רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל מסקולען זצ"ל - ער"ח אלול תשמ"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

תגובהדורך שמואל'יק'יל » פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:49 am

"מעשה שסיפר הרה"ח ר' רפאל קלוגמאן שיחי' ממאנסי, דבדידיה הוה עובדא. הוא זכה שהרה"ק מסקולען זצוק"ל יתאכסן בביתו, והנה דרכו בקודש של הרה"ק מסקולען זצוק"ל היה שלא אכל רק משחיטת שוחט אחד, וכבר היו רגילים להביא עמהם בכל מקום בואו של הרבי בשר מהשוחט של הרבי, שיהיה לצורך אכילת הרבי. פעם אחד כשהרבי התאכסן בביתו, הכניס הבעל אכסניא את סעודת הערב והגישו לפני הרבי, אך שלא כהרגלו לא טעם הרבי אותו היום כלום מהבשר. בני הבית הפצירו את הרבי שיאכל , הבשר ולא יסגף את עצמו, אך הרבי בשלו שאינו אוכל את הבשר, ומענה בפיו שהיום אינו יכול לאכול. אחרי עבור זמן מה, הרגישו בני הבית כי מנת הבשר של הרבי נתחלפה עם בשר אחר משוחט אחר, ואז אכן נתברר הדבר מדוע לא אכל הרבי ממנו, כי היה לו סייעתא דשמיא להרגיש שיש כאן פקפוק בבשר, שאינם לפי כללי חומרות ופרישות של הרבי זצוק"ל."

קרעדיט פאר גליון משמרת הכשרות פון דעם וואך.

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מיטוואך פאברואר 25, 2009 8:18 pm

איך האב געהערט פין סקולענער רבי זאל זיין געזונט, אז ווען זיין טאטע איז געוועהן אין שפיטאל האט ער געהאט א מורידיגער מסירת נפש זיך אנצוטוהן בגדי שבת, אין דער דאקטוירים האבען געהאלטען אז עס איז א גרויסע סכנה, מיט דעם אלעם האט אים נישט אנגעגאנגען

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מיטוואך פאברואר 25, 2009 8:19 pm

כך שמעתי

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך פאברואר 25, 2009 9:06 pm

שמואל'יק'יל האט געשריבן:"מעשה שסיפר הרה"ח ר' רפאל קלוגמאן שיחי' ממאנסי, דבדידיה הוה עובדא. הוא זכה שהרה"ק מסקולען זצוק"ל יתאכסן בביתו, והנה דרכו בקודש של הרה"ק מסקולען זצוק"ל היה שלא אכל רק משחיטת שוחט אחד, וכבר היו רגילים להביא עמהם בכל מקום בואו של הרבי בשר מהשוחט של הרבי, שיהיה לצורך אכילת הרבי. פעם אחד כשהרבי התאכסן בביתו, הכניס הבעל אכסניא את סעודת הערב והגישו לפני הרבי, אך שלא כהרגלו לא טעם הרבי אותו היום כלום מהבשר. בני הבית הפצירו את הרבי שיאכל , הבשר ולא יסגף את עצמו, אך הרבי בשלו שאינו אוכל את הבשר, ומענה בפיו שהיום אינו יכול לאכול. אחרי עבור זמן מה, הרגישו בני הבית כי מנת הבשר של הרבי נתחלפה עם בשר אחר משוחט אחר, ואז אכן נתברר הדבר מדוע לא אכל הרבי ממנו, כי היה לו סייעתא דשמיא להרגיש שיש כאן פקפוק בבשר, שאינם לפי כללי חומרות ופרישות של הרבי זצוק"ל."

קרעדיט פאר גליון משמרת הכשרות פון דעם וואך.

א קאזין מיינער, א זוהן פון דעם פעטער ע"ה וואס איך האב דערמאנט פריערט, ביי וועמען דער רבי ז"ל פלעגט איינשטיין און באלטימאר, וואוינט נעקסט דאר צי ר' רפאל שיחי'
פון אוהם האב איך געהערט עטליכע אזאלכע ענליכע מעשות וואס איז דארט אנגעגאנגען מיטען עסען פארען רבין.
the SCY is the limit

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מיטוואך פאברואר 25, 2009 9:21 pm

איך מיין אז דער היינטיגע רבי שליט"א, איז אויך מקפיד.

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 8:53 pm

הרה"ק מסקולען זי"ע עם הגה"צ אב"ד אראד זצ"ל, ברומעניא
צוגעלייגטע
01CADB~1 (5).JPG
01CADB~1 (5).JPG (33.85 KiB) געזעהן 2179 מאל

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » זונטאג מארטש 08, 2009 2:48 pm

פורים אצל בנו כ"ק אדמו"ר הק' שליט"א, נראה הפורים רב הרה"ג ר' משה חיים שטיינבערג שליט"א, חתנו הרה"צ ר' שמעון יואל וויינבערגער שליט"א דומ"ץ סקולען וויליאמסבורג, ור' שמעון ישראל פריעד מעסקני "חסד לאברהם.
צוגעלייגטע
IMG_6591.JPG
IMG_6591.JPG (61.83 KiB) געזעהן 2138 מאל

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » זונטאג מארטש 22, 2009 3:21 pm

חסדי אליעזר האט ארויס געגעבען א קאסעט לכבוד דער מעמד פון קידוש החמה, דארט קען מען הערען ווי דער רבי זי"ע זינגט א ניגון פון פיניע חזן ז"ל צוזאמען מיט כ"ק רבינו שליט"א.

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מאנטאג אפריל 06, 2009 3:28 pm

הרה"ק מסקולען זי"ע ביי קידוש החמה תשמ"א לפ"ק
צוגעלייגטע
10_skulebn_(1).jpg

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מאנטאג אפריל 06, 2009 3:29 pm

עוד.
צוגעלייגטע
10_skulebn_(2).jpg

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מאנטאג אפריל 06, 2009 3:29 pm

ועוד.
צוגעלייגטע
10_skulebn_(3).jpg

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מאנטאג אפריל 06, 2009 3:38 pm

נאך א בילד פון ברכת החמה
צוגעלייגטע
010571~1 (5).JPG
010571~1 (5).JPG (37.54 KiB) געזעהן 2434 מאל

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » דינסטאג אפריל 07, 2009 12:57 am

איך מיין אז פאפא רב ז"ל האט אים מספיד געווען האט ער געזגט אז היינט איז נישט יו"כ קטן
נאר יו"כ אליין וועגן מיתת צדיקים איז מכפר אזוי ווי יו"כ .

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » מיטוואך אפריל 08, 2009 5:28 am

איך בין נעכטן געוועון אין מאנסי בין איך שוין ארויף צים ציון הקדוש
איך בין שוין אויך ציגעגאנגען צים ריבניץ רבי
דער אייבישטער זאל העלפן איך זאל האבן געפויעלט אלעס גיטס

איך בין נאר נייגעריג פארוואס ער ליגט אין מאנסי נישט אין קרית יואל ער איז אועק נאך דער סאטמאר רב ז"ל

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מיטוואך אפריל 08, 2009 11:28 am

רבינו הקדוש זי"ע
צוגעלייגטע
Clipboard01.jpg

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג אפריל 12, 2009 7:42 pm

החריף! דער בילד האב איך שוין ארויפגעלייגט מיט היבש א שטיק צייט צוריק, און ס'איז כמה וכמה פעמים ארויף געברענגט געווארן ביי אונז אין בית מדרש אין פארשידענע אשכולות, אבער דער מיטעלסטער איז נאך אלץ א חידה סתומה, און קיינער האט נאך נישט מצליח געווען מפענח זיין ווער דאס איז. אדרבה מיר וועלן דאנקבאר זיין, פאר דער וואס וועט געוואויר ווערן ווער דאס איז.
לחיים ולברכה!

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » זונטאג אפריל 12, 2009 9:25 pm

איך האב פראבירט אבער איך קען נישט טרעפען. אינטשולדיגט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יוני 04, 2009 3:48 pm

עס האט אונז דערציילט הרה"ח ר' אלימלך בערגער שליט"א:

ווען מיין טאטע ז"ל (הרב מ'מישקאלץ) איז נישט געזונט געווען, האבן מיר איין טאג באקומען א רוף פון סקולענער רבי'ן זצ"ל'ס שטוב. דער גבאי האט אנגעפרעגט אויב מען קען אריבערפארן אין שפיטאל באזוכן דעם טאטן, און מיר האבן געזאגט אז יא, אדרבה. איך בין נאך דאן געווען א בחור (עס איז געווען אין די מיטעלע למ"ד יארן), האב איך צוריקגערופן צום סקולענער רבי'נס שטוב פרעגן אויב איך קען מיך מיטכאפן מיטן רבי'נס קאר, ווייל איך וויל אויך פונקט באזוכן דעם טאטן. נאכן באקומען א פאזיטיוון ענטפער, בין איך ארויפגעגאנגען צום שטוב פון סקולענער רבי'ן (וואס האט זיך דאן געפונען אויף הופער סטריט ביי בעדפארד עוועניו) און געווארט ביז דער רבי איז גרייט צו פארן.

עס איז געווען א הייסע זומער טאג (בערך 95 דעגרי אויפן גאס), און די סקולענער רביצין האט מיר געבעטן משפיע זיין אויפן רבי'ן אז צוליב זיין געזונט צושטאנד זאל ער אפשטופן די נסיעה אויף א קילערע טאג. איך האב פרובירט איבערצוגעבן די ווערטער פארן רבי'ן, אבער דער רבי האט מיר געענטפערט אז זייענדיג מעוטר בטלית ותפילין האט ער באשלאסן צו טוהן די מצוה פון גמילת חסד, און ער האט תיכף באשלאסן צו גיין באזוכן דעם מישקאלצער רב אין שפיטאל, דערפאר טאר ער נישט אפשטופן די נסיעה ווייל ער באטראכט דאס ווי א דבר טוב וואס ער האט זיך פארגענומען מיט טלית ותפילין, און מען פארט.

אנקומענדיג אין שפיטאל, איז דער סקולענער רבי ארויפגעשטיגן אויף א בענקל נעבן דעם טאטען ז"ל'ס בעט, ער האט זיך איבערגעבויגן און געגעבן א קוש פארן טאטען אין שטערן. נאכדעם האט זיך דער רבי אינטערסירט אויף דעם געהילף וואס האט דארט באדינט דעם טאטען, געפרעגט אויב די שטאט באצאלט דאס, און איך האב געזאגט אז דאס האט די משפחה צוגעשטעלט צוליב דעם וואס די שטאטישע נורסעס טוען נישט זייער פליכט בשלימות. דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די פרייז פונעם נוירס, און איך האב געזאגט אז דאס קאסט 140 דאלער א טאג (א הון רב בימים ההם). אנקומענדיג קיין וויליאמסבורג האט מיר דער רבי געהייסן ארויפקומען צו אים אין שטוב, ער האט ארויסגעצויגן א קאנווערט מיט געלט און מיר געבעטן ארויסצונעמען 140 דאלער (דער רבי איז ל"ע געווען א סגי נהור אויף די עלטערע יארן).

דער רבי האט ערקלערט אז די עיקר מצוה פון ביקור חולים איז מבואר אין חז"ל אז מען קוקט זיך אום אויף די געברויכן פונעם קראנקן און מען העלפט אים ארויס, על כן וויל ער מקיים זיין די מצוה בהידור און באצאלן דעם געהילף די געהאלטן פון איין טאג ארבעט! איך האב אים פרובירט אפצוזאגען, און געזאגט אז איך בין מסכים דער רבי זאל לייגן דאס געלט אינעם חסד לאברהם קאסע (וואס איך האב געוואוסט אז זיי מוטשן זיך מיט געלט), אבער דער רבי האט מיר אפירגעהאלטן פארוואס איך פארגין אים נישט מקיים צו זיין די מצוה בשלימות!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:27 pm

מוראדיג!!!
the SCY is the limit

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 4:08 pm

לכבוד די בעפארשטייענדע יומא דהילולא דעם קומענדיגען (מיטוואך) ערב ר"ח אלול, איז מיר אויסגעקומען צו קוקן אין די מכתבים נועם אליעזר, האב איך געזעהן א אינטערעסאנטע זאך, ווי דער סקולענער רבי זצ"ל שרייבט צו א כלה (אדער גאר גלייך נאך די חתונה) אז אויף דרשה געשאנק שענקט ער א "פאה נכרית מהודר"... אם יש דעת ווייסט מען וואו צו מבדיל זיין.
לחיים ולברכה!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 4:52 pm

נחמן נתן האט געשריבן:לכבוד די בעפארשטייענדע יומא דהילולא דעם קומענדיגען (מיטוואך) ערב ר"ח אלול, איז מיר אויסגעקומען צו קוקן אין די מכתבים נועם אליעזר, האב איך געזעהן א אינטערעסאנטע זאך, ווי דער סקולענער רבי זצ"ל שרייבט צו א כלה (אדער גאר גלייך נאך די חתונה) אז אויף דרשה געשאנק שענקט ער א "פאה נכרית מהודר"... אם יש דעת ווייסט מען וואו צו מבדיל זיין.

מען דארף וויסן פאר וועמען דער סעקולענער רבי האט דאס געשיקט.
אויב איז די פאה נכריתת געווען במקום שערות מהודרים, וואלט מעגליך סאטמאר רב אויך געשיקט אזא מתנה, ווי לעצטענס ערווענט אין אן אנדער אשכול האט סאטמאר רב זצ"ל אין דעם חסיד'ישן שטיבל אין סאטמאר אינדערהיים גערעדט קעגן שייטלעך, VS אין אשכנזי'שן שוהל געבעטן מען זאל אנטוהן שייטלען.
בנוסף לזה, איז אין רוסלאנד געווען א גזירה אז מען זאל אנטוהן שייטלעך, כידוע.
אפשר דאס מיינט איר "אם יש דעת ווייסט מען מבדיל צו זיין" דאס פאר וועם מען מעג מתיר זיין פפאה נכרית... איא?
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 6:25 pm

בני יששכר האט געשריבן:איך בין נאר נייגעריג פארוואס ער ליגט אין מאנסי נישט אין קרית יואל ער איז אועק נאך דער סאטמאר רב ז"ל


דארט האט זיך געטאן א פרשה, נישט סתם, ס'האט זיך געקאכט אונטער די קוליסן און מען האט זיך אפילו געשלאגן מיט הענט, אפילו בשעת די לויה האט מען נאכנישט געוויסט וואו ער גייט ליגן.

נאר וויבאלד איך בין נישט פונקטליך באהאוונט מיט די געשיכטע, נאר זעיר פה וזעיר שם, וועל איך נישט רעדן קיין סך, איך וועל לאזן פאר אנדערע זאלן טון די ארבעט פאר מיר.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 10:24 am

ס'איז געווען אין פלאן איהם מפנה צו זיין קיין ארץ ישראל נאכן ליגן דא א שטיק צייט, אין דעריבער איז עס געווען אזא ספק, לכתחלה האבן זיי געוואלט לייגן אין סקווירא, אבער היות מ'האט געוואלט מפנה זיין קיין ארץ ישראל און עפ"י זוהר איז דאס זייער שארף האט מען נישט געלאזט דארטן לייגן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 12:38 pm

בן בוזי האט געשריבן:ס'איז געווען אין פלאן איהם מפנה צו זיין קיין ארץ ישראל נאכן ליגן דא א שטיק צייט, אין דעריבער איז עס געווען אזא ספק, לכתחלה האבן זיי געוואלט לייגן אין סקווירא, אבער היות מ'האט געוואלט מפנה זיין קיין ארץ ישראל און עפ"י זוהר איז דאס זייער שארף האט מען נישט געלאזט דארטן לייגן.


וואס עפעס קומט דאס פאר'ן סקוליענער רבי צו וועלן ליגן אין סקווירא?
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 3:15 pm



צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד און 10 געסט