שושלת טאלנא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

טאלנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

דער טאלנער בית המדרש האט זיך פארמאכט חודש ניסן תשעא און ווערט באנייט אין ריווערדעל דורך נכדו הגאון ר מאיר טווערסקי
א גרויסע משפיע אין די געגענט
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

דער בית המדרש אין באסטאן האט זיךפארמאכט
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
ידיד נפשי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 30, 2012 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד נפשי »

דער היינטיגער רבי שליט"א ביים עריכת השלחן פון דער ראחמיסטריווקער רבי אין ירושלים - יארצייט פון הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע
אטעטשמענטס
gg nhgfhf - Copy.png
gg nhgfhf - Copy.png (114.98 KiB) געזען 4744 מאל
ידיד נפשי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 30, 2012 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד נפשי »

נאך א בילד
אטעטשמענטס
vbm mgm - Copy.png
vbm mgm - Copy.png (197.39 KiB) געזען 4742 מאל
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

דאס איז טאלנא-אשדוד. (נישט אויסמישן מיטן טאלנא'ער רבי'ן - פון ירושלים).
לחיים ולברכה!
thets it
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thets it »

הערליכע גליון ערשינען צום יארצייט פון הרה"ק רבי דודל טאלנער זי"ע - י' אייר

http://www.ladaat.net/siteimages/fl_4f98470ca4ad2.pdf
מאשקאוויטש
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 9:27 pm
לאקאציע: אונטער א ברייטן רבני'שע קאפעליטש

זכותו הגדול יגן עלינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקאוויטש »

היום הוא יו"ד של אבי השולשת הרה"ק רבי דוד'ל מטאלנא זי"ע בן הרה"ק רבי מאטעלע טשערנאבילער זי"ע
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אויף אן אנדער פלאץ האט מען שוין ערווענט וועגן דעם בייגעלייגטע בריוו אין וועלכע דער טאלנער רבי פון נוא יארק אפעלירט צו די רעליעף קאמיטעט וועגן הילף פאר די דארטיגע "גוטע אידן" וואס זייער לאגע איז געפערליך ביטער אין רוסלאנד, דער בריוו איז דאטירט יאנאוואר 1918.

אין יענער צייט האט דער טאלנער רבי אנגעפירט מיט א העפטיגער קאמפיין לטובת צדיקי רוסיא, און ווי עס שטעלט זיך ארויס פון דער אפיעל (אין נעקסטער תגובה) אין דער "אידישער טאגעסבלאט" (נוא יארק כ' שבט תרע"ו) איז דער רבי א יאר פריער געווען טעטיג אין אוועק שיקען געלטער לטובת צדיקי גאליציע וועלכע זענען פארוואנדערט געווארן אויף רוסלאנד דורכאויס דער וועלטס קריג וועלכע האט געבוזשעוועט בימים ההם, און אין נאכגעפאלגט מיט א העפטיגער קאמפיין לטובת הצדיקים מרוסיא.

אינטערעסאנט איז אז דער טאלנער רבי וועלכע איז שוין געווען א גרויסער מפורסם אין נוא יארק שוין ביי זיין אנקום בשנת תרע"ג, איז דאס אלעס געווען נאך בחיים פון זיין פאטער דער רבי מנחם נחום פון טאלטשין, וואס איז נפטר געווארן אין קיעוו י"ט כסלו תרע"ו.

עס וואלט געווען זייער אינטערעסאנט אוועק צו שטעלן א דאקומענטארישע ארכיוו פון זיינע לייסטונגען לטובת הצדיקים מגאליציע ורוסיא.
אטעטשמענטס
NY_AR1418_03617.pdf
(72 KiB) געווארן דאונלאודעד 379 מאל
לעצט פארראכטן דורך בן בוזי אום דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בעה"שי

אלגעמיינער אויפרוף צו אלע יהודים חסידים ואנשי מעשה אשר בכל מקומות ארצות הברית וקענעדא הע"י

פון טאלנער רבין ר' דוד מרדכי טווערסקי שליט"א אויס ניו יארק

פאריגען זומער בין איך ארויס מיט איין אפיל פיר דיא צדיקי גאליציע, וואס זיינען נע-ונד דורך דער מלחמה, מיין קול קורא האט ב"ה זעהר פיעל געווירקט, אידען בני רחמנים האבען זיך פון איבעראל ווארעם אבגערופען, עס איז פון כמה מקומות צי מיר אריינגעשיקט געווארען פערהעלטניסמעסיג א שעהנע סומע געלד, וועלכעס איך האב זאפארט אוועקגעשיקט צו דיא צדיקי
גאליציע.

א דבר גדול איז געטהאן געווארען, יעדער וואס האט נור אן אנטהייל אין דיעזער דבר מצוה שכרו גדול מן השמים, דאמאלס האב איך וועגען די צדיקי רוסיא הע"י גאר ניט מזכיר געווען, ווייל זיי זיינען אלע געווען על מקומם בשלום, זיי האבען זיך דאן ניט בעקלאגט פאר אונז אז עס איז זיי שלעכט דוך דער מלחמה. אבער יעצט זייט דיא מלחמה האט גענומען א ווענדונג קיין רוסלאנד, בעזאנדערס אין דיא אידישע מקומות און דיא צדיקים מארץ רוסיא זיינען שרעקליך רואינירט געווארן, זייער אונגליק איז זעהר גרויס, פערטריבען מיט זייערע פאמיליעס אין גלות בעירום ובחוסר כל. איך, און נאך יחידים בעקומען פון זיי אזעלכע יאמער שרייענדע בריעף אז יעדעס הארץ מוז צובראכען ווערען פון זייער שילדערן די צרות יגון ואנחה, וואס עס האט זיי געטראפען. ואם לב אבן הוא נימוח, פון זייער טרויערען קלאגען און וויינען אויף זייער גרויסען בראך, כי גדול כים שברם אבני קודש תשתפכנה בחוצות. הייליגע צדיקים וואס פלעגען זיצען במנוחה על התורה ועל העבודה, וואס פלעגען מחזק זיין כמה וכמה נפשות למאות ולאלפים, וואס פלעגען מחזיק זיין ישיבות, זיינען יעצט געבליבען בלי מזון ומחי' ואין בגד ללבוש זיי געהן ממש אויס פאר הונגער און קעלט איבערהויפט דיא טרויעריגע לאגע פון די הייליגע קינדער פון דעם הייליגען גרויסען טשערנאבעלער מגיד רבן של ישראל, ר' מאטל זצוק"ל דהיינו מאקאריווער, סקווערער, טשערנאבעלער, ראחמיסטריווקער, האראנאסטאפליער, האליקער, וכן נכדי הה"צ הקדוש ר' משה מסאווריאן זצוק"ל, ונכדי רשכבה"ג הה"ק מאפטא זצוק"ל, זייער נויט-לאגע איז גאר ניט צו בעשרייבען.

דיא הענד ציטערן, דיא אויגען גיסען מיט טרעהרען און אלע אברים טרייסלען זיך ביים דענקען די נפילה וירידה פון דיעזע מלכי ישראל, צדיקי הדור, יסודי עולם אשר כל בית ישראל נשען עליהם, נתמוטטו וגועים ברעב.

אין דיעזער טרויעריגער צייט קענען מיר ניט זיין גלייכגילטיג און שטעהן פון דערווייטען און שוויגען, זייער וועה געשריי פון יענער זייט ים אריבער צו אונזערע ברודער אהער מוז האבען אן אבקלאנג אין אונזערע אידישע הערצער. מיר זיינען געצייכענט אלס רחמנים בני רחמנים, און מיר מוזען דיעזען צייכען אין יעדער צייט און ביי יעדער געלעגענהייט אלס אמת ארויסצייגען. ועתה כאשר עת צרה היא ליעקב לא עת לחשות הוא, ובפרט די אידען וועלכע זיינען געווען מסתופפים בצל קדשם, וואס האבען אמאל נהנה געווען פון זייער תורה ויראת שמים, וואס האבען אמאל געהאט א ישועה הן בגשמיות והן ברוחניות פון זיי אדער פון זייערע הייליגע עלטערן, טארען יעצט ניט שווייגען, פון ביסען פון מויל דארפען זיי אבטהיילען מחי' צו זיין דיעזע הייליגע נפשות.

אידען, חסידים! וויא קען אייך שמעקען אייער עסען, אז איהר ווייסט אז זיי האבען ניט וואס צו עסען? וויא קענט איהר רוהיג שלאפען, אז איהר ווייסט אז זייה האבען ניט וויא צו שלאפען? ווי קענט איהר אייך בעקוועהם פיהלען אין אייערע ווארימע וואהנונגען, אז איהר ווייסט, אז זיי וואלגערן זיך אין דיא גאסען און ווערען פערפרוירען פאר קעלט. ; ע"כ איז אויף אונז מוטל א חוב קדוש עפיס צו טהאן פאר זייערטוועגען מיר מוזען שאפען עפעס א שטיצע פאר זיי, מיר מוזען אנשטרענגען אונזערע כחות און זיי העלפען.

נור אבער אזוי וויא יעצט ווערט געזאמעלט געלד פיר דעם רעליעף פאנד פיר אלע אידישע מלחמה קרבנות בכלל, וואס איז עבען אזוי נויטיג. און מיר ווילען ניט חלילה וחלילה שטערן דיא אלגעמיינע ארבייט פון דיא רעליעף קאמיטעט, אדרבה מיר מוזען שטרעבען און זיך בעמיהען מיט אלע קרעפטען צו העלפען לטובת אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה אלזא האבען מיר בעשלאסען, אז דיא וואך פון פ' תרומה זאל פערווענדעט ווערען לטובת הצדיקים הנ"ל. עס זאל בכל עיר ועיר בארצות הברית, מקום אשר יהודים חסידים דרים שם געזעצט זיין גבאים אשר יקחו תרומה, מאת כל איש אשר ידבנו לבו בעבור הצדיקים הנ"ל. און שבת פרשת תרומה זאלען נדרים געמאכט ווערען פאר זייערטוועגען, עס איז יעדען בעוואוסט אז ה' שוכן בתוך צדיקי הדור, כמאמרם בתוכו לא נאמר אלא בתוכם, בתוך כאו"א, וע"כ אמרו קשה מיתת צדיקים כשריפת בית אלקינו והבן. ע"כ ווען א איד איז מנדר ומנדב מחי' צו זיין דיא צדיקים איז גלייך וויא ער האט מנדב געווען אויף דעם בנין המשכן. ע"כ איז פ' תרומה זעהר פאסענד פאר נדבת הצדיקים. יעדער קען מנדר זיין פיר וועלכען צדיק ער וויל בפרט אלע געלדער זאלען אריינגעשיקט ווערען אויף מיין אנגעצייגטער אדרעסע איך וועל דיא געלדער זאפארט אבשיקען לכל צדיק וצדיק. אלע נדרים ונדבות וועלכע פערעפענטליכט וווערען אין די צייטונגען און יעדערע וועט אויך בעקומען א קבלה דירעקט פון דיא צדיקים אז זיי האבען דערהאלטען דיא געשיקטע געלדער. ובזכות זה תשקט הארץ ונתבשר בשורת טובה לכלל ישראל ונזכה לראות בנחמות ציון וירושים,
אמן.

דוד מרדכי טווערסקי
אטעטשמענטס
appeal_tolna_1.jpg
appeal_tolna_2.jpg
appeal_tolna_3.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי דוד מרדכי מטאלנא זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

רבי דוד מרדכי זצ"ל איז געווען זייער אקטיוו יענע יארן צו העלפן די צדיקים אין רוסלאנד.
מען וואלט געדארפט איבערגיין די צייטונגען פון יענע יארן און מאכן א געהעריגע באשרייבונג איבער די אלע געוואלדיגע פעולות.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

איבער די פעולות ההצלה פונעם טאלנער רבי'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אן אפענעם בריוו אינעם צייטונג אין יאר תרע"ו וואס א איד בעט זיך אז דער טאלנער רבי זאל אנפירן די הילף אקציע לטובת דעם גרויסן צדיק רבי יעקב לייבעלע טריסקער זצ"ל (ווי שוין באריכטעט אינעם טריסקער אשכול איבער די הארצרייסנדע בריוו פונעם טריסקער רבי'ן וואס איז דאן געדרוקט געווארן אין די אמעריקאנער צייטונגען).
אטעטשמענטס
tolne rebbe should help trisker rebbe 1916.jpg
ספעציעל
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2012 2:27 pm

הערליכע גליון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספעציעל »

הערליכע גליון צום יארצייט פון הרה"ק רבי דוד מטאלנא זי"ע

צו באקומען די גאנצע אויף אימעיל [email protected]
אטעטשמענטס
tolne bichtzar.jpg
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

משה זוך מיר האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:די צוויי מציבות האב איך געפונען אין דער טוריסקער חלקה איך וויל וויסן ווער זיי זענען

זיי זענען קינדער פון ר' יצחק וזו' זעלדא

דא האט איהר די צענסוז פון די צוויי מציבות און זייער מוטער:

הרבנית "זעלדא"
https://familysearch.org/pal:/MM9.1.1/KQ9X-DGS

בנה מנחם נחום (המכונה Norman)
https://familysearch.org/pal:/MM9.1.1/KQ9X-DGQ

ובתה "שיינדל"
https://familysearch.org/pal:/MM9.1.1/KQ9X-DG3
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער בילד פון ר' משה צבי דער טאלנא רבי פון פילאדעלפיע, ערשיינט נאכנישט ביינונז אין קרעמל, ווער זענען די צדיקים אויף די רעכטע זייט?
אטעטשמענטס
hilly reb.jpg
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

מיללער האט געשריבן:דער בילד פון ר' משה צבי דער טאלנא רבי פון פילאדעלפיע, ערשיינט נאכנישט ביינונז אין קרעמל, ווער זענען די צדיקים אויף די רעכטע זייט?

כנראה שהיושב מימין הוא מחותנו (איני יודע איזה) כי ה'בחור'ל העומד הוא נכדו (איני יודע איזה) בהכנסו לעול התורה והמצוות. (קרעדיט נצח שבנצח)
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

יפה שיחתן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

שמועסען
אטעטשמענטס
7665_Skvere_Visit_Tolna_Ashdod_(2) (1).JPG
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מיללער האט געשריבן:יאסל,

גיי צוריק אביסל איך האב שוין געשריבען פון עטליכע טאלנאר אייניקלעך, דער מערסטער באקאנט איז ר' אהרן טווערסקי פון YU בן ר' זושא מבאסטאן וחתן ריד"ב סאלאווייטשיק מבאסטאן (JB).

ער האט געהייסן הרב יצחק אשר טווערסקי.געבורין און באסטאן און תר"ץ צו זיין טאטע טאלנער רבי זצ"ל. ער האט געגרדזשועט פון הארואד יוניבורסעטי און 1952. זיין מעסטער איז געווען אידישע פילסופיה. ער איז געווען א טיטישער פאר פילסופיה און עיברית ליטראטור און הארואד יוניבערסטי איבער דרייסיג יאר ,ארויס געגעבען אפאר ספרים אויף די רמב"ם און די ראב"דס היסטוריה.געווען א'וועלטס מומחה פאר אידישע פילוספיה חתונה געהאט מיט מרת עטרה בת הרב יוסף דוב סאלאווייטשיק פון YU, ער האט איבער גענומען זיין טאטעס בית מדרש און באסטאן, מהאט עם גערופען טאלנער רבי, זיינער קינדער זענען הרב משה טווערסקי ר"מ בישיבת תורת משה ירושלים. נאך א'זון הרב מאיר טווערסקי ר"מ בישיבת אוניבערסטי המכונה YU. א'איידים ראביי יהונתן ראזענבלאט רב אוף ריוערדעיל ז'שואיש סענטער . ער איז נפטר געווארן ביי 67 יאר און י"א תשרי תשנ"ח. מנוחתו כבוד ליד אביו בהר הזתים,יהי זכרו ברוך.
אטעטשמענטס
isadore twerski.jpg
isadore twerski.jpg (14.49 KiB) געזען 4317 מאל
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 12:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

יאסל האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז דער ר' מנחם נחום איז געווען א חתן דעמאלטס מיט ר' יוחנן ראחמסטריווקער'ס אן אייניקעל

אמת ער איז געוון א'איידים ביי דודו אחי אמו רבי משה צבי מסאווראן טשיטשלעניק חתן הרה"ק רבי יוחנן מראחמאסטריווקע זצ"ל. און טאקע הרה"ק רבי יוחנן מטאלנא ירושלים זצ"ל האט געהייסען על שמו.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 12:01 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יאסל,

גיי צוריק אביסל איך האב שוין געשריבען פון עטליכע טאלנאר אייניקלעך, דער מערסטער באקאנט איז ר' אהרן טווערסקי פון YU בן ר' זושא מבאסטאן וחתן ריד"ב סאלאווייטשיק מבאסטאן (JB).

ער האט געהייסן הרב יצחק אשר טווערסקי.געבורין און באסטאן און תר"ץ צו זיין טאטע טאלנער רבי זצ"ל. ער האט געגרדזשועט פון הארואד יוניבורסעטי און 1952. זיין מעסטער איז געווען אידישע פילסופיה. ער איז געווען א טיטישער פאר פילסופיה און עיברית ליטראטור און הארואד יוניבערסטי איבער דרייסיג יאר ,ארויס געגעבען אפאר ספרים אויף די רמב"ם און די ראב"דס היסטוריה.געווען א'וועלטס מומחה פאר אידישע פילוספיה חתונה געהאט מיט מרת עטרה בת הרב יוסף דוב סאלאווייטשיק פון YU, ער האט איבער גענומען זיין טאטעס בית מדרש און באסטאן, מהאט עם גערופען טאלנער רבי, זיינער קינדער זענען הרב משה טווערסקי ר"מ בישיבת תורת משה ירושלים. נאך א'זון הרב מאיר טווערסקי ר"מ בישיבת אוניבערסטי המכונה YU. א'איידים ראביי יהונתן ראזענבלאט רב אוף ריוערדעיל ז'ואיש סענטער . ער איז נפטר געווארן ביי 67 יאר און י"א תשרי תשנ"ח. מנוחתו כבוד ליד אביו בהר הזתים,יהי זכרו ברוך.

יישר כח

ראביי ראזענבלאט איז נישט קיין אייניקל פון החזן יאסעלע?
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מיללער האט געשריבן:

יא ער איז א'איר אייניקל בן אחר בן צו חזן יוסעלע ראזענבלאט.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 12:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.

רבי מאיר איז א ת"ח מופלג = למדן עצום - קאכט זיך אין טאלנא תורות
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מיללער האט געשריבן:בן-בןזי,
ר' מרדכי חודרוב איז געווען אן איידעם ביים אמרי ברוך כנ"ל, עס איז אבער געווען נאך אדמורי"ם ממשפחת חודרוב.

אוודאי איז געווען,קודם כל רבי יעקב שמשון חודרוב מבהפאליע ואת רבי שמואל דוב חודרוב מפעטריווא בן בתו של התורת חיים מקאסוב ,חתן האמרי ברוך מויזניץ. קומט אויס אז רבי ברוכל ויזניצער האט געהאט צוויי איידימס מיט די נאמען חודרוב.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

א חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

היינט איז די יארצייט פון רבי יוחנן טאלנער זצ"ל
ער פלעגט רעדין איבער די הסתלקות פון אנטיניער זצ"ל שעשה ברכה קודם פטירתו
ושניהם נפטרו א דחנוכה זי"ע
http://www.jdn.co.il/news/284748
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

האדמו"ר רבי דוד מרדכי מטאלנא- ניו יארק ז"ל מבקש עת עזרת ה'זשאונט' לשלוח ממון ל"גוטע אידן" באוקראינא (קרעדיט; מורשת חכמי אמעריקא):
http://search.archives.jdc.org/multimed ... _03617.pdf
אטעטשמענטס
tolna.png
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כבר קדמנוך פעלדמאן, ובן בוזי
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”