שושלת לויעב-טשערנאבל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי מנחם נחום יוסף ממיראפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיללער האט געשריבן:ידידינו ר' מיילעך האט פאריגע וואך געשטעלט די פאלגענדע תגובה איבער דעם מיראפאלער רבי פון באסטאן נצר משושלת לויאב-טשערנאבל

מיילעך האט געשריבן:ר' מנחם נחום יוסף טווערסקי ממיראפאל-באסטאן-ח' סיון תשל"ג
נולד לאביו ר' ברוך בן ציון מלויאב-אומאן בן ר' מרדכי מלויאב בן ר' מנחם נחום בן הרה"ק ר' אהרן מטשערנאבל.
ולאמו בת ר' אליעזר יונגערלייב מראדוויל בן ר' יוסף מראדוויל בן ר' אליעזר מטשען בן ר' ישראל מטשען בן ר' יוסף מיאמפאלי בן המגיד מזלאטשוב.
נשא את בת ר' אברהם דוד מרבינו ממיראפאל בן ר' משה בן ר' שמואל מקאמינקא בן ר' משה אהרן בן הרה"ק ר' צבי הירש מקאמינקא.
היגר לארה"ב בשנת תרפ"ה ביחד עם אביו.
אדמו"ר מלויאב-מיראפאל בבאסטאן.
נסתלק ח' סיון ונטמן בבית החיים בטשעלסי.זצ"ל.


איך זעה אז ער איז הערשט נסתלק געווארן בשנת תשל"ג, איך געדענק נישט צו 'מלכות טשערנאבל' האט אן ערך איבער אים, איז פארהאן א בילד פון אים, איז דא קינדער פון אים?

רבי נחום יוסף איז ערשט געקומען קיין אמעריקא אין יאר תרפ"ט.
בייגעלייגט איז א מודעה אז "דער טשערנאבלער רבי פון אומאן" איז געקומען פון פיטסבורג קיין ניו יארק אפווארטן זיין זון ביים שיף
אטעטשמענטס
loyev miropil (1).jpg
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

לאיעוו - מיראפאלער רבי אין בראנזוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

א מעלדונג איבער א באזוך פונעם לאיעוו - מיראפאלער רבי'ן אין בראנזוויל
אטעטשמענטס
loyev miropil in bronzvill.jpg
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי נחום אתרוג מצפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיללער האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:ער איז געווארן אן איידעם ביי די רבנישע אתרוג משפחה אין בראנזוויל


ה"ה הרה"ג ר' שמעון אתרוג ב"ר נחום זצ"ל אב"ד צפת. היגר לארה"ב ע"פ עצת גדולי ישראל, ושימש כרב וראש ישיבה בבאסטאן. בעת חליו הגיעו הרה"ק מסאטמאר, הרה"ק מסקווירא, לבקרו.


מציבת ר' שמעון דוב ב"ר נחום אתרוג בחלקת אגודת האדמורי"ם בוועלוואוד סעמעטערי.


בייגעלייגט א באריכט איבער די פטירה פון רבי נחום אתרוג. [י"ח חשון תרצ"ח].
אגב, האט איינער פרטים איבער זיין יחוס?
אטעטשמענטס
esrog.JPG
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

קוק אין די הקדמות צום ספר פרי עץ הדר לר' יצחק דוד אתרוג רב בכמה קהילות
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

הרב חיים מרדכי טווערסקי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ברוך דיין אמת.
פארגאנגענעם שב"ק איז נפטר געווארן הגה"צ ר' חיים מרדכי טווערסקי ז"ל אב"ד טשערנאביל בן בתו של הרה"ק ר' ברוך בנציון מלאיעוו-אומען זצ"ל אין עלטער פון 94 יאר.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי נחום מלאיעוו מיראפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

א באגריסונג פאר רבי נחום מלאיעוו מיראפאל לכבוד זיין באזוך אין ארץ ישראל - הצופה ו' אדר א' תשי"א
http://www.jpress.org.il/Default/Script ... sc&sQuery=%u05e0%u05db%u05d3%20%u05d4%u05d0%u05d3%u05de%u05d5%3f%u05e8&rEntityType=&sSearchInAll=true&RefineQueryView=&StartFrom=40&ViewMode=HTML
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי אברהם יהושע העשיל מלאיעוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

י"ח תמוז איז די יארצייט פון הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל מלאיעוו זצ"ל בן הרה"ק ר' מרדכי מלאיעוו זצ"ל.
בחיי אביו איז ער געווארן רבי אין שטאט טשודנאוו, און שפעטער האט ער זיך באזעצט אין שטאט מאזיר.
ער איז נסתלק געווארן י"ח תמוז תרע"ד אין שטאט קארטשאוו אין פוילן.
אטעטשמענטס
מאזיר.JPG
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

הרבנית חיה דבורה אתרוג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחמן נתן האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:ער איז געווארן אן איידעם ביי די רבנישע אתרוג משפחה אין בראנזוויל


ה"ה הרה"ג ר' שמעון אתרוג ב"ר נחום זצ"ל אב"ד צפת. היגר לארה"ב ע"פ עצת גדולי ישראל, ושימש כרב וראש ישיבה בבאסטאן. בעת חליו הגיעו הרה"ק מסאטמאר, הרה"ק מסקווירא, לבקרו.

אין א שמועס מיט הג"ר חיים טווערסקי, טשערנובלער רב (שליט"א), האט ער מיר פארציילט גאר אסאך שיינע זאכן פון זיין שווער.

די מציבה פון הרבנית חיה דבורה אתרוג - אשת הרה"ג ר' שמעון דוב אתרוג ז"ל.
ווי עס שטייט איז זי געווען אן אייניקעל פון רבי חיים אבולעפיא און פונעם באר מים חיים.
אטעטשמענטס
מצבת הרבנית אתרוג (2).jpg
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיללער האט געשריבן:אויף קברים.פינטל קאם האט איינער פון פארשעי, מאנסי געשריבען אז דארט איז פארהאן א טשערנאבלער שטיבל ווי דער רב איז ר' ברוך בנציון טווערסקי וועלכער איז אן אייניקל פון רב"ב הנ"ל מאומאן-לויעב

ה"ה כ"ק אדמו"ר מלאיעוו טשערנאביל שליט"א שע"פ פקודת אביו הגה"צ ר' חיים מרדכי זצ"ל נתמנה למלאות מקום זקינו הרה"ק ר' ברוך בנציון מלאיעוו טשערנאביל זצ"ל.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

הזמנת רבי ברוך בנציון מלאיעוו אומאן לנישואי נכדו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אינטערעסאנט צו באמערקן אז עס שטייט נאך שליט"א אויפן אבי החתן
אטעטשמענטס
Loyev Uman Invitation.JPG
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אינטרעסאנט ווי פון רחמה איז געווארען רחל.

שוין לאנג געקלערט עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו עפענען א געהענגעל פאר אלטע און היסטארישע הזמנות מכל המינים.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

יוסף שרייבער האט געשריבן:אינטרעסאנט ווי פון רחמה איז געווארען רחל.

שוין לאנג געקלערט עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו עפענען א געהענגעל פאר אלטע און היסטארישע הזמנות מכל המינים.

קריינא דאיגרתא...
פתח אוצרותיך להאיר את עולמנו...
מונח אתנחתא
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2012 4:50 am

א נייעם בילד אין המודיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונח אתנחתא »

לפני כמה שבועות איז געוועהן אין המודיע א שיינע נייעם בילד פון ר' אברהם יהושע העשיל פון לויעב וואס ס'איז געשריבען געוואהרן בטעות עד עתה על שם ר' ברוך מאיר פון אזארניץ
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

שמואל'יק'יל האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' ברוך בן ציון טווערסקי פון טשערנאביל לאיעוו אומאן זיע"א, א זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' מרדכי טוערסקי פון טשערנאביל לאיעוו זיע"א.
איידעם פון כ"ק אדמו"ר הרהק ר' אליעזר יונגערלייב פון ראדוויל אוסטילא זיע"א.
ער איז געקומען קיין אמעריקא און שנת תרפ"ה.
זיין זון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' מנחם נחום יוסף טווערסקי פון טשערנאביל לאיעוו מיראפאל זיע"א.
זיין איידעם רבי פנחס א זון פון רבי שאול שטאל פון באלטא, א זון פון רבי יצחק פון קאסטאנטין ישן.

א באריכט אין יד ושם איבער די פטירה פון פייגא אשת ר' שאול שטאל.
ווי מען זעט דא איז זי געבוירן אין יאר תרל"ב אין שטאט ווישגאראדאק (נישט ווייט פון קרעמניץ) צו איר פאטער ר' יעקב לערנער.
http://db.yadvashem.org/names/nameDetai ... rettyPhoto
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחוניא האט געשריבן:
שמואל'יק'יל האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' ברוך בן ציון טווערסקי פון טשערנאביל לאיעוו אומאן זיע"א, א זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' מרדכי טוערסקי פון טשערנאביל לאיעוו זיע"א.
איידעם פון כ"ק אדמו"ר הרהק ר' אליעזר יונגערלייב פון ראדוויל אוסטילא זיע"א.
ער איז געקומען קיין אמעריקא און שנת תרפ"ה.
זיין זון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' מנחם נחום יוסף טווערסקי פון טשערנאביל לאיעוו מיראפאל זיע"א.
זיין איידעם רבי פנחס א זון פון רבי שאול שטאל פון באלטא, א זון פון רבי יצחק פון קאסטאנטין ישן.

א באריכט אין יד ושם איבער די פטירה פון פייגא אשת ר' שאול שטאל.
ווי מען זעט דא איז זי געבוירן אין יאר תרל"ב אין שטאט ווישגאראדאק (נישט ווייט פון קרעמניץ) צו איר פאטער ר' יעקב לערנער.
http://db.yadvashem.org/names/nameDetai ... rettyPhoto

אט דא איז פון רבי פנחס שטאל
http://db.yadvashem.org/names/nameDetai ... anguage=en
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

[

ר' חיים יצחק איז געווען אן איידעם ביי ר' ישעי'לע טשחויבער, דער אינגסטער זוהן פון מרן הדברי חיים מצאנז, בייגעלייגט זענען צוויי בילדער פון ר' חיים יצחק.

ווען איז ר' חיים יצחק נסתלק געווארן?[/quote]
רבי חיים יצחק האט מען פארשיקט קיין סיביר ל"ע,און זיין רעבעצין האט זיך געצויגען נישט ווייט פון סיביר ,און זי פלעגט עם כסדר שיקען כשערע עסען .און רבי חיים יצחק האט געהאט מיט זיך מיט גענומען די קיטל פון דער הייליגער טשערנאבילער מגיד רבי מאטעלע, און א קומוניסט א איד וואס האט געשטמאט פון טשערנאבילער חסידים ליידער ,האט זיך פאר פסח גערייצט מיט רבי חיים יצחק ,אז דעי פסח גייט די רבי עסען חמץ מיט די מגיד'ס קיטעל ל"ע. און ער האט עם צוריק גענטפערט אז ער גייט נישט עסען חמץ מיטן מגיד'ס קיטעל,און זיין רעבעצין האט עם געשיקט פאר פסח א פעקעל מיט מצות וויין און פסח'דיגער מאכלים, און דער קאמאניסט האט נישט צוגעלאזט די פעקעל ,האט ער במסירות נפש ממש גאנץ פסח גארנישט געגעסען , נאר געטרינקען וואסער וואס ער האט געזיפט מיט די מגיד'ס קיטעל,און געהונגערט גאנץ פסח,און פון דעם איז נפח נשמתו הטהורה והחזירה ליוצרו א טאג נאך איסרו חג פסח ,ביום כ"ד ניסן תש"ג. מהאט עם באגעראבן מיטן מגיד'ס קיטעל און די שטאט אדבסר און סיביר הי"ד ,יהי זכרו ברוך.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:05 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:א) דער ערשטער פון די שושלת איז געווען ר' מנחם נחום ב"ר אהרן מטשערנאבל בנו של ר' מאטעלע טשערנאבלער בן המאור עינים, זכר כל הצדיקים לברכה.
ב) זיין זוהן איז געווען ר' מרדכי מלויעב, דער פאטער פון
ג) ר' אברהם יהושע העשיל מטשודנוב, דער פאטער פון
ד) ר' חיים יצחק מלויעב-טשערנאבל

ר' חיים יצחק איז געווען אן איידעם ביי ר' ישעי'לע טשחויבער, דער אינגסטער זוהן פון מרן הדברי חיים מצאנז, בייגעלייגט זענען צוויי בילדער פון ר' חיים יצחק.

ווען איז ר' חיים יצחק נסתלק געווארן?

[ די מעשה גייט אזוי, רבי אהרן טשערנאבילער איז געווען פארמאכט די לעצטע יאר פון זיין לעבין, נישט געפירט ראביסטווע ,און זיין זון רבי נחום האט געפירט ראביסטע און טשערנאביל ,און ער איז אוועק צען חדשים פאר זיין טאטע.איך האב געהערט פון א אלטער טשערנאבילער חסיד פונדערהיים ( וואס זיין טאטע איז נאך געפארען צו רבי ברוך אשר בן רבי אהרן טשערנאבילער זי"ע,)אז ביי די לויה פון רבי נחום בן רבי אהרן, איז רבי אהרן געווען און זיין שטיב, און געשטאנען ביים פענסטער ,און ארויס געקוקט אפען ארון פון זיין זון .און געזאגט די פסוק הנני שולח את מאלכי לפניך להביאך אל הדרך אשר הכינותי לפניך, און ער האט אויסגעפירט געי מיין זון געי מיין זון. בקיצור רבי נחום בן רבי אהרן הנ"ל האט נישט געוואינט און לויעב נאר און טשערנאביל,,סאיז דא וואס רופען רבי נחום ,לויעבר רבי , אבער טעות גמור הוא בידם,.נאר רבי אהרן האט געשיקט זיין אייניקל רבי מאטעלע בן רבי נחום קיין לויעב וואס סאיז געווען א טשערנאבילער שטאט.און ער איז געווען די ערשטע לויעווער רבי,
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:01 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מיללער האט געשריבן:בשנת תרצ"ד איז דער זוהן פון ר' חיים יצחק הנ"ל, ר' משולם זושא (ר' זושא'לע) מטשערנאבל ארויף אויף ארץ ישראל, ווי ער האט מכהן געווען באדמורו"ת טשערנאבל ביז צו זיין פטירה י"ז חשון תשמ"ט ומנו"כ בביה"ח בבני ברק.

עס איז מערקווידיג אז אויך זיין מוטער די טאכטער פון ר' ישעי'לע טשעחויבער האט איבערגעלעבט די קריג און איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, זי ליגט אינעם וויזניצער אוהל (פון די רביצינס) אין בני-ברק.

א בילד פון ר' זושא'לע מטשערנאבל (רעכטס) מיט זיינע קרובים, ר' יוחנן מראכמיסטריווקא (צענטער) און ר' אברהם יהושע העשיל ממאכנאווקא (לינקס). (בילד קרעדיט; יאסל)

איך האב געהערט א אינטערסאנטע מעשה פון הרה"ק רבי יענקעלעה מפשעווארסק זיע"א , אז רבי זושא'לע מטשערנאביל הנ"ל האט געפרעגט דער טשעבינער רב זצ"ל, בשעת ער האט געפענט זיין בית המדרש סי הייסט טאקע דברי חיים, היות ער איז א טשערנאבילער איינקיל ,און מצד שני אסאך גאליציאנער אידען וואס שטאמען פון צאנזער חסידים דאווענען ביי עם, (אלס א צאנזער אייניקל) וואס פארא מנהגים און נוסח זאל ער זיך פירין? האט ער עם גענטפערט קום איך וועל אייך פארציילען א מעשה , מהאט אמאל געפרעגט הרה"ק רבי חיים מאטיניא (ברודער פונעם אהבת ישראל מוויזניץ.) פארוואס מאכט ער א עסק ,און פירט יארצייט טישין ביי זיינער קאסאב -וויזניצער זיידעס ,בשעת ביי זיין רוזינער זיידע (כידוע זיין זיידע דער צמח צדיק מוויזניץ איז געווען א איידים ביים הייליגער רוזשינער זיע"א.) פירט ער נישט? האט ער גענטפערט זייער פשוט, פון די קאסעב וויזניצער חסידים האב איך פרנסה.און פון ריזשנער חסידים נישט. האט די טשעבינער רב אויסגעפירט אויב וועלן אייך די צאנזער חסידים מפרנס זיין זאלט איר טהון זייערע מנהגים ונוסחאות. דרך אגב מצד אמו איז ער געווען א צאנזער איינקיל, די וועלט זאגט אז רבי זושא'לע הנ"ל האט שטארק אויסגעקוקט וואו קרובו הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זי"ע. זיין מאמע הרבנית רעכעל דבורה בת הרה"ק רבי ישיעל'ה טעשחויבער חתן הרה"ק רבי יחיאל מקרילאוויץ חתן הרה"ק רבי ישיעל'ע בעלזער זי"ע. רבי זושאל'א הנ"ל איז געווען זייער א באהלטענער איד ,פלעגט מען זאגען אויף עם ,אז פון זיינער קינדער קען מען זען זיין גראסקייט. סאיז זייער אינטערסאנט אז רבי זושאל'א הנ"ל האט געדאווענט מיט די ליטווישע הברה. פארציילט מיר א חבר ,ער איז געווען דא און בארא פארק מיט יארן צוריק געפירט טיש , און די עולם האט עס אונגעקוקט זייער אינטערסאנט, נישט געהאט געזען אזא זאך ,אז א רבי מיט ווייסע זאקען און סטראקעס זאל רעדען מיט דו ליטווישע הבהרה.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:26 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אין די געגענד פון טשארנאביל און הארנסטייפאליע האט מען אזוי גערעדט.

דער בעלזער רב ז"ל ווען ער פלעגט נאכזאגן מאמרים פון ר' אהרן טשארנאבילער פלעגט ער עס אויכעט נאכזאגן מיט די א.ג. ליטווישע הברה
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

בן בוזי האט געשריבן:אין די געגענד פון טשארנאביל און הארנסטייפאליע האט מען אזוי גערעדט.

דער בעלזער רב ז"ל ווען ער פלעגט נאכזאגן מאמרים פון ר' אהרן טשארנאבילער פלעגט ער עס אויכעט נאכזאגן מיט די א.ג. ליטווישע הברה

איך האב גערעדט מיט א טשערנאבילער חסיד ,א גרויסער ידען,זאגט ער מיר אז רבי זושאלא טשערנאבילער האט גערעדט די ליטווישע הברה ווייל ער האט געהאט א מלמד א ליובאוויטשער חסיד און די שטאט מאזור און רוסלאנד. און איך לייג צו מיין השערה .ווייל אויב און טשערנאביל וואלט מען געדאווענט און א ליטווישע הבהרה וואלט הרה"ק רבי יעקב יוסף מסקווירא אויכעט געדאווענט מיט די הבהרה.וואו סאיז באקאנט א יעדער מנהג אבות איז געוווען ביי עם קודש קדשים, און געהאט מסירות נפש ממש פאר א קוצו של יוד פון מנהגי אבות,און ער וואלט זיך נישט אוועק געריקט כמלא נימא פון דעם.און אז ער האט נישט געדאווענט מיט די הבהרה מיינט אס זייער זייער אסאך. דרך אגב רבי זושע'לס אייגינע קינדער, בניו האדמו"רים שליט"א דאווענט קיינער נישט מיט די ליטווישע הבהרה.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג אוגוסט 27, 2013 7:44 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

ר' איציקעל סקווערער ווען עהר איז געקומען וואינען קיין סקווער . האט געטוישט זיין אייגענע הברה כידוע .
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

רבבה האט געשריבן:ר' איציקעל סקווערער ווען עהר איז געקומען וואינען קיין סקווער . האט געטוישט זיין אייגענע הברה כידוע .

איך האב גערעדט מיט בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א,מבארא פארק. האט ער מיר געזאגט אז רבי זושע'לס עלטערע ברידער רבי יעקב ז"ל פלעגט צו זאגען אז ער געדענקט זיין אינגערע ברודער הנ"ל ביי די פינף יאר און העכער האט ער אלס גערעדט אז ער וויל נאר לערענען און דאווענען ,ביי די עלעף יאר האט רבי זושע'לא געזאגט צו זיין טאטע הרה"ק רבי חיים יצחק מלויעוו הי"ד אז ער פילט ער מיז גיין גולה זיין צו א מקום תורה און מהעט עם געשיקט ווייט טיף און רוסלאנד און מחתרת, און געלערנט תורה מיט מסירת נפש מיט א לויבאוויטשער חסיד. רוסלאנד איז דעמאלטס געווען אונטער די קאמאניסטען ימ"ש.און אויב מהאט דעמאלטס געכאפט איינעם לערנען תורה איז געווע אחת דתו להמית. און ער איז נאר א היים געקומען פאר די ימים טובים.זעט מען פון דא די געוואלדיגע מסירת נפש פון א עלעף יעריגע אינגעל פאר תורה .און יארען שפעטער האט ער זיך דריי יאר געווייקעט ביי זיין הייליגען זיידע הרה"ק רבי ישעי'לי מטעשחויב הי"ד און קראקא.און עם האט ער געהאלטען פאר מורו ורבו המבוהק ,וווען דעם זיידען הנ"ל האט געזען אז די עולם און קראקא האט נישט ליב זיין ליטווישע הבהרה, האט עם די זיידע די דריי יאר כסדר מכבד געווען מיט עליה מפטיר און שבת , די זיידע האט הנאה געהאט פון זיין ליטווישע הבהרה, און ער זאל נישט נתפעל ווערען פון די עולם ,ער זאל זיך האלטען ביי זיינעס. און יאר תרצ"ד איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און געלערענט און ירושלים,און ווען בעלזער רב איז אונגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער זיך מסתופף געווען בצילו וואו א חסיד, האט פארציילט הרב החסיד רבי לייביש מענדעלאוויטש ז"ל,אז פאר בעלזער רב איז אריינגעקומען צום טיש האט ער געהערט וואו בעלזער רב פרעגט די גבאי ,צו רבי זושעל'ע איז שוין דא ,און ווען די גבאי האט עם געזאגט אז יא ,האט ער געזאגט אז יעצט קען מין אריין גיין צום טיש. און בעלזער רב האט עם מוארעדיג שטארק מקרב געווען .דרך אגב זיין מאמע הרבנית הצדיקת רעכיל דבורה בת הרה"ק רבי ישיעלי'ע טשעחויבער האט גערעדט דו וואהלינער אוקריינער אידיש און נישט די גאליציאנער אידיש. ווייל איר מאמע איז ל"ע אוועק ביי די 24 יאר און זי האט זיך אויף געהאדעוועט ביי איר זיידע הרה"ק רבי יחיאל מקרילאוויץ, ( בן אחר בן פונעם אפטער רב זיע"א . און איידים ביי הרה"ק רבי יהושיעל'ע בעלזער,)און קרילאוויץ אוקריינע. און ווען רבי זושא'לא איז געזעצען שבעה נאך זיין שועסטער ,איז די בית ישראל פון גער מיטן קלויזענבורגער רב געזעסען דארטען און אויסגהערט איבער א גאנצע שעה פון רבי זושאל'א זיין לעבין היסטוריה , (מקען זיך פארשטעלען וואס א שעה צייט האט באדייט ביים גערער רבי זצ"ל).אינטערסאנט מערקט אן רבי זושעל'ס אייניקל הנ"ל ,אז הרה"ק רבי ישעיליה האט אלס געקרעכצ'עט וואס וועט זיין מיט זיינער אייניקלעך און רוסלאנד .איז אזוי ,די טאכטער און אייניקלעך פון רוסלאנד האבין זיך אלע געראטעווט .און אלע געבליבען שומרי תורה ומצוות, אבער נעבעך נעבעך אסאך פון רבי ישעיליע'ס קינדער און אייניקלעך און גאליציע זענען אומגעקומען אויף קידוש ה' הי"ד.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

איך האב נעכטען גערעדט מיט הרב שלמה שמואל טווערסקי בן אדמו"ר רבי יעקב ישראל מטשערנאביל בארא פארק.זאגט ער מיר אז זיין טאטע האט גערעדט און געדאווענט מיט די ליטווישע הבהרה,און אפילו די נקודה חולם האט ער אויך געזאגט אויפן ליטווישע הבהרה ,און ער איז אהער געקומען קיין בארא פארק נאך פאר די מלחמה.דרך אגב זיין טאטע הרב שלמה שמואל בן רבי ברוך אשר בן הרה"ק רבי אהרן טשערנאבילער ,האט אויכעט געוואינט און בארא פארק ,סי האבען דא געוואינט אסאך טשערנאבילער חסידים און זיי האבען עם אהער גיברענגט, אויבער ער האט דא געלעבט אונגאנצען א פאר חדשים, און רבי שלמה הנ"ל האט מיר מוסיף געווען אז זיין טאטע די טשערנאבילער רבי האט נישט ארויס געטראטען גאנץ שבת אינדרויסען פון זיין הויז ווייל ער האט נישט געקענט צו קוקען די חילול שבת ל"ע וואס סהאט זיך דעמאלטס אפגעטהון ,נאר שבת בייטאג זיייער פרי איז ער געגאנגען און מקוה. און אלע אורחי פורחי וכל צרוע וזב האבן זיך געדרייט ביי עם און שטוב. געדענקט ער הנ"ל אז סאיז געווען סוכות און זיין טאטע האט געפירט טיש,איז געזעצען לעבן זיין טאטע א סופר שמוציג און געשטינקען כמו שכתוב.אינמיטען איז אונגעקומען אבעסערע מענטש האט עם די רבי געבעטען אז ער זאל ארויפקומען זיך זעצען לעבין עם ,אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט, ער האט עם אזוי געמוטשעט ביז די איד איז ארויפגעקומען,נאכען טיש האט עם די רבי געפרעגט פארוואס האט ער נישט געוואלט קומען ,זאגט ער ווייל סי שטונקט, האט עם די רבי געזאגט הער מיך אויס ווען ער וועט ארויפקומען אויף יענער וועלט,, וועט ער בעטין דארט אז ער וויל זיצען לעבען זיין הייליגע אבות וועט מען עם זאגען דו באלאנגסט נישט דארט,וועט ער צוריק ענטפערען אז אויף די וועלט איז ער אויכעט געזעצען לעבין מענטשען וואס ער האט נישט באלאנגט צו זיי.דרך אגב ווען איינער פון די ביגעלאייזן ברודערס פון די ספרים סטאר,זענען געבוירען געווארן האט בעלזער רב געהייסן זיין טאטע רבי יקיר מכבד זיין טשערנאבילער רבי מיט סנדקאות,און כך הוה. בעלזער רב האט עם געקענט ווייל ער איז געווען א ערשעטע קרוב מיט עם.זייערע מאמעס זענען געווען שוועסטערס ,טעכטער פון רבי זושע'לע בן הרב הקדוש רבי אהרן טשערנאבילער זי"ע. הרה"ק רבי ישכר בער מבעלזא מיט רבי שלמה שמואל הנ"ל מטשערנאביל זענען געווען שוואגערס.זאגט מיר רבי שלמה הנ"ל אז ווען ער פלעגט קומען קיין סקווירא ,האט עם די סקווירא רעבצין הרבנית טריינע אשת הרה"ק רבי יעקב יוסף,אויסטרעליש מכבד געווען אלס איר בעלזער קרוב,וויל איר מאמעס מאמע מיט זיין טאטעס מאמע זענען געווען שוועסטערס. איר טאטע הרה"ק ר פיניעלע מאוסטילע הי"ד,איז געווען א איידים ביי הרה"ק רבי ישכר דב מבעלזא.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך בין דער קרבן איך בין דער עדות פון אהרן טווערסקי

משיחן אנטקעגן פון אברהם אליעזר טווערסקי

בני האדמו"ר ר' ברוך בנציון מלויעב זצ"ל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

פון די בראזיליאנע אימיגראנטן רעקארדס האב איך אפגעפונען אן אימיגראציע קארטל פון רבי זושא'לע טשארנאבילער, פון יארע 1956. עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן וואס עס זענען געווען די מאטיוון פון דער רייזע, צו האט ער געוואלט אפגעפונען די ארטיגע אוקראינער אידן?
אטעטשמענטס
reb zishele.JPG
reb zishele.JPG (21.23 KiB) געזען 4930 מאל
record-image (4).jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”