שושלת לויעב-טשערנאבל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

שושלת לויעב-טשערנאבל

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 6:11 pm

א) דער ערשטער פון די שושלת איז געווען ר' מנחם נחום ב"ר אהרן מטשערנאבל בנו של ר' מאטעלע טשערנאבלער בן המאור עינים, זכר כל הצדיקים לברכה.
ב) זיין זוהן איז געווען ר' מרדכי מלויעב, דער פאטער פון
ג) ר' אברהם יהושע העשיל מטשודנוב, דער פאטער פון
ד) ר' חיים יצחק מלויעב-טשערנאבל

ר' חיים יצחק איז געווען אן איידעם ביי ר' ישעי'לע טשחויבער, דער אינגסטער זוהן פון מרן הדברי חיים מצאנז, בייגעלייגט זענען צוויי בילדער פון ר' חיים יצחק.

ווען איז ר' חיים יצחק נסתלק געווארן?
צוגעלייגטע
RCYT Chernobel1.JPG
RCYT Chernobel1.JPG (23.13 KiB) געזעהן 14533 מאל
RCYT Chernobel2.JPG
RCYT Chernobel2.JPG (23.6 KiB) געזעהן 14533 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 6:17 pm

בשנת תרצ"ד איז דער זוהן פון ר' חיים יצחק הנ"ל, ר' משולם זושא (ר' זושא'לע) מטשערנאבל ארויף אויף ארץ ישראל, ווי ער האט מכהן געווען באדמורו"ת טשערנאבל ביז צו זיין פטירה י"ז חשון תשמ"ט ומנו"כ בביה"ח בבני ברק.

עס איז מערקווידיג אז אויך זיין מוטער די טאכטער פון ר' ישעי'לע טשעחויבער האט איבערגעלעבט די קריג און איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, זי ליגט אינעם וויזניצער אוהל (פון די רביצינס) אין בני-ברק.

א בילד פון ר' זושא'לע מטשערנאבל (רעכטס) מיט זיינע קרובים, ר' יוחנן מראכמיסטריווקא (צענטער) און ר' אברהם יהושע העשיל ממאכנאווקא (לינקס). (בילד קרעדיט; יאסל)
צוגעלייגטע
IMG_0045%20%28Custom%29.jpg
IMG_0045%20%28Custom%29.jpg (19.54 KiB) געזעהן 14531 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 6:27 pm

פון ר' חיים יצחק איז געבליבען נאך צוויי זוהן און צוויי טעכטער, די זוהן ר' יעקב און ר' יחיאל ז"ל

א בילד פון ר' יחיאל טווערסקי ז"ל ביי ברכות אונטער א חופה
צוגעלייגטע
080731_142005-10_2008411_139122681__31_0344.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 6:29 pm

א שיין בילד פון ר' זושא'לע מטשערנאבל מיט זיין קרוב דער קלויזענבורגער רב ז"ל
צוגעלייגטע
080731_123548-9_051027_162722-13_msoC32FD%20(Medium).jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 8:30 pm

ר' זושא'לע מטשערנאבל אלס בחור (צווייטער פון לינקס) במחיצת קדשו פון זיין הייליגען זיידן הרה"צ ר' יצחק ישעי' האלבערשטאם מטשחויב זצ"ל בן מרן הדברי חיים, ווערט אויך געזעהן ש"ב ר' נפתלי צבי (ר' נפתלטשע) האלבערשטאם לימים האדמו"ר מבאבוב (בילד קרעדיט; יאסל)
צוגעלייגטע
IMG_0033%20%28Small%29[1].jpg
IMG_0033%20%28Small%29[1].jpg (20.3 KiB) געזעהן 14499 מאל

אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

תגובהדורך סלונימער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 8:38 pm

אויפן צווייטן בילד פון ר' חיים יצחק מלויעב-טשערנאבל איז עפעס געשריבן אויף רוסיש(אוקראיניש?).ווער קען דאס אונז לייענען?

אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

תגובהדורך סלונימער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 8:52 pm

ער איז געשטארבן אין קאמוניסטישע תפיסה הי"ד.

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

תגובהדורך שמואל'יק'יל » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 8:58 pm

ער איז נסתלק אין אדבסר און סיביר, כ"ד ניסן תש"ג.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 10:31 pm

יישר-כח,
ווען איז די רביצין נפטר געווארן, האט זי נאכאמאל חתונה געהאט נאך די קריג?

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 10:38 pm

זי האט געוואוינט אין א"י עטליכע יאר נאך די מלחמה,
ווען זי איז אמאל אריין געקומען צום סאטמאר רב מהריט"ב זצ"ל, האט ער אראפ גענומען דאס גאנצע קוויטל געלט און אהין געגעבן, מיט גרויס כבוד פאר ר' ישע'לע א טאכטער,
זי האט נישט חתונה געהאט נאכאמאל

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 3:55 am

מיללער האט געשריבן:בשנת תרצ"ד איז דער זוהן פון ר' חיים יצחק הנ"ל, ר' משולם זושא (ר' זושא'לע) מטשערנאבל ארויף אויף ארץ ישראל, ווי ער האט מכהן געווען באדמורו"ת טשערנאבל ביז צו זיין פטירה י"ז חשון תשמ"ט ומנו"כ בביה"ח בבני ברק.
לכאורה א סתירה מיט די פאלגענדע.
מיללער האט געשריבן:ר' זושא'לע מטשערנאבל אלס בחור (צווייטער פון לינקס) במחיצת קדשו פון זיין הייליגען זיידן הרה"צ ר' יצחק ישעי' האלבערשטאם מטשחויב זצ"ל בן מרן הדברי חיים,
נאר דער תירוץ איז אז נאך'ן אנקומען אויף ארץ ישראל און לערענדיג אין מרכז הרב איז ער געפארן קיין פולין צום זיידן.
מיללער האט געשריבן:עס איז מערקווידיג אז אויך זיין מוטער די טאכטער פון ר' ישעי'לע טשעחויבער האט איבערגעלעבט די קריג און איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, זי ליגט אינעם וויזניצער אוהל (פון די רביצינס) אין בני-ברק.
יאך זעה נישט וואס דא איז מערקווירדיג.
מיללער האט געשריבן:ר' זושא'לע מטשערנאבל אלס בחור (צווייטער פון לינקס) במחיצת קדשו פון זיין הייליגען זיידן הרה"צ ר' יצחק ישעי' האלבערשטאם מטשחויב זצ"ל בן מרן הדברי חיים, ווערט אויך געזעהן ש"ב ר' נפתלי צבי (ר' נפתלטשע) האלבערשטאם לימים האדמו"ר מבאבוב (בילד קרעדיט; יאסל)
סקרענטאן'ער רב ווי זעהט איר ערגעץ דעם באבוב'ער רב.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

תגובהדורך סלונימער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 6:07 am

ער האט זיך געלערנט אין "מרכז הרב"?אינטערעסאנט.סע איז דא נאך רבישע קינדער(וואס נאך דעם זענען געווארן רביס),וואס האבן געלערנט דארט?
פארשטייט זיך,אז אין האנטיקע צייט קען מען נישט אויסליינען אין שום קיין ביכער און ארטיקלען (לפחות איך האב קיינמאל נישט געטראפן גארנישט איבער זיין לערנען אין "מרכז הרב") וועגן דעם,סע פאסט נישט. נארישע קעפ האלטן פאר בעסער צו איבערדרייען די היסטארישע פאקטן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 11:24 am

ביקסאד,
1) דער אינגל אויפן בילד איז דער באבובער רב מהרנ"צ.
2) אז א טאכטער פון ר' ישעי'לע האט איבערגעלעבט די קריג איז עס ביי מיר מערקווידיג.
3) די סתירה פארענטפערט איר זייער פיין.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 11:43 am

מיללער האט געשריבן:2) אז א טאכטער פון ר' ישעי'לע האט איבערגעלעבט די קריג איז עס ביי מיר מערקווידיג.

וואס איז די חידוש?
א זוהן זיינער האט איבעגעלעבט די קרוג, און געוואוינט דא און דער איסטסייד,
איז וואס איז דער חידוש וועגען זיין טאכטער?
the SCY is the limit

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 11:51 am

דאס אינגעל אויפן בילד איז נישט רנ"ץ מבאבוב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 2:19 pm

ר' שמחה,
ר' חיים'ל טשחויבער איז גאכציך דא געווען נאך פאר די קריג.

יאסל,
ווער איז דער אינגל?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 6:01 pm

און די שוועסטער איז געווען אין ארץ ישראל פון פאר די קריג.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 3:10 pm

ביקסאדער,
ווען איז זי ארויף אויף אר"י?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 3:17 pm

ווען איז איר זוהן ארויף.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 7:30 pm

די מצבה פון ר' ברוך בנציון טווערסקי אדמו"ר לויעב-טשערנאבל בניו-יארק בן הרה"צ ר' מרדכי'לע.
צוגעלייגטע
bb-twersk.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 1:38 pm

בן בוזי האט געשריבן:ר' חיים טווערסקי איז א לוי ער איז א טשערנאבילער אייניקעל זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' ברוך בנציון מלויעב-אומאן (ר' חיים אליינס איז געבוירן אין אומאן, זיין מאמע איז געהרג'ט געווארן ביי די פאגראמען ווען ר' חיים איז אלט געווען 8 טאג) און ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיי זיידן, דערפאר רופט ער זיך טווערסקי אבער ער איז א לוי אין זיין נאמען איז הורוויץ (דאס איז אויך א געטוישטער נאמען פון 'שטאהל').


בן-בוזי,
דאס איז דער זעלבער ר' ברוך בנציון פון וועם איך האב געלייגט די מצבה? קענסט פארציילן מער פרטים איבער אים?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 11:31 am

דאס איז דער ר' ברוך בנציון וועמענס מציבה דו האסט געלייגט אבער איך האב נישט קיין אינפא וועגן איהם
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

תגובהדורך שמואל'יק'יל » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 7:51 pm

הרב מיללער:
וואס ווילט איהר וויסן אויף העם?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 9:59 pm

ועמענס זוהן איז ער געווען, וועמענס איידעם, ווען איז ער געקומען קיין אמעריקא, ווער זענען זיינע קינדער, אא"וו.

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

תגובהדורך שמואל'יק'יל » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 11:49 pm

כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' ברוך בן ציון טווערסקי פון טשערנאביל לאיעוו אומאן זיע"א, א זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' מרדכי טוערסקי פון טשערנאביל לאיעוו זיע"א.
איידעם פון כ"ק אדמו"ר הרהק ר' אליעזר יונגערלייב פון ראדוויל אוסטילא זיע"א.
ער איז געקומען קיין אמעריקא און שנת תרפ"ה.
זיין זון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' מנחם נחום יוסף טווערסקי פון טשערנאביל לאיעוו מיראפאל זיע"א.
זיין איידעם רבי פנחס א זון פון רבי שאול שטאל פון באלטא, א זון פון רבי יצחק פון קאסטאנטין ישן.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט