לוח היארצייטן - היינט איז די יארצייט פון....

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3055
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג יוני 04, 2012 2:42 am

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:דער ספר ווערט דערמאנט אין דברי תורה להגה"ק ממונקאטש (ח"ג אות פ"ג), אלס א הוכחה אז מען זאגט תחנון אויך ביום היא"צ, ווייל אויב נישט וועט מען קיין איין טאג נישט זאגן...

יישר כחכם

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 12, 2012 9:52 am

כבוד החבירים,

אנשטאט מ'זאל ארויפברעגנען יעדן טאג פארשטויבטע אשכולות אן קיין שום הוספה נאר צו דערמאנטען די יארצייט פון א צדיק, וואלט איך פארגעשלאגן אז מ'זאל דא אין דעם אשכול אריינקומען און דערמאנען וועמענס יאצ"ט יענעם טאג אדער ארום יענע צייט איז/גייט זיין, און אויב מיר האבן אן אשכול איבער יענעם צדיק וגדול זאל מען שטעלן א לינק צום אשכול.

מה דעתכם?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

היינט איז דער יאהרצייט פון.... (ארויפגעברענגט לכבוד ההילולא)

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:27 am

אין ליכט פון די לעצטערע בקשה דורך עטליכע חברים נישט אויפצוברענגען אשכולות אהן דעם וואס מען איז מוסיף סיי וואספארא אינפארמאציע וועלכע אנבאלאנגט דעם בעל ההילולא, ווי צב"ש איז בייז קריטיקירט געווארן דער געווענטליכער תגובה וועלכע האט זיך געלייענט "ארויפגעברענגט לכבוד ההילולא" וכדומה, וואס דער ארויפברענגער טוט דערמיט אויסדרוקן זיינע געפילן פון נאסטאלגיע אדער התעוררות, און גלייכצייטיג האפט ער אז א צווייטער מיט מער וויסנשאפט וועלכע האט פארגעסן אז עס געפאלט דער הילולא אדער נישט גענומען דער מיה אפיר צו זוכן און אויפברענגען דעם אשכול, וועט מוסיף זיין דערויף א תגובה'לע אנדערטהאלבן. און ווי כ'בין באקאנט זענען שוין אפילו געמעקט געווארן אזעלכע תגובות.

דערפאר פיל איך פאר פאסיג צו גרונדען אט דעם דאזיגער אשכול ווי א בעל זכרון זאל קענען אויפברענגען א אשכול לכבוד אן הילולא, און דערמיט יוצא זיין אלע שיטות בדרכי נועם.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:30 am

ריכטיג האט איהר געטוהן, אינעם ריכטיגן מינוט - טאקע היינט ווען עס געפאלט אויס די יומא דהילולא קדישא פון הרב "הקדוש" ר' שלמה קארלינער זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15420
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:32 am

למה לא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:33 am

יוראפ האט געשריבן:למה לא


למה שלא להעלות אשכולות או למה לא לעשות עצתי?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:33 am

עס איז טאקע אינטערעסאנט אז עס איז נאך דערווייל ניטאמאל דא אן אשכול איבער איהם. ווען יא, זאל דער וואס ברענגט א יאהרצייט, כמובן מיטברענגען דעם אשכול לינק.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:35 am

זייער שיין.
יעצט דארף מען עפענען א נייע אשכול אויפצוברענגען שאץ'ס ארטיקלן?
אדער מ'מעג ניטצען דאס דאזיגע אשכול?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:36 am

בן בוזי האט געשריבן:עס איז טאקע אינטערעסאנט אז עס איז נאך דערווייל ניטאמאל דא אן אשכול איבער איהם. ווען יא, זאל דער וואס ברענגט א יאהרצייט, כמובן מיטברענגען דעם אשכול לינק.


זייער אינטערסאנט, מער איז אינטעראסנט איז אבער אז איר האט נישט געזוכט און געשריבען פון אויסענווייניג, נאט אייך דעם אשכול פון ר' שלמה מקארלין:

viewtopic.php?p=443934#p4439

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:38 am

geek האט געשריבן:זייער שיין.
יעצט דארף מען עפענען א נייע אשכול אויפצוברענגען שאץ'ס ארטיקלן?
אדער מ'מעג ניטצען דאס דאזיגע אשכול?



וועלכע ארטיקלען?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:38 am

כ'האב נישט באמערקט דעם סקרענטאנער רב'ס בקשה, אבער יעצט אז מ'האט צוזאמען געשמאלצן אהער מיין נייער אשכול, טוט מען לדעתי נישט ריכטיג. דער לוח היארצייטן אשכול איז גוט סתם אזוי אלס א לוח, און דער אשכול וועלכע איך האב געגרינדעט זאל זיין פאר די ארויפברענגערס וועלכע ברענגען מיט דעם לינק להאשכול.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:39 am

מיללער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:עס איז טאקע אינטערעסאנט אז עס איז נאך דערווייל ניטאמאל דא אן אשכול איבער איהם. ווען יא, זאל דער וואס ברענגט א יאהרצייט, כמובן מיטברענגען דעם אשכול לינק.


זייער אינטערסאנט, מער איז אינטעראסנט איז אבער אז איר האט נישט געזוכט און געשריבען פון אויסענווייניג, נאט אייך דעם אשכול פון ר' שלמה מקארלין:

viewtopic.php?p=443934#p4439


עס איז נישט אינעם מפתח
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15420
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:39 am

מיללער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:למה לא


למה שלא להעלות אשכולות או למה לא לעשות עצתי?

כעצתכם הטוב

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:43 am

בן בוזי האט געשריבן:כ'האב נישט באמערקט דעם סקרענטאנער רב'ס בקשה, אבער יעצט אז מ'האט צוזאמען געשמאלצן אהער מיין נייער אשכול, טוט מען לדעתי נישט ריכטיג. דער לוח היארצייטן אשכול איז גוט סתם אזוי אלס א לוח, און דער אשכול וועלכע איך האב געגרינדעט זאל זיין פאר די ארויפברענגערס וועלכע ברענגען מיט דעם לינק להאשכול.


בן בוזי - איך האלט ווי דיר
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:47 am

בן בוזי,

איך בין דייקא יא אויף די זייט פון די שמעלצערס, דער לוח היארצייטן האט געשימלט און איז נישט געוואקסטען, עס בלייבט און די ערשטע בלעטער פונעם אשכול פאר ווער עס זוכט דורך דארט, אזוי ווי טאקע אייער דערמאנטע מפתח וואס האט נישט געהאט ר' שלמה קארלינער ווייל דער מפתח-מייסטער בשעתו האט עס פארזעהן און עס יאוועט זיך נישט קיין וואלונטיר רעגלמעסיג מעדכן צו זיין.

משא"כ אויף אזא אופן איז כסדר דא אזאנע פרעגער'ס, סטרעטענער און שויתי'ניקס וואס זענען מזכה די מעמבערס מיט דערמאנען איבער א בעפארשטייענדע יארצייט, איז אזוי; האט מען אן עובדא, בילד אדער ידיעה'לע מוסיף צו זיין שטעלט מען עס אינעם אשכול, אויב נאר צו דערמאנען, שטעלט מען עס דא אריין מיט א לינק צו אשכול און אויב הבאים אחריו האבן יא וואס מוסיף צו זיין, וועלן זיי עס דארט אריינשרייבען במקום הראוי, ונמצא זה זיכה את הרבים.

דאס איז דער מיינונג פון צאמווייניגסטענס איין מאן פון שטאט סקרענטאן, ויש לבעל דין לחלוק ואיני אומר קבלי דעתי, והגבאים יחליטו והאחראים יפעילו והמנהלים יביטו וכל העם הנאספים יאמרו מזל טוב מזל טוב, יעלה ויצמח כגן רטוב.

כ"ד אסקופה הנדרסת, בפני כבוד הרעוורענדים ומסדרי הקידושין, הק' יעקב דוב מיללער

(זאל זיין א דעבאטע, מיט א סקר, מיט א מחלוקה, צדדים, פארענטשערס, מחאות אסיפות וכינוסים, אפשר וועט זיך אויפוועקן דער פארשלאפענער פארום)

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:47 am

מיללער האט געשריבן:
geek האט געשריבן:זייער שיין.
יעצט דארף מען עפענען א נייע אשכול אויפצוברענגען שאץ'ס ארטיקלן?
אדער מ'מעג ניטצען דאס דאזיגע אשכול?



וועלכע ארטיקלען?

א טאטע ביי..... (לוח מעגל השנה)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:48 am

ווי קומט עס דא אריין, גיעק?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15420
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:53 am

מיללער האט געשריבן:איך בין דייקא יא אויף די זייט פון די שמעלצערס, דער לוח היארצייטן האט געשימלט און איז נישט געוואקסטען, עס בלייבט און די ערשטע בלעטער פונעם אשכול פאר ווער עס זוכט דורך דארט, אזוי ווי טאקע אייער דערמאנטע מפתח וואס האט נישט געהאט ר' שלמה קארלינער ווייל דער מפתח-מייסטער בשעתו האט עס פארזעהן און עס יאוועט זיך נישט קיין וואלונטיר רעגלמעסיג מעדכן צו זיין.

גייט מען זוכה זיין דערנאך אז עס וועט אריינגיין אינעם מפתח זעלבסט?
מיללער האט געשריבן:האט מען אן עובדא, בילד אדער ידיעה'לע מוסיף צו זיין שטעלט מען עס אינעם אשכול, אויב נאר צו דערמאנען, שטעלט מען עס דא אריין מיט א לינק צו אשכול און אויב הבאים אחריו האבן יא וואס מוסיף צו זיין, וועלן זיי עס דארט אריינשרייבען במקום הראוי, ונמצא זה זיכה את הרבים.

דאס האט מען מיך שוין אויך באשריגן ב"ה
מיללער האט געשריבן:(זאל זיין א דעבאטע, מיט א סקר, מיט א מחלוקה, צדדים, פארענטשערס, מחאות אסיפות וכינוסים, אפשר וועט זיך אויפוועקן דער פארשלאפענער פארום)

כולנו למערכה!

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:59 am

מיללער האט געשריבן:ווי קומט עס דא אריין, גיעק?


דאס האב איך געפרעגט נאך ביפאר מ'האט געשמאלצען בן-בוזי'ס תגובה/אשכול

וויפיל אשכולות דארף מען האבן ארויף צוברענגען אנדערע?

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » דאנארשטאג יולי 12, 2012 12:01 pm

גיעק ביטע מיש נישט אויס על הצדיקים מיט די איבריגע פארומ'ס,

יוראפ א מנהל אדער אחראי קען עס אלץ צולייגן.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יולי 12, 2012 12:02 pm

און נישט צום נושא מזל טוב פרעגער לעבן פארן אננעמען מיט באשיידנקייט דער טיטל פון "שר האלף", די צווייטע טויזנט זאלן אנשטאט פראגן זיין תירוצים...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15420
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג יולי 15, 2012 5:33 pm


אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יולי 16, 2012 6:28 pm

מארגן געפאלט אויס די יאהרצייט פון אדמו"ר הרה"צ מקאליש-בראד נכד הרה"ק מרוזין צו וועמענ'ס ציון עס איז -פאר שוין דריי יאהר צוריק- אפגעראכטן געווארן א נסיעת ריעים האהובים חברי הפארום, וועלכע איז בשעתו ברייט געדעקט און באארבעט געווארן דורך דעם אומפארגעסליכער קרעטשמערער.

אזוי אויך וועט מארגן אויספאלן די יאהרצייט פון אדמו"ר הרה"צ ר' מרדכי ב"ר יצחק מסקווירא פלעטבוש, וואס מנו"כ איז אויפן מאנסיער בית עולם, עס איז צום האפן אז די ראקלענד קאונטי איינוואוינער וועלן אויסנוצן דער איינמאל-אין-יאהר געלעגנהייט מתפלל צו זיין און מעורר זיין רחמים רבים לכהט"ס אויפן ציון ביומא דהילולא קדישא.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15420
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יולי 17, 2012 10:56 am

בן בוזי האט געשריבן:אזוי אויך וועט מארגן אויספאלן די יאהרצייט פון אדמו"ר הרה"צ ר' מרדכי ב"ר יצחק מסקווירא פלעטבוש, וואס מנו"כ איז אויפן מאנסיער בית עולם, עס איז צום האפן אז די ראקלענד קאונטי איינוואוינער וועלן אויסנוצן דער איינמאל-אין-יאהר געלעגנהייט מתפלל צו זיין און מעורר זיין רחמים רבים לכהט"ס אויפן ציון ביומא דהילולא קדישא.

איך בין פונקט געווען פרייטאג דארט אויפן בית עולם, איך האב געזעהן די פאלגענדע אוהל, כ'האב נישט געהאט קיין אנונג ווער עס ליגט דארט, כ'האב פראבירט צו זוכן דארט אינפארמאציע ווער עס ליגט דארט, און נישט געפונען, קודם האב איך געזאגט דארט א קאפיטל תהלים און געצינדן א ליכט, און געכאפט א בילד, דערנאך האבעך געזעהן אין די מאנסי-קול הציבור אז יעצט איז טאקע די יארצייט און אז ער ליגט אין די מאנסי בית החיים, און אזוי ווי איך האב נישט געטראפן קיין שום אנדער פלאץ וואו ער ליגט, האב איך עס פראבירט צאמצושטעלן אז דאס איז עס.
דא איז א בילד פונעם אהל - איך האף אז דאס מיינט מען טאקע
(אגב אויפן וואנט אונטערן אהל איז אנגעשפריצט גראפיטי וואס כ'מיין אז ס'איז נישט קיין כבוד)
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15420
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יולי 17, 2012 10:57 am

פון אינעווייניג
צוגעלייגטע
Poster2.jpg


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שלמה נאנאשער און 7 געסט