנג צוריק אין מיר האבן ליידער נישט געוואוסט פין דעם איד צו זאגן
איך בין זיכער אז עס איז דא צווישען אונז נאך אזעלעכע הייליגע אידן מיר ווייסן נאר נישט איז בעט איך אייך אל תימנע טוב אויב ווייסט איר דאן לאזט די וועלט וויסן נישט נאכדעם זאלן מיר זיך רייסן די האר
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 5:37 pm

אורח האט געשריבן:דער צדיק האט דאך געלעבט צוזאמען מיט אונז ביז נישט לאנג צוריק אין מיר האבן ליידער נישט געוואוסט פין דעם איד צו זאגן
איך בין זיכער אז עס איז דא צווישען אונז נאך אזעלעכע הייליגע אידן מיר ווייסן נאר נישט איז בעט איך אייך אל תימנע טוב אויב ווייסט איר דאן לאזט די וועלט וויסן נישט נאכדעם זאלן מיר זיך רייסן די האר


ס'פארהאן הונדערטער צו טויזענטער אידן וואס האבן יא געוואוסט פון איהם צו זאגן, און האבן זוכה געווען זיך צו ווייקן במחיצתו.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

שטעכעלע
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2009 10:14 pm

תגובהדורך שטעכעלע » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 10:16 pm

ביטע א הערה אויף דער נאמען פון די חסידות- ריבניץ - אדער רימניץ..

פארוואס ריפט איר אים ריבניץ און דער גאנצע וועלט רימניץ..
שרייבט מען ריבניץ און רופען רימניץ .. איז עס א קרי און כתיב..
ווס איז פשט
נא להסביר

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוקטובער 04, 2010 12:04 am

דעם שב"ק איז געווען די יארצייט, זכותו יגן עלינו.

אויף די נעט צירקולירט א קליפ וואו דער רבי איז מסדר קידושין ביי א חתונה פון א חסיד בשנת תשל"ו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

תגובהדורך גולש » מאנטאג אוקטובער 04, 2010 12:31 am

שטעכעלע האט געשריבן:ביטע א הערה אויף דער נאמען פון די חסידות- ריבניץ - אדער רימניץ..

פארוואס ריפט איר אים ריבניץ און דער גאנצע וועלט רימניץ..
שרייבט מען ריבניץ און רופען רימניץ .. איז עס א קרי און כתיב..
ווס איז פשט
נא להסביר

???

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוקטובער 04, 2010 12:45 pm

farshlufen האט געשריבן:פון די באקאנטע זאכן וואס מ'האט געזען ביי אים איז, ער פלעגט דערקענען צו מ'איז געווען אין מקוה בו ביום, ער פלעגט פרעגן, געווען אין וואסער? [מיטן קמץ]


איך האב געהערט א חידוש פון א מעשה, אמאל האט ער געטיילט עפעס און פאר דריי יונגעלייט האט ער געזאגט אז פאר זיי גיבט ער ניט ווייל זיי זענען ניט געווען אין וואסער, האט זיך איינער פון זיי אנגערופען צו די אנדערע אז ער איז יא געווען אין מקוה יענעם טאג, האט זיך איינער אנגערופען הויעך צום ריבניצער רבין און געזאגט אז יענער זאגט דאך אז ער איז יא געווען אין וואסער, האט איהם דער ריבניצער געזאגט יא, אבער ער האט דערנאך גענומען שויער!!!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוקטובער 04, 2010 12:49 pm

מר. מצליח האט געשריבן:דעם יו"ט העעל"ט האב איך געלייענט א מוראדיגע זאך וואס דער צדיק זי"ע האט אויף זיך מעיד געווען
דאס איז געווען ווען מען האט גירעדט אז די נאמען לוי יצחק בן שרה סאשה איז מסוגל צו אלע ישועות
האט ער זיך אנגערופן אז מען וועט זאגן חיים זאנוויל בן יוטא צפורא וועט עס פונקט אזוי העלפן


אין דער קאנעקשאנס איז אויך יעצט געשטאנען די מעשה, און דארט שטייט אז ער האט צוגעלייגט, "נישט איך זאג עס נאר אזוי האבן מיר געזאגט אידן וועלכע פלעגן פארן צו מיר אכצען שעה און אז זיי האבן נישט געקענט אנקומען האבן זיי געזאגט מיין נאמען מיט די מאמעס נאמען און זיי זענען געהאלפן געווארן!"
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג אוקטובער 04, 2010 1:05 pm

מיינס א קרוב האט אסאך מיטגעמאכט בלידת בני ל"עו, ער האט זיך זייער געפלאגט ביי יעדן קינד. ביי זיין אינגסטע קינד האט פאסירט אז ווען די מאמע האט שוין געמוזט גיין צו די לידה האט זיך געמאכט א קאמפליקאציע און דער דאקטאר האט געזאגט אז ס'נישטא קיין האפענונג אויף א לעבעדיג קינד רח"ל. דער אינגערמאן איז אין זיין צובראכנקייט באישון לילה אריבער געפארן קיין מאנסי להתפלל על ציון קדשו פון רבי'ן ז"ל, און ער האט צוגעזאגט א נאמען צו געבן פארן קינד חיים זאנווייל על שמו הקדוש, און ביז איטליכע שעה איז דאס קינד געבוירן געווארן למז"ט געזונט און פריש, וואס דער דאקטאר האט געזאגט איז חוץ לדרך הטבע הפלא ופלא.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

תגובהדורך babaganush » פרייטאג אוקטובער 28, 2011 4:43 pm

כ״ק אדמו״ר מריבניץ ד״ע פלעגט יעדן ליל שישי טרינקץ לחיים, און
דערנאך וואונטשען: ״און זכות פון גרויסן רבי שלום שכנא פראביטש׳ער
דעם הייליגע ריזינער׳ס פאטער, זאל מען זוכה זיין צו א פרייליכן
שבת, ער האט געהייסץ דערציילן א סיפור, אז אז מען ווייסט נישט
קיין סיפור, זאל מען רעדן פון טישן און בענק״.
דערנאך האט כ״ק אדמו״ר מריבניץ זי״ע געוואונטשען, אז אין זכות
פון רבינו ישראל בן פערל ־ דער קאזניצער מגיד ד״ע, זאלן אלע קראנקע
האבץ א רפואה שלימה

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4007
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג ינואר 09, 2012 12:17 am

היום שמעתי מאיש נאמן סיפורים נפלאים בעל שמסקער מעשיות עליו עד היום למי שמתפלל על קברו וכן מי שעוזל למוסדת הנקראים על שמו זי"ע
לעצט פאראכטן דורך dovidal אום מאנטאג ינואר 09, 2012 11:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג ינואר 09, 2012 3:12 pm

dovidal האט געשריבן:היום שמעתי מאיש נאמן סיפורים נפלאים בעל שמסקער מעשיות עליו עד היום למי שמתפלל על קרו וכן מי שעוזל למוסדת הנקראים על שמו זי"ע

יעדעס יאהר ביים גרויסארטיגן יארצייט סעודה, איז דאס די טעמע. אסאך אינטערעסאנטע עובדות איבער די נושא קען מען הערן דארט.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

תגובהדורך מר. קליען » מאנטאג אפריל 23, 2012 12:57 pm

גאר היסטארישען קליפ איז נעכטן נאכט ארויף אויפן געוועב


http://www.gruntig.net/2012/04/amazing- ... rebbe.html
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?

שוטה
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מאנטאג אפריל 23, 2012 3:47 pm

בערך ביי 1:20:
רבי פארוואס אזוי ערנסט, א קליין שמייכל?

אה, א נארמאלע וועלט געווען אמאל...
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » מאנטאג אפריל 23, 2012 6:34 pm

מר. קליען האט געשריבן:גאר היסטארישען קליפ איז נעכטן נאכט ארויף אויפן געוועב


http://www.gruntig.net/2012/04/amazing- ... rebbe.html

קען מען עס דאונלעדען?
יאנקעל די פופציגער

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג אפריל 23, 2012 11:32 pm

הערשט געזעהן, מורא'דיג אינטערעסאנט. די אויגן זענען מבהיל'דיג.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דינסטאג אפריל 24, 2012 5:02 am

געוואלדיג, געווען אמאל א וועלט...........

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג אפריל 24, 2012 11:34 am

פארוואס האבן זיי שוין פארמעקט דעם ווידיאו?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

תגובהדורך מר. קליען » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:39 pm

מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מיטוואך אפריל 25, 2012 2:26 pm

נחמן נתן האט געשריבן:הערשט געזעהן, מורא'דיג אינטערעסאנט. די אויגן זענען מבהיל'דיג.


איר האט געזעהן די הייליגן אויגן ביים שטיקל ווי ער איז שופך שיח לפני קונו מעוטר בטו"ת?
מורא'דיג! ס'נעמט אדורך.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך אפריל 25, 2012 2:38 pm

צו דאנלאדען
יהושע האט געשריבן:דא האט איר די קליפ פון רימניצע רבי, פאר ווער ס'האט עס נאך נישט געזעהן.
http://dl.dropbox.com/u/38715482/Rivnitzer%20Rebbe.mp4
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 03, 2012 1:18 pm

שיין בילד ווי דער ריבנציער רבי זצ"ל קומט אן צו א פראטעסט אין מעדיסאן סקווירא גארטן אין באגלייטונג פון משבקי"ם בשנת תשל"ט, ווער זענען די ארומיגע?

(קרעדיטף וויצע ראה"ק פאר'ן נייע מראה מקום איבער בילדער פון די צייטונג 'דיילי ניוז')
צוגעלייגטע
7ip00k0c.jpg

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג מאי 03, 2012 6:13 pm

לעצטענס פייערט דא דער עולם יובל חמש אלפים'ס עשרת אלפים'ס אזש ביז עשרים ושמונה אלפים'ס, טייל זענען זיך נוהג צו שרייבען עפעס זאכלעך צו פייערען זייערע נייער קרוין, איך וועל מיך נישט נוהג זיין אזוי סיי ווייל איך קען נישט און סיי ווייל איך בין א עניו.

נאר וואס יא איך וועל מהנה זיין דעם עולם מיט גאר א חשובער זאך וואס איך האב לעצטענס זוכה געווען אריינצובאקומען אין מיין באזיס, דער מדובר איז פון א תנאים וואס הרה"ק מריבניץ האט געשריבען פאר א פארפאלק ממקורביו דארטען אין ריבניצא בשנת תשכ"א מיט זיין הייליגע חתימה "נאם חיים זנוויל במו"ה משה ז"ל רבושו"ב דפה עיר ריבניצע חתן הרב דריזינאו מור"ה שלמה זצ"ל" אין איז לדעתי א זעלטענעם ארטיקעל.

ביידע, סיי דער מאן ע"ה און סיי די פרוי (לרפו"ש) האבען מיר אראפגעלייגט דער פחד וואס האט געהערשט בשעת די חופה אין זייער שוואגערס קאך מיט קוים א מנין אנווענזענד.
צוגעלייגטע
ribnitza.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 03, 2012 6:24 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:לעצטענס פייערט דא דער עולם יובל חמש אלפים'ס עשרת אלפים'ס אזש ביז עשרים ושמונה אלפים'ס, טייל זענען זיך נוהג צו שרייבען עפעס זאכלעך צו פייערען זייערע נייער קרוין, איך וועל מיך נישט נוהג זיין אזוי סיי ווייל איך קען נישט און סיי ווייל איך בין א עניו.

נאר וואס יא איך וועל מהנה זיין דעם עולם מיט גאר א חשובער זאך וואס איך האב לעצטענס זוכה געווען אריינצובאקומען אין מיין באזיס, דער מדובר איז פון א תנאים וואס הרה"ק מריבניץ האט געשריבען פאר א פארפאלק ממקורביו דארטען אין ריבניצא בשנת תשכ"א מיט זיין הייליגע חתימה "נאם חיים זנוויל במו"ה משה ז"ל רבושו"ב דפה עיר ריבניצע חתן הרב דריזינאו מור"ה שלמה זצ"ל" אין איז לדעתי א זעלטענעם ארטיקעל.

ביידע, סיי דער מאן ע"ה און סיי די פרוי (לרפו"ש) האבען מיר אראפגעלייגט דער פחד וואס האט געהערשט בשעת די חופה אין זייער שוואגערס קאך מיט קוים א מנין אנווענזענד.



הערליך הערליך! תודה רבה מאד נעלה, ובחדא מחתא מז"ט לרגל מלאת לך אלף תגובות צלאים זיו ומפיקים נוגה, יהא כן לאלף הבא! ואת האלף בה"א הידיעה.

-איך זעה מ'האט אויבן נישט געשריבען בכלל תולדותיו, דא זעה איך ער שרייבט אז זיין שווער איז געווען הרב דריזינאוו, מי הוא זה? אויך זעה איך אז ער איז געווען רב אין ריבניצא, געמיינט אז ער איז אייביג געווען נאר א גוטער איד, ווער איז געווען זיין פאטער? ביי וועם האט ער געלערנט/געקריגען קבלה אויף שחיטה והתרת הוראה? האט ער קיינמאל נישט געהאט קיין קינדער? ווען איז זיין ערשטע רביצין אוועק? וכו'


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט