רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

ער זאגט 1975
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

farshlufen האט געשריבן:http://nycma.lunaimaging.com/luna/servlet/s/9pkiz8

איז שייך אהער צו ברענגען וואס שטייט דארט?
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

מ'קען זען די גאנצע היסטארי פון דעם פראפערטי, דא
https://www.realdirect.com/e/152.SOUTH-8-STREET.11211/
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קורצע טראנסקריפט פון די מעשה מהרה"ק מריבניץ זצ"ל.

ווינטער תשל"ו ניו יארק

ר' מענדל זיידענפעלד פון בארא פארק האט געקויפט א הויז אויף 152 סאוט 8 מיט אומאידישע טענענטס. א קינד פון איינע פון טענענטס איז קראנק געווארן אויף נעמאניע און געשטארבן.

מארטין נידעלמאן האט אנגעהויבן באשמוצן אז דער אידישער לענדלארד זיידענפעלד איז שולדיג וויבאלד ער האט נישט געגעבן קיין הייצונג.

אבער זיידענפעלד האט געוויזן רעסיטס פון א נייע בוילער און אויל וואס ער האט געקויפט קורץ בעפאר די געשעעניש.

א שמוץ קאמפיין האט זיך אנגעהויבן אין לאקאלע צייטונגען קעגן זיידענפעלד, טענענטס האבן אויפגעהערט צאלן רענט און געמאכט שאדן אין די דירות.

קורץ דערנאך חנוכה צייט, האט א שווערע שריפה באטראפן דעם הויז, ב"ה קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.

זיידענפעלד זייענדיג אומערפארן איז אראפגעגאנגען אהין יענע נאכט פון די שריפה, א געשריי קעגן אים האט זיך אנגעהויבן פון אלע שכינים אנגעהעצט דורך א גלח פון א דערבענדיגע קלויסטער, גערופן פאטער ליאו.

א פייערלעשער מאן האט אים באשולדיגט אז סיז דא אסאך עדות וואס האבן אים געזען ארויסקומען פון יענע הויז צוויי שעה בעפאר די שריפה, מען האט אים אוועקגעפירט צום פאליציי סטאנציאן אויף זעקס לי עוועניו.

פאטער ליאו האט געהעצט און פילע עדות זענען ארויסגעשפראצן וואס האבן אים געזען ארויסקומען פון הויז, ס'האט אויסגעזען ווי א גאר שטארקע קעיס קעגן אים.

ער איז ארויסגעלאזט געווארן דערווייל אויף בעיל און א משפט איז באשטימט געווארן אויף נאך פסח.


זיידענפעלד איז תיכף געפארן צום רבין אויף פופצענטע עוועניו אין בארא פארק און זיך מזכיר געווען, דער רבי האט אנגעוואונטשן ער זאל זיך נישט זארגן ווייל ער וועט רעדן צום שר של אש און זען וואס מען קען טון.

דערווייל האט מען אויפגענומען א גרויסן פרעסטיזשפולן לויער וואס זאל רעפריזענטן זיידענפעלד, דורך גרויס פראטעקציע האט ער אנגענומען די קעיס.

נאך פסח א נאכט בעפארן משפט איז זיידענפעלד ווידעראמאל אריין צום רבין, דאן געווען שפעט ביינאכט און דער רבי האט געהאלטן בעפאר מנחה, ער האט זיך אומגעקוקט און ווען ער האט באמערקט זיידענפעלד האט ער זיך שנעל אוועקגעדרייט וועלנדיג אים אויסמיידן.

זיידענפעלד האט גוט באמערקט דעם רבין'ס שארפן בליק און ער האט אנגעהויבן ציטערן, די משפט איז מארגן און דא טוט זיך דער רבי דערווייטערן פון אים. ער איז געגאנגען בעטן די גבאים צי זיי קענען ערלעדיגן מיטן רבי'ן ער זאל דאך קענען אריינגיין, וויפיל זיי האבן פרובירט האט זיי דער רבי מדחה געווען אז כ'האב אים שוין געזאגט איך דארף ערלעדיגן מיטן שר של אש, דער רבי האט נישט געוואלט אריינלאזן. דרייע פארטאגס, צעשלאגן און צעקלאפט איז זיידענפעלד אהיים בלית ברירה.

קוים פופצן מינוט און די גבאי רופט אהיים אז דער רבי הייסט שוין אריינקומען. ער איז פלינק שנעל צוריקגעפארן מיט זיין קאר און אריין אל הקודש פנימה.

דער רבי פרעגט אים צי ער האט שוין געלערענט פרק, זאגט ער רבי די קאפ איז מיר צעמישט ווי קען איך יעצט לערנען. אבער דער רבי לאזט נישט נאך א איד מוז טון ווי די הייליגע חכמים זאגן, ער האט געהייסן ברענגען א פרקי אבות, האט דער גבאי געברענגט צוויי משניות האט דער רבי געזאגט ניין ער וויל דוקא לערנען אין עמדין סידור. זיי האבן געלערענט א קורצע צייט פרק.

ביים משנה אל תרבה שיחה עם האשה האט דער רבי געפרעגט צי ער ווייסט די טייטש, זאגט ער אים די פשוטע טייטש, זאגט דער רבי ניין, פשט איז אזוי, אל תרבה שיחה עם האשה קל, דאס איז א גרינגע עבירה, אבער וחומר עם אשת חבירו איז זייער הארב.

זיידענפעלד דערמאנט דעם רבי'ן די מעשה מיט די משפט מארגן און ער איז אומשולדיג בעט ער דער אמת זאל ארויפשווימען. דער רבי הערט אויס און הייסט צינדן צוויי ליכט. וואו איז די קוויטל? פרעגט דער רבי. דער גבאי שרייבט געשווינד א קוויטל דער רבי ליינט, פארבייגט דעם קאפ און פארגייט אין א יאמערליכן געוויין פאר פינף מינוט.

זיידענפעלד שפירט ווי זיין לעבן הענגט יעצט אויף א וואגשאל. דער רבי איז מרעיש עולמות.


דער רבי בארואיגט זיך און פרעגט אים צי ער רויכערט פסח, זאגט ער ניין. דער רבי דערלאנגט אים א ציגארעטל צו פאררויכערן, דאס איז פארן שר של אש. 

זאג מענדעלע, פארוואס קומסטו צו מיר, דו גלייבסט אין מיר אז איך קען דיר העלפן?

זיכער גלייב איך.

דו גלייבסט אמת'דיג אדער בלויז ווייל דו האסט נישט קיין ברירה?

רבי, זאגט זיידענפעלד, אויב גלייב איך נישט וואלט איך יעצט נישט דא געווען, איך גלייב זיכער אז דער רבי גייט מיר בעזר השם העלפן.

די אנגעצויגענקייט האט נישט נאכגעלאזט און דער רבי הייסט אראפשרייבן אויף א צעטיל די נאמען פון גלח פאטער ליאו, דער צעטיל האט דער רבי פארברענט און פייער און די אש צוטרויטן מיט די פוס.

זיידענפעלד דערמאנט דעם רבי'ן אז נידעלמאן איז אויך א גרויסע העצער, נו שרייב זיין נאמען אויף א צעטיל און גיב עס מיר זאגט דער רבי. 

דער רבי ליינט זיין נאמען און זאגט ער איז דאך מאחינו בני ישראל, אבער רבי ער איז א גרויסע שונא ישראל זאגט זיידענפעלד. דער רבי האט בלויז איבערגעחזר'ט די ווערטער ער איז דאך מאחינו בני ישראל איך קאן גארנישט טאן איך בין געבינדען די הענט.


די רבי זאגט אויב אזוי גיב אהער א מטבע וואס איך וועל בענטשן, דער גבאי דערלאנגט א קוואדער. דער רבי שטעלט זיך אויף לייגט די מטבע אויפן שטערן און קלאפט די קאפ אין וואנט ביז די מטבע האט זיך צוגעקלעפט צום שטערן, און אנגעהויבן צו וויינען בכיות נוראות עטליכע מינוט. די רבי האט פארארבעט מעשים, עס איז געווען גאר שווערע מינוטן וואס האבן אויסגעזען ווי א אייביגקייט.


ענדליך זאגט דער רבי, מענדעלע הער איין, די משפט וועט צוגיין מארגן אזוי, זיי וועלן דיך פארהערן און עס וועט אויסזען זייער שמאל, אבער וועסט מארגן באפרייט ווערן בע"ה. איך וועל דיר גיבן די מטבע און אויך מיין רש"י תפילין וועלכע זאלסט ביידע האלטן אין האנט אגאנצן צייט ביים משפט. די מטבע אין די רעכטע האנט אין די הייעך און די תפילין אין די לינקע האנט נידריג. אויב איינער פרעגט דיך  זאלסטו דיך נישט שרעקן נאר זאגן קלאר אז איך חיים זאנביל בן משה האט געהייסן אזוי טון און זאג זיי אז דו גייסט היינט באפרייט ווערן פון משפט.

אבער רבי די שופטת מיטן לויער זאגן אז די פראצעס גייט געדויערן דריי וואכן האקט איבער זיידענפעלד? דו גלייבסט אדער נישט?! פרעגט דער רבי מיט בייזער.

דער רבי גייט נאכאמאל איבער זיינע ווערטער און שילדערט אין מער דעטאלן אז מענדעלע זאל פארשטיין וואס ער האט צוטון. 

קודם וועט מען דיך פארהערן זאגט דער רבי, אינמיטן טאג וועט אויסקוקן זייער שמאל די מצב זייער שמאל, אבער שרעק דיך נישט ווייל נאכדעם וועסטו באפרייט ווערן בע"ה.


אצינד גיי אהיים וואש די הענד און זאג נטילת ידים מיט ברכות התורה, דא האסטו די מטבע צו האלטן אין האנט געדענק זיך נישט דערשרעקן פון קיינעם און זאגן קלאר אז איך האב אזוי געהייסן טאן, עס וועט זיין א ישועה בלויז מיט די מטבע אן די תפילין. קום צוריק אינדערפרי אהער דאווענען שחרית איידערן משפט.

זיידענפעלד האט געקווענקעלט און פרעגט איבער, אבער רבי איך וויל דאך אויך די תפילין עס זאל זיין א גאנצע ישועה?

שוין ווייטער גלעיבסטו נישט? בייזערט זיך דער רבי. דער גבאי ווינקט אים מיט אויפברויז ער זאל האלטן די מויל פארמאכט.

זיידענפעלד איז אהיים פול מיט האפענונג בשעת דער רבי באגלייט אים ארויס ביזן מזוזה ביים טיר.


אינדערפרי רופט גלייך זיידענפעלד זיין לויער, איך האב גוטע נייעס פאר דיר זאגט ער, און דערציילט אז זיין ראביי האט אים אנגעוואונטשן ער גייט נאך היינט ריינגעוואשן ווערן פון אלע קלאגעס. 

דער לויער האקט אים איבער, סטאפ מיט די נאנסענס דאס גייט געדויערן דריי וואכן מינימום מיט צענדליגער עדות און סיז א העווי קעיס, פליז הער אויף זיך נאריש צו מאכן מיט אזוינע פאנאטישע שטותים.


דער געריכט זאל איז געווען איבערגעפילט, צענדליגער רעפארטערס, שכינים מיט עדיות זענען געקומען מיטהאלטן די היי פראפייל קעיס, אויך אידישע ברידער זענען געקומען מחזק זיין זיידענפעלד. עס איז נישט געווען קיין פלאץ און דער ריכטערקע האט געמוזט טוישן צו א גרעסערע געריכט זאל.

צען אזייגער האבן זיך אנגעהויבן די פארהערן איבער זיידענפעלד פאר איבער צוויי שעה, צענדליגער פראגעס וואס זענען געווארן אבזשעקטעד דורכן לויער אלס שלא מן הענין זענען געווארן אוועררולד דורכ'ן שופטת. די פראקוראר האט צוריק אויפגעברענגט די געשיכטע מיטן געשטארבענעם נעמאניע קינד כדי צו מאכן די בילד שווארצער.

 זיי האבן דערנאך אנגעהויבן פארלאנגען ער זאל ארויסגעבן די פירמע פון זיין פייער אינשורענס, ווייל נידעלמאן האט געהאט אנגערייצט די שכינים אז אין אזא פאל פון ארסאן גייט די אינשורענס קאווערעזש צו די טענענט און יעדער וועט זיך קענען קויפן א דירה מיט די געלט.


זיידענפעלד האט ריזשעקטעד ארויסצוגעבן סיי וועלכע אינפארמאציע איבער די אינשורענס. די לופט אין זאל איז געווארן אנגעהיצט דער ריכטערין האט געמוזט שטיל מאכן די מאסן.


דערווייל האט אויסגעקוקט די מצב נישט גוט. ביים ענדע נאנט צו איינסע נאכמיטאג פרעגט די ריכטערין צי ער איז אפשר סטיפד אדער געלעמט ווייל ער שטייט שוין אזוי מיט אויפגעהויבענע הענט עטליכע שעה.

זיידענפעלד ענטפערט ניין איך בין נישט געלעמט אבער מיין ראביי חיים זאנביל אבראמאוויטש האט מיר געגעבן א געבענטשטע מטבע און געהייסן האלטן אין די הענט אזוי ווייל נאך היינט וועט מיין קעיס דיסמיסד ווערן.

א שפאטישע געלעכטער האט אויסגעבראכן אין זאל דורך די ווילדע שכינים און עדות. אויך זיין לויער האט געטוישט גרימאסן צוליב די נארישע ווערטער פון זיין קליענט.

די משפט איז איבערגעהאקט געווארן צוליב לאנטש. דערווייל האט די ריכטערין געזאגט מען זאל אים ארעסטירן ער איז מער נישט אויף בעיל.

זיידענפעלד ווערט געקייטעלט און אראפגעפירט דורך פאליציי אונטן אין די תפיסה קאמערן פון בית המשפט.

וויבאלד ער איז געווארן ארעסטירט איז ער געווארן אפגעהאקט פון די דרויסענדיגע וועלט, בלויז זיין לויער איז ערלויבט געווארן צו רעדן מיט אים, אזוי אויך האט ער באקומען ערלויבעניש צו מאכן א טעלעפאן קאל פאר עטליכע מינוט.

ער האט גלייך אנגערופן צום רבי'ן אין שטוב און געזאגט צום גבאי וואס האט אויפגעהויבן אז די מצב איז ביטער ער איז יעצט ארעסטירט, עס דרויעט אים דרייסיג ביז פערציג יאר פאר ארסאן און אטעמפטעד מורדער, ער זאל שנעל מזכיר זיין ביים רבי'ן נאכאמאל. די גבאי קומט צוריק בשם דעם רבי'ן אז ער האט דאך געזאגט עס וועט קודם זיין זייער שמאל.

אויך דער לויער אויפגעברויזט ביז גאר, קומט צו גיין אין זיין צעל און גיבט איבער טרוקענערהייט אז ער האט זיך בארעכענט וויבאלד זיין קליענט איז אזוי נאריש קען ער נישט אויסארבעטן א געהעריגע סטראטעגיע צו א געווינס, ממילא זאגט ער אויף די קעיס שוין יעצט, און גייט אויך מעלדן די ריכטערין אז ער וועט אים מער נישט פארטרעטן.

זיידענפעלד האט פרובירט זיך טענה'ן אז דער רבי האט אזוי געזאגט וועט אזוי זיין, ער האט אים אויך דערמאנט אז ער האט אים שוין געגעבן א ריטעינער פון פופצן טויזענט דאלאר. דער לויער ענטפערט אין איילעניש אויב ווערסטו היינט באפרייט ווי דיין ראביי זאגט ריטורן איך די טשעק צו דיר.


נאך לאנטש ווערט ער צוריקגעפירט צום געריכט זאל געקייטעלט. נאך א קורצע באראטונג הייבט דער לויער אן זיין מעלדונג אז ער זאגט זיך אויף פונעם קעיס. א שרעק האט באנומען די אידישע ביישויער אינעם זאל.

די ריכטערין האט נישט מסכים געווען, און דערווייל נישט געלאזט דעם לויער אפטרעטן ווייל עס איז אינמיטן א סעסיע און ער מוז האבן איינער וואס זאל אים רעפרענזענטירן.

דערווייל האט מען געקלאוזט די סעסיע פון צופרי און עס האט זיך אנגעהויבן די פארהערן פון די עדות.

דער ערשטער ארויפצוקומען איז געווען א גוי א מעמבער אין תיפלה ביי פאטער ליאו. דער ריכטערין הייבט אן זאגן כדרכה די נוסח דו ווערסט יעצט באשוואוירן אונטער געזעץ פון פורזשערי אז אלעס וואס דו זאגסט איז ריכטיג לויט וויפיל דו ווייסט.

דער עדות ענטפערט, יור האנאר איך וויל קודם מאכן א סטעיטמענט.

קודם ענטפער אויף די שבועה.

דער עדות זאגט ניין איך וויל קודם עפעס זאגן.

א נס איז געשען די ריכטערין האט נאכגעגעבן.

איך וויל זאגן דעם אמת אז איך האב זיידענפעלד קיינמאל נישט געזען בעפאר היינט זאגט דער עדות, די סיבה פארוואס איך האב זיך אנגעגעבן אלס עדות איז געווען וויבאלד פאטער ליאו האט מיך און אנדערע עדות געברעינוואשט אז אויב מיר טוהן די הייליגע פליכט און אויפטרעטן אלס עדות וועלן מיר מיט די הילף פון נידעלמאן זוכה זיין צו א דירה אין די קלעמענטי פראזשעקטס וואס ווערן יעצט געבויעט.
אבער יור האנאר מיין געוויסן ערלויבט מיר נישט באגיין אזא אומרעכט קעגן א אינאסענט מענטש.

די סטעיטמענט האט געטראפן דעם זאל ווי א דינער אין העלן טאג. די קומענדיגע עדות האבן זיך אויך אנטזאגט פון קומען אויפטרעטן.

דער פראקוראר גענצליך שאקירט, אומגעראכטן צום שטוינענדן סיטואציע ווי די עווידענס ווערט צעפאלן, איז צוגעלאפן צום ריכטערן פאר א באראטונג. א קלאפ מיטן האמערל האט שטיל געמאכט די פארזאמעלטע און די ריכטערין רופט אויס מיסטער זיידענפעלד קעיס דיסמיסד מיר האבן נישט קיין עווידענס קעגן דיר.

אויפן ארט האט זי פארארדענט אריינצוגעבן א סובפינע קעגן פאטער ליאו און נידעלמאן.

די אידן אינעם זאל האבן אפלאדירט דעם אורטייל מיט שיינענדע געזיכטען.


די קייטלען פון זיידענפעלד זענען אראפגענומען געווארן און די ריכטערין קענטיג איבערראשט פרעגט אים צי ער קען איר דערלאנגען די מטבע וואס דער ראביי האט געבענטשט. זיידענפעלד זאגט זי קען עס נאר זען נישט האלטן. זי פארלאנגט צו האבן אן אוידיענץ ביים ראביי זי וויל אים קענען.

זיידענפעלד בעט צו מאכן א טעלעפאן קאל. דער גארד וויל אים פירן אינדרויסן אבער די ריכטערן הייסט אים פירן צי איר פריוואטן טשעמבער לכבוד זיין ראביי.

ווי נאר דער גבאי הערט זיין שטימע אויפן טעלעפאן רופט ער אויס מזל טוב, דער רבי האט יעצט געזאגט מזל טוב מענדעלע האט געהאט א ישועה.

דער רבי הייסט שוין אריבערקומען מיט לקח און ברוינפן מאכן א לחיים.

מזל טוב!

זכותו יגן עלינו
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

שרייבסט א שיינע מעשה, אבער נישט פונקט וואס דער איד פארציילט..
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דארף עס דען זיין מיטן לשון?
אדרבא זיי מתקן אויב מ'ברויך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן!
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

שיין אראפ געשריבן רבי שוועמל.

איין זייטיגע פרט, ווען די רבי האט איהם ארויסבאגלייעט זענען דארט געשטאנען צענדליגע אידן וואס האבן שוין דארט געווארט פאר שעות אריינצוגיין פאר א ישועה (רבי מענדל זאגט מפלעגט ברענגן קראנקע פון שפיטעלער אויף בעטלעך צום רבי׳ן) ווען זיי האבן געזעהן דעם רבין האבן זיי גענומען שרייען רבי רבי ווען וועט איר זיך וויסענדיג מאכן פון אונז. האט די רבי געענטפערט, קינדעלעך סאיז געווען היינט א שווערע עסק, אבער זייטס נישט באזארגט ווי לענגער איר ווארט אלטס שנעלער וועט די ישועה קומען! זי״ע
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

מ'קען פרעגן ר' יחזקאל הערמאן פון באראפארק, בן המשב"ק ר' יצחק וואלף. אויב ער האט געהערט פון טאטן עפעס
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עס האט מיר מוראדיג באנומען די מעשה.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
לחיים לחיים לחיים
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים לחיים לחיים »

בראשית ברא האט געשריבן:מ'קען פרעגן ר' יחזקאל הערמאן פון באראפארק, בן המשב"ק ר' יצחק וואלף. אויב ער האט געהערט פון טאטן עפעס

כ'בין סתם נייגעריג וואס עפעס דער עולם דא איז עפעס נישט געהעריג צופרידן מיט די מעשה אין מ'טראכט אז ס'איז נישט אמת, איז דען נישט דא אסאך אזעלכע אין אפי' נאכמער אינטאראנטערע מעשיות פונעם ריבניצער ?
א איד שטעלט זיך אויף ברבים אין פארציילט א מעשה אין אגב אנפאנג זעט ער דארט אריין קומען עפעס א איד אין זאל אין זיידענפעלד באגריסט אים מיטן נאמען אין זאגט "די געדענסקט נאך די מעשה" , פארוואס זאל מען טראכטען אז דער איד האט געמאכט א מעשה ? איך קען דעם זיידענפעלד פערזענליך אין ער האט זיך געדרייט אסאך אסאך יארן ביים ריבניצער אין ער האט אסאך אינטערסאנטע מעשיות, זייענדיג א משפחה מיט אים האב איך שוין געהערט די מעשה כמה פעמים אין גראדע נישט פון אים נאר פון אנדערע אין די משפחה וואס "געדענקן" די מעשה, איך בין אינגער ווי די מעשה איך געדענק עס נישט אבער איך ווייס קלאר אז די מעשה איז אמת
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

די מעשה מיטן רייכערען פסח איז געווען פאר פסח מיין איך
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

רעדט מען פון דעם מארטין נידעלמאן?
אטעטשמענטס
1.png
1.png (83.68 KiB) געזען 3382 מאל
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

עס איז ארויסגעקומען א ספר אין אידיש ''צדיקים קרויין חיים'' ארויסגעגעבן דורך הר''ר מתתי' קאהן הי''ו פון מאנסי

ווער עס הנאה געהאט פון די אויבענדערמאנטע מעשה וועט טרעפן נאך אסאך ענדליכע מופתים דארטן
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

שוועמל האט געשריבן:קורצע טראנסקריפט פון די מעשה מהרה"ק מריבניץ זצ"ל.

זכותו יגן עלינו

שכח הרב שוועמל פארן אראפשרייבן דעם סיפור אזוי קלאר און דיטעילד! געווארן זייער איבערגענומען פון ליינען אזוי די מעשה לפרטי פרטים.

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.
1 + 1 = חלה דעקל...
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »


יישר כח
פלאי פלאות, ממש א מעשה פון די פריערדיגע תלמידי בעש"ט מיטן פריץ און ארענדער...
פעלט אין דעם טראנסקריפט פריער עטליכע אינטרעסאנטע דעטאלן

דער גלח מיט נידלמאן זענען אפגעקומען מיט גארנישט?
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

שוועמל האט געשריבן:קורצע טראנסקריפט פון די מעשה מהרה"ק מריבניץ זצ"ל.


זכותו יגן עלינו


ישר כח פאר'ן אראפשרייבן וועלן מיר דאס בעסער געדענקען און קענען דערציילן פאר די טייערע קינדערלעך
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

רבותי ביים ציון הקדוש הערט מען טעגליך מוראדיגע מעשיות
א שיין חלק קען מען הערין אויף קול רימניץ
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

לחיים לחיים לחיים האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:מ'קען פרעגן ר' יחזקאל הערמאן פון באראפארק, בן המשב"ק ר' יצחק וואלף. אויב ער האט געהערט פון טאטן עפעס

כ'בין סתם נייגעריג וואס עפעס דער עולם דא איז עפעס נישט געהעריג צופרידן מיט די מעשה אין מ'טראכט אז ס'איז נישט אמת, איז דען נישט דא אסאך אזעלכע אין אפי' נאכמער אינטאראנטערע מעשיות פונעם ריבניצער ?
א איד שטעלט זיך אויף ברבים אין פארציילט א מעשה אין אגב אנפאנג זעט ער דארט אריין קומען עפעס א איד אין זאל אין זיידענפעלד באגריסט אים מיטן נאמען אין זאגט "די געדענסקט נאך די מעשה" , פארוואס זאל מען טראכטען אז דער איד האט געמאכט א מעשה ? איך קען דעם זיידענפעלד פערזענליך אין ער האט זיך געדרייט אסאך אסאך יארן ביים ריבניצער אין ער האט אסאך אינטערסאנטע מעשיות, זייענדיג א משפחה מיט אים האב איך שוין געהערט די מעשה כמה פעמים אין גראדע נישט פון אים נאר פון אנדערע אין די משפחה וואס "געדענקן" די מעשה, איך בין אינגער ווי די מעשה איך געדענק עס נישט אבער איך ווייס קלאר אז די מעשה איז אמת

וואס מאכט אייך טראכט מ'איז נישט צופרידן, מ'קען נאר טרעפן ביי אזא מעשה מקורות.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

שמואל בארג האט געשריבן:רעדט מען פון דעם מארטין נידעלמאן?

איך וואלט אויך געוואלט וויסן, ווייל ער קוקט אויס א געהעריגע איד
שים שלום
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 24, 2017 8:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שים שלום »

dovidal האט געשריבן:רבותי ביים ציון הקדוש הערט מען טעגליך מוראדיגע מעשיות
א שיין חלק קען מען הערין אויף קול רימניץ

559-670-1708
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

נידעלמאן איז געווען [? ער לעבט נאך?] א פרומער איד, ער האט טאקע נישט געהאלטן רבינו תם און געגעסען מאשין מצות וכו', אבער א שונא ישראל פאר די חסידים פון די ערשטע קלאס
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”