רבי יונתן שטייף זצ"ל אב"ד קעד"י וויען - ט' אלול תשי"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

רבי יונתן שטייף זצ"ל אב"ד קעד"י וויען - ט' אלול תשי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

היי יאהר איז געווארן א יובל יאהרן זינט די פטירה פון הגה"צ ענוותן ושפל ברך גדול מרבן שמו ר' יונתן שטייף זצ"ל, וזה נוסח מצבתו:

פ"נ
כ"ק אדוננו מורנו רבנו הגדול נזר הרבנים
הצדיק וגאון האמתי מרא דכולא תלמודא
כקש"ת מוהר"ר
יונתן שטייף
בהרר"ר צבי זצוק"ל
שימש בקודש בקהלות קדוש' גוטא, אונגוואר
ב-פעסט, ובקהלתנו קהל עדת יראים ברוקלין
עד עלתה נשמתו למרום בשנת פ"א לימי חייו
ביום ט' אלול תשי"ח לפ"ק והובל לקברות באבל
בבכי ומספד גדול ביום המחרת יו"ד אלול
יגע בתורת ה' תמימה ושם לילות כימים
וקנה תורתו במ"ח דברים שמנום חכמים
נשא דעו למרחוק בלמדו שעוריו ברבים
תשובותיו הגיעו לקצוי תבל וים רחוקים
נאומיו ודרשותיו הלהיבו נערים וזקנים
בש"ס בבלי וירושלמי העלה ציצים ופרחים
נועם הליכותיו היה לאות ולמופת לרבים
צדיק תמים חסיד ועניו סיני ועוקר הרים
בנגלה ונסתר פניני תורתו המה בכתובים
יהכו אותו משפחתו קהלתו ואחב"י הפזורים
זכר צדיק לברכה וימליץ טוב במרומים
ושם אמו שינדל


האבן הזאת אשר שמו לכבוד רבנו מצבה
תהיה גם לזכר בנו ובן בנו שלא זכו לקבורה
ונהרגו על קדוש השם בימי במלחמה הנוראה
בשנות הדמים תש"ד תש"ה
בנו הרבני המופלג בתורה ויראת שמים
מו"ה צבי יהודה ובנו הילד אהרן יצחק ז"ל
השוכן במרומים יזכרם לטובה וינקום דמם
לעצט פארראכטן דורך ביקסאד אום דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 5:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א דאנק הרב מביקסאד פאר די אשכול מיט די אינפארמאטיווע נוסח המצבה, זכותו הגדול יגן עלינו ועכי"א.

נאך די קריג זייענדיג דער ראש בי"ד אין פעסט האט ר' יונתן פיהל געטאהן בעניני תקנת עגונות ובהעמדת הדת על תילה, לעצטענס איז ערשינען א חיבור פון אים בשם 'מצוות השם' איבער די מצוות התורה.
אטעטשמענטס
Shtief.jpg
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

זעט אויס אז הרב מ'ביקסאד איז געווען אויפן ווינער ביה"ח אויסבעטין א גיט יאר
ני לאמיר אים ווינטשען אז ער זאל האבן טאקע געפועל'ט א גיט יאר
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

געזעהן ערגעץ שטיין - איך ווייס נישט צו עס איז אמת:

עס וועט זיין אינטרעסאנט וואס מען דערציילט אז דער וויענער רב, ר' יונתן שטייף האט זיך אמאל געטראפן מיט'ן ערשט'ן סאטמאר'ן רבי, ר' יואל טייטלבוים און דער סאטמערער רבי האט אים געטשעפעט היתכן ער שלאפט אזויפיל [ר' יונתן שטייף פלעגט שלאפן 8 שטונדן יעדע נאכט ווען דער סאטמערער רבי האט זיך געדרוקט צו אויפהאלטן ביינאכט און פלעגט אפט דרימלן אינמיטן טאג אפילו ווען מענטשן זענען אנוועזנד געווען]. ר' יונתן שטייף האט אים באלד געענטפערט: "איך שלאף טאקע מער ווי אייך, אבער ווען איך בין וואך בין איך וואך!"
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אז מ'רעדט פון ווערטלעך צווישן רביה"ק מסאטמאר מיט ר' יונתן שטייף זצ"ל, איז באקאנט אז ר' יונתן האט אמאל זיך באדאנקט פאר'ן רבי'ן מיט דעם אויבערלענדישען 'דאנקע שעין' האט דער רבי געענטפערט בצחות לשונו 'דאנקע איז א שטות..' (עפ"י דעם ארמישען דנקא וואס באדייט א שתות=זעקסטל).
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאסל האט געשריבן:זעט אויס אז הרב מ'ביקסאד איז געווען אויפן ווינער ביה"ח אויסבעטין א גיט יאר
ני לאמיר אים ווינטשען אז ער זאל האבן טאקע געפועל'ט א גיט יאר
טעות לעולם עוזר, ליידער בין יאך נאך קיינמאל נישט דארט געווען.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:לעצטענס איז ערשינען א חיבור פון אים בשם 'מצוות השם' איבער די מצוות התורה.
דער ספר מצוות השם האט ער געדרוקט צום ערשטן מאל נאך פאר די קריג, בערך פאר פיר יאר צוריק האט זיין אור אייניקל ר' יונתן בלייער פון מאנסי * עס איבער געדריקט מיט הגהות מעצם כת"י.



* גרינדער און אייגענטומער פון מכון זכרון אהרן, וועלכע האבן שוין אויף געזעצט פון דאס ניי און איבער געדריקט צענדליגער ספרים פון פריערדיגע מחברים, לבוש, פרקי דר"א, אורים ותומים, כרתי ופלתי ועוד.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

א איד האט מיר פארציילט, ווען ער איז געוועהן א קינד, איז ער אהער געקומען וואוינען פון א"י, ער איז אבער געוועהן זייער ווילד און צולאזט, זיין טאטע איז געוועהן אביסל א יעקישע איד, האט ער זיך באזעצט אין די ווינע שול, פארציילט דער איד, אז איינמאל חוה"מ סוכות איז ער ארום געלאפן אין ביהמ"ד מיט גרויס ציווילדעוועטקייט ר' יונתן איז געוועהן אין ביהמ"ד האט ער אים אנגעכאפט ביי די האנט און ארויף געפירט צום ארון קודש (ווער עס געדענקט די ווינע שול באפאר די מלוכה פונעם איציטגן רב שליט"א ווייסט אז דער ארון קודש איז געוועהן אסאך העכער ווייל די פלאר פון ביהמ"ד איז געוועהן שיף)
ער האט אים געצייגט דעם ארום קודש, זאגנדיג מיט א שיינע שפראך, מיין קינד, דא איז א ארון קודש מיט א ס"ת, דא טאר מען נישט ארום לויפן, און אזוי האט ער אים אנגעכאפט די האנט און געשמיסט ווארעם,
(המשך יבא)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

איי! איי! עיקר חסר מן הספר די צווייטע העלפט פון די מעשה, זיין עניוות און התבטלות.
ועמך כולם צדיקים
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

אין וויענער שול אין וויליאמסבורג איז היי-יאהר געפראוועט געווארן ברוב עם דעם פופציגסטען יארצייט פון רבי יונתן, בהשתתפות הגה"צ גאב"ד ירושלים שליט"א וואס האט דאן געוויילט אין ניו יארק. דער גאב"ד האט נאכגעזאגט דברי תורה ווארט ביי ווארט גענוי וויאזוי ער האט דאס געהערט פון רבי יונתן, מיט זעכציג יאהר צוריק ווען רבי יונתן האט געוויילט אין לאנדאן אויפן וועג קיין ניו יארק.

די וויענער קהלה האבן ארויסגעגעבן לכבוד דעם "הילולא החמשים" דעם ספר "תפארת יונתן" וואס אינהאלט אין זיך תולדות און היסטארישע דרשות פון רבי יונתן.
לחיים ולברכה!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

א בילד פון זיין ציון הק', היינט ארויף געשווימען אויף די ברייטע געוועב

http://kevarim.com/rabbi-yonoson-shteif/

ייש"כ ר' ברוך המנהל שם.
ועמך כולם צדיקים
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

געברענגט פון דארט פאר אונזערע דזשעי נעט אידן

בילד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

באדיבות ידידינו הרה"ח מוה"ר נחמן נתן שליט"א, האבן מיר די זכי' געהאט צו קריגען אינפארמאציע איבער א הערליכע בילד פון הרה"ג ר' יהותן שטייף זצ"ל, דעם בייגעלייגטען בילד האט ר' חמן נתן באריכטעט ווי פאלגענד:
פון ר. צו ל.: רבי יונתן שטייף זצ"ל; רבי נתן שיק ז"ל; הגה"צ רבי זוסמאן סופר זצ"ל הי"ד ראב"ד בודאפעסט (חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי קאפל רייך זצ"ל – אב"ד בודאפעסט); רבי צבי יהודה שטייף (בן רבי יונתן) ז"ל הי"ד; (דער לעצטער:) אומבאקאנט.
אטעטשמענטס
12599.jpg
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

געהערט פון ר' חיים פלאהר שליט"א זאל זיין געזונט.
ער האט געזען ווי דער סאטמארער רבי האט זיך געריסן קריעה, און דער רבי האט ביטער געוויינט, צר לי עליך אחי יונתן, און מעיד געווען אז ער האט געלערנט תורה לשמה.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

אז ר' פייש קרויז האט דערמאנט דעם דברי הספד וואס דער סאטמארער רב זי"ע האט געזאגט אויף ר' יונתן, וועל איך צוטירן דעם גאנצען תוכן דברי ההספד. (גענומען פון ספר תפארת יונתן – תולדות הגה"צ רבי יונתן שטייף זצ"ל).
אטעטשמענטס
יונתן.pdf
(82.29 KiB) געווארן דאונלאודעד 429 מאל
לחיים ולברכה!
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

יישר כח ר' נחמן נתן.

איך זע אבער נישט די ווערטער וואס איך האב געזאגט, איר מאכט מיר טראכטן אז איך האב געמאכט א עירבוב דברים.... דאס וואס איך האב נאכגעזאגט פריער, איז געווען לכאורה ביים טשימפער רב'ס פטירה.
איך געדענק ער האט געזאגט אז ס'איז געווען אין א ערב שבת. מ'דארף אויסרעכענען וועלכע טאג ר' יונתן איז אוועק.
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

איך האב יעצט נאכגעקוקט ביי מר רוטר, און געזען אז ר' יונתן איז טאקע נישט נפטר געווארן ערב שבת.

ווייסט עמיצער ווען דער טשימפער רב איז אוועק, וועלכע טאג אין חודש?
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ר' יונתן איז אוועק אויף א מאנטאג, די לויה איז געווען דינסטאג.
'ווען' טשימפער רב איז אוועק ווייס איך נישט.
דאס ביסטו אוודאי גערעכט אז דאס וואס דער רבי זי"ע האט געזאגט 'צר לי עליך אחי יהונתן', איז געזאגט געווארן אויף ר' יונתן. (אז ס'וועט דיר אמאל אויסקומען זאלסטו הערן דעם טעיפ פונעם הספד, אזוינע בכיות).
למעשה זענען דיינע ווערטער בכלל נישט קיין סתירה מיט וואס דער רבי האט געזאגט, דער רבי רעדט זייער גרויס איבער זיינע מדריגות אין תורה, נו, קען זיין אז ר' חיים האט נישט געמיינט דוקא תורה לשמה, נאר גרויס אין תורה, ודוק.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א דאנק ר' נחמן נתן פאר די העתקה
אטעטשמענטס
Page_2.jpg
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

ס'האט מיר אבער יא אויסגעקוקט פון זיינע ווערטער אז דער רבי זי"ע זאל עס האבן געזאגן דאן ביים הספד, און ס'איז געווען ערב שבת, און פון אים איז דאך נישטא קיין טעיפ, איז דאס א ספעציעלע חשיבות.

איך האב יעצט געזען אויפ'ן שער בלאט פון זיין ספר תפארת אדם, שטייט דאס ארויס, אז ער איז נפטר געווארן ערב שבת פ' אמור שנת תשי"ד
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

מיללער
קוק אביסל שפעטער, ווי דער רבי טייטשט איבער דעם פסוק אויף אידיש ווארט ביי ווארט, אויף ר' יונתן זעלבסט.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

רבי יונתן מיט הגה"ק רבי מנחם מענדל מסטראפקעוו זצ"ל.
ס'איז כדי צו דערמאנען די געוואלדיגע חביבות צווישן די צוויי גדולי ישראל, נאך פון די תקופה זייענדיג אין שווייץ. ווען רבי יונתן האט ארויסגעגעבן זיין חיבור זכרו תורת משה אויף הל' שבת האט ער גענומען אן הסכמה פונעם סטראפקעווער רבי'ן זצ"ל.
אטעטשמענטס
scan0003.jpg
לחיים ולברכה!
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

נחמן נתן דאס איז א הערליך בילד!
אגב אז מרעדט שוין, אויפ'ן סטראפקוב'ער רב, האט דער סאטמארער רבי אמאל געזאגט, אז נאך די קריג איז ער נאך וכו' וואס קען ליינען א קוויטל.
געווען דא אין יענע ערשטע יארן דא אין אמעריקא א שיינע קבוצה פון אינגעלייט..
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

אז איך ברענג שוין ארויף דעם עכט בא'חנ'טען בילד ווי רבי יונתן זצ"ל מיט הגה"ק מסאטמאר זצ"ל שטייען און שמועסן א פריינטליכען שמועס (דער רבי מיטן טלית אויפן פלייצע), איז כדאי מיטצוטיילן פארן ציבור דא, די גענויע איינצעלהייטן איבער דעם בילד (וואס רוב פון אונז לענ"ד ווייסן נישט דערפון).
געווען איז דאס אין לאגער "ביאטענבערג" - שווייץ, ווי דער סאטמארער רבי מיט רבי יונתן (און נאך) האבן זיך דארטן אויפגעהאלטן קומענדיג פון בערגן-בעלזן. איז געווען אמאל א טאג וואס כמעט דער גאנצער עולם אינעם לאגער האט שוין געהאלטן היבש נאך תפלת שחרית, און רבי יונתן בתוכם, און דער רבי האט נאך געהאלטן דאמאלסט אינמיטן זיך רישן צום דאווענען, אבער צום באדויערן האט מען שווער געקענט צוזאמען שלעפן א מנין אידן וואס האבן נאך נישט געהאט געדאווענט. אזוי ווארטענדיג אז ס'זאל זיך שאפן א מנין, האט זיך דער רבי אוועק געזעצט מיט רבי יונתן, (מ'זעהט אויפן בילד די צוויי בענקלעך), און צוזאמען האבן זיי זיך משתעשע געווען באהבה פאר א משך פון א שעה צייט. אינמיטן איז מען געקומען זאגן אז מ'האט אפיר געזוכט מענטשן וועלכע האבן נאך נישט געדאווענט, און מ'גייט שוין באלד דאווענען. דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און ארויף געלייגט דעם טלית אויפן פלייצע, און אזוי – מיטן טלית אויפן פלייצע – האט דער רבי ממשיך געווען שמועסענדיג שטייענדיגערהייט מיט רבי יונתן פאר נאך א דריי-פערטל שעה...

דעם מעשה האב איך געהערט פון אן עלטערן איד מיטן נאמען ר' יחיאל זיגעלמאן הי"ו, וואוינט אין וויליאמסבורג (ער דאווענט אינעם וויענער שול אין וומסב"ג) וואס איז געשטאנען דערביי און געדענקט דאס גענוי ווי היינט. ס'איז געשמאק אפיר צו זוכן דעם איד און עס הערן פון איהם אליין. (געהערט האב איך עס פון איהם דעם פארגאנגענעם ט' אלול תשס"ח – דער פופציגסטער יאהרצייט פון רבי יונתן).
אטעטשמענטס
Clipboard01.jpg
לחיים ולברכה!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

איך קויף שווער די געשיכטע אז די רבי זאל זיך האבן געריסן קריעה סיי אויף ביי ר' יונתן אין זיכער נישט דער טשימפא רב.
אגב ר' מיכאל בער ז"ל איז אויך דאכט זיך אוועק ערב שבת אין דער הספד פונעם רבין מיט בכיות נראות איז אפגעכאפט אויף א טעיפ,
נאך מער איז אינטערסאנט אז כידוע ביים רבין פלעגט ער זיך נישט אפשטעלען ווען ער האט געוויינט נאר בשעת משעה ממשיך געווען צי זאגען , אבער ביי ר' מיכאל בער'ס הספד שטעלט ער זיך אפ אין וויינט ביז ער קימט צי זיך אין זאגט ווייטער.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”