יגעתי ומצאתי האט געשריבן:דער ספר ווערט דערמאנט אין דברי תורה להגה"ק ממונקאטש (ח"ג אות פ"ג), אלס א הוכחה אז מען זאגט תחנון אויך ביום היא"צ, ווייל אויב נישט וועט מען קיין איין טאג נישט זאגן...
יישר כחכם
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:דער ספר ווערט דערמאנט אין דברי תורה להגה"ק ממונקאטש (ח"ג אות פ"ג), אלס א הוכחה אז מען זאגט תחנון אויך ביום היא"צ, ווייל אויב נישט וועט מען קיין איין טאג נישט זאגן...
בן בוזי האט געשריבן:עס איז טאקע אינטערעסאנט אז עס איז נאך דערווייל ניטאמאל דא אן אשכול איבער איהם. ווען יא, זאל דער וואס ברענגט א יאהרצייט, כמובן מיטברענגען דעם אשכול לינק.
מיללער האט געשריבן:בן בוזי האט געשריבן:עס איז טאקע אינטערעסאנט אז עס איז נאך דערווייל ניטאמאל דא אן אשכול איבער איהם. ווען יא, זאל דער וואס ברענגט א יאהרצייט, כמובן מיטברענגען דעם אשכול לינק.
זייער אינטערסאנט, מער איז אינטעראסנט איז אבער אז איר האט נישט געזוכט און געשריבען פון אויסענווייניג, נאט אייך דעם אשכול פון ר' שלמה מקארלין:
viewtopic.php?p=443934#p4439
בן בוזי האט געשריבן:כ'האב נישט באמערקט דעם סקרענטאנער רב'ס בקשה, אבער יעצט אז מ'האט צוזאמען געשמאלצן אהער מיין נייער אשכול, טוט מען לדעתי נישט ריכטיג. דער לוח היארצייטן אשכול איז גוט סתם אזוי אלס א לוח, און דער אשכול וועלכע איך האב געגרינדעט זאל זיין פאר די ארויפברענגערס וועלכע ברענגען מיט דעם לינק להאשכול.
מיללער האט געשריבן:איך בין דייקא יא אויף די זייט פון די שמעלצערס, דער לוח היארצייטן האט געשימלט און איז נישט געוואקסטען, עס בלייבט און די ערשטע בלעטער פונעם אשכול פאר ווער עס זוכט דורך דארט, אזוי ווי טאקע אייער דערמאנטע מפתח וואס האט נישט געהאט ר' שלמה קארלינער ווייל דער מפתח-מייסטער בשעתו האט עס פארזעהן און עס יאוועט זיך נישט קיין וואלונטיר רעגלמעסיג מעדכן צו זיין.
מיללער האט געשריבן:האט מען אן עובדא, בילד אדער ידיעה'לע מוסיף צו זיין שטעלט מען עס אינעם אשכול, אויב נאר צו דערמאנען, שטעלט מען עס דא אריין מיט א לינק צו אשכול און אויב הבאים אחריו האבן יא וואס מוסיף צו זיין, וועלן זיי עס דארט אריינשרייבען במקום הראוי, ונמצא זה זיכה את הרבים.
מיללער האט געשריבן:(זאל זיין א דעבאטע, מיט א סקר, מיט א מחלוקה, צדדים, פארענטשערס, מחאות אסיפות וכינוסים, אפשר וועט זיך אויפוועקן דער פארשלאפענער פארום)
מיללער האט געשריבן:ווי קומט עס דא אריין, גיעק?
בן בוזי האט געשריבן:אזוי אויך וועט מארגן אויספאלן די יאהרצייט פון אדמו"ר הרה"צ ר' מרדכי ב"ר יצחק מסקווירא פלעטבוש, וואס מנו"כ איז אויפן מאנסיער בית עולם, עס איז צום האפן אז די ראקלענד קאונטי איינוואוינער וועלן אויסנוצן דער איינמאל-אין-יאהר געלעגנהייט מתפלל צו זיין און מעורר זיין רחמים רבים לכהט"ס אויפן ציון ביומא דהילולא קדישא.