רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל מסקולען זצ"ל - ער"ח אלול תשמ"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל מסקולען זצ"ל - ער"ח אלול תשמ"ב

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג אוגוסט 13, 2007 2:41 am

היינטיגן טאג ערב ראש חודש אלול געפאלט אויס די יארצייט פון הייליגן סקולענער רבי זצ"ל, כ'אב אמאל געהערט פון א עלטערן חסיד, אז א תקופה נאכן אנקומען קיין אמעריקא האט מען עם מעורר געווען אז ער דארף אנהייבן בויען מוסדות, א ישיבה ת"ת וכדו', האט ער זיך אנגערופן וואס סאטמאר פאפא און צעהלים נעמען שוין נישט אן מער קיין בחורים?, זאגט מען עם אז יא נאר מען וויל אז דער רבי זאל האבן אן אייגענער ישיבה.

זאגט ער, פאר אונזערע קינדער איז ב"ה דא ווי צו לערנען אין די אויבנדערמאנטע ישיבות. איך וויל אויפשטעלן מוסדות פאר די וואס האבן נישט ווי צו לערנען. און אזוי איז נולד געווארן דער רעיון פון חסד לאברהם ווועלכע האט שוין אזוי פיל יודעשע קינדער געראטעוועט און מחנך געווען לתורה עבודה וגמ"ח.

כ'וויל בעטן ווער סהאט עפעס מוסיף צו זיין א עובדא טבא, (א שיין בילד, אפילו פון ציון), אדער סיי וואס זאל דא מהנה זיין דעם עולם אין קרעטשמע. דער עולם איז הונגעריג און דארשטעריג. ............. לשמוע את דבר ה'.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג אוגוסט 13, 2007 9:45 am

כ'מיין אז די יארצייט איז: ל' אב, דאס מיינט מארגן, א'דר"ח אלול

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אוגוסט 13, 2007 10:44 am

דער סקולענער רבי האט מחזיר בתשובה געווען הונדערטער און טויזנטער אידישע קינדער און זיי צוריקגעקערט לחיק אבינו שבשמים. ער האט דאס באוויזן דורך זיין געוואלדיגע צוגעלאזנקייט צו יעדן, אפילו צו קינדער; דורך זיין רייכן שפראך און איבערצייגנדע ווערטער; און דורך זיין כח הנגינה. ס'איז ספעציעל באוואוסט דער שבת ניגון מיט אידישע ווערטער וואס ער האט געמאכט ספעציעל פאר די קינדער וועמען ער האט פרובירט אפצוהאלטן פון ווערן פאלנע גויים. ער האט געהאקט שטיקער אין זיי, אבער דוקא זיסע שטיקער, און האט זיכער געמאכט אז אויב וועלן זיי נאר אמאל טראכטן אפילו פון אפלאזן אידישקייט, זאל זיי אין די אויגן ארויפקומען זיין צורה, און דאן האבן זיי נישט געהאט דאס הארץ עס צו טון פאר אים.

אינדערהיים אין רוסלאנד האט ער אסאך עוסק געווען אין פדיון שבויים, און ער פלעגט גיין שתדל'ען ביי די רשעים אז מ'זאל באפרייען די אידן. אסאך מאל האט ער אליינס באצאלט מיט ביטערע קלעפ, אבער אלעס האט זיך אים געלוינט אויב צום סוף האט מען באפרייט יענעם איד. ס'איז באקאנט אז אמאל ווען ער איז זיך געקומען בעטן ביי א הויכן באאמטן אויסצולייזן א איד, האט אים יענער אראפגעווארפן אלע טרעפ און פארהאקט די טיר. ער האט זיך גוט צעקלאפט, צעביילט און צעבלוטיגט, אבער דאס האט נאר געהאט אן אפעקט אויף זיין קערפער; נישט אויף זיין אנטשלאסנקייט צו גיין העלפן דעם איד. ער האט זיך אויפגעהויבן נאכאמאל און זיך ארויפגעשלעפט אלע טרעפ ביז אויבן (ער איז געווען א שוואכער איד) און נאכאמאל אנגעקלאפט. איך געדענק נישט צי גלייך ביים צווייטן מאל, אדער אפשר האט ער אים נאכאמאל אראפגעשטופט, אבער צום האט ער איינגעזען אז דער איד איז אן עקשן און ער וועט נישט אויפגעבן, האט ער מסכים געווען צו באפרייען דעם באטרעפנדן איד.

ס'איז דא א זיסע מעשה'לע מיט זיינ'ס א ניגון. ווי באקאנט האט ער געמאכט דעם ניגון "יוודע בגויים" וגו', נאך אינדערהיים ווען ער איז געזיצן אין טורמע. למעשה זענען רוב פון זיינע חסידים אנגעקומען קיין ארץ ישראל אדער אמעריקע, וואו זיי האבן פארשפרייט און אויסגעלערנט דעם ניגון פאר'ן ציבור. דער סקולענער רבי זצ"ל איז אבער געבליבן זיצן אין טורמע ביי די קאמוניסטן פאר נאך עטליכע יאר, ביז - דאכט זיך - נאנט צו די תש"כ יארן. עפעס אזוי.

הכלל, ווען ער איז ארויסגעקומען, האט ער ביים ערשטן געלעגנהייט געפראוועט א סעודת הודאה, און ער האט דארט געזאגט אז לכבוד דעם מעמד וועט ער אויסלערנען פארן עולם א נייע ניגון. ער האט אנגעהויבן צו זינגען דעם "יוודע בגויים" מיט די געוואלדיגע תנועות, אבער פלוצלינג זעהט ער ווי דער גאנצער עולם זינגט מיט...

די חסידים האבן זיך געמוזט מודה זיין אז זיי זענען געווען די וואס האבן ארויסגעגעבן דעם ניגון פאר די וועלט...

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג אוגוסט 14, 2007 12:56 am

מאשקע, טויזנט שכוחות, אה מים קרים על נפש עייפה. רבותי ברענגט נאך. כ'אב היינט געהערט אפאר שיינע מאסעס, כ'על פרובירן איינס ביי איינס.

אמאל פאר פסח אין רומעניע האט דער רבי זצ"ל ארגאניזירט צו באקן מצות, און ער האט געטיילט פאר יעדן איינעם נאר דריי מצות צום ערשטן סדר, (דאס איז שוין אויך געווען א גרויס געווינס דעמאלט) איז אבער געווען דארט עפעס א שיינער יוד וועלכער האט זיך איינגע'עקשן'ט דוקא אז ער וויל זעקס מצות ווייל ער איז א בנש"ק קומט עם פאר ביידע סדרים, דער רבי (און דער עולם) האט זיך געבעטן צו עם אז ס'יז נישט שיין, ס'יז פשוט נישט דא גענוג. דער בנש"ק אבער האט זיך געטענה'ט און געריסן ביז ער האט אויסגעפירט און באקומען זעקס מצות. דער עולם האט שטארק געקרומט מיט די נאז, אבער מען האט גארנישט געקענט טאן ווייל דער רבי האט דאך עם געגעבן.

פסח אויפדערנאכט, קלאפט אריין דער זון פון יענער בנש"ק צום רבי'ן אין שטוב און ברענגט אריין דריי מצות פארן רבי'ן, און זאגט אז זיין טאטע האט עס געשיקט פארן רבי'ן. פרעגט עם דער עולם וואס איז פשט פון דעם, דערציילט ער אז זיין טאטע האט באלד ביים אנהויב פארשטאנען אז ס'עט נישט זייין גענוג פאר דריי מצות פארן גאנצן ציבור, און דער סוף וועט זיין אז דער רבי וועט אוועק געבן זיינע מצות און ער אליין וועט בלייבן אנע מצות, ממילא האט ער זיך דעמאלט איינגעריסן אז ער דארף זעקס, כדי ער זאל האבן איבריגע דריי צו שיקן פארן רבי'ן, פסח אויפדערנאכט. און דער אמת איז טאקע אזוי געווען אז דער רבי האט טאקע אוועקגעגעבן זיינע מצות און געבליבן אן מצות פאר זיך. און פונקט ווען דער זון איז אנגעקומען, איז דער רבי געזעסן און געטראכט, וואס טוט מען דא ווי גייט מען צו צום סדר אנע מצות, וווען דער בחור איז אנגעקומען פונקט אין די ריכטיגע צייט.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » דינסטאג אוגוסט 14, 2007 1:12 am

יגר, סקולענער רבי'ס יארצייט איז כ"ט אב, אינעם טאג וואס מען זאגט יום כיפור קטן.

איך געדענק נאך ווי היינט ווען ער איז אוועק. איך (מיין חדר) איז געווען אויפן וועג צו יום כיפור קטן ווען איין מלמד האט דערציילט פארן צווייטן אז דער סקולענער רבי איז אוועק.

זכותו יגן עלינו

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6657
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

ר' אליעזר זוסיא פורטוגעל זצ"ל מסקולען - כ"ט אב תשמ"ב

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 10:55 pm

דעם קומענדיגען שבת, כ"ט אב, וועט זיין דער זעקס און צוואנציגסטער יומא דהילולא פון ר' אליעזר זוסיא פורטאגעל זצ"ל באקאנט אלטס דער סקולענער רבי זי"ע

ער איז געבוירען און סקולען צי זיין טאטען ר' ישראל אברהם ז"ל און און שנת תרע"ה, ביי די זיבעצען יאהר, האט ער איבער גענומען דאס רבנות און סקולען נאך די פטירה פון זיין טאטען

ער איז געווען א גרויסער עובד און ער איז געווען באקאנט מיט זיין מחבר זיין ניגוני געגועים.

זיינע טעטיקייטען און העלפען ציבראכענע אלמנות מיט יתומים איז געווען לעגאנד, און לכבוד דעם האבען די קאמיניסטען און רומעניא איהם איינגעזעצט און תפוסה ציזאמען מיט זיין זיהן דער היינטיגער סקולענער רבי שלי"טא

דורך די השתדלות פון פראשידענע עסקנים און מיטען אריינמישען דער
סעקרעטערי דשזענערעל פון די יוניידעט נעישאנס, דאג האמערשולד, איז געלינגען איהם באפרייען פון תפוסה און מעהאט אים ארויסגעברענקט קיין אמעריקא ציזאמען מיט זיין זיהן .

דא און אמעריקא איז ער ווייטער אנגעגאנגען מיט זיינע הילף טעטיקייטען און ער האט געגרינדעט דער באקאנטער חסד לאברהם ארגעניזאציע, וואס ווערט אנגעפירט עד היום דורך זיין זיהן, דער היינטיגער סקולענער רבי שלי"טא

******
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6657
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 11:26 pm

איך האב געקענען געלערענט דעם סקולענער רבי זי"ע ווען ער איז געווען דא און אמעריקא אינגאנצען צוויי דריי וואכען.

אינז האמער שוין געוואוינט און באראפארק און איך האב דענמאלטס געלערענט און באבוב און קראנהייטס.
מיין מלמד איז געווען ר' שמחה יוסף וואלטער (מאנכע דא ווייסען ווער ער איז פון וויליאמסבורג) און ער ריפט מיך צי איינמאל א פרייטאג פארען אהיים גיין, און זאגט מיר אז עס וועט זיין א גאסט און באראפארק יענעם שבת, דער סקולענער רבי, ער איז א גרויסער עובד, און זינגט זייער שיינע און הרצעדיגע ניגונים, איך זאל גיין צים טיש, איך וועל נישט חרטה האבען.
כ'האב טאקע נישט חרטה געהאט.

דער טיש יענעם שבת האט ער געפירט אונעם אלטען אגודה בילדינג.
פארשטייט זיך, דער עולם האט נאך נישט געקענט זיינע ניגונים, און ער האט געזאגט און געזינגען די שטיקלעך ביי שלום עליכם און ווייטער, מיט זיין זיהן, דער היינטיגער רבי, העלפט איהם.

דער ועתה יגדל נא...מורא'דיג...דער דינטשיגער קול זיינער, נאך דינער וויא פונעם היינטיגען רבין. און דער היינטיגער רבי זינגט ציזאמען מיט איהם

און דערנאך דער קידוש. ס'האט געהויבען.

רבותי, עס איז דא זאכען וואס עס פארגעסט זיך נישט.

***
שבת אינדערפרי האב איך געבעטען רשות פון מיין טאטען ע"ה אז איך וויל גיין אהון דאווענען.

מעדאווענט נארמאל ביז קריאת שמע. און דאס איז געווען עפעס צי זעהן.
דאס דביקות מיט זיך אינטער זינגען פארשידענע תנועות. איך געדענק איינער האט געהאלטען חשבון וויא לאנג עס וועט דוירען.
דער קריאת שמע האט גענימען 33 מינוט אויפען זייגער.

***
איך קום זינטאג אין חדר און ר' שמחה יוסף פרעגט מיך נא?
האב איך איהם דערציילט וואס איך האב געזעהן, און כ'האב טאקע נישט חרטה געהאט.. ער האט מיר דענמאלטס געזאגט פון וויא ער האט געקענט דעם סקולענער רבין, איך געדענק אבער נישט.
the SCY is the limit

אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

תגובהדורך סלונימער » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 1:44 am

א שיין בילד פונעם צדיק זצ"ל:
צוגעלייגטע
2344.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:29 am

א הערצליכען דאנק ר' שמחה פאר'ן פותח זיין דעם אשכול און נאכמער פאר די ביאגראפיע און פערזענליכע איבערלעבענישען במחיצתו פונעם הייליגען צדיק זצ"ל, זכותו הגדול יגן עלינו ועכ"א.

נאך צוויי בילדער פונעם סקולענער רבי זצ"ל (דאס ערשטע איס ביים אנקומען אין אמעריקע, דאס צווייטע איז מיט להבחל"ח בנו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א) און א בילד פון די מצבה אינעם וויזשניצען ביה"ח אין מאנסי פונעם קברי צדיקים זייטל.
צוגעלייגטע
Skulrn2.jpg
Skulrn2.jpg (21.87 KiB) געזעהן 8486 מאל
Skulen.jpg
Skulen.jpg (36.92 KiB) געזעהן 8487 מאל
eliezer-zusya-portugal.jpg

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6657
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:44 am

סלונימער! א הערליך בילד! אזוי לעבעדיג ממש אוויא איך זעה אוהם יעצט!

איך האב געהערט א תורה פון סקולענער רבי זצ"ל, ביי א שלש סעודות, שבת שירה.
איך ברענג עס דא כדי זאל זיין שפתותיו דובבת בקבר...

די תורה הקדושה זאגט אז ישיר משה ובני ישראל את השירה הזאת לה' ויאמרו לאמר.
איז ער מדייק דער דיוק וואס רש"י מיט נאך ראשונים זענען מדייק, וואס איז דער לאמר? עס וואלט געניג געווען ווען עס שטייט , ויאמרו אשירה לה'.

דער רבי האט אויך דערמאנט דער מדרש, הים ראה וינוס, מה ראה ארונו של יוסף.

האט ער געזאגט אזוי.
מצרים אז געווען א לאנד שתופי זימה. אוויא מען זעהט וואס די מפרשים זאגן ביי אברהם ווען ער האט געזאגט צי שרה אמרי נא אחותי את.

יודען האבען אבער געדארפט קומען אהין, האט כביכול מסבב געווען די נסיון מיט יוסף און אשת פוטיפר, און דורך דעם וואס יוסף האט זיך גובר געווען און בייגעשטאנען דעם נסיון, האט ער אויסגעארבעט דעם מקום אז עס איז שוין יעצט מסוגל אסאך גרינגער גובר זיין אויפען יצר און דעם נסיון פון זנות.

די גמרא און סנהדרין לערענט ארויס די שבע מצוות בני נח פון דעם פסוק און בראשית,
ויצו ה' אלקים על האדם לאמר מכל עץ הגן...
דרשנט די גמרא
ויצו איז עבודה זרה אוויא עס שטייט און נביא 'צו לצו קב לקב'
אלקים זו דינים, און די גמרא ברענגט פון וויא אלקים מיינט דינים [עד אלקים יבא דבר שניהם]
לאמר זו גלוי עריות.....

ווען יודען זענען געקומען צים ים האט דער ים נישט געוואלט שפאלטען, ער האט געטאהנעט אז דארט און מצרים איז נישט געווען מעגליך זיך אפהיטען פון דעם יצר פון זנות, איז ממילא זענען יודען נישט ראוי צי א נס פון קריאת ים סוף.

אבער ווען דער ים האט געזעהן ארונו של יוסף, האט ער גלייך געזעהן אז יודען און מצרים האבען זיך יא אפגעהיטען איז וינוס

ווען עס איז געקומען צייט צי זאגען שירה, זאגט דער פסוק אז ישיר משה...
משה מיט די יודען האב זיך גענומען זינגען...ויאמרו...און זיי האבען געזאגט...לאמר..דאס וואס אינז האמער זוכה געווען צי די גרויסע ניסים איז אלעס און דעם זכות פונעם לאמר..וואס און די שבע מצוות בני נח איז דאס גלוי עריות

ודפח"ח
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6657
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 12:57 pm

איך האב בייגעוואוינט א זייער אן אינטערעסאנטע ציזאם קום ביים סקולענער רבין און שטוב און קראנהייטס.

געווען איז דאס א מוצאי עשרה בטבת, בערך א פינף און דרייסג יאהר צירק, איך האב נאך דענמאלטס געוואוינט און באראפארק איידער כ'האב מיך געצויגען קיין מאנסי.
איך קרוג א טעלעפען קאל פון מיין בני בית א קאזין און מאנסי, און ער זאגט מיר פאלגענדס:
עס האט זיך געמאכט א מעשה מיט א בחור, א חתן, זיין טאטע אז שוין א פאר יאהר אפען עולם האמת, זיין מאמע איז זייער קראנק מיט יענע מחלה, און מעהאט באשטימט א נאנטע זמן חתונה אז די מיטער זאל עס נאך דערלעבען
און פלוצלינג האט זיך ארויס געלאזט א שם, אז דער בחור אז נישט קיין כשר ווייל זיין טאטע איז געווען א כרות שפכה, און דאס איז נישט זיין קונד..

דער קאזין מיינער מיט נאך איינער דארט און מאנסי, האבען איבער געדרייט וועלטען מברר זיין דער אמת.
היות דער בחור'ס פאטער איז געווען א רומענשער אפשטאם, איז זיי געלינגען אריין צי ברענגען דעם סקולענער רבין און דער פרשה.

זיי האבען צאם געשטעלט א בית דין רבנים און ארענדשירט אז דאס עדות זאגען מיטען פסק וועט זיין ביים סקולענער רבין און שטוב און קראנהייטס. די צייט איז געווען קורץ ווייל די מיטער פונעם בחור האט שוין געהאלטען אט אט, האבען די צוויי עסקנים געוואלט אז אויב זי דערלעבט נישט די חתונה זאל זי חאטשיג האבען מנוחת הנפש פון דעם פסק.

וואס דער קאזין האט געוואלט פון מיר, איז צי ברענגען צוויי רבנים פון באראפארק קיין קראנהייטס. דעם דעברעצינער רב ר' משה שטערן ז"ל, און דער גרויסווערדיינער רב רב פלאק ז"ל.
ער קומט פון מאנסי מיט דעם אנדערען עסקן, און אפען וועג וועלען זיי דורך פארען די וועסט סייד און ברענגען ר' אלכסנדר אשר באב"ד, דער טארטיקאבער רב ז"ל [ער האט נאך דענמאלטס געוואוינט דארט]

זיי האבען אויך ארענדשירט איינער זאל ברענגען דעם אראדער רב ז"ל פון וויליאמסבורג.

איך מיט מיין שוואגער האמער אויפגיפיקט די צוויי רבנים און מעפארט קיין קראנהייטס.
עס ליגט מיר פאר די אויגען וויא דער סקולענער רבי איז ארויסגעקומען פון זיין ספרים שטוב מקבל זיין די צוויי. און ווען זיי האבען געגעבען שלום האט דער דעברעצינער רב זיך איינגעבויגן צי קושען דעם סקולענער רבין'ס הענט, און דער סקולענער רבי לאזט זיך נישט, און דער דעברעצינע רב געבט נישט אויף און עקשנט זיך איין, און צים סוף ער זיגט און ער יא קושט זיין האנט.

איך בין געשטאנען ציזאמען מיט מיין שואגער אויף א זייט און אינז זען מער שטארק נתרגש געווארען
ציקוקען דאס גאנצע.

אביסעל צייט דערנאך איז אנגעקומען מיין קאזין מיטען טארטיקאבער רב, און נישט לאנג דערנאך איז אנגעקומען דער אראדער רב.
זיי זענען אלע אריין אונעם ספרים שטוב און מיך מיט מיין שוואגער האט מען צירוק גשיקט קיין באראפארק צי ברעגען איינעם ווער עס איז געקומען פון דעם שטאט פונעם נפטר, און האט איהם גיט געקענט.
דער אראדער רב איז אויך דארט געווען בתורת עדות נישט פארען פסק גופא.

ווען אלע זענען געווען ציזאמען, בין איך מיט שואגער, געזעצען אינדערויסען שמוסענדג מיט די רבעטצין ע"ה. זי איז געווען דער טאכטער פונעם טשאבער רב, און ר' ברוך מרדכי מיט ר' מיכל לעבאביטש מאמע.

היות זי איז געווען פון דער שטאט דערעטשקע אין אינגערען, און מיין שווער ע"ה איז אויך געווען פון יענע שטאט, און זי האט גיט געקענט זיין משפחה, האמער אסאך אינטערסאנטע זאכען גענאשט פון איר.

דער דיון האט זיך אפגעשילט אונעם ספרים שטוב און ווען דאס עדית זאגען האט זיך גענדיגק, זעמער איך מיט מיין שוואגער אויך אריין.

מיין קאזין האט שוין געהאט אנגעגרייט א געשריבענע כתב פונעם פסק, או די רבנים האבען אונטעגעשריבען אז דער שם וועגען דער נפטר איז נישט אמת.

זענען געגאגען מיין קאזין מיט זיין חבר, כדי זאל נישט זיין קיין צווייפעל בענין דער פסק, האבען זיי מכבד געווען דארט בשעת די מעשה דעם סקולענער רבין מיט סידור קידושין.

דער סקולענער רבי איז שוין דענמאלטס געווען אן אלטער צאמגעבראכענער יוד, און האט שוין כמעט נישט געקענט זעהן מער. אויפען טיש דארט האב איך געזעהן ריזיגע חמושים מיט גאר גרויסע אותיות פאר זיינעט וועגען.

האט ער זיי געזאגט, אז עס איז שוין גאר גאר שווער פאר איהם צי גיין , אבער כדי מעזאל נישט מיינען אז ער צווייפעלט און דעם פסק און ער איז זיי נאר מדחה, האט ער געבעטען א פעדער און ער האט ציגשריבען צים פסק דין, אז מעהאט איהם מכבד געווען מיט סידור קידושן, און ער וואלט און אמתען אנגענומען דער כיבוד, נאר היות ער איז זייער שואך, און עס איז זייער שווער פאר איהם, בעט ער אז מען זאל איהם אנדשולדיגען.

איינער פון די שטוב מענטשן דארט, האט דערנאך אריינגעברעגט א טאץ מיט פירות, און עס איז געווען הערליך ציקוקען דער שיינער מעמד וויא די רבנים זיצען און פארברעגען.
פון דעם גאנצע שמוסען דארט געדענק איך דער טארטיקאבער רב האט אויפגעברעגט די מעשה מיטען כתב יד פונעם קול אריה, וואס איז געלעגען אונעם ספרים שטוב פונעם ישמח משה, די מעשה איז געברענגט און די מפתיחות פון די שו"ת קול אריה

און בין עס דא מעתיק פארען אינטערעסאנטקייט דערפון
צוגעלייגטע
ka.jpg
ka.jpg (81.7 KiB) געזעהן 8451 מאל
the SCY is the limit

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 1:08 pm

יש"כ ר' שמחה פאר די שיינע מעשה
איך האב אויך געהערט פון מיין שווער -וואס איז א שטיקעל משפחה דארט- אזעלעכע ענדליכע מעשיות וואס גיט א שטיקעל בילד אויפן כאראקטער פון אט דעם גרויסן צדיק, ווי אויך פון מיינע עלטערן וואס האבן זיך אסאך געדרייט אין קרוין הייטס ביים סקולענער רבי'ן זצ"ל
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 1:34 pm

א מוראדיגע מעשה ר' שמחה, א האציגען דאנק.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 9:58 pm

הערליכע זכרונות ר' שמחה, ייש"כ פארן דאס מיטטיילן מיט אונז.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:22 pm

אמרה לי אם, די מאמע האט מיר פארציילט, אז אלץ מיידעל וואינענדיג אין קרוינהייטס האט זי זיך אסאך געדרייט ביים סקלענער רבי'ס שטיב, האט זי איינמאל ביי געוואינט ווי די רבי איז אמאל ביים קר"ש ליינען ממש אוועקגעפאלען פאר'חלש'ט, ער איז געשטאנען און ציגעפאלען צום וואנט מיט פארגלייזטוע אויגען (ער איז נישט געווען קיין שוי שפילער) זי זאגט מיר זי קען נישט פארגעסען די שרעק וואס זי האט געהאט מיינענדיג אז עס ענדיגט זיך רח"ל
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6657
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 11:06 pm

ווען די ערשטע רבעטצין איז געווען קראנק איז זי געווען אסאך מאל און באלטימאר און JOHN HOPKINS . דער רבי פלעגט מיטפארען מיט איר, און איינשטיין פלעגט ער ביי א פעטער מיינער, מיין שווער ע"ה ברידער.
דאס איז דער פעטער וואס כ'האב דערמאנט אונעם אשכול פון ר' הערשעלע ספינקער.

דער פעטער מיינער, איז געווען פון די OLD SCHOOL וויא מען זאגט. אויפשטיין א דריי אזייגער פארטאגס, גיין און מקוה, און לערנען ביז דאווענען. ווען ער האט זיך אריבער געצויגען פון באלטימאר קיין וויליאמסבורג, איז געווען דאס זעלבע. ער האט גלייך געבעטען די שליסעל פון זיין בית מדרש און ער האט געעפענט א יעדע טאג.

דער פעטער האט מיר דערציילט, אז ער פלעגט אויפשטיין דריי אזייגער כדרכו, און פונעם שטוב וויא דער רבי איז געשלאפען פלעגט ער הערען וויא דער רבי האלט נאך און מיטען ליינען קריאת שמע, מיט אזא מתוקות, און זיך אינטער ברימען מיט זיין באוויסטער תנועה, עס איז איהם געווען שווער זיך אוועק צירייסען.

ער האט מיר אויך דערציילט אן אינטערעסאנטע זאך, ער האט אבער נישט געוויסט קיין פשט דערויף
און דער שטוב פלעגט זיין יונגע טאכטער שלאפען, און ווען דער רבי פלעגט קומען האט מען געגעבען דער שטוב פארען רבין.
עס איז דארט געווען צוויי בעטען און דער רבי האט געוואלט וויסען און וועליכע בעט דאס קינד שלאפט, ווייל ער האט געוואלט דווקא זיך צילייגען און יענעם בעט.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6657
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 11:29 pm

זיין קריאת שמע ליינען, אוויא יעקעלע האט דערמאנט, איז געווען עפעס אויסטערליש.
עס האט געדויערט בערך א האלבע שעה. און דאס איז געווען ביי א יעדע שחרית און א יעדע מעריב סייי און דער וואכען און סיי שבת, אהן אויסנאם. איך האב איהם אסאך מאל געהערט. עס פלעגט זיך אלטס צאמזאמלען קיפקעלעך הערען זיין קריאת שמע.

עס איז נישט דא קיין ווערטער מסביר זיין דאס מתוקות און דאס דביקות וואס מעהאט געזעהן ביי דעם יוד בשעת זיין ליינען קריאת שמע.

די ניגונים זיינע איז דאך באוויסט, פיל מיט התעוררות, פיל מיט געגועים.

בחורים פלעגען קומען צי איהם פאר די חתונה פאר א 'חתן שמועס'
דער גאנצע שמועס איז באשטאנען פון זיין ארויסנעמען א ויקרא חומש און לערנען מיטען חתן דער אור החיים הקדוש אויפען פסוק פון דעם יום הקדוש מנחה קריאה, 'כמעשה ארץ מצרים לא תעשו וכמעשה ארץ כנען אשר אני מביא אתכם שמה'

יהא זכרו ברוך....
the SCY is the limit

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 1:59 am

א הערליכער אשכול. יישר כח פאר אלע בילדער און עובדות.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

תגובהדורך סלונימער » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 3:42 am

אמאל האב איך געזען א שיינעם בילד,ווי דער סקולענער רבי זי"ע זיצט צוזאמען מיטן ריבניצער רבי´ן זי"ע.באלד וועל איך עס זוכן ביי מיר אין מחשב און עס אריינשטעלן דא.

אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

תגובהדורך סלונימער » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 3:53 am

האט איז דאס בילד
צוגעלייגטע
1234.jpg
1234.jpg (112.17 KiB) געזעהן 8331 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19984
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 8:26 am

ר' שמחה, א דאנק פאר די ערשט האנטיקע עובדות, עס גיט אונז דער אינגער דור א שטיקל בילד ווי אזוי א צדיק וואס האט געלעבט נישט אזוי לאנג צוריק האט אויס געזען.

ר' יעקעלע, איר האט אונז מהנה געווען מיט די עובדא פון קר"ש, תשוח"ח לך.

הרב סלונימער, א דאנק פאר די בילדער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

תגובהדורך סלונימער » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 11:08 am

און נאך א שיין בילד
קרדיט- הניק אלטערזיידע,בחצרות חסידים(היידפארק):
צוגעלייגטע
080623_145309-40_9 (Small).jpg
080623_145309-40_9 (Small).jpg (24.1 KiB) געזעהן 8104 מאל

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6657
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 11:52 am

סלונימער,
דאס גאנץ ערשטע בילד וואס די האסט געשטעלט איז פון די ערשטע יאהרען דא און אמעריקא.
מען קען זעהן אויף איהם זיין פרישקייט. איך געדענק גיט זיין שמייכעל. ס'האט געלויכטען. איבערהויפט ווען עס האבען זיך ארימגעדרייט קינדער לעבען איהם.

דער לעצטע בילד איז שוין פון זיינע לעצטע יאהרען. ער האט שוין כמעט נישט געקענט זעהן.
עס זענן געגאגען פארשידענע רומערס פארוואס ער האט נישט גזעהן.
מאנכע האבען געזאגט אז פון די פייניגען און תפוסה.

זיין לאנג ליינען קריאת שמע איז געקומען פון זיצען און תפוסה. די קאמיניסטען ימ"ש האבען איהם געהאלטען און solidary confinement .
ער האט נישט געוויסט ווען סאיז טאג און ווען נאכט. איז כדי ער זאל נישט עובר זיין אויף זמן קריאת שמע האט ער כסדר געליינט קריאת שמע.

***

עס האט מיר דערציילט אן אייניקעל פון די לעצטע רביטצען, דער טשאבער רב טאכטער, אז אלטס בחור פלעגט ער אסאך זיי ביי זיין באבע, און אסך משמש געווען דעם רבין.

דער רבי איז אמאל געווען און שפיטאל, און ער איז געווען געשטעלט מטעם די משפחה, צי זיין דארט כסדר.
דער רבי האט געהאט עטעשט די פארשידענע מאניטערס. און דאס ערשטע מאל וואס ער האט געליינט דארט קריאת שמע, אויף אמאל קומען די קראנקענשוועסטערס צי לויפען, ווייל אויפען מאניטער האט געוויזען אז דאס הארץ האט אויפגעהערט קלאפען.
עס איז געווארען א גאנצע בהלה און קוים מיט שוועריקייטן האט ער געקענט זיי ציפרידענשטעלען אז ס'איז נישט דא וואס זיך צי זארגען.
פון יענס מאל אהן האבען זיי שוין געוויסט אז ווען דער מאניטער האט דאס געוויזען זענען זיי קודם גקומען טשעקען צי דער רבי זאגט יעצט קריאת שמע
the SCY is the limit

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 10:21 am

הערליך, א יש"כ פאר יעדן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 11:42 am

נישטערענדיג אין די ארכיוון האב איך געטראפן אן אלטן אשכול איבער דעם סקולענער רבי זצ"ל ווי הרב מאשקע און טהור-עינים פארציילן אויך אביסל איבער דעם גרויסן צדיק, די אשכולות זענען יעצט תחת קורת גג אחד און די דערמאנטע תגובות זענען די ערשטע פינף פונעם אשכול כפי סדר כתיבתם.

א דאנק מאשקע און טהור'ל פאר אייער פאריעריגע ווערטפולע תגובות, עס האט נישט פארלוירן זייער חשיבות אפי' אלט זייענדיג איבער א יאר.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט