רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל מסקולען זצ"ל - ער"ח אלול תשמ"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח ר' זעליג (אידישע וועלט ברויך זיך צואיילען דער 'אתרוג' איז גוט)

ווער זענען די ארומיגע און וואס איז דער אירוע?
אטעטשמענטס
Skulen1.jpg
Skulen2.jpg
Skulen2.jpg (26.09 KiB) געזען 5957 מאל
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

זעט אויס ווי א נאדווערנע אייניקל (בישטינא?)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיטן ציגארעטל איז הגה"צ בעל שפתי שמעון זצ"ל אב"ד אראד וראש הישיבה הידוע בראמעניא באותן שנים.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35413
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כמדומני, מיט ר' חיים צבי אפפעל נ"י
אטעטשמענטס
hadashot_anash960_g38.jpg
hadashot_anash960_g38.jpg (18.37 KiB) געזען 5931 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
משה זוך מיר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2009 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה זוך מיר »

פרעגער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:ס'איז געווען אין פלאן איהם מפנה צו זיין קיין ארץ ישראל נאכן ליגן דא א שטיק צייט, אין דעריבער איז עס געווען אזא ספק, לכתחלה האבן זיי געוואלט לייגן אין סקווירא, אבער היות מ'האט געוואלט מפנה זיין קיין ארץ ישראל און עפ"י זוהר איז דאס זייער שארף האט מען נישט געלאזט דארטן לייגן.


וואס עפעס קומט דאס פאר'ן סקוליענער רבי צו וועלן ליגן אין סקווירא?

ווי באקאנט איז ער געווען זייער נאנט מיט'ן אלטען סקווירא'ער רבי נאך פון ראמעניא, און דא אין ניו יארק פלעגט ער אויך פארן כסדר אויף שבתים. ווי די ניקעלשבורגער פארציילט אז די אינטערשטע שבת וואס דער סקווירא רבי זצ"ל איז געווען אינדערהיים האט דער סקולענער רבי זצ"ל פלוצלונג אפגעמאכט פרייטיג אז ער וויל פארען אויף שבת קיין סקווירא, און זיין רביצין האט עם נישט געלאזט ווייל ס' איז שוין צו שפעט פאר שבת אלעס צו ערלעדיגען, האט דער סקולענער געבעטן איר זון ר' מעכל זאל פוע'לען ביי זיין מאמע אז זי זאל עם לאזען פארען. וכך הוה ער האט אריין געכאפט צו זיין די אינטערשטע שבת ביי סקווירא רבי זצ"ל.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

בן בוזי האט געשריבן:ס'איז געווען אין פלאן איהם מפנה צו זיין קיין ארץ ישראל נאכן ליגן דא א שטיק צייט, אין דעריבער איז עס געווען אזא ספק, לכתחלה האבן זיי געוואלט לייגן אין סקווירא, אבער היות מ'האט געוואלט מפנה זיין קיין ארץ ישראל און עפ"י זוהר איז דאס זייער שארף האט מען נישט געלאזט דארטן לייגן.

סאיז געווען אין פלאן אים צי לייגען אין קרית יואל, נאר היות מהאט נישט געוואלט לאזן פון דארט מפנה זיין איז מען געגאנגען קיין מאנסי.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איך וועל דערציילן וואס איך האב געהערט פון החסיד ר' יוסל בוקסבוים ז"ל, אבער היות איך האב עס געהערט מיט יארן צוריק, ווען איך בין נאך געווען א בר-מצוה בחור'ל, געדענקט איך נישט קלאר די קורות הדברים און ממילא איז שטארק מסתבר אז איך פארדריי, עכ"ז וועל איך שרייבן וואס איך ווייס (אדער וואס איך מיין אז איך ווייס...) און ווער ס'האט עפעס אנדערע אינפארמעישן ווערט געבעטן צו פארריכטן. פארשטייט זיך אז קיינער זאל נישט נעמען קיין מקורות פון מיר ווייל די זאכן זענען זייער פארנעפלט.

א באזונדערע בקשה צו די מנהלים; אויב זענען מיינע ווערטער נוגד תקנת המקום זאל מען עס אויסמעקן.

ובזה החלי בעזהשי"ת:

דער סקולענער רבי זי"ע האט בחייו עטליכע מאל זיך געלאזט הערן אז ער וויל ליגן אין ארץ-ישראל, אויך האט ער עטליכע מאל געזאגט פאר מקורבים אז ער וויל ליגן אין סקווירא, און פאר אנדערע האט ער געזאגט אז מען זאל אים לאזן דא עטליכע חדשים און דערנאך אים מפנה זיין קיין ארץ-ישראל. נאך די פטירה האט מען געפינען א צוואה אז נאך זיין פטירה זאל מען ווארפן א גורל צווישן סקווירא און ארץ-ישראל, און אין דעם גורל זאל מען אויך אריינלייגן א דריטע ליידיגע צעטיל. נאך די פטירה האט מען געמאכט א גורל בנוכחות בנו - כ"ק אדמו"ר שליט"א, און דער גורל איז אויסגעקומען אויפן ליידיגן צעטיל. האט דער רבי דאן באפוילן אז מען זאל אנפרעגן ביי פאפע'ר רב ז"ל (און אויב האט ער שוין נישט געלעבט, דאן איז עס געווען פאפע'ר רב פון מאנטריאל), דער פאפא'ער רב האט געהייסן אז מען זאל איבערווארפן גורל, אבער ווידעראמאל איז עס אויסגעקומען אויפן ליידיגן צעטיל, דאן האט מען ווידעראמאל איבערגעשריבן אויף נייע צעטליך, אבער דער גורל איז אלס אויסגעקומען אויף די ליידיגע צעטיל.

נישט וויסנדיג וואס צו טון האט מען זיך אוועקגעזעצט ביים רבי'ן שליט"א אין שטוב זען וואס מען טוט ווייטער. דארט איז אנגעקומען עסקנים פון סקווירא וועלכע האבן געוואלט אז ער זאל ליגן דארט, ווי אויך זענען אנגעקומען עסקנים פון סאטמאר און פראבירט צו טענה'ען אז דער ליידיגער צעטיל איז א באדייט אז ער ברויך ליגן אין סאטמאר, סמוך ונראה לציון המציונת פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זי"ע; די סאטמארע עסקנים האבן אויך גע'טענה'עט אז עס לוינט זיך פאר סקולען מצד ביזנעס, אז דער סקולענער רבי זאל ליגן אין מאנרא, ווייל ווען עס וועט קומען כ"ו אב, ביים יארצייט פונעם סאטמארער רבי זי"ע, וועט חסד לאברהם מאכן אסאך געלט וויבאלד דער סקולענער רבי ליגט דארט. לאומת זה האבן די סקווירא'ער עסקנים גע'טענה'עט אז סאטמאר קומט נישט אריין אין פיקטשער, און דער רבי האט קלאר געוואלט ליגן אין סקווירא. ר' יוסף בוקסבוים ז"ל, מחסידי סקולען, האט דוקא געוואלט אז דער רבי זאל ליגן אין ארץ-ישראל, ער האט זיך דערפאר גע'טענה'עט מיט ביידע צדדים, פאר די סאטמארע האט ער געענטפערט אז עס איז נישט לפי כבודו פונעם רבי'ן אז ער זאל ליגן אין מאנרא, ווייל כ"ו אב וועט דער ציון זיין א פארענטשע פאר די חסידים פון די רבי'ס וועלכע קומען ארויף צום ציון, און בכלל אז סאטמאר קומט נישט אריין אין בילד, און פאר סקווירא האט ער גע'טענה'עט אז עס איז נישט כדאי דער רבי זאל ליגן אין סקווירא, ווייל אויב מען וועט וועלן מפנה זיין דער רבי קיין ארץ-ישראל וועט מען עס נישט קענען טון, צוליב דעם וואס לויט די תקנות פונעם סקווירא'ער בית-החיים טאר מען עס נישט טון. אזוי האבן זיי זיך גע'טענה'עט ביים רבי'ן אין שטוב א לאנגע צייט.

בשעת די טענה'רייען זענען פארגעקומען, האט וויזשניצער רבי געהערט אז דער סקולענער רבי איז נסתלק געווארן, האט ער אריינגערופן זיין זוהן ר' ישראל און אים געפרעגט צי ער ווייסט וואו דער סקולענער רבי וועט ליגן, ווען ער האט אים געענטפערט אז ניין, האט אים דער רבי געבעטן אז ער זאל זיך משתדל זיין אז ער זאל אנקומען צום ויז'ניצער בית החיים אין מאנסי. ר' ישראל האט דאן געפרעגט דעם רבי'ן אז לכאורה וועט זיך עס נישט אויסארבעטן צוליב דעם וואס אין ויז'ניץ לאזט מען נישט מאכן קיין אהל און די סקולענער חסידים וועלן נישט מסכים זיין אז זייער רבי זאל ליגן אהן אן אהל, אבער דער וויזשניצער רבי האט אים געבעטן זיך משתדל צו זיין אעפ"כ און דער אויבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל אים געלונגען.

ר' ישראל האט דאן איינגעפאנט החסיד ר' יוסף שטיינמעץ ז"ל, וועלכער איז געווען מקורב צו סקולען און אים געבעטן טון אין דעם נושא. ר' יוסף איז אראפגעפארן אין שטאט און אנגעקומען אינמיטן די פארהאנדלונגען ביים רבי'ן אין שטוב, ער האט ארויסגערופן ר' יוסף בוקסבוים און אים איבערגעגעבן די שליחות פון ויז'ניצער רבי. ר' יוסף בוקסבוים איז דעמאלס צוריק אריין און געמאלדן אז ס'איז אנגעקומען א שליחות פון איינע פון די רבי'ס דאהי אין אמעריקא און מ'בעט יעדן זאל פארלאזן דעם צימער און ער וועט איבערגעבן די שליחות פערזענליך פארן רבי'ן אליין, די אנדערע צדדים האבן דאן פארלאנגט אז אויך ר' יוסל זאל פארלאזן דעם צימער און ר' יוסף האט פארלאזט דעם צימער איבערלאזנדיג ר' יוסף שטיינמעץ מיטן רבי'ן שליט"א אליין. ווען ר' יוסף שטיינמעץ איז אוועקגעגאנגען האט דער רבי שליט"א געמאלדן אז דאס איז דאס... דער ארון גייט קיין מאנסי...

אצינד רבותי, איך נעם נישט קיין אחריות אויף קיין איין ווארט וואס איך האב געשריבן, אלע זענען ווילקאמען מגיה צו זיין און פארריכטן וואס זיי ווייסן צו זאגן.
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

אינטערעעסאנט איז: אז אויף די מציבה פונעם סקוליענער רבי שטייט:
הנקרא דער סקולענער רבי
רב דק"ק סקולען

וואס דאס מיינט אז בעצם איז ער געווען סקולענער רב, נאר דער עולם (דאהי אין אמעריקא, אדער אפשר גאר נאך אין רומעניא) האבן איהם גערופן "סקולענער רבי"
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

דער נוסח המצבה האט דער סקולענער רבי זי"ע אליינס געשריבן.
לחיים ולברכה!
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

ביקסאד האט געשריבן:מיטן ציגארעטל איז הגה"צ בעל שפתי שמעון זצ"ל אב"ד אראד וראש הישיבה הידוע בראמעניא באותן שנים.
דו צוויטע רעבעצין פונ'עם סקולענער רבי ז"ל איז טאקע געווען ר' איתמר'ס בישטענער'ס רעבעצין בזוו"ר א טאכטער פונ'עם ליקוטי מהרי"ח, און משפחת הרבנית מזיוו"ש האט געהאט בשעתו גאר א גרויסע קשר מיט סקולען, איז דאס מעבי טאקע יא איהר זון ר' מרדכי בישטינ'ער ז"ל?
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

farshlufen האט געשריבן:כמדומני, מיט ר' חיים צבי אפפעל נ"י


יא, ר' חיים הערש האט געהאט די זכיה אלץ שכן אסאך משמש צו זיין דעם רבין ז"ל!

---

א שיין בילד פון רבי'ן מיט יבדלחט"א בנו כ"ק מרן שליט"א שפאצירענדיג אין אייראפע מיט יתומים.
אטעטשמענטס
R.JPG
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

פרעגער האט געשריבן:אינטערעעסאנט איז: אז אויף די מציבה פונעם סקוליענער רבי שטייט:
הנקרא דער סקולענער רבי
רב דק"ק סקולען

וואס דאס מיינט אז בעצם איז ער געווען סקולענער רב, נאר דער עולם (דאהי אין אמעריקא, אדער אפשר גאר נאך אין רומעניא) האבן איהם גערופן "סקולענער רבי"

נחמן נתן האט געשריבן:דער נוסח המצבה האט דער סקולענער רבי זי"ע אליינס געשריבן.


איך האב היינט באזוכט אין דעם וויזניצער ביה"ח לכבוד די יארצייט פונעם ריבניצער רבי'ן זי"ע, און איך בין אויך צוגעגאנגען צום סקולענער רבי זי"ע. אפליינענדיג די מציבה האב איך זיך שטארק געוואונדערט אויף די ווערטער ""התחרט על חטאיו", איך האב געקלערט אז דאס האט ער אליין געשריבן, אבער די אנדערע ווערטער אויף די מציבה האט עפעס נישט אזוי אויסגעקוקט, דארט שטייט אז זיין זון האט ארויסגעגעבן זיינע ספרים ועוד.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אויפריכטיג האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:אינטערעעסאנט איז: אז אויף די מציבה פונעם סקוליענער רבי שטייט:
הנקרא דער סקולענער רבי
רב דק"ק סקולען

וואס דאס מיינט אז בעצם איז ער געווען סקולענער רב, נאר דער עולם (דאהי אין אמעריקא, אדער אפשר גאר נאך אין רומעניא) האבן איהם גערופן "סקולענער רבי"
נחמן נתן האט געשריבן:דער נוסח המצבה האט דער סקולענער רבי זי"ע אליינס געשריבן.
איך האב היינט באזוכט אין דעם וויזניצער ביה"ח לכבוד די יארצייט פונעם ריבניצער רבי'ן זי"ע, און איך בין אויך צוגעגאנגען צום סקולענער רבי זי"ע. אפליינענדיג די מציבה האב איך זיך שטארק געוואונדערט אויף די ווערטער ""התחרט על חטאיו", איך האב געקלערט אז דאס האט ער אליין געשריבן, אבער די אנדערע ווערטער אויף די מציבה האט עפעס נישט אזוי אויסגעקוקט, דארט שטייט אז זיין זון האט ארויסגעגעבן זיינע ספרים ועוד.

המכוון שהוא רבי אליעזר זוסיא, הוציא לאור ספרי מר אביו רבי ישראל אברהם זצ"ל [יודה"ל ל"ג בעומר].
ועמך כולם צדיקים
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

האם מישהו יודע אם יש איזה סיפור וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

בקשר עם המילים המיוחדים שכתוב על המציבה:" התחרט על חטאיו" ??
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:בקשר עם המילים המיוחדים שכתוב על המציבה:" התחרט על חטאיו" ??


צדיקים האבן געזאגט אויף דעם איד אז ער זאגט ליגענט יעדעס מאל ווען ער זאגט אשמנו בגדנו גזלנו, און ער האט געהייסן געשריבן התחרט על חטאיו, א פלא פון א צדיק געווען וואס אונזער דור האט נאך זוכה געווען צו זעהן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגי מען »

ארויף לרגל די יומא דהילולא הבעל"ט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קענסט נאך לערנען אפאר מסכתות משניות ביז די יארצייט
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

פארדעם קאכט ער, ווייל ער האט שוין אנגעהויבן לערנען משניות
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איך בין אלעמאהל באנומען פון דעם וואס עס איז נאך געווען א איד וואס האט זיך מוסר נפש געווען אויף אידישקייט
און געזעצען אין קרימינאל פאר העלפען אידישע קינדער היטען אידישקייט
און באמת איז דאך אויך להבחל"ח בנו ומ"מ שליט"א געזעצען אין תפיסה
וועגען דעם ווען עס איז ארויסגעקומען א באשרייבונג פון דעם לעבען און שאפען פון סקולענער רבי'ן זי"ע האב איך שטארק געוואלט דאס באקומען
אבער איך קען דאס אין ערגענץ נישט באקומען
עס איז ארויס אויף א דינער לטובת חסד לאברהם....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער סקוליענער רב האט געוואוינט אין קרוין הייטס, האב איך געהערט אן אינטערעסאנטער אנעקדאט פון א חשובער משפיע אין ירושלים אז ער איז אנוועזנד געווען כמ"פ ווען דער סקוליענער רבי איז געקומען אנטייל נעמען אין די שבת נאכמיטאגדיגער פארברענגען ביים ליובאוויטשער רבי הרמ"ש נ"ע, איז ער געקומען אהנעם שטריימל נאר מיטן בלויזן קאפל כדי ס'זאל נישט זיין כאילו א פגם בכבודו פונעם רמ"ש.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלקאפ »

בן בוזי האט געשריבן:דער סקוליענער רב האט געוואוינט אין קרוין הייטס, האב איך געהערט אן אינטערעסאנטער אנעקדאט פון א חשובער משפיע אין ירושלים אז ער איז אנוועזנד געווען כמ"פ ווען דער סקוליענער רבי איז געקומען אנטייל נעמען אין די שבת נאכמיטאגדיגער פארברענגען ביים ליובאוויטשער רבי הרמ"ש נ"ע, איז ער געקומען אהנעם שטריימל נאר מיטן בלויזן קאפל כדי ס'זאל נישט זיין כאילו א פגם בכבודו פונעם רמ"ש.

אם קבלה היא, נקבל.

אבל לע"ע לא זכיתי להבין, ואין זה מתקבל על הדעת.

איזה פגם יש כשבאים עם לבוש המקורי למקום שהלבוש שונה?

יש כמה חסידי ליובאוויטש שבבית הוריהם הולכים בלבוש הנהוג אצל הפוילישע חסידים וכאשר עקרו משם והגיעו לשבע-שבעים אמר הרמ"ש שלא ישנו את הלבוש. {כמדומה שר' מענדל וועכטער הולך עם שטריימל עד היום, האם אכן כשהגיע לפארברענגען הסיר אותו שלא יהי' פגם בכבוד רבו? אתמהה}

בנוסף לזה, מ'רעדט דא פון א איד וואס יעדע ריר איז אים געווען אויסגערעכנט. ער האט געקענט ארויסקומען פון ביה"כ (כמעט בלינד ל"ע), אפוואשן די הענט, צוריק אריין גיין "אויסלעשן די לעקטער", ארויסקומען און זיך נאכאמאל וואשן. ווייל כדי זיך צו פירן מיטן דרך התורה, שחסה על ממונם של ישראל, דארף מען זיך קודם וואשן די הענט...

שמעתי ממקור ראשון אז דער סקולענער רבי זצ"ל איז געווען אמאל אין שפיטאל בסוף ימיו ארומגענומען מיט אלערליי פייפס פון מאשינען. ערב שבת האט ער געבעטן מ'זאל אים טוישן די העמד לכבוד שבת. מ'האט פרובירט אים אפצורעדן דערפון ווייל ס'איז געווען כמעט אוממעגליך, אבער ער האט נישט אויפגעהערט צו בעטן און קרעכצן, "ווי קען מען צוגיין צום הייליגען שבת אהן א נייע העמד?!"

ענדליך, נאך א 15 מינוט מוטשען, האט מען זיך גענומען טוישן די העמד. ס'האט גענומען אהאלבע שעה צוליב זיין שוואכקייט און דער שווערער מצב, אבער ס'איז פארט געלונגען אויסצופירן רצון קדשו...

אצינד האט ער געבעטן, מ'זאל טוישן די הויזן לכבוד שבת. ווייטער געמוטשעט און ווייטער געבעטן. ס'האט גענומען נאך א לאנגע וויילע און ענדליך, מ'האט ממלא געווען רצון קדשו און געטוישט די הויזן לכבוד שבת.

מ'דארף נישט מאריך זיין און מסביר זיין ווי די משמשים זענען ערשעפט געווארן ווען דער צדיק האט זיי געבעטן אים צו ברענגען די בעקיטשע לכבוד שבת. אין אזא מצב? ארומגענומען מיט לעבנס וויכטיגע פייפס, שוואך, קוים וואס ער קען רירען א אבר, א בעקישע גאר?!

אבער דער קראנקער איינגעפאלענער איד האט געוואוסט וואס ער וויל, און ער האט לבסוף אויסגעפירט. ס'האט גענומען זייער לאנג, און מיט אסאך הארעוואניע האט מען אים אנגעטון די בעקיטשע. אט איז ער געליגען אויפן קראנקען בעט מיט די בגדי שבת...

אבער ער איז פארט נישט געווען רואיג. ער רופט זיך אהן, מ'האט שוין די העמד לכבוד שבת, די הויזן לכבוד שבת, די בעקישע לכבוד שבת, נו וואו איז דער שטריימל!?!.....

האט מען אים געברענגט דעם שטריימל און אזוי ליגענדיג על ערש דוי האט דער רב הדומה למלאך ה' געזאגט פני שבת נקבלה.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

איך האב געהערט פון ר' יוסף חיים גרינוואלד
אז ווען די אלטע סקולענ'ע רבי פלעגט שיקן זיין זין די היינטיגע רבי
מיט זיינע צדקות אויסציטיילן פאר אלמנות און יתומים פלעגט ער זאגן פאר אים געב דאס אפ פאר דעם איד
כאילו ער האט דאס געבארגט ער זאל דארפן דאס צוריק געבן
און דעם ליגט א געוואלדיגע זאך כדי אז יענער זאל נישט ווערן פארשעמט..
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

לכבוד היארצייט הממשמש ובא...
פארנדיג אמאל אין א היטש, האט געארבעט די טעיפ פונעם סקולענער רבי'ס לוי', ער"ח אלול. הגה"ק מפאפא זי"ע האט בבכיות נוראות באוויינט די סילוקן של צדיקים. זאגענדיג אז די טאג פון ער"ח אלול, ווערט אנגערופן ביי טייל מקומות יום כיפור קטן, צוליב וואס מ'זאגט (בכמה מקומות) אין דעם טאג יום כיפור קטן... אבער בעוונותינו הרבים איז אצינד א יום כיפור "גדול"!

(געשריבן לפי הזכרון, ואתכם הסליחה אויב האב איך געמאכט א טעות)
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

היינט ערב ראש חודש אלול איז דער יארצייט.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

בן בוזי האט געשריבן:דער סקוליענער רב האט געוואוינט אין קרוין הייטס, האב איך געהערט אן אינטערעסאנטער אנעקדאט פון א חשובער משפיע אין ירושלים אז ער איז אנוועזנד געווען כמ"פ ווען דער סקוליענער רבי איז געקומען אנטייל נעמען אין די שבת נאכמיטאגדיגער פארברענגען ביים ליובאוויטשער רבי הרמ"ש נ"ע, איז ער געקומען אהנעם שטריימל נאר מיטן בלויזן קאפל כדי ס'זאל נישט זיין כאילו א פגם בכבודו פונעם רמ"ש.

איך ווייס נישט וועהר דער משפיע איז ...אין מן הסתם איז עהר דארט פערזענליך נישט געווען .....נאר מפי השמועה . איך האב איהם געזען
מוצש''ק ביים פאברענג פין יו''ד שב''ט אין עהר איז שוין געקומען פין וויליאמסבורג . אין מיין ידיד הרב שלמה יצחק ווייס האט מיר יאהרען שפעטער
געזאגט . אז עהר איז דעמאלטס געקימען . ווייל עהר האט זיך געפילט שולדיג אז עהר האט זעך נישט געזעגענט פערזנלעך פאר עהר האט
אוועק געמופט . אין עהר איז געקומען מיט זיין קאפעליטש . נישט א שטריימעל . אין לפי רשי''וו איז וועהן עהר איז געגאנגען צים שבתדיקען
פאברענג איז עהר געגאנגען אין קאפיליטש .אגב ווען זיין רבי דער סאדיגערער רבי האט געוואינט אין קראנהייטס איז עהר יעדען שבת נאך
דעם דאווינין געגאנגען אויף קידוש צים רעבין . אין ארויס געגאנגען צוריק וועקס . אין עהר האט געוואינט אין קראנהייטס כדי ציא קענען גיין
יעדען שבת צים רעבין כידוע.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”