רבי יוסף חיים זאנענפעלד גאב"ד ירושלים זצ"ל - י"ז אדר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי יוסף חיים זאנענפעלד גאב"ד ירושלים זצ"ל - י"ז אדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די מעשה האט דערציילט ר' יוסף חיים זוננפעלד זי"ע וואס ער אליין איז געווען בשעת מעשה ווי איר וועט זעהן שפעטער.

אין דער שטאט פרעשבורג איז געווען א גרויסער סוחר וואס איז געווען זייער א מכובד'יגע איד, געטיילט צדקה, געווען פון די גרויסע עסקנים אין שטאט. ער האט געהאט א גרויס געשעפט אינמיטן שטאט. זיין מנהג פלעגט זיין דאס יעדן סוף טאג פלעגט ער ציילן די אלע געלט וואס ער האט געלייזט דעם גאנצן טאג, געמאכט א חשבון וויפיל ער האט פארדינט, אראפגענומען מעשר, און גלייך דאס געברענגט אין איינע פון די גרויסע ישיבות וואו גרויסע תלמידי חכמים האבן דארט געלערנט. צווישן די תלמידים וואס האבן דארט געלערנט איז אויך געווען דער גרויסער צדיק ר' יוסף זוננפלד וואס איז שפעטער געווארן דער רב אין ירושלים. אזוי אויך האט דארט געלערנט א זוהן פון דעם הייליגן כתב סופר זי"ע. און דער גביר פלעגט אין דער ישיבה ברענגען יעדן טאג זיין מעשר געלט.

דער סוחר האט געהאט נישט מער ווי 5 טעכטער, און קיין זוהן האט ער נישט געהאט. האט זיך געמאכט איין טאג וואס דער סוחר איז פלוצלינג זייער קראנק געווארן, עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט, און נאך עטליכע טעג איז ער נסתלק געווארן און איבער געלאזט זיין ווייב די אלמנה מיט די 5 קליינע טעכטער. וויבאלד די אלמנה איז געווען זייער א געשיקטע פרוי, און זי פלעגט כסדר העלפן איר מאן אין די געשעפטן, האט זי זיך גלייך נאך די שבעה אריינגעלאזט אין די געשעפטן און ווייטער געפירט די געשעפטן און די געשעפטן האבן געבליעהט אזוי ווי אין די צייט ווען איר מאן האט געלעבט.

זי פלעגט ווייטער זיך פירן מיט דעם זעלבן מנהג וואס איר מאן האט האט זיך געפירט צו ברענגען יעדן טאג די מעשר געלט אין ישיבה אריין, און דאס איבער געבן פאר דעם ראש ישיבה. און וויבאלד ס'איז דאך נישט געווען ווער עס זאל זאגן קדיש פאר איר מאן, האט זי געבעטן פון דעם ראש ישיבה אז עטליכע תלמידים זאלן זאגן קדיש פאר איר מאן יעדן טאג אין דעם ערשטן יאר פון זיין פטירה. און אויך ביי זיין יארצייט. אזוי אויך האט זי געבעטען אז נאך איינער זאל זאגן קדיש יעדן טאג, פאר די נפטרים וואס האבן נישט ווער ס'זאל זאגן קדיש פאר זיי, און פאר די נפטרים וואס האבן יא ווער ס'זאל זאגן קדיש, נאר די קדיש זאגערס זאגן נישט קיין קדיש וועגן געוויסע סיבות. אזוי פלעגט די פרוי קומען יעדן טאג ברענגען די מעשר געלט און כסדר פרעגן אויב מ'זאגט די אלע קדישים וואס זי האט געבעטען מ'זאל זאגן. אירע געשפטן זענען געוואקסן און געוויסע צייטן האט זי געקענט ברענגען אין איין טאג אין ישיבה איבער 100 קראנען פון איר מעשר געלט פאר די ישיבה.

אזוי איז דאס אנגעגאנגען פאר א צייט פון איבער צען יאר. אבער לא לעולם חוסן, מיט די צייט האט זיך גענומען טוישן איר מזל, און דער רעדל האט זיך גענומען דרייען אויף פארקערט, און אנשטאט זי זאל פארדינען יעדן טאג האט זי נעבעך אנגעפאנגען צו פארלירן געלט יעדן טאג ביי די געשעפטן. זי האט נישט געהאט קיין מעשר געלט צו ברענגען אין די ישיבה, אבער זי פלעגט דאך קומען יעדן טאג אין ישיבה מאכן זיכער אז מ'זאגט די קדישים וואס זי האט געבעטן מ'זאל זאגן. מ'האט איר געענטפערט אז יא, ווייל זי האט שוין געצאלט פאר די קדישים מער וואס עס קומט זיך. און אויב זי קען נישט יעצט צאלן איז גארנישט און זיי וועלן ווייטער זאגן די קדישים.

דער מצב איז כסדר געווארן ערגער און ערגער, ביז די אלמנה האט געמוזט אנפאנגען צו פארקויפן אירע מעבעל פון שטוב צו קענען אויסהאלטען שפייזן אירע קינדער. אזוי ווייט אז זי האט שוין געמוזט אפילו אנפאנגען צו פארקויפן אירע צירונגען. קיינער האט נישט געוואוסט אז איר מצב איז אזוי שווער, חוץ פון די תלמידים אין ישיבה וואס האבן געוואוסט אז זי ברענגט שוין נישט אריין קיין מעשר געלט פאר א געוויסע צייט.

איין שיינע טאג איז געקומען א שדכן צו איר אין שטוב, און איר געפרעגט וואס זי מאכט, און ווי עס גייט איר אין פרנסה? זי האט געשוויגן און נישט געענטפערט. אבער דער שדכן לאזט נישט אפ, און זאגט צו איר, איך זעה אז דו האסט גאר חשוב'ע טעכטער וואס זענען שוין געקומען אין די צייט פון חתונה האבן, דעריבער וויל איך אייך פארשטעלן עטליכע חשוב'ע תלמידי חכמים פאר איידעמ'ער, אבער איר דארפט מיר זאגן פריער וויפיל נדן איר ווילט געבן פאר יעדן טאכטער. די אלמנה איז געווען זייער א קלוגע פרוי, האט זי געענטפערט, זייער גוט מיין האר, אין די רגע קען איך אייך נישט ענטפערן קיין קלארע תשובה אבער איך האף אין עטליכע טעג וועל איך האבן א ענטפער פאר אייך.

ווי דער שדכן איז ארויס פון שטוב, האט די אלמנה זיך גענומען שטארק וויינען און געלאזט רינען פון אירע אויגן טייכן טרערן אויף איר מצב ווי זי האלט יעצט. אבער זי שטארקט זיך און טוט זיך אן אירע קליידער וואשט איר פנים און גייט צו די ישיבה, און זי זאגט אז זי וויל רעדן מיט דעם ראש ישיבה אליין. זי פרעגט דעם ראש ישיבה אויב די תלמידים זאגן נאך אלץ די קדישים וואס זי האט געבעטן מ'זאל זאגן? און דער ראש ישיבה ענטעפרט איר אז זי האט נישט אויף וואס זיך צו זארגן ווייל זיי טוען אלעס וואס זי האט געבעטען אין די גוטע צייטן. דא האט די פרוי אויסגעבראכען אין א געוויין, פארוואס זי איז צוגעקומען צו אזא שוואכע מצב. ווי זי וויינט אזוי איז אריין געקומען אין צימער א איד א בעל הדרת פנים און פרעגט די פרוי פאר וואס זי וויינט? ער ווארט נישט אויף קיין ענטפער, נאר זאגט צו די פרוי, איך ווייס פארוואס דו וויינסט, קום מיט מיר צו דעם אפפיס פון די ישיבה צוזאמען מיט נאך צוויי תלמידים פון די ישיבה. זי איז געגאנגען צו דער אפפיס פן די ישיבה, באגלייט פון נאך צוויי בחורים, איינער איז געווען דער באוואוסטער ר' יוסף זוננפלד, און דער צווייטער איז געווען זיין חברותא א זוהן פון דעם כתב סופר.
זיי קומען אריין אין אפיס, זאגט דער גביר צו די פרוי איך מיין אז איר האט 5 טעכטער חתונה צומאכן! יא, ענטפרט די פרוי. נו זאגט דער איד, פאר יעדע טאכטער דארפט איר דאך האבן טויזנט קראנען פאר נדן, און נאך טויזנט קראנען פאר אויסשטאטירן און מעיבל. דאס מיינט צוזאמען 10,000 קראנען. און איר דארפט דאך אויך צוריק אויפבויען אייערע געשעפטן עס זאל ווייטער ארבייטען און בליען ווי אמאל, וואס דאס איז נאך 10,000 קראנען, צוזאמען וועט אלעס זיין 20,000 קראנען. אט וועל איך אייך געבן א שטר [טשעק בלע"ז] אויך די גאנצע געלט. ער נעמט ארויס פון זיין קעשענע א ביכעלע פון שטרות, און שרייבט איר נאמען, צוזאמען מיט דער סכום פון 20,000 קראנען, און חתמעט זיין נאמען פון אינטען. נאכדעם בעט ער פון די צוויי בחורים, אז זיי זאלן זיין עדות אז ער האט געחתמעט דעם שטר, און זיי זאלן חתמ'נען פון די אנדערע זייט אז זיי האבן געזעהן אליין ווי ער האט גע'חתמ'ט דעם שטר. נאך מער ער האט געבעטען אז זיי זאלן ארויס נעמען זייערע אייגענע פנקסים פון קעשענע און דארט האט ער ווייטער גע'חתמ'ט זיין חתימה ביי ביידען, און ביידע האבן מאשר געווען זיין חתימה. דערנאך זאגט ער צו די פרוי, גיי מארגן אינדערפי גלייך ניין א זייגער אין באנק און בייט אויס די געלט. אלע וואונדערן זיך אויף די זאך, זיי מיינען אז דאס איז א חלום.

דער מאן גייט ארויס, רופט זיך אן איין בחור צום צווייטן , לאמיר שנעל נאכלויפן דעם איד און בעטן א שיינע נדבה פאר די ישיבה אויך. ווי זיי גייען ארויס אינדרויסען און נעמען זיך זוכן דעם איד האבן זיי איהם נישט געקענט מער טרעפען.

אויף מארגענס גלייך ניין א זייגער איז די פרוי געגאנגען אין באנק מיט דעם שטר, מ'פרעגט איר וואס זי וויל, זאגט זי אז זי איז געקומען בייטען א שטר פון 20,000 קראנען. מ'ווייזט איר צו וועלכער פקיד זי דארף צוגיין. זי ווייזט דעם פקיד דעם שטר. ער קוקט אויף דעם שטר און עפענט אויף די חשבונות פון יענע מענטש און זעהט אז עס איז דא גענוג אויף צו דעקן דעם שטר. אבער רופט ער זיך אן צו די פרוי אז אזא גרויסע סכום פון 20,000 קראנען מוז ער האבן א באשטעטינגונג פון דעם מנהל אליין פון דער באנק. דער פקיד נעמט דעם שטר און גייט צו דעם מנהל ער זאל באשטעטיקן דעם שטר. ווי נאר דער מנהל האט געזעהן דעם שטר מיט די חתימה אויף דעם האט ער גע'חלש'ט און איז צוזאמגעפאלן. מ'האט שנעל געברענגט דאקטוירים וואס זאלן איהם צוריק אויפוועקען. דערווייל איז געווארן א גרויס געטומעל אין באנק, פאליציי איז געקומען, זיי האבן געהערט וואס דא איז געשעהן, האבן זיי פארשטאנען אז עפעס מיט דעם שטר און די פרוי איז נישט אזוי גלאטיק, האבן זיי גלייך געפרעגט וואו איז די פרוי פון דעם שטר. מ'האט זיי אנגעוויזן אויף די פרוי, האבן זיי גענומען די פרוי און איר איינגעשפארט אין א צימער אין באנק, ווארטן ביז דער מנהל וועט זיך אויפכאפען און דעמאלט וועט מען זעהן וואס און פארוואס דאס אלעס איז געשעהן, אויב זי איז שולדיג אין דעם אדער נישט...

ווי דער מנהל האט זיך אויפגעכאפט האט מען איהם דערציילט אז די פרוי וואס האט אנגעמאכט אז ער זאל חלש'ען געפונט זיך איינגעשפארט אין א צימער, האט ער געבעטן אז מ'זאל איהם פירן צו די פרוי, ווייל די פרוי איז א גרויסע צדיקת. ער קומט צו די פרוי און בעט איר מחילה פאר די צער וואס מ'האט איר אנגעמאכט צו פארשפארן אין דעם צימער. און געבעטן אז זי זאל קומען מיט איהם אריין אין זיין אפפיס.

ער פרעגט איר פון וואנען זי האט באקומען דעם שטר, זי האט איהם אלעס דערציילט ווי זי האט געוויינט און געגאנגען צום ראש ישיבה, און דערנאך איז געקומען א איד מיט א הדרת פנים און איר געגעבן דעם שטר. זי האט אויך דערציילט דעם מנהל איר מנהג וואס זי האט שטארק אכטונג געגעבן אז מ'זאל כסדר זאגן קדיש נאך די וואס האבן נישט ווער ס'זאל זאגן קדיש פאר זיי. און אז די תלמידים פלעגן זאגן קדיש אפילו ווען זי האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלען דערפאר.

דער מנהל פרעגט איר אויב זי געדענקט קלאר דעם מענטש וואס האט איר געגעבן דעם שטר, אויב זי וועט דערקענען דעם מענטש אויף א בילד? זי ענטפערט אז זי מיינט אז יא! זי דערציילט אויך ווי דער מאן האט געהייסן די צוויי תלמידים חתמ'ענען אויפ'ן שטר און אזוי אויך האט ער געחתמ'ט ביי יעדן איינעם אזונדער אלץ א ראיה אז זיין חתימה איז גילטיק. דער מנהל קוקט אויפן צווייטן זייט פון דער שטר און זעהט די חתימות פון די צוויי תלמידים. ער הייסט מ'זאל זיי ברענגען גלייך אין דער באנק. ווי די צוויי תלמידים זענען געקומען, ר' יוסף זוננפלד און דער זוהן פון דעם כתב סופר, האט ער יעדן איינעם אויסגעפרעגט באזונדער אויף די גאנצע געשעעניש וואס איז געשעהן, און געזעהן אז אלעס שטימט וואס די פרוי האטג עזאגט וועגן דער מאן וואס האט איר געגעבן דעם שטר.

דער מנהל רופט זיך אן זייער גוט איך וועל באצאלן די גאנצע געלט וואס שטייט אויף דעם שטר, אבער ווי באלד די קאנטע אין באנק איז אויך אויף מיין ווייב'ס נאמען [וואס זי איז א גויטע] דארף זי קומען און דאס באשטעטיקן. דעריבער וועט ער שוין שיקען א שליח צו רופן זיין ווייב. ער האט אויך געזאגט דעם שליח אז ווען ער וועט רופן זיין ווייב, זאל ער איר בעטען אז זי זאל ברענגען דעם ביכל וואו עס ליגט בילדער פון די משפחה. אזוי וועט ער קענען זעהן אויב די פרוי די אלמנה וועט קענען דערקענען דעם בילד פון דעם איד וואס האט גע'חתמעט אויף דעם שטר, ועט ער וויסן אז אלעס איז מן השמים.

ווי זיין ווייב האט געהערט פו ן עם שליח די גאנצע מעשה האט זי געזאגט אויב די מעשה וואס די פרוי דערציילט איז אמת, וועט זי זיך מגייר זיין און לעבן ווי א אידישע טאכטער דארף לעבן. זי האט גענומען די בידלער און איז געקומען אין באנק אריין צו איר מאן. דער מנהל גוט דעם ביכל פון בילדער פאר די פרוי זי זאל אין דעם ביכל טרעפען דעם בילד פון דעם מענטש וואס האט איר געגעבן דעם שטר. זי האט גלייך געטראפון דעם בילד, אזוי האבן אויך די צוויי בחורים אנגעוויזן אויף דעם זעלבן בילד וואס זי האט אנגעוויזן.

דא רופט זיך אן דער מנהל און זאגט, הערט וועל איך אייך זאגן וועמען איר האט געזעהן נעכטען, און ווער איז דער וואס האט אייך געגעבן דעם שטר מיט די חתימות. מיין טאטע עליו השלום איז געווען דער מנהל פון דער באנק, אבער עס איז שוין דא 10 יאר פון זיין פטירה, דערווייל בין איך געווארן מנהל אויף זיין ארט. אבער דעם אמת וועל איך אייך זאגן אז איך האב ליידער קיינמאל נישט געזאגט קיין קדיש לעילוי נשמתו אין די לעצטע צען יאר.. נעכטן ביינאכט איז ער געקומען צו מיר אין חלום און געזאגט אז ער האט געגעבן א סכום פון 20,000 קראנען פאר א געוויסע פרוי וואס זי האט איהם געראטעוועט פון גיהנם דורך דעם וואס זי האט געזעהן מ'זאל זאגן קדיש פאר די וואס מ'זאגט נישט קיין קדיש פאר זיי. זי האט געהאט גאר א גרויסע זכות אין דעם, און זי האט מיר דורך דעם געראטעוועט פון גיהנם. און יעצט האב איך זיך באוואוסט אז זי איז זייער דערדרוקט און האט נישט קיין געלט חתונה צומאכען אירע קינדער בין איך איר געקומען העלפען, דעריבער זאלסטו איר געבן דעם גאנצן סכום פון 20,000 קראנען, אויב נישט וועל איך קומען און דיך דערווערגען אויף טויט.

איך שטיי אויף אינדערפרי זייער דערשראקען און דערצייל דעם חלום פאר מיין גויעעשע פרוי, זי האט זיך אויך זייער דערשראקען, און פארשטאנען גלייך אז דער חלום איז נישט קיין פוסטע חלום. היינט ווען איך האב געזעהן אינדערפרי דעם שטר מיט זיין חתימה אויף דעם האב איך גלייך פארשטאנען אז דער חלום איז נישט קיין אומזוסטע נאר ס'איז אמת און וואר. דעריבער בין איך גרייט יעצט צו מקיים זיין די בקשה פון מיין טאטע ז"ל און איך וועל אויסצאלען די גאנצע סכום פון 20,000 קראנען פאר די פרוי. אזוי אויך האב איך חרטה אויף אלע מיינע שלעכטע מעשים וואס איך האב געטאן ביז יעצט, און איך וויל תשובה טאן און מקבל זיין אויף זיך צו דינען דעם באשעפער מיט אן אמת און אפהיטען אלע זיינע מצוות.

דער מנהל פון באנק איז געווארן א ריכטיגע בעל תשובה, זיין פרוי האט זיך אויך מגייר געווען און געווארן א ריכטיגע אידישע טאכטער און אפגעהיטען אלע מצוות ווי עס דארף צו זיין. דער מנהל חוץ וואס ער האט געגעבן פאר די פרוי די סכום פון 20,000 קראנען האט אויך צוגעלייגט א שיינע נתינה פאר די ישיבה. די פרוי האט איהם שטארק געדאנקט פאר די געלט, זי איז אהיים געגאגנען און האט צוריק געעפענט אירע געשעפטן, די געשעפעטן האבן זיך גענומען בליען ווייטער, און זי האט געהאט גענוג געלט חתונה צו מאכן אירע קינדער מיט גרויס כבוד און צו געבן שיינעע נדן'ס פאר אירע חשובע איידעמ'ער ואס זענען אלע געווען תלמידי חכמים און געזעצן על התורה ועל העבודה.

פון די מעשה קען מען זיך ארויסלערנען ווי חשוב עס איז צו זאגן קדיש נאך א נפטר. וואס דורך זארגן קדיש אויף נפטרים טוט מען מכפר זיין אויף די מתים וואס זענען מער נישטא מיט אונז.

די מעשה הט רבי יוסף חיים זוננפלד זי"ע דערציילט פאר הרב י. שפירא אין ירושלים. וואס איז געשעהן אין זיינע יונגע יארן ווען ער איז נאך געווען א בחור אין די ישיבה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' יוסף חיים איז געווען א תלמיד פון ר' אברהם שאג פון קויברסדארף וועלכער איז שפעטער אויך ארויף אויף אר"י.

וואו ליגט ר' יוסף חיים, האט איינער א בילד פונעם מציבה?
אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוימען קערער »

לויט ווי איך האב געהערט די מעשה איז דער צווייטער געווען ר' יודא גרינוואלד דער סאטמארער רב
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד

בילד

בילד

Rabbi Sonnenfeld (left) Lord Winston Churchill (right)

בילד

בילד
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:ר' יוסף חיים איז געווען א תלמיד פון ר' אברהם שאג פון קויברסדארף וועלכער איז שפעטער אויך ארויף אויף אר"י.
די סיבה דערצו איז געווען רבו עליו חבריו, ודי.
מיללער האט געשריבן:וואו ליגט ר' יוסף חיים, האט איינער א בילד פונעם מציבה?
ר' יוסף חיים מנו"כ במרומי הר הזיתים בחלקת הרבנים ליד ציון מורו ר' אברהם שאג ובצוואתו כתב בין הדברים "שעכ"פ על מצבה לאחר אר"י ושנים לא יוחק כ"א ציון תלמיד נו"נ ביום פ' תנצב"ה ויעמוד לגורלו לקץ הימים" למעשה חרתו נוסח יפה וז"ל:

פ"נ
מורינו ורבינו
רבי
יוסף חיים זאנענפעלד
בהרב רבי אברהם שלמה זצוק"ל
עלה לאה"ק בשנת תרל"ג
יחד עם רבו הגאון הגדול
רבי אברהם שאג זצוק"ל
אשר מנוחתם כבוד תלמיד אצל רב
ראש רבני היהדות החרדית באה"ק
ונהל את ספינת היהדות
בין גלי הזמן במסירות נפש
גנן והציל ויהי למאור היהדות
בארץ ובגולה
ותעל נשמתו הקדושה והטהורה
השמימה
בשנת השלש ושמונים לימי חייו
ביום י"ט לחודש אדר ב תרצ"ב
תנצב"ה
ויעמוד לגורלו לקץ הימים
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב מביקסאד א דאנק, אין די אשכול פון רי''י גרינוואלד האבן מיר געברענגט פון א הסכמה פון ר' יוסף חיים וואו ער זאגט אז ער איז נאר שטעל פארטרעטער אין ירושלים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

עס זענע דא אייניקלעך פון ר' יוסף חיים דא און נוי יארק.
דער באוויסטער שלמה היל (Steven Hill) זיין בני בית איז א שענקער פון באלטימאר, אן אייניקעל פון ר' יוסף חיים'ס איידעם. זיי וואוינען און מאנסי.

און ווינטער, קום איך אסאך מאל דאווענען מנחה אונעם חינוך עצמאי אפיס און מאנהעטען.
דער אהנפירער איז איינער רב קאהן, אן איידעם ביי ר' יוסף חיים'ס יונגסטע זוהן.
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

עס איז דא אברהם אהרן שענקער [ב"ר מנחם מענדל ב"ר שמואל הלל חתן הרי"ח] אין בארא פארק וואס האט דריי זיהן וואס וואוינען אין מאנסי.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

farshlufen האט געשריבן:אין די אשכול פון רי''י גרינוואלד האבן מיר געברענגט פון א הסכמה פון ר' יוסף חיים וואו ער זאגט אז ער איז נאר שטעל פארטרעטער אין ירושלים.


farshlufen האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ר' יעקב גר"וו אבי הרי"י איז געווען א מחבר ספר?



farshlufen האט געשריבן:גערעכט הרב מיללער, ער האט מחבר געווען א ספר חלק יעקב - על פרקי אבות ארויס געגעבן דורך זיינע צוויי זון ר' אביגדור און ר' י"י.

ער האט זייער שיינע הסכמות פון: דעם עצי חיים, שימלויער רב, ר' שאול בראך, ר' יוסף חיים זאנענפעלד, בעל קרן לדוד, בעל מעשי למלך ווייטצען, זכרונם לברכה.

אינטערעסאנט איז ווי אזוי ר' יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל שרייבט בענותנותו:
ועטרה זו ששמו עלי בעל כרחי בעה"ק ת"ו ג"כ אינה הולמת אותי, אולם הוצרכתי לקבל לצורך שעה, עד שעה שהי"ת ירחם וישלח הראוי לעטרה זו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח הרב פארשלאפן פאר די העתקה, אזוי איז געווען 'שפתותי דובבות באפיס'...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ארויף געברענגט לכבוד דעם בעפארשטייענדען יארצייט
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ר' יוסף חיים האט מען א נאמען געגעבען ביים ברית נאר בלויז חיים, יאהרן שפעטער איז ער אמאל נישט געזונט געווען האט
אים זיין רבי דער בריסק'ער רב מהרי"ל דיסקין צוגעגעבען יוסף, און פון יעמאלט אן איז אזוי געבליבן זיין נאמען,
מען דערציילט אז פורים גערויף האט ער געברענגט פאר זיין רבין דעם בריסק'ער רב משלוח מנות צופרי תיכף נאך שחרית
כוותיקין, און ווען בריסק'ער רב האט קאמענטירט דערויף "אזוי פרי", האט ער גענטפערט אז דער רבי האט אים געמאכט פאר
א זריז, ווייל יוס"ף חיי"ם באטרעפט גענוי וויפיל זרי"ז,

איבער זיין כח אין גימטריאות ווערט דערציילט נאך וואונדערליכע זאכן, וואו דער ממלא מקום אין בעלזא, ועוד חזון למועד.
ועמך כולם צדיקים
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

רבי יוסף חיים האט אמאל געזאגט אז 5 מאל כבוד איז בגימטריא כסף, אז אויף ארויסצונעמען געלט פון איינעם דארף מען איהם 5 מאל כבוד געבען...
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

ספרי ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל
אטעטשמענטס
untitled.JPG
untitled.JPG (19.27 KiB) געזען 9057 מאל
untitled1.JPG
untitled1.JPG (39.21 KiB) געזען 9056 מאל
untitled2.JPG
untitled2.JPG (54.49 KiB) געזען 9056 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ספר האגודה על סדר נזיקין עם הגהות מרי"ח זאנענפעלד.
אטעטשמענטס
35654.jpg
המבשר
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2011 2:02 pm

ר' יוסף חיים'ס קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המבשר »

ווער ווייסט דעם סדר וואס זיינע קינדער זענען געבוירן געווארן

ער האט געהאט 11 קינדער, 4 פון זיי (אברהם שלמה, מנחם, חנה רויזא און דוד יחזקאל) זענען נפטר געווארן אין זייער יוגענד יארן, נאך איינער (ר' שמואל בנימין) איז נפטר געווארן נאך די חתונה, בחייו פון טאטע'ן, אבער ליידער נישט איבערגעלזט קיין קינדער, נאך 3 (מ' לאה גינענדל שענקער, ר' אברהם אהרן, ר' משה יהודה) זענען נפטר געווארן בחייו פון טאטע'ן איבערלאזנדיג דורות. און נאך 3 (ר' יעקב מאיר, ר' אליהו מרדכי, או מ' רחל פריעדמאן) זענען שוין נפטר געווארן נאכ'ן טאטע'נס פטירה און איבערגעלאזט דורות
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הגרי"ח זאננפעלד זצ"ל האט אמאל אפגעשטאט א באזוך ביים מיין עלטער זיידן הה"צ ר' מיכאל הערמאן זצ"ל אין ירושלים, האט ער דארט געזעהן אין שטוב א שפיגל אויפן וואנט, האט ער זיך אנגעריפן (כדרכו מיט גימטריאות אויפן ארט!) מראה איז בגמטריא גבריא"ל וואס טיט עס ביי מיכא"ל.... ודפח"ח
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »


ווער איז דער אינטער ר' יוסף חיים? זעהט מיך אויס אביסל ווי ר' ראובן שלמה יונגרייז (ר' דוד'ס טאטע), אדער איינע פון די קינדער פון רי"ח.
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

כמדומה לי אז מרא דארעא דישראל הגאון הגרי"ץ דושינסקיא געוועהן זיינס א תלמיד
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ווען און אוואו ?
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ווער קען מסביר זיין פארוואס רוב בנין און מנין פון די צאצאים פון הגריח"ז זענען נישט געבליבען מיט די זעלבע השקפות ווי איהם און נאך מער אז זיי האבען פרובירט צו פארדרייען די פאקטען און פארשטעלען דער צדיק ווי א אוהד ציונות
אסאך זענען חב"דסקערס און מזרחיסטען נעבעך
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

ווייסט איינער צו זאגן וועגן זיין נסיעה קיין ירדן?

דא ווערט געשריבן אביסל די היסטאריע פון דע האן מיט רי"ח זצ"ל
לעצט פארראכטן דורך קליקו אום דינסטאג מארטש 22, 2011 2:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

איש האמת האט געשריבן:כמדומה לי אז מרא דארעא דישראל הגאון הגרי"ץ דושינסקיא געוועהן זיינס א תלמיד

הגמהרי"ץ דושינסקיא איז געבארן אין אונגארן תרכ"ז און בשנת תרל"ג ווען ר' חיים זאנענפעלד איז ארויף מיט זיין רבי'ן ר' אברהם שאג קיין אר"י איז דער מהרי"ץ נאר געוועהן 6 יאהר אלט. ער איז הערשט ארויף קיין ארץ ישראל די ערשטע מאל שוין זייענדיג רב אין חוסט בשנת תרצ"ג.
ער איז געוועהן א תלמיד פון הג"ר משה פאללאק אב"ד באניאד במח"ס וידבר משה און פון הגאון בעל שבט סופר אין פרעסבורג
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

ראיתי בא' מספרי תולדות הגה"ק רבי יודא גרוו"ד זי"ע , שכותב שיש תשובה בשו"ת זכרון יהודה, שהושמטה בכמה מהמהדורות, שם הוא כותב להרב רי"ח זאנענפעלד זי"ע בזה הלשון:" האם אמת הוא הדבר הזה האמור במ"ע [ מכתבי עת ? ], שמע"כ הגאון נ"י התחבר את עצמו לחברה אגודת ישראל, וגם הוא נמנה עם הראשונים העומדים שם בקרתא קדישא דירושלים תובב"א בראש החברה ההיא... ועתה כיון שכל רבניה וראשיה הנאמנים לה' ולתורתו ית'
קוראים בקול גדול: אל תאבו להם ואל תשמעו לבעלי חברת אגו"י ולהיות אתן בחברתם כל עוד שלא יבדילו בין אורטודוכסים לאינם אורטודוכסים, וא"כ היאך אומן לדבר המע"כ שה"ג הוא בחברתם, והלא הוא מילידי המדינה הזאת ועיניו ראו ושמעו מהנעשה והנשמע". עכ"ל.
והוא כותב שתשובה זו נדפסה בשו"ת זכרון יהודה סי' ר', ומסומנת במפתח התשובות, אולם היא הושמטה ברוב המהדורות ע"י המדפיסים, ובמקומה הדפיסו תשובה בענין יום כפור. ורק בטפסים נדירים נמצאת התשובה המקורית. וכותב שאפשר למצוא את התשובה הזו [ עם הערות על המקרה ] ב: [ירחון ? ] " סיני ", שנה שלישית, תרצ"ט - ת"ש, כרך ה', עמ' תכ"א - תכ"ג.
האם הטעו את הרב גריוו"ד מרוב צדקותו ותמימותו ? או האמור בה " מ"ע " היה סתם בדותא כמנהג מ"ע ? או שמא באמת להרי"ח זאנענפעלד זי"ע היה פעם איזה קשר עם אגו"י ?
אולי א' מחברינו החשובים היודע דבר בזה יואיל להחכימנו, ואני איני אלא כדן לפני חכמים.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”