רבי יוסף חיים זאנענפעלד גאב"ד ירושלים זצ"ל - י"ז אדר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג ינואר 31, 2012 6:54 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:הרב שויתיניק, איר ווייסט אפשר ווער דער פארשוין 'הרב אליהו קויפמאן' איז?, איך האב עם געזעהן נישט לאנג צוריק שטיין אינמיטען גאס און פרעסען א פאלאפעל.

אינמיטן וועלכע גאס?
כ'קען אים בכלל נישט, כ'האב נאר באקומען אין מעיל...
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג ינואר 31, 2012 9:58 am

מיללער האט געשריבן:ר' יוסף חיים איז געווען א תלמיד פון ר' אברהם שאג פון קויברסדארף וועלכער איז שפעטער אויך ארויף אויף אר"י.

וואו ליגט ר' יוסף חיים, האט איינער א בילד פונעם מציבה?

טאקע שוין באלד 5 יאר, באט איטס נעווער טו לעיט
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג ינואר 31, 2012 10:00 am

א נענטער בילד
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג ינואר 31, 2012 6:37 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:הרב שויתיניק, איר ווייסט אפשר ווער דער פארשוין 'הרב אליהו קויפמאן' איז?, איך האב עם געזעהן נישט לאנג צוריק שטיין אינמיטען גאס און פרעסען א פאלאפעל.

אינמיטן וועלכע גאס?
כ'קען אים בכלל נישט, כ'האב נאר באקומען אין מעיל...

אז איך וועל דיר זאגען פונקלעך וועלכע גאס וועסטו מיר שוין גלייבען? אז איר לייגט ארויף א מאמר איז כדי איר זאלט זיך אביסעל נאכפרעגען ווער דער צודרייטער איז.

יש אומרים אז ער לעבט מיט א פוילישע גויטע וועם ער האט אליינס מגייר געווען לשם אישות, איך האב דאס נישט מברר געווען און למען האמת אינטרעסירט עס מיר גאנץ ווייניג, אזויפיל קען איך דיר זאגען אז אליהו קויפמאן איז אזוי 'רב הראשי לרומניה' אזוי ווי רעביי נ. איז 'אב"ד וויליאמסבורג' ואידך זיל גמור.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג ינואר 31, 2012 10:15 pm

הרב שרייבער, איז ער דער וואס האט אמאל ארויסגעגעבן א בוך (גראדע גאנץ אינטרעסאנט) אויף ר' שמעלקא פינטער פון לאנדאן?
הנותן לשכוי בינה...

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך פאברואר 01, 2012 2:06 am

יא.

צדיק כתמר יפרח.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך פאברואר 01, 2012 6:58 am

איך זיך נישט צו פארוואנדלען די אשכול אין א שמועס איבער דעים פערזאן אבער אז איר פרעגט עלעך ענטפרען.

יא צדיק כתמר יפרח, קענסט די דעקל דערפון ? מיט די בילד פון ר' שמעלקא זצ"ל אזוי מיט די טעלעפון אין איין האנט און א ציגאר אין די צווייטע? אין לאנדאן האט מען בכלל נישט געקענט קויפען דעים בוך, ר' שמעלקא'ס קינדער האבען געבעטען די געשעפטען עס נישט אריינצונעמען, כ'האב געהערט פון 1 דיסטריביוטאר אז ער האט עס שוין געהאט אויף א קאנטעינער גרייט ארויצולייגען אויפען שיף קיין לאנדאן און די משפחה האט עם געבעטען ברחמים ער זאל עס אראפנעמען.

איך האב דעמאלס געפרעגט איינע פון ר שמעלקעס קינדער פארוואס זענען זיי אנטקעגען די בוך סוכ''ס באשרייבט ער עם גאנץ פיין, זאגט ער מיר אז די חלק אויף זיין טאטע איז גאנץ גוט אבער דער פראבלעם איז אז דריי פערטל פונעם בוך קויפמאן רעדט דארט פאר פייער און פאר וואסער אלע זיינע בויכווייען , זאכען וואס האבען מיט ר' שמעלקע קיין שום שייכות ניט (למשל ער איז זייער מאריך איבער פרשת יאסעלע מיט אלעס ארום די פרשה וואס האט מיט ר' שמעלקא גארנישט) און צו דעים זענען זיי נישט מסכים.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך פאברואר 01, 2012 8:35 am

קען איינער מיר מסביר זיין וואס דאס האט מיט הגרי"ח זאנענפעלד זצ"ל?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך פאברואר 01, 2012 3:07 pm

הה"ד, מענין לבנין שלא באותו קנין.

אן געהויבן מיט הק' רי"י דע-האן, אריבער צו א ארטיקל וואס אליהו קויפמאן האט געשריבן אויף איהם, פון דארט צו זיין פערזענליכקייט.

אגב, רמ"ש איהר האט גאהר-ניקס קיין מיינונג אויף דעם איד ?
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 6:03 am

לפי ידיעתי דאכטזיך מיר אז איך קען אים בכלל נישט...
דארף איך אים קענען פון ערגענץ?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24223
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 11:04 am

מ'האט עס דערמאנט דא בקיצור אבער היות עס איז לעצטענס נתפרסם געווארן א מעשה (זעה ווייטער) וועל איך פרובירען מרחיב צו זיין בדיבור אביסל איבער דעם איידעם פון הגרי"ח זאנענפעלד, ר' שמואל הלל שיינקער זצ"ל.


ר' שמואל הלל איז געבוירען בשנת תרל"ה אין קאוונא צו זיין פאטער ר' אברהם טאניס-שיינקער (נאך א זון פון ר' אברהם איז געווען ר' אהרן בהגר"א) ר' אברהם טאניס איז געווען רב אין שטאט אלעקסט אין די ליטא און שפעטער איז ער געווען פון די מייסדים פון די ישיבה 'כנסת ישראל' אין סלאבאדקא.
אין די ליטא איז ר' שמואל הלל געווען א תלמיד פונעם אלטן פון קעלם, ר' שמחה זיסל זיו ז"ל מגדולי תלמיד ר' ישראל סאלאנטער און פון די מייסדים פונעם 'תנועת המוסר', שפעטער ער איז ארויף אויף ארץ ישראל און כשהגיע לפרקו האט ער חותנה געהאט מיט לאה גינענדל די טאכטער פון הגאון ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל דער דעמאלסדיגער ירושלימער רב.

אין אר"י האט ער עפ"י הדרכת רבו דער אלטער פון קעלם, מייסד געווען אינאיינעם מיט ר' ברוך מארקוס (שפעטערדיגער רב פון חיפה) א ישיבה אין אלט-שטאט י-ם בשם 'בית המוסר', זיי האבן אויך געגרינדעט א ישיבה אויף דעם זעלבן דרך אין די מוסררה געגענט בשם 'אור חדש', פון די ישיבות זענען ארויסגעקומען עטליכע גדולי ארץ ישראל צווישען זיי דער באקאנטער גדול ר' יחיאל מיכל טיקוצינסקי ז"ל, אויך איז ער געשטאנען בראש פון די ארגענעזאציע 'אגודת הקודש' העולמי לתיקון הדת.

ר' שמואל הלל איז געווען באקאנט אלס א פרייליכער מענטש אין קאנטראסט צו זיין אנהענגערשאפט אינעם תנועת המוסר, במיוחד פלעגט ער פראווען א גרויסע עבודה ביו"ט סוכות ביי די שמחת בית השואבה און שמחת תורה ווי ער פלעגט טאנצן ממש עד כלות, דעם מנהג האט ער אנגעהאלטן ביז זיין לעצטע יאר שוין זייענדיג א זקן פון אריבער די אכציג, דורכאויס זיין גאנת לעבן מיט פארשידענע שווערע מצבים פון פרנסה און דאס פארלירען זיין אשת נעורים און עטליכע קינדער בחייו ל"ע.

ר' שמואל הלל איז נפטר געווארן בשיבה טובה ביום כ"ז טבת תשט"ז, איבערלאזנדיג נאך זיך א הערליכע משפחה פון בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, צווישען זיי רבנים ודיינים ואנשי שם עד ימינו אלה, זיינע קינדער ווערן אויסגערעכנט ווי פאלגענד (איך בין נישט זיכער צו אלע זענען אייניקלעך פון הגרי"ח).

1. באשה אשת ר' יהושע בערגער
2. חיה אשת ר' צבי הכהן קויפשיץ ר"מ בבית היתומים דיסקין (דער שווער פון הגאון ר' נסים קרליץ פון ב"ב און פאטער פון האחים קופשיץ דיינים ומרביצי תורה בארץ ישראל)
3. ר' שמעון שיינקער
4. ר' מנחם מנדל שיינקער (זוגתו צבי' לאה נכדת רי"ז סאלאנט)
5. ר' יהושע לייב שיינקער
6. אסתר אשת ר' שמואל לייב קליינערמאן
7. ר' ישראל שיינקער

(לעצטענס איז נתפרסם געווארן אז ר' שמואל הלל איז געקומען אין חלום צו זיינע אייניקלעך מחזק צו זיין בעניני צניעות, לויט א הוראה פונעם סקולענער רבי שליט"א פון 'מצוה לפרסם' האבן די אייניקלעך דאס מפרסם געווען אויף די טעלעפאן ליניע 'חזק' פאר נשים צדקניות, זכותו יגן עליהם ועלינו עכי"א)

בייגעלייגט א חתונה איינלאדענונג פון איינע פון זיינע קינדער און א בילד פון ר' שמואל הלל ז"ל.
צוגעלייגטע
V08_090_screen.jpeg
V08_090_screen.jpeg (2.61 KiB) געזעהן 3193 מאל
getimage.png

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג פאברואר 24, 2012 3:34 am

שכוח הרב מיללער שליט"א
מיין ברודערקע איז אן איידעם ביי א זאנענפעלד
האביך אים געפרעגט מברר צו זיין די מעשה אין לעיקוואוד
דערווייל האט ער מיר נאך נישט געענטפערט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אדם האחרון
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 18, 2012 9:06 pm

תגובהדורך אדם האחרון » דינסטאג מאי 01, 2012 6:10 pm

אינטערסאנט צו מערקן אז אין די הסכמה אויף ספר ציונים לתורה האט רבי יוסף חיים צוגעשריבן "ציונים ישובו לתורה", און אין א מהדורה שפעטער האט מען דאס צענזורירט...

הסכמתו על ספר ציונים לתורה

.. . התבטאות דומה אנו מוצאים בהסכמה שנתן מורנו לספרו
. . . והינה קריאת שם
,
של רבי יעקב דידווסקי ׳ציונים לתורה׳:
ספרו ׳ציונים לתורה׳ כנראה שיש בו הבטחה כי גם הקוראים עצמם
׳ציונים׳ ישובו לתורה, כי האיש אשר הוא מבלי תורה אי אפשר
לקרותו ציוני, אבל ישובו כאשר הבטיחנו בתורתו ׳באחרית הימים
ושבת׳ וכו׳ ו׳מציון תצא תורה׳
וכר״ (״האיש על החומה״, ח״ב,
עמ׳ 140).

אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 8:13 pm

תגובהדורך אינסוזעאיסט » זונטאג יוני 17, 2012 5:43 pm

ביים קבלת פנים פאר ר' שלמה צבי שיק האט רבי יוסף חיים געזאגט אדרשה לכבודו, וואס ער האט שפעטער אראפגעשריבן

אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 8:13 pm

תגובהדורך אינסוזעאיסט » זונטאג יוני 17, 2012 5:55 pm

וואס זאגט ער דא וועגן רבי יוסף חיים?

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

יעקב ישראל דיהאן הי"ד

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » זונטאג יוני 17, 2012 11:37 pm

מארגן נאכט כ"ט סיון איז יאהרצייט פין ר' יעקב ישראל דיהאן הי"ד וואס איז געווען יד ימינו פין הגה"ק רי"ח זאנענפעלד זצ"ל.
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

אברהם שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך אברהם שלמה » מאנטאג יוני 18, 2012 5:23 am

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:מארגן נאכט כ"ט סיון איז יאהרצייט פין ר' יעקב ישראל דיהאן הי"ד וואס איז געווען יד ימינו פין הגה"ק רי"ח זאנענפעלד זצ"ל.


פאסט דען נישט א אייגן אשכול ?
צוגעלייגטע
437px-Jacob_Israel_de_Haan.jpg
331C9F7A-1321-B0BE-68A0851F7C735102.KLIKFOTO.jpg
De_Haan_dressed_up_as_an_arab.jpg

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יוני 18, 2012 6:48 am

אברהם שלמה האט געשריבן:פאסט דען נישט א אייגן אשכול ?

אולי אבער עס דרייען זיך דא אסאך ידענים און נישט אייביג לוינט זיך אנצוהייבען. (אויב איר קענט זיין היסטוריה וועט איר פארשטיין וואס איך מיין)

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג יוני 18, 2012 8:13 am

איך בין איינשטימיג מיט ר' יוסף
איט קען אויפען עי קען אף ווערמס....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מאנטאג יוני 18, 2012 9:42 am

עס איז דא אזויפיל שיינע ידיעות צו שרייבן איבער אים און די היסטאריע פון יענע תקופה.

זאכן וואס באלאנגען נישט דא, דארף מען דאך נישט דא אויסלופטערן, עס איז דא גענוג פלעצער דערפאר.
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יוני 18, 2012 10:00 am

דאן הייסט עס נישט בשם "היסטאריע" העכסטענס קענסטו שרייבען "היסטאריע פון 5-10 יאר פון זיין לעבען" , דא דארף מען טאקע נישט אלעס שרייבען אבער פון די אנדערע זייט איז דא אויך נישט קיין מנחם מענדל מעשה ביכלעך.
ווער עס זיכט צענזורירטע היסטאריע/שקרים האט גענוג ווי צי ליינען נישט אויף דעם קומט מען אהער.

אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 8:13 pm

תגובהדורך אינסוזעאיסט » מאנטאג יוני 18, 2012 10:20 am

די לעצטע פאר תגובות שפיגלט אזוי שיין אפ די קרעטשמע, און בעצם כל היהדות כולו...

אבער אויב מעג מען דערמאנען די בוך איבער זיין לעבן "פון אמסטערדאם ביז ירושלים".

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מאנטאג יוני 18, 2012 11:08 am

כ'האב עס נאכנישט געזען. ווער איז דער ארויסגעבער?
שויתי השם לנגדי תמיד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג יוני 18, 2012 12:10 pm

משה יהודה גלייכער.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מאנטאג יוני 18, 2012 9:11 pm

ס'פאסט נישט פאר אידן שומתו"מ אנצונעמען לשה"ר, בפרט אויף א שוכן עפר, ובפרט פון וועמען די לשה"ר קומט, און וואס זייער אינטערעס איז... ודו"ק
צוגעלייגטע
De_Haan.jpg
שויתי השם לנגדי תמיד


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 8 געסט