רבי מרדכי אב"ד ווילקאטש זצ"ל בעל שער המלך

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי מרדכי אב"ד ווילקאטש זצ"ל בעל שער המלך

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 10:20 pm

א' אלול
רבי מרדכי ב"ר שמואל זצ"ל
אב"ד ווילקאטש " בעל "שער המלך"
רבי מרדכי שרייבט אין זיין ספר "שער המלך", אין מיין יוגענד ווען איך בין געווארן אויפגענומען אלץ רב, האב איך אויף מיר זיך מקבל געווען, צו
דרש'ענען ברבים, יעדן ראש חודש אלול, צוליעב א מעשה וואס איז געווען.
איינמאל האט דער בישאף, (וואט איז העכער פון אלע גלחים) פון אונזער געגענד, ארויס געגעבן א גזירה, אז מען זאל אלע שוהלן פון זיין גליל
אפשפארן!
מען האט דעמאלס אויך אפגעשפארט אונזער שוהל, ס'איז געווען פאר דעם יו'ט שבועות. אגאנצן זומער, איז אונזער שוהל געווען אפגעשפארט,
און קיינער האט זיך דאס נישט גענומען צום הארצן, אונז האבן געדאוונט אין דעם ווייבער שוהל, און אויך נאר שטילן אז די גלחים זאלן דערפון נישט געוואויר ווערן.
ווען איך האב געזען, אז עס דערנענטערט זיך די הייליגע טעג, און אונזער שוהל וועט בלייבן פארשפארט, האב איך זיך ראש חודש אלול
אויפגעשטעלט אויף די טרעפ וואס פירט צום ווייבער שוהל, און איך האב געהאלטן א דרשה מיט בכיות, וועגן די שוהל וואס איז אפגעשפארט, און ווי אונז וועלן נישט קענען אינעם יום הדין, געהעריג דאווענען און זיך אויסבעטן ביים בורא כל עולמים, און פארוואס יעדער שווייגט און זיצט איינגעלייגט?
איך האב ארויס געברענגט די ווייטאג פון די שוהל זעלבסט, ווער ווייסט וואס גייט קומען נאכדעם ? אויב מען וועט אונז אינגאנצן ארוס טרייבן פון
שטאט וכו'?
דער עולם האט אויסגעבראכן אין א געוויין, נאכדעם האט מען געדאווענט שחרית און פאר מען האט ארויס גענומען די ספר תורה צוליינען, האב
איך אויסגערופן - ווער עס וויל מנדב זיין א נדבה כדי מען זאל קענען אויפמאכן די שוהל, זאל זיך לאזן אויסרופן.
די מנדבים האבן זיך געלאזט אויסרופן זייערע נדבות, נאכן דאווענען האב איך געשטעלט צוויי מענטשן, וואס זאלן גיין צו די נדיבים אהיים און
איינקאסירן דאס געלט, דאס געלד האט באטראפן צוואנציג אדומים, מיין פרוי האט אויך געגעבן איר באשטייערונג, און זי האט געווירקט אויך אויף אנדערע פרויען אז זיי זאלן זיך שיין ביישטייערן, און עס איז אריין געקומען א שיינעם סכום.
מען האט די געלטער אריבער געטראגן צום בישאף, און אים געבעטן, אז ער זאל לאזן אויפמאכן די טויערן פון שוהל, דער בישאף האט צו דעם
צוגעשטימט. א שבת פאר ראש השנה, האבן מיר זוכה געווען, צוזאגן, "שאו שערים ראשיכם ויבוא מלך הכבוד".
ביז דעם קומענדיגן יאר ראש חודש אלול, האב איך פון אלעם פארגעסן, און ס'איז מיר נישט איינגעפאלן, צו האלטן א דרשה אום ראש חודש אלול.

דעם אנדערן נאכט, האב איך געזען אין חלום, אן אלטען איד מיט א שיין הדרת פנים און ש שיין געשטאלט יענער האט אויסגעזען ווי א מלאך אלקים, איך האב זיך פאר אים אויפגעשטעלט און אים געגעבן "שלום", און יענער האט מיר צוריק געגעבן "שלום", נאכדעם האט יענער מיר געזאגט, מיר דאכט זיך, אז איר זענט דער ש"צ פון מוסף יום הקדוש! האב איך אים גענטפערט, ריכטיג!
האט ער מיר געפרעגט וויאזוי ענדיגט איר די ברכה "ומעביר אשמותינו בכל שנה ושנה", אדער "ומעביר אשמותינו כל שנה ושנה"? (ס'איז דא א נוסח צו זאגן "בכל" און סיאיז דא א נוסח "כל"), האב איך אים געפרעגט וואס איז דער חילוק פון "כל" צו "בכל"?
האט מיר דער זקן געזאגט, סיאיז דא א נפקא מינה, לויט א מדרש (און ויקרא ל' פסוק ז') ס'איז א משל צו א קעניג וואס איז געקומען איינמאנען די שטייערן פון שטאט, ווען דער קעניג איז נאך געווען ווייט פון שטאט, זענען צו אים ארויס געגאנגען די זקנים כדי אים מקבל פנים זיין, האט דער קעניג זיי צוליעב דעם, מוותר געווען א דריטל פון די שטייערן, ווען ער איז אנגעקומען נענטער צום שטאט, זענען צו אים ארויס געגאנגען מקבל פנים זיין די מיטעלע מענטשן, האט ער זיי צוליעב דעם מוותר געווען אויך א דריטל, ווען ער איז אנגעקומען צום טויער פון שטאט, זענען אנטקעגן אים ארויס געגאנגען, מענער, פרויען, און קליינע קינדער, האט ער צוליעב דעם כבוד, מוותר געווען אויפן לעצטן דריטל.
אזוי אויך, ווען עס קומט ראש חודש אלול, גייען די צדיקים און אנשי מעשה ארויס אנטקעגן באשעפער מיט תורה ומעשים טובים איז זיי דער באשעפער מוותר א דריטל, ווען עס קומט ראש השנה, און אויך די בינונים טוהען תשובה און זענען מרבה מיט בקשות, איז זיי דער באשעפער מוותר דעם צווייטן דריטל, ווען עס קומט יום הקדוש, און אלע מענער און פרויען און קליינע קינדער טוהן זיך אן און ווייסן, און זיי פאסטן, איז דער אויבערשטער אלעס מוותר, קומט אויס, אז ס'איז דא דריי צייטן, וואס דער אויבערשטער איז מוחל די עבירות, פאר ראש השנה, פאר יום כיפור, און אום יום כיפור, צוליעבד דעם דארף מען זאגן ביי די ברכה "ומעביר אשמותינו בכל שנה", ווייל "כל שנה" מיינט איינמאל א יאר, און "בכל שנה" מיינט עטליכע מאל אין יא ר.
האב איך אים געפרעגט, וואס האט דאס צוטוהן מיטן היינטיגן טאג? האט ער מיר געזאגט, אויב דער חודש איז מסוגל אז די תשובה, זאל ווערן אנגענומען, איז פארוואס האסטו נישט געווארנט דעם עולם, אז זיי זאלן תשובה טוהן? און עס וועט זיי פארגעבן ווערן א דריטל פון זייער זינד? פארוואס האסטו לעצטן יאר ראש חודש אלול יא געהאלטן א דרשה, און מעורר געווען דעם עולם תשובה צוטוהן? וואס איז דער ראש חודש אלול אנדערשט פון לעצטע יאר?
האב איך אים געזאגט, לעצטע יאר, איז געווען די שוהל אפגעשלאסן, האב איך זיך משתדל געווען, אז מען זאל דאס עפענען! האט מיר דער זקן געזאגט אדרבה! ווען די שוהל איז געווען פארשלאסן, האט איר נישט פארשלאסן אייערע ווערטער פון מוסר און תוכחה, און היי יאר, ווען איר האט די זכי', אז די שוהל איז אפען, פארוואס זאלט איר נישט זאגן מוסר ותוכחה, און ווייזן דעם עולם דער ריכטיגן וועג?
דערנאך האב איך זיך אויפגעכאפט פון שלאף, מיט א ציטערנישט, איך האב זיך צוגערישט בזריזות, און איך האב זיך צוגעגרייט וואס צו רעדן פאר'ן עולם.
דעם זעלבן אינדערפרי האב איך געהאלטן א דרשה און מעורר געווען דעם עולם, און איך האב זיך פארגענומען, אז יעדן ראש חודש אלול וועל איך האלטן א דרשה ברבים. זיינע דברי התעוררות שטייט אין זיין ספר "שער המלך", וועלכע אנשי מעשה פירן זיך צולערנען דערין. אויך בעט דער "שער המלך" פון יעדן רב און משפיע, אז זיי זאלן האלטן דרשות אין ראש חודש אלול ויה"ר שזכות הרבים ימליצו עלי.
(שער המלך, שער ראשון, פ"ח)
לעצט פאראכטן דורך זיידעניו אום מאנטאג סעפטעמבער 29, 2008 12:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 1:58 pm

חוץ וואס די ספר 'שער המלך' איז פיל מיט התעוררות פאר ימים נוראים הממשמשים ובאים, איז דאס פיל מיט גאוואלדיגע מליצות, א מייסטערהאטיגט ארבעט, וואס איך האב כמעט נישט געזעהן! כמעט די גאנצע ספר אלעס וואס ער שרייבט, און וויל מעורר זיין, איז מיט מליצות.

יש"כ זיידי פאר דעם שיין שטיקעל
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 11:04 am

אינטערסאנט, קיינער האט נישט באמערקט אז זיין יארצייט פאלט טאקע אויס ראש חודש אלול, אינעם טאג וואס ער האט זיך פארגענומען מעורר צו זיין דעם עולם תשובה צו טוהן!

אדער האב איך נישט באמערקט אז עמיצער האט שוין באמערקט?...

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג יולי 25, 2014 7:16 pm

בית הכנסת בעיר וויעלקאטש (בפולנית Wielkie Oczy) - במשך השנים
צוגעלייגטע
211BO2_.jpg
a204601c2b1967ce389783d26f017796.jpg
93573204.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג יולי 27, 2014 9:32 am

בית החיים בעיר וויעלקאטש
צוגעלייגטע
9596a25b84e0840bf8e8eaaacba41b19.jpg
e875793ca042334f61550f43a1b182a5.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג יולי 27, 2014 9:33 am

חותם הקהילה "קהל עדת ישורן דק''ק ווילקאטש"
צוגעלייגטע
קהל עדת ישורן דק''ק ווילקאטש.jpg
קהל עדת ישורן דק''ק ווילקאטש.jpg (8.81 KiB) געזעהן 1402 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג יולי 27, 2014 9:34 am

זיידעניו האט געשריבן:א' אלול
רבי מרדכי ב"ר שמואל זצ"ל
אב"ד ווילקאטש " בעל "שער המלך"

קענט איר מיר אפשר זאגן ווי איז די מקור פון דעם יארצייט ביום א' אלול?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג יולי 27, 2014 11:51 am

יציב פתגם האט געשריבן:בית החיים בעיר וויעלקאטש

יציב פתגם האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:א' אלול
רבי מרדכי ב"ר שמואל זצ"ל
אב"ד ווילקאטש " בעל "שער המלך"

קענט איר מיר אפשר זאגן ווי איז די מקור פון דעם יארצייט ביום א' אלול?

ס'איז נישטא קיין בילד פונעם מציבה?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג יולי 27, 2014 11:56 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ס'איז נישטא קיין בילד פונעם מציבה?

דערווייל נישט


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט