רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל - נייטרא - ו' כסלו תשי"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל - נייטרא - ו' כסלו תשי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

וזה נוסח מצבתו:

פ"נ
איש חי רב פעלים גדול מרבן שמו
אדוננו מורנו ורבנו גאון עוזנו ותפארתנו
מרן מוה"ר חיים מיכאל דוב
ב"ר יוסף ווייסמאנדל זצ"ל
יצתה נשמתו בקדושה וטהרה בן נ"ד שנים
בישיבת נייטרא אשר במאונט קיסקא ביום ו' כסלו תשי"ח לפ"ק
חיילים הגביר וגבורתו הראה בתורת אל
ידיו היו אמונה ורועה אבן ישראל
ישרו ואמתו וצדקתו כהררי אל
מוסר ה' ותוכחתו למד לבני ישראל
מסר נפשו להציל עמו ועדתו
יומם ולילה לא השבית בשארית כחו
כאב על בן ריחם להוציא ממסגר עמו
אבלה נהי ובכי לא פסקה מאתו
לקבר הורד צערו על שבר נחלתו
דבוק הי' כל ימי חייו בה' ובתורתו
ורבים השיב מעון במאמרו בחכמתו
בדמעות ובהתעוררות היתה תפלתו
בני ישיבתו אשר עליהם מסר כחו
נטע בקרבם יראת ה' הקודמת לחכמתו
יצא ממנו כמעין המתגבר אור תורתו
וירם עמקי התלמוד אשר הפליא בלמודו
סדר למודו על דרכי הראשונים היתה מגמתו
פה מפיק מרגליות אותיות התורה בספרו
זכותו יגן לבניו היקרים הקשורים בנפשו
צדקו לאשתו ולכל משפחתו הנאנחים בעדו
לתלמידיו וידידיו הדבוקים בו
אדון נשמתו - שמר נא את אמיתו
היה נא עם זרעו - היה נא אתו
ולמענו אשר חפר - לא ייבוש מעינו
ולמענו אשר נטע - לא יקצץ אילנו
תנצב"ה שם אמו געלא


אויף די צווייטע זייט איז אויס געקריצט ווי פאלגענד:
הציון הלז אומר לבית יעקב
כי אזלת ידינו ונמס לבבנו
אחרי מות קדושים
של עם ה' ובית ישראל
הנהרגים והנשרפים על קדוש שמו יתברך
בחרבן איירופא משנת שב"ת משוש לבנו
עד שנת כי כחי תש"ה
ובתוכם בני ביתו
של מרן בזווג ראשון זצ"ל

הרבנית הצדקת הקדושה והטהורה
מרת ברכה רחל בת אדמו"ר הגאון הצדיק
מוה"ר שמואל דוד הלוי אונגאר זי"ע
האבדק"ק נייטרא
והרבנית הצדקית הקדושה מרת מרים לאה הי"ד
ואת נשמת ילדיהם התמימים הקדושים
יודית בילא - מרגליות נחמה
יוסף יעקב-רבקה שולמית-אסתר הינדל

שנהרגו על קדושת שמו יתברך
ביום כ"ה תשרי תש"ה לפ"ק

ארץ ארץ אל תכסי דמם
ואל יהי מקום לזעקתם
עד ישקיף וירא ה' משמים
וינקום דמם וכל קדושיו עמם
ותגלה ותראה מלכותו עלינו בזמן קרוב

זכר כל טמון בסוד נסתר ... ואין קבר להשתטח
ואין מצבה להכניע ......... בן בזרועו בוטח
זכרם נא אל נקמות ........ אמחל לנשמה שוממה
מחל לנפש נשכחת ........ בחיק בשר ודם ואדמה
לעצט פארראכטן דורך ביקסאד אום זונטאג אקטאבער 05, 2008 11:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ועמך כולם צדיקים
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

די מציבה פון ר' מיכאל בער ז"ל
קרעדיט אתר קברי צדיקים
אטעטשמענטס
chaim-michael-dov-weissmandl.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

די אייניקלעך פון ר' מיכאל בער פורבירען לעצטענס אויך ארויס ציברענגען די אנדערע זייטן פונעם,
דהיינו אז אין דער וועלט איז ער בעיקר בארימט מיט זיין פעילות הצלה
אבער באמת איז ער געווען אויך גאר גרויס אין תורה קדושה אין אלעמען,
ווי למשל ברענגען זיי אז ער פלעגט פאסטען פון חמשה עשר באב ביז יו"כ, אין כדי משלים צי זיין די שבתים אין אנדערע טעג וואס סאיז אסור בתענית האט ער שוין אנגעהויבן פון י"ז בתמוז
אין תורה איז דאך נישטא פון וואס צי רעדן מיט זיין מוח וואס איז געווען ממש א זעלטענהייט
ברענגען זיי דארט א סיפור וואס איך האב עס אמאל געהערט פון דע בעל מעשה זעלבסט אז כידוע האט ער דא זייער געליטן אויפן הארץ איז איינמאל ביינאכט האט ער אנגעהויבן צי פילן טשארקע ווייטאגען אויפן הארץ די בחורים זענען ארימגעלאפן זיכען א לעמאן אין ווען זיי האבן נישט געטראפן האט ער ציגערופן א תלמיד אין געבעטן אז ער זאל ברענגען א משניות דאכט זיך טהרות אין ליגענדיג אין בעט זיך גענומען לערנען סאיז געווען ארום איינס אינמיטן די נאכט אין אזוי אפגעלערנט ביז זעקס אינדערפרי ווען זיי האבן ג'ענדיגט ריפט ער זיך אן א ב"ה כ'שפיר זיך שוין בעסער, ע"כ.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יצתה נשמתו בקדושה וטהרה בן נ"ד שנים
בישיבת נייטרא אשר במאונט קיסקא ביום ו' כסלו תשי"ח לפ"ק

ער איז נפטר געווארן אין די ישיבה?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן:
יצתה נשמתו בקדושה וטהרה בן נ"ד שנים
בישיבת נייטרא אשר במאונט קיסקא ביום ו' כסלו תשי"ח לפ"ק

ער איז נפטר געווארן אין די ישיבה?

ניין ער איז נפטר געווארן אין די לאקאלע מאונט קיסקא'ער שפיטאל
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

האט ר' מיכאל בער איבערגעלאזט קינדער?
זענען די ווייסמאנדל'עך זיינע אייניקלעך, אדער נעפיו'ס
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' וואלף, ער האט איבערגעלאזט א שיינע משפחה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ר' מיכאל בער האט איבער געלאזט פון זיין זיווג שני הרבנית תחי' איין טאכטער און פינף זוהן,
בת תחילה מרת אסתר געלא
דער עלצטער ר' יוסף עמרם ר"י נייטרא חתן מהרי"ם דושינסקיא ליגט שוין נעבן זיין פאטער.
ר' שמואל דוד
ר' אליהו יצחק
ר' מנחם מאיר רב דקהל תורת חמ"ד במאנסי חתן ר' בעריש בן המנחת יצחק.
ר' יעקב ישראל
איינע פון זיי זענען א איידעם ביי הרב מפאיע שליט"א.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ר' אלי' יצחק איז אן איידעם אין פאיע
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

עס איז דא געדריקט פון ר' מיכאל בער די ספרים תורת חמ"ד און [לחם חמודות].

פאר מער וואו א יאהר האט איינע פון די אייניקלעך געדריקט א ספר מתולדותיו "איש חמודות".
ועמך כולם צדיקים
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

און אויך איז דא די ספר מן המצר וואס איז לעצטענס איבעגעדריקט געווארן
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

ווי באקאנט איז ר' מיכאל בער אויפגעקומען מיט זיין הפלא'דיגע וועג פון רעכענען אותיות מיט דילוגים, (נ.ב. זיינע דילוגים זענען נישט געווען אזוי ווי אלע היינטיגע וואס ווילן עפעס טרעפן, מאכט מען דילוגים מיט סתם א נומער, אבי געשאסן, זיינע דילוגים האט די נומער אויך געהאט א ביאור פארוואס פונקט עפעס די נומער) אבער אין לי עכשיו פנאי מסביר צו זיין, זיין דרך אין דילוגים. ואי"ה עוד חזון למועד בלי"נ.



מען פארציילט א מעשה אויף ר' מיכאל בער, וואס ברענגט ארויס אביסל זיין קלוגשאפט און חכמה און טיפער וויסענשאפט.
ער איז געווען אין אקספארד אוניווירזיטעט, ער האט דאן דורכגעטוהן פארשידענע כתבי ידות, דארט איז אויך געווען א גרויסע ציוני, און זיי האבן פון צייט צו צייט געהאט וויכוחים, איינמאל איז ארויפגעקומען אויפן טיש די נושא פון עברית.
ר' מיכאל בער האט מיט יענעם געטענהט אז עברית איז נישט אויסגעהאלטן לויט די דקדוק כללים פון לשה"ק, למשל א קליין קעצל (קיטן) און א קליין הונטל (פאפי) הייסט חתלתול און כלבלב, האט ר' מיכאל בער געטענהט אז צולייגן נאכאמאל די זעלבע לעצטע אותיות, מאכט אז עס זאל טייטשן גרויס, כדוגמת אדום איז רויט און אדמדם איז שטארק רויט ירוק איז גרין און ירקרק איז שטארק גרין, ער האט געברענגט ראיות פון תנ"ך אז עס דארף ווען הייסן כלבון, אבער ער האט אים געזאגט, אז עטס ווילטס דאך האבן א אייגענע מדינה, און אז עטס וועטס האבן א מדינה וועט עטס אוודאי האבן א מלך, אבער וויבאלד עס גייט זיין א קליינע מדינה גייט דאך דער מלך זיין א קליינער מלך, ממילא איז זייער פאסיג דער נאמען צו א קליינער מלך.......

מלוכלך....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 6:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המסתתר »

אין אקספארד איז ר' מיכאל בער זצ"ל געזעצן דאכט זיך לאנגע וואכן אדער אפי' חדשים און געארבעט שטארק ארויס צונעמען די כת"י פונעם ספר קקיון דיונה, און נאך וואס זיי האבן אים דאס נישט עלויבט אפי' צו קאפיען, איז ער געזעצן טאג און נאכט און איבערגעשריבן הערות און הוספות אויפן ספר.

ס'זענען באקאנט די ספרים אויף אים: קראתי ואין עונה פון אברהם פוקס, און קינת מן המיצר פון יעקב פוקס. דער ספר איש חמודות האט טאקע ארויסגעגעבן אן אייניקל א זוהן פון ר' יעקב ישראל נ"י.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)
אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 6:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המסתתר »

דבר בעתו מה טוב - מתורתו של אותו צדיק - בימי מלחמה ועת צרה לאחינו בא"י

כי עמדה כנגדם דעתם הכוזבת, שעשו (הציונים) שחוק מן ההכנעה של דורות הקודמים, ועשו לעג וקלס מן ה"מה יפית איד" - ובכח דעה זו התנהג כמעט רובו של ישראל - אמנם הם בפאליטיק של "נאטיאָנאַליזום" ובדרכים של תביעה ביד חזקה, ובשעה שרוב בנינו ומנינו של ישראל היו נתונים להפקר, למרמס לרגלו של אותו רשע הנאצי - וחביריו מושלי הארצות אשר סביב גרמניא, ושחקו ממנו והתגרו בו במעשה צחוק וטפשות אין סוף, בכתבי עת ואסיפות, בנאומים של דופי ובתקיעת שופר לפני הקאנזולאט של גרמניא, ולא די בזה אלא שהעלו אף והרבו חמה, והביאו לידי שגעון ואכזריות יותר את המטורפים בראש גרמניא, על ידי מעשה המופקרת של באָיקאָט הידוע.
וכל זה בשנת תרצ"ג בשעה שהיו עוד כל האומות בשלום ושלוה עם הרשע הנאצי הזה, בשעה שלא יתכן דרך אחרת רק לנסות בהכנעה ובדברי רצוי ופתוי, עשו אלו הראשים ששמו עצמם לראש ההיפך מדרך החכמה, ההיפך משבועתו של הקב"ה וגרמו בעצמם בחלק גדול, להעלות שגעונו וטרפו של כלב שוטה ומטורף זה למדריגה העליונה.
(הקדמה פון מן המצר)

...וזוכר אני בדיוק שסיפר גראס ע"ה (עסקן ציבורי מראשי קהל ארטהאדאקסי בטירנוי) לרבינו ז"ל (מנייטרא) שבשיחה האחרונה זו בדבר הזה, אמר וויסליצעני היהדות של העולם אין רצונה בזה הקנין... ושוב קלל את יהודי העולם, כאשר קללם וחרפם כמה פעמים בדיבוריו עם גראס ועם האכבערג - לאמר, אי' חכמתכם ובינתכם, שתחת משא ומתן אתם מסדרים "באָיקאָט" באמעריקא, ותחת לחוס על דמכם אשר בידנו דחפתם אמעריקא במלחמה.
ולפי דברי גראס העיד וויסליצעני על אותו הרשע (היטלער ימ"ש) שבעוד שהי' קאנזול גרמני יושב באמעריקא, שלחו משם כל ההגדה של האסיפה שנתקבצה לשמוע ביום ידוע בניו יארק נאומו של סטיפען ווייז (מנהיג הציונים שם), בדבורים חריפים כנגדו ובנבואה על מפלתו, וכאשר קרא הרשע את ההגדה הזאת בצירוף קטעים ממכתבי עת אמעריקאנים, הפיל עצמו בשגעונו מלא קומתו על הארץ, והכה ברגליו ובידיו ונשך בסמרטוטי מצע חדרו בצעקה מטורפת, עתה אשמידם, עתה אשמידם, ר"ל, והראה וויסליצעני לגראס העתק פאטאגראפית מנאומו של סטיפען ווייז כמו שנדפס במכתב עת אמעריקאני, ואף קטע ממכתבי עת ביידיש בתרגום גרמני, הי' בידו בענין הזה.
ומאז והלאה יום יום נתחדשו גזירות ובלבולים ועלילות והכאות והפלות ונאומי של שנאת ישראל בלשון של רציחה איומה מעל כל הבימות ובמכתבי עת וכו'.
(מן המצר)
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אויך דער הקדמה פונעם איבערגעזעצטען תורת חמ"ד איז דא א הערליכער הקדמה פון זיין זון ר' אלי יצחק
בתוך הדברים ברענגט ער אז ר' מיכל בער האט דער ציילאט אז אלץ בחור איז ער געפארן קיין ליטא לערנען איז ער אריין צים חפץ חיים ז"ל, האט אים דער ח"ח געזאגט פאר אהיים סאיז נישט פאר דיר
אין ער האט אים געזאגט אז יארן צירוק איז געקומען דא עימיצער וואס האט משבש געווען דעם דרך הלימוד אין די ליטא
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאסל האט געשריבן:ר' מיכל בער האט דער ציילאט אז אלץ בחור איז ער געפארן קיין ליטא לערנען איז ער אריין צים חפץ חיים ז"ל, האט אים דער ח"ח געזאגט פאר אהיים סאיז נישט פאר דיר
אין ער האט אים געזאגט אז יארן צירוק איז געקומען דא עימיצער וואס האט משבש געווען דעם דרך הלימוד אין די ליטא

לגבי דעם דרך הלימוד אין דער ליטא, וואלט געווען כדאי ווען איינער וואלט דא געקאנט אריין שמירן
פון דעם הקדמה פון דעם ספר אמרי חיים [בערגער-מישקאלץ] וואס איז געווען די סדר הלימוד אין טעלז,
ער שרייבט פון וואס ער האט אליין מיט געלעבט דארט אלס תלמיד הישיבה.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

היינט זונטאג, א' סליחות מיטאג, איז געווען די הקמת מציבה פארן רביצין פון ר' מיכאל בער זצ"ל.
דא האט איר א בילד פון די פרישע מציבה:
IMG_1495.JPG
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

זי ליגט אויך און די וויענער ביה"ח און ניו דזשורזי? נעבן איר גרויסן מאן?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יא.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

יאסל האט געשריבן:די אייניקלעך פון ר' מיכאל בער פורבירען לעצטענס אויך ארויס ציברענגען די אנדערע זייטן פונעם,
דהיינו אז אין דער וועלט איז ער בעיקר בארימט מיט זיין פעילות הצלה
אבער באמת איז ער געווען אויך גאר גרויס אין תורה קדושה אין אלעמען,
ווי למשל ברענגען זיי אז ער פלעגט פאסטען פון חמשה עשר באב ביז יו"כ, אין כדי משלים צי זיין די שבתים אין אנדערע טעג וואס סאיז אסור בתענית האט ער שוין אנגעהויבן פון י"ז בתמוז
אין תורה איז דאך נישטא פון וואס צי רעדן מיט זיין מוח וואס איז געווען ממש א זעלטענהייט
ברענגען זיי דארט א סיפור וואס איך האב עס אמאל געהערט פון דע בעל מעשה זעלבסט אז כידוע האט ער דא זייער געליטן אויפן הארץ איז איינמאל ביינאכט האט ער אנגעהויבן צי פילן טשארקע ווייטאגען אויפן הארץ די בחורים זענען ארימגעלאפן זיכען א לעמאן אין ווען זיי האבן נישט געטראפן האט ער ציגערופן א תלמיד אין געבעטן אז ער זאל ברענגען א משניות דאכט זיך טהרות אין ליגענדיג אין בעט זיך גענומען לערנען סאיז געווען ארום איינס אינמיטן די נאכט אין אזוי אפגעלערנט ביז זעקס אינדערפרי ווען זיי האבן ג'ענדיגט ריפט ער זיך אן א ב"ה כ'שפיר זיך שוין בעסער, ע"כ.


מיין טאטע זז"ג איז א נייטרא תלמוד, ער רעדט פון זיין גדלות בתורה עד אין שיעור,
ער האט ממש געאטעמט תורה בבחי כי הוא חייך ואורך ימיך,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די מציבה פון די באבע פון ר' מיכאל בער אין ראצפערט (אם אביו ר' יוסף ז"ל).
אטעטשמענטס
Weismandel.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די מציבה פון ר' יוסף אבי ר' מיכאל דוב ווייסמאנדל ז"ל
אטעטשמענטס
Copy_of_NEW__4__large.jpg
Copy_of_NEW__4__large.jpg (18.43 KiB) געזען 7802 מאל
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

כ'זעה נישט מ'זאל האבן גערעדט פון דעם, אבער זיינע דרשות זענען זייער מפורסם, לעצטנס האט מען איבערגעמאכט די דרשות, קלארער און העכער, און מער אידן הערן די דב"ק.

פאר א שיינע פאר יאר צוריק, כ'מיין נ"ז, האט זיין אייניקעל מו"ה מיכאל דוב פנחס בן לבו הרב שמואל דוד שליט"א ארויסגעגעבן א קונטרס "נחמדים מזהב" אביסל ענינים און פון זיינע דרשות. ביי מיר אין שטוב האבעך איינס פון מיינע יארן נאך אין נייטרא, אבער כ'מיין אז ס'דא נאך איין אזא קונטרס. ביים ברית פון בנו הגאון ר' מנחם מאיר שליט"א זאגט ער מוראדיגע דיבורים וואס איז כדאי מעתיק צו זיין, און ער ענדיגט מיטן אשכנזישן "נקדש את שמך בעולם כשם שמקדישם אותך בשמי מרום" מיט בערך די ווערטער "חמשה מול חמשה, די פון אויבן מיט די פון אונטן" אז זיינע פינעף קינדער וואס זענען נעבעך ארויף עקה"ש און די פינעף קינדער, ר' מנחם מאיר איז געווען דער פיפטער קינד, זאלן אינאיינעם מקדש זיין שמו יתברך.

זי"ע ועכי"א
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

(קרעדיט ידיד פארשטיי_נישט)

די ערשטע בילד איז א בארימטער בילד (איז אפשר שוין דא ערגעץ בתוך בית מדרשינו) פון ר' מיכאל בער זצ"ל מיט הגה"ק מסטראפקאוו זי"ע; מו"ר בעל משאת משה מנייטרא זי"ע; הגאון ר' יצחק זאב מייער זצ"ל, בעך מהרש"א הארוך; בעל תורת אלף משאפראן זצ"ל; וכמדומה לי איז דער אויף רעכטס דער אילאנדיער רב.

בילד #2 איז מיטן בעל ברכות שמים מקאשוי זצ"ל

בילד #3 איז אויך א באקאנט בילד פון ר' מיכאל בער זצ"ל וואס ידידינו פארשטיי_נישט איז מכובד צו פארציילן פון ווען דער בילד איז.
אטעטשמענטס
סטראפקוב.jpg
קאשוי רב.jpg
2.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”