שושלת הוסיאטין לבית ריזשין

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

צו אלע וואס פרעיגן:
דער ר' מרדכי שרגא וואס מרעדט דו פון איהם, דארט און הצופה זיי האט א טעות און דאס מעיינט א אייניקיל פון כ"ק אדמו"ר ר' יעקב פרידמן בעל ה"אהלי יעקב" פון הוסיאטין זיע"א - בן בתו הרבנית הצדקת מרת נחמה גיטל מרים באומינגער ע"ה - מוה"ר ר' מרדכי שרגא באומינגער זצ"ל.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

בן בוזי האט געשריבן:נא נא, כ'העל נאכקוקן
בן בוזי האט געשריבן:
ר' יצחק האט קיינמאל נישט חתונה געהאט עס איז געווען א שטיקל ויכוח דערוועגן צווישן די הושאטינער זיידע און זיין פאטער, גענוי וואס דער סיבה דערצו איז ווייס איך נישט אבער עס דארף זיין דערוועגן א תשובה אין אמרי יושר פון הגאון ר' מאיר אריק

שרייבט ר' SCY
איז דא אפשר א מראה מקום?

איך האב דאס געהערט שוין לאנג צוריק פון צוויי חסידישע אידן וואס האבן גערעדט צווישן זיך דערוועגן, איך האב געזוכט אין אמרי יושר אבער איך האב נישט געקענט צופאסן עפעס וואס זאל האבן שייכות, ועוד חזון למועד איך וועל זיך נאכפרעגן

כבוד ידידי בן ביזי שי'
מיר ווארטן נאך (מיט געדילד.....?) אויף אייער בירור
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כבוד ר' יעקל דמן פוקס, ברוך שובך!
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

בן בוזי האט געשריבן:איך ווייס נישט דערפון, אבער כך קבלתי מרבותי, און בדרך אגב האב איך לעצטע וואך מעיין געווען אין נר ישראל חלק י' און ער שרייבט נישט בכלל אז ער איז ערגעצוואו געווען אן איידעם, און ער דערמאנט נישט קיין קינדער, סאָ, זיי בעסער מעיין און ביטע ברענג א מקור צו וואס דו זאגסט, א דאנק


ב''ה
להרה''ק עטרת תפארת ישראל יחיד בדורו מהאסיאטין נבג''מ
היו ב' בנות א)אשת הרה''צ ר'יעקב בן הזקונים של האדמו''הז מבאהאש ב)אשת הרה''ק ר' מנחם נחום בן
אחיו הרה''ק ר' שלום יוסף זצ''ל שנפטר בחיי אביו אחי הרה''ק הגה''ג ר' משהניו מבאיאן -קראקא .
לא' היו בן ובת הבן הרה''צ ר' יצחק בעל שיח יצחק [שאגב ספר נפלא ] ובת אשת ר' יעקב יושע באמינגער
מקראקא ולהם בן בשם מרדכי שרגא חתן ר' שלום יוסף העשיל בן האדמו''ר ר' יצחק מאיר מקאפיטשניץ
וחתן הרה''ק הרה''ג ר' ברוך דוד זצ''ל מקלינקאוויץ בן הרה''ק ר' מ''ד מהאראנסטייפעל .ולהם בת .
ל ב' לא היו בנים או בנות וזוגתו נפטרה בווינא בחיי אבי' והוא עבר ללעמבערג גליצי' ובאופן בלתי רשמי
הנהיג את עדת חסידי האסיאטין אחרי שחותנו עלה לארה''ק והגיע לשם בחמשה עשר בשב''ט תרצ''ז
כ''ק האדמו''ר בעל כנסת מרדכי מסאדיגורא-פשעמיש אימו היתה בת הרה''צ ר' שלום יוסף זצ''ל בן
האדמוה''ז מהאסיאטין וחתן הרה''צ ר' אפרים מרגליות אב''ד מאטשעוו חתן הטריסקער מגיד נבג''מ
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

הוסיאטין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

העתקתי ממק"א מכותב אלמוני:

הוסיאטין"

ראיתי היום ספר חדש של ר' מאיר גרוזמן על אדמור"י הוסיאטין זיע"א, ספר מרשים מאוד, והרהרתי על חצר קדושה זו, ורצוני לחלוק את הרהורי כאן.

כידוע, בנו החמישי של הרה"ק מרוז'ין שלפי עדותו של הרה"ק מרוז'ין הוא כנגד סדר קדשים, היה הרה"ק רבי מרדכי שרגא מהוסיאטין זיע"א.
בחצרו הסתופפו גאוני גאליציא, כדוגמת בעל בית יצחק המהרש"ם מבערז'אן הכוכב מיעקב מהרמילוב ובניו הגאונים הקדושים ועוד, שחלקם נסעו גם במקביל לחצר טשורטקוב.
הגדרה מעניינת בנוגע לחצר טשורטקוב נשמעה פעם מפי האדמו"ר רבי שמואל מסלונים זצ"ל (בעל הדברי שמואל) שהיה נוסע לטשורטקוב בהיתו אדמו"ר (ליטאי!). כשראה פעם באחד מנסיעותיו הרבה אברכים שהגיעו לטשורטקוב, אמר, כי האדמו"ר מטשוטקוב הוא רבי לרביים, ולאינגלייט אין מה לחפש שם.
[אגב, דבר מעניין לציין, היום ביומא דהילולא קדישא של מרן הדברי חיים מצאנז זיעוכי"א, שכידוע ניהל מערכה על בני הרה"ק מרוז'ין זיע"א, ומכל מקום רוב גאוני גאליציא דווקא נסעו לחצרות רוז'ין, שם לא ראו את חכמת התורה בגלוי, ולא לצאנז שנודע כשר התורה בדורו מעבר לקדושתו.
אציין גם דבר כואב מאוד שכותב גאון הגאונים בשו"ת בית יצחק בהקדמתו, שהמחלוקת הזו שכל הרחוב עסק בה, גרמה לחדירת ההשכלה במגיפה נוראה בכל גאליציא, וזו עדות מכלי ראשון של גאון דורו, דברים נוראים ונוקבים שכתובים שם ומסמרי שיער.
בהקשר למחלוקת זו אציין עובדה ידועה שמספרים בכמה גירסאות, האדמו"ר מהר"ש מבאבוב (השני) זצ"ל, התיידד לאחר השואה בידידות מופלאה עם האדמו"ר רבי יצחק מבוהוש (השני) זצ"ל בבוקארסט, ידידות שהמשיכה כל השנים לאחר מכן.
פעם נשאל האדמו"ר מבאבוב על ידידות זו, כיצד היא מתאימה לאור המחלוקת של צאנז וריז'ין. נענה האדמו"ר מבאבוב בסיפור מעשה: היה היו שני גבירים בעיירה, האחד מהם היה אוכל כל ימיו רק סעודות בשריות מכל מיני הבשרים, וחבירו לעומת זאת היה אוכל רק סעודות חלביות כשכל יום גבינות חדשות עלו על שולחנו. כמובן, שלאור זאת לא דרכו כפות רגליהם של זה בביתו של זה, הוא מילכיגער, וחבירו פליישיגער.
ויהי היום, ונתהפך עליהם הגלגל וירדו מנכסיהם, ולא נשארה להם כי אם פת קיבר במים דלוחים. אך הם החזיקו בקפידתם שלא לדרוך האחד אצל רעהו, הוא מילכיגער והוא פליישיגער....]

האחד והמיוחד בנכדי הרה"ק מרוז'ין היה הרה"ק רבי ישראל מהוסיאטין, בנו של רבי מרדכי פייוויש זיע"א. כל חכמי וצדיקי דורו רעדו להיכנס אליו, ונרעדו לשמע שמו הטהור.
הוא נודע במיוחד בדביקותו העצומה, כשרוב היום היה שקוע בשרעפי קודש, ולא שמע ולא ראה כלום מכל המתרחש סביבו. גם כשהיה הולך ברחוב עם עינים פקוחות, הוא לא ידע מכל הנעשה מסביב. פעם הלך ברחובות תל אביב וממש לידו אירעה תאונה קשה, והוא אפילו לא הסיט ראשו לרגע קל, הוא פשוט לא שמע מאומה. גם כשהפגיזו את תל אביב במלחמת העמאות ופגזים נפלו בסמיכות לביתו, הוא לא שמע כלום, ולא ראו עליו אפילו זיע קל. פעם אחרת אף עמד שעה ארוכה ממול חלון ראוה באחת מחנויות תל אביב עם עינים פקוחות, בלא לראות מאומה.
ידוע גם, שהוא והרה"ק רבי שלומקה זוילער עצרו את רומל בשערי ארץ ישראל בתפילה על יד קברו של האור החיים הקדוש.
הרה"ק מהר"א מבעלזא, התבטל לפניו בביטול גמור. אחד מהדברים שהרה"ק מבעלזא הקפיד, שלא לשבת על כסא מרופד, מחשש שעטנז. אך כשהגיע לביקור אצל הרה"ק מהוסיאטין והגישו לו כסא מרופד, הוא התיישב על זה ללא אומר ודברים. כשיצא אמר, אצל רבי לא שואלים שאלות ולא מתנהגים שונה. כמו כן עוד רבים מצדיקי דורו נסעו אליו והזכירו את שמו בסילודין.


הוא היה הנכד האחרון של הרה"ק מרוזי'ן שהיה בעולם. הוא נפטר בתש"ט.

אני קיבלתי מאחד מרבותי, ת"ח וחסיד נכבד במעלה, דברים נשגבים על גדלותו של ההוסיאטינער, שהוא קיבל מזקני צדיקי אותו דור, וגם שמע עליו דברים נוראים מהרה"ק הרמ"מ מלעלוב שהיה מדבר עליו באופן מיוחד. הנ"ל מקפיד מידי ערב ראש חודש אלול ליסוע לטבריה להשתטח על ציונו הטהור.
זיעוכי"א.
להוסיאטינער היה רק בת יחידה (אולי היו עוד, אך זה מה שנותר) שהיתה נשואה להרה"ק רבי יעקב פרידמאן, אף הוא נין של הרה"ק מרוזי'ן בן הרה"ק הפחד יצחק מבוהוש בן הרה"ק רבי שלום יוסף בנו הגדול של הרה"ק מרוז'ין.
הוא נודע בכך שהיה מתמיד עצום, ולא יצא מחדרו- שהיה בביתו של חותנו הקדוש- כל היום, בהיותו ספון על התורה ועל העבודה.
הוא מילא את מקום חותנו, ואינני יודע עובדות עליו כלל, אינני יודע מי הם אלו שדבקו בו.
כשהוא נפטר, היה דבר מעניין שלא היה לו כמעט תקדים. את מקומו בקבלת קויטלאך מילאה אשתו, בתו של הרה"ק רבי ישראל מהוסיאטין, שהגבאי היה מעביר לה את הקויטלאך.
כשהיא נפטרה, החל בנו הרה"צ ר' יצחק לנהוג באדמורו"ת אך נפטר תקופה לא ארוכה לאחר מכן בשנת תשכ"ח.
וכאן מגיע הסיפור העצוב מכל.
לרה"צ ר' יצחק היו ילדים, אני לא יודע כמה, אבל לא היה אחד מהם שיכל להמשיך את בית הוסיאטין, הם כולם פרקו עול רח"ל.
היתה לו בת שנישאה לתימני פורק עול, וכשההורים באו לסגור את השידוך, החל המחותן כמנהג רוז'ין לספר את ייחוסו, והמחותן התימני אמר לו, שלא ברור לו כלל שהאשכנזים הם אכן יוהדים אוטנטים...
אפילו הירושה לא עניינה אותם, וכל חפצי הקודש של חצר הוסיאטין עברו לכמה חסידים ישישים, ששמרו עליהם, אבל הילדים ברוב המקרים כבר לא היו חסידים גדולים. אני יודע למשל על הטלית עם העטרה של ההוסיאטינער שנמצא בבני ברק אצל משפחה ליטאית מובהקת, שלא יודעים להעריך נכונה את מה שיש להם.

הסיפור העגום והטראגי הזה, הוא רק באחת החצרות המפוארות לבית רוז'ין, שהיו עשרות כאלו, שרובם היו ענקיים לפני השואה, והמוני חסידים דבקו בהם, ולא נותר כל זכר.
כנ"ל בטשורטקוב, שדווקא יש נכדים ראויים, אך לא מעוניינים להמשיך את העדה.
לרה"ק רבי אברהם יעקב מסאדיגורא, שהיה הממשיך האמיתי של חצר סודיגורא/רוזי'ן, והיה גם הוא נערץ ונקדש באראלי קודש, לא זכה להמשך אחריו. (חסידות סאדיגורא דהיום היא המשך של הרה"צ רבי מרדכי שלום יוסף מסאדיגורא-פשמישל, שרבי אברהם יעקב היה דודו).

חצר בויאן שבאורח מופלא במיוחד השתקמה ופרחה, על ידי כך ששמרו על נצר אחד שיגדל ראוי והגון לאותה איצטלא, אך אין זה בן אחר בן, הבנים האחרים לא בדיוק ממשיכים את הדרך.

בהדי כבשי דרחמנא למה לן, אבל עובדה מופלאה היא, ואולי כאן בחצרות החסידים מן הראוי להעלות זכרונות וקשרים לאותם שרפי מעלה וחצרותיהם הנשגבות. סיפורים ואמרות קודש של הקדושים אשר בארץ המה.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט איז דער הילולא קדישא פין הרה''ק המפו' רבי מרדכי שרגא פייביש פרידמאן מהוסיאטין זי''ע ועכי''א
וועל איך מיר פראבירן צו אראפ שרייבן בקיצור זיין תולדות הק' וויפיל איך ווייס, כדי להזכיר את זכרו הטהור

ואלה תולדות
ער איז געבוירן געווארן ביום כ' אייר שנת תקצ''ד צו זיין הייליגע פאטער דער הייליגע ריזינער זי''ע - ער איז געוועהן דער יונגסטער אין די זעקסטער קינד ביי די הייליגע טאטע - זיין טאטע האט איהם א נאמען געגעבן מרדכי נאך זיין עלטער פעטער הרה''ק רבי מרדכי מטשערנאביל זי''ע - וואס ער איז נאך געוועהן בחיים חיותו, אין דער הייליגע ריזינער האט געזאגט דערויף אז דער פעטער פין טשערנאביל איז שוין 14 יאהר נישט אויף די וועלט [מחמת רוב קדושתו.. אין אגב איז דער יא''צ פין רבי מרדכי טשערנאבילער ביום כ' אייר אין דער טאג וואס ער איז געבוירן געווארן אסאך יארן פריער] - אין שרגא פייביש נאך דער זיידע רבי שרגא פייביש מקרעמניץ זי''ע בעל משנת חכמים [דער שווער פין דער הייליגע מלאך רבי אברהם זי''ע בנו היחיד פין דער הייליגע מעזריטשער מגיד זי''ע], בשנת תר''י האט ער חתונה געהאט מיט בתו פין הגה''ח ר' דוד צבי קובלנסקי זצ''ל, אין פיר חדשים שפעטער בערך ביום ג' חשון תרי''א איז נפטר געווארן אביו הגדול זייערדיג גאר יונג.

הנהגתו ברמה
תיכף נאך די פטירה האט ער געפירט צוזאמען מיט די ברידער'ס אין דער געגענט וואס הייסט פאטיק אבער האט זיך נישט לאנג דערנאך זיך אריבערגעצויגן צו א שטעטל וואס הייסט 'מיקלינץ', אין אנגעהויבן פירן א עדה הקדושה שפעטער האט זיך אריבער געצויגן צו דער שטאט 'סטריסוב', אין נישט לאנג דערנאך איז ער אנגעקומען על המנוחה ועל הנחלה אין האט זיך באזעצט אין דער שטאט 'הוסיאטין' וואס דארט האט ער אנגעפירט מיט זייער א גרויסע הויף, ווען טויזענטער יודן זענען געפארן צו איהם, זיך אנשעפן עמערס פין קדושה וטהרה אין יר''ש, רבנים וצדיקים חסידים ואנשי מעשה זענען געפארן צו איהם אין די מאסן, אין אגב ער האט כמעט גארנישט געזאגט ביים טיש נאר געוועהן שטיל א גאנצע טיש אין געזיצן פארדביקות... [אזוי אויך איז געוועהן ביי בנו הגדול ומ''מ הרה''ק רבי ישראל זי''ע] אזוי האט געפירט ביד רמה ביז צו זיין יום פטירתו כ''ב אייר ל''ו לעומר שנת תרנ''ד ומנו''כ בעיר הוסיאטין.

ואלו בניו הק' כיוצא בהם הקדושים המה בארץ:
א) בנו הגדול מ''מ הרה''ק רבי ישראל מהוסיאטין זי''ע
ב) בנו הרה''צ ר' שלו' יוסף זצ''ל וואס איז ליידער נסתלק געווארן נאך בחיים חיותו פין זיין הייליגע פאטער בערך בשנת תרל''ה, פין איהם איז געבליבן דריי קינדער 1] בתו הרבנית אשת הרה''ק רבי אהרן מסאדיגורא זצ''ל, 2] הרה'''ק רבי מנחם נחום מהוסיאטין לעמבערג הי''ד [חתן דודו הגדול רבי ישראל מהוסיאטין זי''ע], 3] הרה''ק רבי משה'לע מביאן קראקא זצ''ל הי''ד.
ג) חתנו הרה''ק רבי יצחק מאיר העשל מקאפיטשניץ זצ''ל
ד) חתנו הרה''ק רבי מנחם נחום מביאן טשערנארוויץ זצ''ל

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט נאכט איז דער הילולא קדישא פין הרה''ק המפו' רבי מרדכי שרגא פייביש פרידמאן מהוסיאטין זי''ע ועכי''א
וועל איך מיר פראבירן צו אראפ שרייבן בקיצור זיין תולדות הק' וויפיל איך ווייס, כדי להזכיר את זכרו הטהור

ואלה תולדות
ער איז געבוירן געווארן ביום כ' אייר שנת תקצ''ד צו זיין הייליגע פאטער דער הייליגע ריזינער זי''ע - ער איז געוועהן דער יונגסטער אין די זעקסטער קינד ביי די הייליגע טאטע - זיין טאטע האט איהם א נאמען געגעבן מרדכי נאך זיין עלטער פעטער הרה''ק רבי מרדכי מטשערנאביל זי''ע - וואס ער איז נאך געוועהן בחיים חיותו, אין דער הייליגע ריזינער האט געזאגט דערויף אז דער פעטער פין טשערנאביל איז שוין 14 יאהר נישט אויף די וועלט [מחמת רוב קדושתו.. אין אגב איז דער יא''צ פין רבי מרדכי טשערנאבילער ביום כ' אייר אין דער טאג וואס ער איז געבוירן געווארן אסאך יארן פריער] - אין שרגא פייביש נאך דער זיידע רבי שרגא פייביש מקרעמניץ זי''ע בעל משנת חכמים [דער שווער פין דער הייליגע מלאך רבי אברהם זי''ע בנו היחיד פין דער הייליגע מעזריטשער מגיד זי''ע], בשנת תר''י האט ער חתונה געהאט מיט בתו פין הגה''ח ר' דוד צבי קובלנסקי זצ''ל, אין פיר חדשים שפעטער בערך ביום ג' חשון תרי''א איז נפטר געווארן אביו הגדול זייערדיג גאר יונג.

בדרך אגב: הגה"ח ר' דוד צבי קאביליאנסקי איז געווען אן איידעם ביי הרה"ג רבי משה אפרתי ר"י בארדיטשוב - באטאשאן דער שווער פונעם רוזינער, קומט אויס בעצם אז דער הוסיאטינער איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער (זיין מאמע'ס שוועסטער).
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט נאכט איז דער הילולא קדישא פין הרה''ק המפו' רבי מרדכי שרגא פייביש פרידמאן מהוסיאטין זי''ע ועכי''א
וועל איך מיר פראבירן צו אראפ שרייבן בקיצור זיין תולדות הק' וויפיל איך ווייס, כדי להזכיר את זכרו הטהור



ואלו בניו הק' כיוצא בהם הקדושים המה בארץ:
א) בנו הגדול מ''מ הרה''ק רבי ישראל מהוסיאטין זי''ע
ב) בנו הרה''צ ר' שלו' יוסף זצ''ל וואס איז ליידער נסתלק געווארן נאך בחיים חיותו פין זיין הייליגע פאטער בערך בשנת תרל''ה, פין איהם איז געבליבן דריי קינדער 1] בתו הרבנית אשת הרה''ק רבי אהרן מסאדיגורא זצ''ל, 2] הרה'''ק רבי מנחם נחום מהוסיאטין לעמבערג הי''ד [חתן דודו הגדול רבי ישראל מהוסיאטין זי''ע], 3] הרה''ק רבי משה'לע מביאן קראקא זצ''ל הי''ד.
ג) חתנו הרה''ק רבי יצחק מאיר העשל מקאפיטשניץ זצ''ל
ד) חתנו הרה''ק רבי מנחם נחום מביאן טשערנארוויץ זצ''ל

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל


חתן דודו הרה"ק מבאיאן טשערנוביץ
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

המנורה של רבי מרדכי שרגא פייבוש
אטעטשמענטס
מנורה.jpg
מנורה.jpg (12.98 KiB) געזען 3930 מאל
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

ציונו הק'
אטעטשמענטס
ציונו הק'.bmp
ציונו הק'.bmp (245.3 KiB) געזען 3925 מאל
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

חדש: אלבום ראיתי צדיק - הוסיאטין
CrDsoOjVMAELkxu.jpg
CrDsoOFVMAAi_RC.jpg
קורפירשט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קורפירשט »

לכבוד די יו"ד פונעם הייליגן זיסן רבי'ן ר' ישראל פון הוסיאטין זיעוכ"י, וואס איז געווען נעכטען.

דער הייליגער הוסיאטין'ער איז געבוירען געווארן ט"ז כסליו תרי"ח, צו זיין הייליגן פאטער הרה"ק ר' מרדכי שרגא פייביש זיעוכ"י, דער יונגסטער זון פונען הייליגן רוזינ'ער, און הייסט נאכן הייליגן זיידן.

זיין קדושה איז געווען גאר גרויס, און שוין אלץ קינד פון דריי יאר האט מען דאס שוין געקענט זען. מ'פארציילט א מעשה, אז עס אמאל געווען א גוי פין הוסיאטין וואס איז געווען זייער נייגעריג צו זען ווי עס קוקט אויס דעם רבי'נס הויף און דער קלויז פון אינעווייניג. האט ער זיך געשאפט א קאפעליטש מיט א רעקל, זיך פארשטעלט אידישלעך, און אריין אינעווייניג. אזוי ווי דער דריי יעריגער ישראל'יקעל האט אים נאר באמערקט, האט ער זיך גענומען שרייען, "גוי גוי"!

ווען ער איז אלט געווארן דרייצען יאר האט אים זיין הייליגער פאטער מחנך געווען צו מצות תפילין. פאר ער האט אים אנגעטאן די תפילין ס'ערשטע מאל האט ער אים פארציילט די פאלגענדע מעשה.

ביים הייליגן זיסן מגיד פון מעזריטש זענען אמאל געקומען א קבוצה חסידים וואס האבן געוואוינט א שטיק מהלך פון מעזריטש. בין הדברים האבן זיי זיך אפגערעדט צום מגיד, אז היות זיי וואוינען אזוי ווייט מאכט זיך דא דארט אז זיי דארפן זיך שואל עצה זיין מיט'ן רבי'ן אבער קענען נישט צוקומען צוליב'ן מרחק רב. האט זיי דער הייליגער מגיד אהינגעגעבן זיינס א בעקעטשע, מיט א גארטל, מיט א שטעקן אין געזאגט אז מ'זאל אפירזוכן א איד מענדל פון די שטאט וויטעבסק, און אים אהינגעבן די חפיצים, און כמובן זיך מיט אים דערנאך שואל עצה זיין.

די חסידים פרעגן נישט קיין קשיות, גענומען און געפארן, איי, כמה מענדל'ס איכא ב'וויטעבסק, וועט מען זיך שוין דעמאלטס זארגן. ס'ערשטע מענדל וואס מ'האט אנגעטראפן אין שטאט האט מען אהינגעגעבן די חפצי קודש, און ווי נאר ער האט דאס אנגעטאן, האט דאס פנים זיינער אנגעהויבען צו לייכטען מיט אן אויסטרעלישער קדושה וטהרה אויפ'ן גאנצען ארום, אז די חסידים זענען געשטאנען מיט צויבער צוגענאגלט צום פלאץ. זיי האבן תיכף אים'ן מקבל געווען אלץ מנהיג, און ער איז דערנאך באקאנט געווארן אלץ דער הייליגער זיסער רבי ר' מענדל פון וויטעבסק זיעוכ"י.

האט דער הייליגער זיסער רבי ר' מרדכי שרגא פארענדיגט פאר זיין זון, ווען א איד טוט אן די הייליגע תפילין, פארוואנדעלט עס דעם מענטש פאר איין שטיק קדושה ביז דאס שיינט ארויס פונעם מענטש. און מיט דעם האט ער אים אנגעטאן די תפילין.

ווען ער איז אלט געווארן פערצען יאר האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית נחמה גיטל בת הרה"ק ר' אבי עזרא זעליג שפירא מ'מאגלניצא, בן הרה"ק השרף מ'מאגלניצא, וחתן הרה"ק ר' אברהם יעקב מ'סדיגורה, א פעטער פונעם חתן, ר' ישראל.

נאך די חתונה איז ער צוריק געפארן לערנען ביים טאטע'ן. די טאטע האט מיט אים געפילעוועט, אז יעדעס ווארט און יעדער ריר מיז מען קודם גוט שוקל זיין און אפמעסטן צו עס איז כולו אמת, און גיט ח"ו נישט אפ קיין פאלשער אויסדריק. איינמאל, באזיכענדיג ביי זיין פעטער, דער הייליגער זיסער רבי ר' דוד משה פון טשארטקאב, האט דער טשארטקאב'ער א זאג געטון פאר זיין זון, הרה"ק ר' ישראל, "זעסט מיין קינד, דאס איז אמת!"

טיפיש פון זיין געוואלדיגער מדת אמת, האט ער קיינמאל נישט געגעסן מיט קיין "סילבער פלעיטעד" עסצייג, אדער ריין זילבער אדער פשוט'ע אייזערנע עסצייג. די געדאנק פון "סילבער פלעיטעד", האט ער געהאלטן, איז נישט תוכו כברו!

איינמאל האט א סטאלער איבערגעמאכט זיינס א קאוטש פון שטוב, יענער האט איבערגעלייגט פרישע לעדער און מודיע געווען פאר'ן רבי'ן אז נאר די אויבערשטער חלק האט ער איבערגעמאכט, די לעדער אונטערען בענקל האט ער נישט געטוישט ווייל מ'זעט עס מילא נישט און ס'איז ביליגער אזוי. האט ער געבעטן ביים סטאלער זאל דאס אויך איבערמאכן מיט נייע לעדער, זאגענדיג דערביי, "ביי אונז, וואס מ'זעט און וואס מ'זעט נישט איז די זעלבע!"

ווען די רבי האט דאס ערשטע מאל געפירט טיש, האט ער פאר'ן עסן אויסגעטאן דאס גארטל, און צוטירט די גמרא מסכת שבת, מאימתי התחלת אכילה, משיתיר חגורה. האבן די חסידים געטייטשט אז די רבי מיינט צו זאגן, ווען מעג מען עסן? ווען מ'דארף שוין נישט קיין גארטל מפריד צו זיין בין חלק העליון וחלק התחתון של הגוף, נאר מ'איז שוין איין שטיק קדושה.

די טישן זענען על פי רוב געפירט געווארן מיט'ן גאנצען שטילקייט, אחוץ די שבת'דיגע ניגונים, האט די רבי נישט גערעדט אדער אפילו געזאגט תורה.

די חסידים פלעגן זאגן אז און הוסיאטין דינט מען דעם אויבערשטען מיט שטילקייט/שווייגן. ווען א מענטש רעדט נישט, קענען זיינע פנימיות'דיגע מחשבות ארויפשווימען, און ער קען זיך אפשאצן אין וועלכער מצב און אין וואספארא מדריגה ער האלט אין עבודת ה'. דאס אפוועזנהייט פון א מעשה חיצונית העלפט דעם מענטש זען באמת ווער ער איז.

להבדיל בין טול"ט, די גוים פלעגן זאגן א ווערטל, אז קיין הוסיאטין קומען חסידים הערן דעם רבי'ן וואס רעדט נישט.

די רבי איז געווען שטארק באקאנט ביי די גוי"אישע באפעלקערונג אויך. א געוויסע רייכער פריץ, "קאונט גלאחאבסקי", וואס האט געוואוינט אין געגנט פון הוסיאטין פלעגט אסאך קומען זיך דורכשמועסן מיט'ן רבי'ן, און אלץ הכרת הטוב האט ער איינמאל איינגעליידענט דעם רבי'ן צו זיך אין פאלאץ כדי אים צו באווייזן זיין טייערסטער חפץ וואס ער פארמאגט. די רבי האט אים צוליב געטון און געקומען צו פארן. דער פריץ האט געזעצט דעם רבי'ן און אויפנאמס זאל און געהייסן דעם רבי'ן אונטערווארטן ווילאנג ער גייט עפענען דעם "סעיף" און ברענגען דעם חפץ. אבער אויף צו להכעיס, דער סעיף עפענט זיך נישט, פרובירט אהער פרובירט אהין, עס גייט נישט! נאך א שטיק צייט קומט ער צוריק צום רבי'ן, די פנים נעבעך רויט פאר גרויס בושה, אז ס'האט זיך נאך קיינמאל נישט געמאכט ביז היינט, אבער ער קען דעם סעיף נישט עפענען.

א צייט שפעטער האט מען זיך דערוויסט, אז דער פריץ האט געוואלט באווייזן פאר'ן רבי'ן אן אנטיק גאלדענע קרייץ וואס ער האט באקומען במתנה פונעם פויבסט. האט מען שוין פארשטאנען אז מן השמים האט מען געהיטן דעם רבי'ן.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן

ס'איז דא נאך אסאך צו פארציילן, אויב איז דא אן עולם וואס זענען אונטרעסירט.


Credit: The Golden Dynasty
דאס פינטאלע
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 5:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאס פינטאלע »

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:העתקתי ממק"א מכותב אלמוני:
וכאן מגיע הסיפור העצוב מכל.
לרה"צ ר' יצחק היו ילדים, אני לא יודע כמה, אבל לא היה אחד מהם שיכל להמשיך את בית הוסיאטין, הם כולם פרקו עול רח"ל.
היתה לו בת שנישאה לתימני פורק עול, וכשההורים באו לסגור את השידוך, החל המחותן כמנהג רוז'ין לספר את ייחוסו, והמחותן התימני אמר לו, שלא ברור לו כלל שהאשכנזים הם אכן יוהדים אוטנטים...
אפילו הירושה לא עניינה אותם, וכל חפצי הקודש של חצר הוסיאטין עברו לכמה חסידים ישישים, ששמרו עליהם, אבל הילדים ברוב המקרים כבר לא היו חסידים גדולים. אני יודע למשל על הטלית עם העטרה של ההוסיאטינער שנמצא בבני ברק אצל משפחה ליטאית מובהקת, שלא יודעים להעריך נכונה את מה שיש להם.

הסיפור העגום והטראגי הזה, הוא רק באחת החצרות המפוארות לבית רוז'ין, שהיו עשרות כאלו, שרובם היו ענקיים לפני השואה, והמוני חסידים דבקו בהם, ולא נותר כל זכר.
כנ"ל בטשורטקוב, שדווקא יש נכדים ראויים, אך לא מעוניינים להמשיך את העדה.


איך האב במקרה גיזען דאס שטיקאלע, און איך מוז שרייבען, אז מיט די גרויסע טרערען איבער די שרעקליכע מעשה, אהב איך גיפלאצט מיט א גלעכטער..
דער בע"ד שרייבט אז רבי יצחק האט גיהט קינדער פורקי עול וכו' וכ'ו כיד הדמיון.
אובער גיי דערצלען אז הרה"ק ר' יצחק האט קינאיינמאל נישט חתונה גיהאט, עהר איז גיווען א בחור עד יום פטירתו כידוע...
און פארשטייס זיך אז עהר האט נישט גיעהאט קינדער, זיכער נישט פורקי עול, און זיכער נישט תימנים...
און שפעטער די מעשה מיט די ירושה...
די גאנצע ירושה איז גיגענגן צו הרב בוימנגער חתן האהלי יעקב און עהר האט אלעס פארקויפט וויל קינדער האט עהר נישט גיהאט...
אובער די מעשה איז א מעשה, און עס וועט ממשיך זיין צו זיך באקן מעתה ועד עולם...
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4634
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

דיא מעשה איז זייער א שיינע מעשה אבער וואס קען מען טאהן אז רבי יצחק האט קיינמאהל נישט חתונה געהאט (געווען ל"ע נישט געזונט) און קיין קינדער נישט געהאט.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

דאס פינטאלע האט געשריבן:און שפעטער די מעשה מיט די ירושה...
די גאנצע ירושה איז גיגענגן צו הרב בוימנגער חתן האהלי יעקב און עהר האט אלעס פארקויפט וויל קינדער האט עהר נישט גיהאט...

הא? אויף רבי יצחק האסטו דורכגעטוהן אויב האט ער געהאט קינדער און אויף רבי יעקב בוימינגער זעהט אויס אז דו האסט סתם געשאסן.

לידיעתך: רבי יעקב יהושע העשיל בוימינגער חתן ה'אהלי יעקב' מהוסיאטין האט געהאט א בן יחיד מיטן נאמען מרדכי שרגא בוימינגער (נישט קיין חסיד'ישער אבער א פרומער).
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4634
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

ער מיינט מסתם רבי מרדכי שרגא בוימינגער ווייל ער האט נישט געהאט קינדער
יוסף משה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף משה »

ס'איז דא אייניקלעך דורך א טאכטער פון הרב בוימינגער.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

א חסיד האט געשריבן:ער מיינט מסתם רבי מרדכי שרגא בוימינגער ווייל ער האט נישט געהאט קינדער

גראדע האסטו אויך א טעות! ער האט לכה"פ איין זוהן, און ער לעבט נאך, ער הייסט דוד יעקב בוימינגער פון תל אביב - יפו (כ'בין נישט זיכער ווי פרום, אבער דאך א קינד).
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט נאכט איז דער הילולא קדישא פין הרה''ק המפו' רבי מרדכי שרגא פייביש פרידמאן מהוסיאטין זי''ע ועכי''א
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט נאכט איז דער הילולא קדישא פין הרה''ק המפו' רבי מרדכי שרגא פייביש פרידמאן מהוסיאטין זי''ע ועכי''א
וועל איך מיר פראבירן צו אראפ שרייבן בקיצור זיין תולדות הק' וויפיל איך ווייס, כדי להזכיר את זכרו הטהור

ואלה תולדות
ער איז געבוירן געווארן ביום כ' אייר שנת תקצ''ד צו זיין הייליגע פאטער דער הייליגע ריזינער זי''ע - ער איז געוועהן דער יונגסטער אין די זעקסטער קינד ביי די הייליגע טאטע - זיין טאטע האט איהם א נאמען געגעבן מרדכי נאך זיין עלטער פעטער הרה''ק רבי מרדכי מטשערנאביל זי''ע - וואס ער איז נאך געוועהן בחיים חיותו, אין דער הייליגע ריזינער האט געזאגט דערויף אז דער פעטער פין טשערנאביל איז שוין 14 יאהר נישט אויף די וועלט [מחמת רוב קדושתו.. אין אגב איז דער יא''צ פין רבי מרדכי טשערנאבילער ביום כ' אייר אין דער טאג וואס ער איז געבוירן געווארן 3 יאר פריער] - אין שרגא פייביש נאך דער זיידע רבי שרגא פייביש מקרעמניץ זי''ע בעל משנת חכמים [דער שווער פין דער הייליגע מלאך רבי אברהם זי''ע בנו היחיד פין דער הייליגע מעזריטשער מגיד זי''ע], בשנת תר''י האט ער חתונה געהאט מיט בתו פין הגה''ח ר' דוד צבי קובלנסקי זצ''ל, די חתונה האט געדארפט פארקומען נאך שבועות אבער מחמת פטירת הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן האט מען עס אפגעשטיפט אויף נאך ימי בין המצרים, אין ווייניגער ווי דריי חדשים שפעטער ביום ג' חשון תרי''א איז נפטר געווארן אביו הגדול זייענדיג גאר יונג.

הנהגתו ברמה
תיכף נאך די פטירה האט ער געפירט צוזאמען מיט די ברידער'ס אין דער געגענט וואס הייסט פאטיק אבער האט זיך נישט לאנג דערנאך זיך אריבערגעצויגן צו א שטעטל וואס הייסט 'מיקלינץ', אין אנגעהויבן פירן א עדה הקדושה שפעטער האט זיך אריבער געצויגן צו דער שטאט 'סטריסוב', אין נישט לאנג דערנאך איז ער אנגעקומען על המנוחה ועל הנחלה אין האט זיך באזעצט אין דער שטאט 'הוסיאטין' וואס דארט האט ער אנגעפירט מיט זייער א גרויסע הויף, ווען טויזענטער יודן זענען געפארן צו איהם לכאורה נישט אין די טויזענטער, זיינע חסידים זענען גיווען מעט הכמות [עכ"פ כלפי זיינע ברודער מסאדיגורא וטשורקוב] ורב האיכות, גאר גרויסע בעלי מח, זיך אנשעפן עמערס פין קדושה וטהרה אין יר''ש, רבנים וצדיקים חסידים ואנשי מעשה זענען געפארן צו איהם אין די מאסן, אין אגב ער האט כמעט גארנישט געזאגט ביים טיש נאר געוועהן שטיל א גאנצע טיש אין געזיצן פארדביקות... [אזוי אויך איז געוועהן ביי בנו הגדול ומ''מ הרה''ק רבי ישראל זי''ע] אזוי האט געפירט ביד רמה ביז צו זיין יום פטירתו כ''ב אייר ל''ו לעומר שנת תרנ''ד ומנו''כ בעיר הוסיאטין.

ואלו בניו הק' כיוצא בהם הקדושים המה בארץ:
א) בנו הגדול מ''מ הרה''ק רבי ישראל מהוסיאטין זי''ע
ב) בנו הרה''צ ר' שלו' יוסף זצ''ל וואס איז ליידער נסתלק געווארן נאך בחיים חיותו פין זיין הייליגע פאטער בערך בשנת תרל''ה, פין איהם איז געבליבן דריי קינדער 1] בתו הרבנית אשת הרה''ק רבי אהרן מסאדיגורא זצ''ל, 2] הרה'''ק רבי מנחם נחום מהוסיאטין לעמבערג הי''ד [חתן דודו הגדול רבי ישראל מהוסיאטין זי''ע], 3] הרה''ק רבי משה'לע מביאן קראקא זצ''ל הי''ד [חתן דודו מבאיאן טשערנאביץ].מסופר שאחר פטירת רבי שלום יוסף אמר אחיו הרה"ק רבי ישראל לגיסו הרה"ק רבי מנחם נחום הבה נתחלק בירושת אחי/גיסך ואכן רבי ישראל מהוסיאטין לקח לו לחתן היתום רבי מנחם נחום ורבי מנחם נחום מבאיאן טשערנוביץ לקח לו לחתן היתום רבי משה.

ג) חתנו הרה''ק רבי יצחק מאיר העשל מקאפיטשניץ זצ''ל קען אויך ווערן אנגערופן ממלא מקומו היות א גרויס חלק פון די חסידים זענען אריבער צו איהם [לפי נכדיו זה היה חצי חצי]
ד) חתנו הרה''ק רבי מנחם נחום מביאן טשערנארוויץ זצ''ל

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אין איינע פון די שיח זקנים בענדער האב איך געזעהן איינעם דארט דערציילן זיינע אינטרעסאנטע מורא'דיגע זכרונות פונעם האשיאטענער זצוק"ל ביי די נענועים סוכות, מען האט געזעהן א גרויסע עבודה, ער האט ציבראכן כמה לולבים בעבודתו, גיי דערמאן זיך וואו כ'האב עס געזעהן
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

ראספשע האט געשריבן:אין איינע פון די שיח זקנים בענדער האב איך געזעהן איינעם דארט דערציילן זיינע אינטרעסאנטע מורא'דיגע זכרונות פונעם האשיאטענער זצוק"ל ביי די נענועים סוכות, מען האט געזעהן א גרויסע עבודה, ער האט ציבראכן כמה לולבים בעבודתו, גיי דערמאן זיך וואו כ'האב עס געזעהן

איר מיינט לכאורה די צווייטע הוסיאטינער - הרה"ק רבי ישראל זיע"א בנו של בעל ההילולא
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

נחום וואהלינער האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:אין איינע פון די שיח זקנים בענדער האב איך געזעהן איינעם דארט דערציילן זיינע אינטרעסאנטע מורא'דיגע זכרונות פונעם האשיאטענער זצוק"ל ביי די נענועים סוכות, מען האט געזעהן א גרויסע עבודה, ער האט ציבראכן כמה לולבים בעבודתו, גיי דערמאן זיך וואו כ'האב עס געזעהן

איר מיינט לכאורה די צווייטע הוסיאטינער - הרה"ק רבי ישראל זיע"א בנו של בעל ההילולא

גערעכט, ריכטיג
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט נאכט איז דער הילולא קדישא פין הרה''ק המפו' רבי מרדכי שרגא פייביש פרידמאן מהוסיאטין זי''ע ועכי''א
וועל איך מיר פראבירן צו אראפ שרייבן בקיצור זיין תולדות הק' וויפיל איך ווייס, כדי להזכיר את זכרו הטהור

ואלה תולדות
ער איז געבוירן געווארן ביום כ' אייר שנת תקצ''ד צו זיין הייליגע פאטער דער הייליגע ריזינער זי''ע - ער איז געוועהן דער יונגסטער אין די זעקסטער קינד ביי די הייליגע טאטע - זיין טאטע האט איהם א נאמען געגעבן מרדכי נאך זיין עלטער פעטער הרה''ק רבי מרדכי מטשערנאביל זי''ע - וואס ער איז נאך געוועהן בחיים חיותו, אין דער הייליגע ריזינער האט געזאגט דערויף אז דער פעטער פין טשערנאביל איז שוין 14 יאהר נישט אויף די וועלט [מחמת רוב קדושתו.. אין אגב איז דער יא''צ פין רבי מרדכי טשערנאבילער ביום כ' אייר אין דער טאג וואס ער איז געבוירן געווארן אסאך יארן פריער] - אין שרגא פייביש נאך דער זיידע רבי שרגא פייביש מקרעמניץ זי''ע בעל משנת חכמים [דער שווער פין דער הייליגע מלאך רבי אברהם זי''ע בנו היחיד פין דער הייליגע מעזריטשער מגיד זי''ע],

מיר איז אינטערסאנט פון וואו מ'נעמט אז דער הוסיאטינער (אדער ווי מאנכע זענען מדייק: דער שאטינער) האט געהייסן "מרדכי שרגא פייבוש", זיין זיידע דער משנת חכמים נאך וועם ער האט געהייסן זיין צווייטע טייל פונעם נאמען האט געהייסן "משולם פייבוש" און נישט "שרגא פייבוש". און אין ספר 'נר ישראל' שטייט אויך ביי זיין ערך מרדכי פייבוש אן די נאמען שרגא, לויט ווי ס'זעהט אויס איז די נאמען שרגא ערשט צוגעקומען ביי די וואס האבן געהייסן נאך אים.

קען דאס איינער קלארשטעלן?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”