רבי אשר ישעי' רובין מקולבאסוב זצ"ל - א"ך אלו"ל תרע"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

רבי אשר ישעי' רובין מקולבאסוב זצ"ל - א"ך אלו"ל תרע"ד

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג סעפטעמבער 21, 2008 6:32 am

הרה"ק ר' אשר ישעיה במ"ס מאשר שמנה (כת"י) בנו יחידו פון הרה"ק ר' יחיאל אב"ד קולבסיף איז געבוירן תר"ו בשנת פטירתו פון זיין זיידן הרה"ק האור ישע מ'ראפשיץ, נאך זיין פאטער'ס פריצייטיגע פטירה כ תמו"ז כת"ר, האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית חנה שפרה בת הרה"ק ר' אלכסנדר בן הרה"ק במ"ס היכל הברכה מ'קאמארנא וועלכער האט זיך אויס געדרוקט אויף דעם אייניקל בהפלגה בדרך חיבה "מיין אשר איז כשר", נאך יארן לאנג זיצן אויף קעסט אין קאמארנא ווי ער האט אויך חתונה געמאכט זיינע עלטערע טעכטער האט ער זיך צוריק געצויגן קיין קולבאסיב ווי ער איז נפטר געווארן א"ך אלו"ל תרע"ד און מען האט איהם באהאלטן אין אוהל לצד אביו, ער האט נישט איבערגעלאזט קיין זוהן ער האט נאר געהאט זעקס טעכטער:

א) הרבנית [חיה אדל] ברכה אשת חבר הרה"ק ר' ברוך פינחס ראבינאוויטש מ'סקאליע.

ב) הרבנית רייצא אשת חבר הרה"ק ר' חיים שלמה הלוי ראטטענבערג בעל שמועה טובה מ'קאסאני.

ג) הרבנית מלכה אשת חבר הרה"ק ר' איתמר רויזנבוים מ'נאדווארנא.

ד) הרבנית יסכה

ה) הרבנית פרומט

ו) הרבנית באבי גיטל אשת חבר מ"מ הרה"ק ר' מנחם מענדיל זיידא רובין הי"ד במ"ס עצי צדיק (כת"י).

היי יאהר תשס"ח האט מען מיט די הילף פון די הונדערטער אייניקלעך איבער געבויט דעם אוהל דורך ר' ישראל מאיר גבאי ווען דער רוח החיים פון דעם אונטער נעמונג איז החתן יהושע אלטר רובין בן הרה"צ ר' אשר ישעיה בן הרה"ק מ'דינוב שליט"א, היינט ביומא דהילולא איז געווען מנין אויף דעם ציון הקדוש בראשות הרה"צ ר' סיני וואגשאהל -ובנו הרב אלטר- חתן נכדו הרה"ק מ'דינוב שליט"א.
לעצט פאראכטן דורך ביקסאד אום מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 12:40 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20022
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג סעפטעמבער 21, 2008 7:08 am

הרב מביקסאד, א דאנק

אפשר דערציילסטו אביסל מער זיין יחוס?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2008 9:42 am

דער ערך אין אונזער וויקיפידיע איבער דעם קאלבאסובער רב זצ"ל.

ר' אשר ישעי' איז געווען א זוהן פון ר' יחיאל (חיליש) רובין פון קאלבאסוב, וועלכער איז געווען דער שווער פון ר' אברהם אהרן ט"ב אב"ד קאלבאסוב בן מרן הייטב-לב מסיגוט.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » זונטאג סעפטעמבער 21, 2008 10:29 am

דא איז א לינק צום יזכור בוך פון קאלבאסוב
http://yizkor.nypl.org/index.php?id=2363
אגב מברויך נעמען אין פערספעקטיוו אז די יזכור ביכער זענען נישט אלץ געשריבן פון היימישע שרייבער אין די וועג וואס זיי מאלן אראפ די פרומע אידן

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 12:58 am

היינט צוטאג זענען פארהאן דריי קולבאסיב'ער בתי מדרשים איבער די וועלט אויף די נעמען פון די רועי השלשלת,
1. "עטרת יחיאל" אין ירושלם עיה"ק תובב"א, מיסודו פון הרה"צ ר' יהושע פאללאק ז"ל בן הרה"צ רבי אברהם אלטר זצ"ל מ'פתח תקוה בן הרבנית חנה תליט"א בת הרה"ק ר' יחיאל חיים לאבין מ'מאקאווא בן הרה"ק ר' משה מ'דראהביטש חתן הרה"ק ר' יחיאל אב"ד קולבאסיב.
2. "אור ישע" אין וויליאמסבורג, בנשיאות הרה"צ ר' דוד רוזינבוים שליט"א בן הרה"צ רבי מאיר מ'מאשלוי בן הרה"ק ר' ישכר בער מ'סטראזיניץ בן הרה"ק ר' איתמר וזוגתו הרבנית מלכה בת הרה"ק ר' אשר ישעיה זצ"ל.
3. "אור מנחם" אין עירמאנט בגלילות מאנסי, בנשיאות הרה"צ ר' מנחם מענדיל רובין שליט"א בן הרה"ק ר' משה חיים מ'דינוב שליט"א בן הרה"ק ר' מנחם מענדיל זיידא הי"ד מ"מ חותנו וזוגתו הרבנית באבי גיטל בת הרה"ק ר' אשר ישעיה זי"ע.



4. עס איז אויך דא נאך א בימ"ד "עטרת רא"ש" אין וועסלי היללס בגלילות מאנסי,
ע"ש הרה"צ ר' אלכסנדר שמואל טייטלבוים בן הרה"צ ר' אריה לייבוש טייטלבוים בנשיאות נכדו שליט"א.
לעצט פאראכטן דורך ביקסאד אום דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 1:23 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 11:28 am

ווער האט דארט געהייסן חנה? ר' אשר ישעי'ס רעבעצין?

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 12:00 pm

ווי קראנט איז דאס אז ער האט נישט געהאט קייו זון דאכט זיך אז ר' זלמן לייב רובין פון קרית יואל איז אן אייניקעל פונעם

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20022
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 12:12 pm

יאסל,
ר' זלמן לייב רובין איז דעם דינוב'ער הנ''ל'ס א זין, שטימט שוין?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20022
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 12:33 pm

קרעמער,
ליין איבער די ערשטע רעאקציע - רעפליי - תגובה פון דעם אשכול.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 5:30 pm

פאר די אלע וואס פרעגען איבער די יחוס און שייכות פון הרה"ק מ'דינוב שליט"א קאנען נאך קוקען אין אונזער וויקיפידיע ביי דינוב - צמח דויד און ראפשיץ - גלאגוב.
לעצט פאראכטן דורך ביקסאד אום דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 12:57 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 11:32 pm

farshlufen האט געשריבן:קרעמער,
ליין איבער די ערשטע רעאקציע - רעפליי - תגובה פון דעם אשכול.

יישר כח.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 3:30 pm

ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 6:32 pm

ישר-כח הרב מביקסאד, די בילדער פונעם אוהל און די מציבה לכ' די יארצייטץ
צוגעלייגטע
Kolbesow2.jpg
Kolbesow1.jpg

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך ינואר 06, 2010 3:49 pm

קרעמער האט געשריבן:ווער האט דארט געהייסן חנה? ר' אשר ישעי'ס רעבעצין?

יא, הרבנית חנה שפרה בת ר' אלכסנדר סענדר, נפטרה ערב שב"ק י"ז אדר.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג אוקטובער 29, 2013 12:54 am

כ"ק אדמור מדינוב מונסי שליט"א איז בן בתו פון רבי אשר"ל מקולביסאב איך מיין אז ער איז פון די לעצטע פארבליבנער רעכטע אייניקליך פון עם. ער איז א'ערשטע קרוב מיט להיבלחט"א כ"ק אדמור מסקאליא זצ"ל און מיט האחים האדמורים מזוטשקע סטראזשניץ נאדווערנע זצ"ל ועוד ,וואס זענען אלע געווען רעכטע אייניקליך פון רבי אשר'ל זצ"ל.

קליינווארדיין
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 11:13 am

מצבה אין קאלבאסוב

תגובהדורך קליינווארדיין » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 10:33 am

ביקסאד האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:ווער האט דארט געהייסן חנה? ר' אשר ישעי'ס רעבעצין?

יא, הרבנית חנה שפרה בת ר' אלכסנדר סענדר, נפטרה ערב שב"ק י"ז אדר.
צוגעלייגטע
קאלבאסוב.png
קאלבאסוב.png (134.56 KiB) געזעהן 332 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט