רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל מסקולען זצ"ל - ער"ח אלול תשמ"ב
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
א מורא'דיגער בריוו פון הרה"ק מסקולען זצ"ל צום גבאי'ן פונעם סקווערער רבי'ן זצ"ל, וואו ער בעט אים איבערצוגעבן זיין בקשה און קוויטל צום רבי'ן ("ליד הדרת כ"ק אדמו"ר צי"ע"). ער שרייבט דעם לשון:"אני מאמין שהצדיק שליט"א בטח מרגיש גם מה שאין כותבים…" (געדרוקט אין ספר בקדושה של מעלה)
ב"ה אור ליום ה' חיי שרה - וה' ברך את אברהם בכל
חיים ברכה ושלו' לכ' התורני החסיד הנכבד ונעלה העומד על משמרת הקודש בצלא דמהימנותא הדרת כ"ק אדמו"ר שליט"א.
שלמא רבא
אבקש מכ"ת נ"י להיות בטובו למסור תומ"י את הבקשה שלנו ליד הדרת כ"ק אדמו"ר צי"ע שליט"א. בעה"ר הטרדות הרבות בצרוף חולשת הבריאה עכבו אותי מלכתוב כמ"פ שרציתי לכתוב ולא יכלתי. אני מאמין שהצדיק שליט"א בטח מרגיש גם מה שאין כותבים, איתא בשם קוה"ק אדמו"ר מרוזין זצוק"ל שאמר שאם כואב לא' מישראל אצבע קטנה בסוף העולם הוא מרגיש בזה, ובעה"ר רבו מכאובי ויסורי נפשי. השי"ת ירחם ויאמר לצרותי דַי ויפתח לנו שערי רפואה וישועה רפאנו ה' ונרפא וכו'.
בבקשה מכ"ת נ"י לעורר רחמים עלי גם בע"פ לפני הדרת כ"ק אדמו"ר שליט"א, כי צריך אני וכל הנלוים אלי לרחמים גדולים, כמאה"כ וברחמים גדולים וגומר.
בברכת התורה הנצחית ותשועת ה' וגו'.
אוהב וידיד נאמן
הק' א. זוסיא בהרהגוה"ח מוהר"ר ישראל אברהם זצ"ל

א היסטארישער בריוו פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א - תש"כ
פאלגענד איז אן היסטארישער בריוו וואס כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א האט געשריבן צו זיין נאנטער מקורב הרב צבי יוסף מיסקי ז"ל זייענדיג אין בעלגיע ווינטער תש"כ נאך וואס זיי האבן זוכה געווען צו ווערן אויסגעלייזט פון גלות ראמעניא, און עס איז דאן געווען פארשידענע פלענער וואו צו פארן, צו קיין ארץ ישראל אדער קיין אמעריקא. ווי עס קוקט אויס האט ר' צבי יוסף - וועלכער האט געוואוינט אין אמעריקא - געלייגט א שטארקע דריק אז מען זאל קומען קיין אמעריקא, און דאן האט דער סקולענער רבי שליט"א אים געשריבן דעם פאלגענדען בריוו
"אבער דאך ווייס איך ניט צו אמעריקא איז פאר אונז, מיר ווילן און מיר האפן זיך צו זען בקרוב מיט אייך, אבער אין תכלית ווייס איך ניט. די מאמע תחי' איז ניט געזונט, זי ליגט מיט ווייטאגן, עס ווייזט אויס דאס די קלימא שאדט איר. בעלגיע איז נישט גוט פאר רעומאטיזן און זי האט די איינציגע שוועסטער די מומע זלאטע אין ארץ ישראל, און אויך רייזל האט די עלטערן אין ארץ ישראל. דער מאמעס א נעפאט יעקב בן צבי מאשקאוויץ שרייבט מיר זאלן אונבאדינגט קומען קיין ארץ ישראל. ער האט אין בני ברק א ווילא מיט 5 צימער, גיבט ער דאס אונז און ער וויל אראנזירן מעבל יעצט. וועגן יעקב און צבי קלער איך אויך אפשר וואלט געווען פאר זיי מער תכלית אין ארץ ישראל. ר' אהרן גודמאן נ"י האט אונז איבערגעגעבן וואר דער סטומרער רבי שליט"א האט מיט אים אסך גערעדט וועגן טאטן, וועט דאך זיכער דער טאטע זיין ביי דעם סאטמרער רבי, קלער איך אז ער וועט זיכער מאכן א שמועס איבער די ענינים, זאל ניט חלילה ארויסקומען פון דעם קיין סכסוך.
לויט ווי איך האב געהערט איז דער ראש הקהל מר יעקב שלמה נ"י שטיינפעלד אויך פון די מקורבים פון סטמרער רבי שליט"א, און אויך דאס קהל איז אויך סטמרער אנהיינגער, ווייס איך ניט צו דער טאטע שליט"א וועט קענען זיין מיט זיי צוזאמען. דער טאטע שליט"א האט זיכער ליב יעדן איד און יעדן רבי, אבער די סטמרער חסידים אז מען האלט ניט מיט זיי, קאנען זיי חלילה סיקירן.
און דא אין אנטווערפען האט אונז אפגעווארט ביים אוויאן סיי די אגודת ישראל און אן עולם סטמרער חסידים. די סטמרער פארזארגן אצל דעם טאטן שליט"א מיט ספרים, ספר ויואל משה און דובב שפתי ישנים און פארזארגן אונז מיט צייטונגען פון די נטורי קרתא".
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15904
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am
msp האט געשריבן:ווען איז דאס געווען?
וועלכע נאך רבנים דערקענט מען? איך קלער צו דאס איז נישט ביי די פראטעסט ווי עס איז פארהאן אן אנדערער קאלירטער "טרעינער סטודיא" בילד פון מרן רביה"ק מהריט"ב מסאטמאר עם מ"מ בעל ברך משה זצ"ל. עס איז דא א בילד ווי דער הייליגער ריבניצער רבי קומט אן צו א פראטעסט, ומבין שניהם קלער איך אז דאס איז דא דער מאורע.
איך קלער יעצט אז אויף די לינקע זייט פונעם ריבניצער רבי זעהט מען ר' שמואל זאנוויל גאלד ז"ל
מיללער האט געשריבן:msp האט געשריבן:ווען איז דאס געווען?
איך קלער יעצט אז אויף די לינקע זייט פונעם ריבניצער רבי זעהט מען ר' שמואל זאנוויל גאלד ז"ל
ריכטיג, ר' שמואל זנוויל ז"ל איז געווען באקאנט מיטן ריבניצער צדיק נאך ווען ער איז געווען אינטערן אייזערנעם פארהאננג, ער האט דאן געשיקט פארן ריבניצער רבי'ן בגדי שבת בשליחות מרן מסאטמאר, (בהשתדלות שאר בשרו הרה"ח ר' יעקב חיים רוטנער ז"ל).
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
שמעלקא טויב האט געשריבן:ס'איז ארויסגעקומען עפעס א בוך מיט די לעבן און שאפן פון די סקולענע רעבעצין ע"ה. איינער ווייסט עפעס מער?
געזעהן נעכטן אין געשעפט בשם "היא באהל" מיט אן הקדמה פון די קינדער. איך האב נישט געליינט דעם תוכן, אבער עס איז א דיקע בוך געשריבן אויף אידיש, נישט קיין בילדער/דאקומענטן (אן אלטער סטיל ביכל)
די רעדע איז פון די רביצין ע"ה אשת חבר פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א (נישט פארמישן מיט די אלטע סקולענע רביצין אשת נשוא האשכול) וועלכע איז געווען א טאכטער פונעם גבעת שאול'ער רב רבי מנחם זאב שטערן ז"ל
-
- שר מאה
- תגובות: 108
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 9:02 pm
ליבאוויטש ווערסעס סקאלען
אזוי ווי מיר אלע ווייסן אז די סקלענע רבי זצ"ל האט געוויאנט אין קראן הייטץ פאר א לענגערע שטיק צייט וואלט איך געוואלט וויסן צי איינער ווייסט אדער צי איינער האט גאר בילדער ווי די סקלענע רבי זצ"ל האט זיך באוויזן ביי איינע פין די פארברענגענס אין ליבאוויטש?
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35425
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
-
- שר מאה
- תגובות: 108
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 9:02 pm
פרעגער האט געשריבן:בן בוזי האט געשריבן:ס'איז געווען אין פלאן איהם מפנה צו זיין קיין ארץ ישראל נאכן ליגן דא א שטיק צייט, אין דעריבער איז עס געווען אזא ספק, לכתחלה האבן זיי געוואלט לייגן אין סקווירא, אבער היות מ'האט געוואלט מפנה זיין קיין ארץ ישראל און עפ"י זוהר איז דאס זייער שארף האט מען נישט געלאזט דארטן לייגן.
וואס עפעס קומט דאס פאר'ן סקוליענער רבי צו וועלן ליגן אין סקווירא?
לויט ווי איך געדענק איז עס געגאנגען מיט א גורל פין 4צעטלאך איינס איז געשטאנען סאטמער איינס איז געשטאנען סקווער איינס איז געשטאנען פאפא (n.j.)אין איינס איז געווען ליידיג אין מען האט מכבד געווען פאפא רב זצ"ל זאל ציען אין צוויי מאל איז ארויס געקימען די ליידיגע האבן זייאפגעמאכט מאנסי מיט די תנאי אז מען גייט מפנה זיין אויף א"י
סקולען/ליובאוויטש
זיך משתתף בא א פארברענגען אצל כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל, שטייענדיג רעכטס פינעם רבין.
מיללער האט געשריבן:msp האט געשריבן:ווען איז דאס געווען?
וועלכע נאך רבנים דערקענט מען? איך קלער צו דאס איז נישט ביי די פראטעסט ווי עס איז פארהאן אן אנדערער קאלירטער "טרעינער סטודיא" בילד פון מרן רביה"ק מהריט"ב מסאטמאר עם מ"מ בעל ברך משה זצ"ל. עס איז דא א בילד ווי דער הייליגער ריבניצער רבי קומט אן צו א פראטעסט, ומבין שניהם קלער איך אז דאס איז דא דער מאורע.
איך קלער יעצט אז אויף די לינקע זייט פונעם ריבניצער רבי זעהט מען ר' שמואל זאנוויל גאלד ז"ל
אינגאנצן רעכטס רבי זיידל מקרעטשניף ?
דביה תחדי נפשא