שושלת אפטא זינקוב וקאפישניץ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זלאטשוב
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2010 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלאטשוב »

א גרויסען שכויעך למעלה משבעים ס'האט מיר אביסעל ארויסגעהאלפען אויב ס'איז דא נאך עפעס ספעציעל פון ר' שמואל זיינוויל בן ר' ברוך אברהם וואלט איך געבעטן איר זאלט עס צולייגען
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

לכאו' קענסטו עפעס טרעפן ביי די שינאווע משפחות אשכולות, ער האט דאך געהאט אן איידעם רבי אלעזר בינדיגער.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
זלאטשוב
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2010 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלאטשוב »

אי וויקיפעדיע אויפ'ן נאמען אלעזר ביינדיגער שרייבט ער אז ער איז געבוירן צו זיין מוטער די טאכטער פון ר' נפתלי בן ר' אלעזר בן רבי ר' אלימלך מליזענסק.
להוי ידוע אז עס איז א טעות זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' משה'לע קאזניצער חתן ר' אלעזר בן רבי ר' אלימלך
זלאטשוב
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2010 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלאטשוב »

זלאטשוב האט געשריבן:אי וויקיפעדיע אויפ'ן נאמען אלעזר ביינדיגער שרייבט ער אז ער איז געבוירן צו זיין מוטער די טאכטער פון ר' נפתלי בן ר' אלעזר בן רבי ר' אלימלך מליזענסק.
להוי ידוע אז עס איז א טעות זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' משה'לע קאזניצער חתן ר' אלעזר בן רבי ר' אלימלך


כך מקובל במשפחת הלברשטאם - אונגער
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ווי קומט בינדיגער אריין און דעם אשכול לבית קאפישניץ
למה זה תשאל לשמי...
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

מנוחת קדשם של צדיקי בית זינקוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

דער ציון פון די צדיקים אין זינקוב
אטעטשמענטס
35-Zinkuv15.jpg
35-Zinkuv14.jpg
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

די שטעטעלע זינקוב היינט צו טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בילדער גענומען אינעם שטעטעלע זינקוב אייר תש"ע
אטעטשמענטס
35-Zinkuv16.jpg
35-Zinkuv13.jpg
35-Zinkuv12.jpg
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

די שטעטעלע זינקוב היינט צו טאג - המשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בילדער גענומען אין זינקוב אייר תש"ע
אטעטשמענטס
35-Zinkuv4.jpg
35-Zinkuv5.jpg
35-Zinkuv2.jpg
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

נחמן נתן האט געשריבן:הרה"ח רבי ישראל מרדכי טייטלבוים ז"ל, משמש בקודש אצל הרה"ק אדמו"ר רבי יצחק מאיר מקאפישניץ זצ"ל
[קרעדיט הירשל ציג]

מכתב ממנו, פורים תש"ד.
אטעטשמענטס
scan0136.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוסף שרייבער האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:הרה"ח רבי ישראל מרדכי טייטלבוים ז"ל, משמש בקודש אצל הרה"ק אדמו"ר רבי יצחק מאיר מקאפישניץ זצ"ל
[קרעדיט הירשל ציג]

מכתב ממנו, פורים תש"ד.

דאס איז דער פאטער פון ר' יעקב ט"ב פון קווינס?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

יא און זיידע פור ר' אלי ז"ל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א חשובער ניק בשם מנשה צוריאל האט אקארשט געשטעלט אינעם פארום 'אוצר החכמה' א בילד פון א מציבה אין די שטאט ווינא, די מציבה/אוהל איז פון רבי משה העשל בן אדמו"ר רבי יצחק מאיר מקאפישניץ, ד.ה. א ברודער פונעם קאפישניצער רבי ז"ל (עטרה לראש הראבד"צ), אויף די מציבה שטייט אז רבי משה איז אוועק אין בוכענוואלד, ווייסט איינער מער פרטים איבער רבי משה און זיין טראגישע פטירה בשנות הזעם?
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 82#p144782
אטעטשמענטס
וינה.jpg
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

נישט פון אים פארציילט שלמה'לע זיין סוויהט באט טרעדזשיק סטארי איבער משה'לע גוט שבת?
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

ווילוויסן האט געשריבן:נישט פון אים פארציילט שלמה'לע זיין סוויהט באט טרעדזשיק סטארי איבער משה'לע גוט שבת?


אוודאי פון אים ..

שלמה'לע פארציילט דאס סיפור באריכות אז מ'קען צוגיין.

וואוינענדיג אין תרצ"ט אין באדען ביי וויענע, איז איינמאל אנגעקומען א איד בשם משה'לע, [א אינגערע ברודער פונעם קאפיטשניצער] אידן האבן זיך שוין נישט געקענט דרייען דאן אויפן גאס פראנק איז מען זיך צוזאמען געקומען אינעם שטוב פון ר' שלמה'ס פאטער פארטאגס אום זעקס אזייגער געדאוונט גיך און שטיל אזוי אז מ'האט געפארטיגט אויף אכט אזייגער.

יענע שבת, משה'לע זעט ווי מ'דאוונט אזוי שנעל, ס'געקומען צו נשמת ר' משה'לע קען זיך שוין נישט איינהאלטן און זאגט פארן בעל תפלה, די תפלות דארפן עולה זיין למעלה און איר דאוונט אראפ, און ווער ווייסט אויב ס'איז נישט דער לעצטער שבת ? אזוי דאוונט מען נשמת ? האט דער בעל תפלה געזאגט "איש קען ניקס בעססער " האבן כולם פה אחד געזאגט פאר משה'לע "גיי דו" ! און ער האט אנגעהויבן נשמת מיט זיינע מורא'דיגע מעלאדיעס, און זיי אריינגעטראגן אין די העכערע ספערן.. אוי פודה ומציל ...

מ'האט דעמאלט געענדיגט עלף דרייסיג, ס'קומט צו קידוש מאכן די מוטער פון שלמה'לע שטעלט צו צו פארבייסן, משה'לע וויל מאכן קידוש, די פענצטער זענען פארהאקט און פארמאכט פאר פחד, משה'לע זאגט ער קען נישט מאכן קידוש נאר מיט אפענע פענצטער, ער דארף מכריז זיין קבל עולם אז ס'איז שבת.. דער עולם האט גע'טענה'ט משה, די גוים ווילן אונז הרג'נען, האט ער געענטפערט זיי זענען בני עשו בן יצחק, וואס איז געווארן פון עשו אז ער האט פארגעסן אז ס'איז שבת אויף די וועלט, אז איך קען דערמאנען די וועלט אז ס'איז שבת וועט זיך אויפהערן די שנאה, און ער האט געזאגט אז פעטער עשו וועט געדענקען אז ס'איז שבת וועט ער משנה זיין דרכיו.

משה'לע האט זיי פארציילט אז אויף יעדע ווינקל פון אלע גאסן הענגט א גרויסע בילד פון משה'לע און ס'איז געווען אויפגעשריבן, די פיינט פונעם פיהרער נומער איינס ! ווער ס'טרעפט אים באקומט הונדערט טויזנט שיללינג !

וואס איז געווען זיין זינד ? ר' משה'לע פלעגט ארומגיין צו אלע משפחות אין די גאנצע וויענע געגנט וואס זייערע מענער זענען שוין נעבעך נישט געווען אינדערהיים און געברענגט צו עסן און אויסגעהאלטן די משפחות, קיינער האט נישט פארשטאנען וויאזוי ער טוט דאס זייענדיג אין א זמן וואס מ'האט זיך שוין נישט געקענט דרייען אויפן גאס, איינמאל האט מען אים געכאפט, און ער האט זיך ארויסגעכאפט אויף עפעס א וועג און אנגעהויבן ארבעטן זיין עבודת הקודש נאר ביינאכט.

יארן שפעטער שלמה'לע וואקט אויף א גאס אין תל אביב קומט צו צו אים א איד און פרעגט אים דו געדענקסט משה'לע, פרעגט ער מיינסט משה'לע גוט שבת ? זאגט אים יענער איד איך וויל דיר פארציילן וואס איז געשען מיט אים, זיי גייען צו צום ים און זעצן זיך אראפ, דער איד נעמט זיך וויינען.

און נעמט זיך דערציילן, אז צום סוף, האט זיך ר' משה'לע פארשאפט א פאלשן פאספארט צו גיין קיין ענגלאנד, און פון דארט ממשיך זיין קיין ארץ ישראל, ער איז שוין געזיצן אויפן באן מיט זיין רביצין און צוויי קינדער. און דער איד איז געזיצן נעבן אים אויפן באן.
דער איד פארציילט אז זיין ווייב האט אים געהאלטן אין איין בעטן די גאנצע צייט ער זאל נישט זינגען, ער זאל כאטש ווארטן ביז מ'איז אינדרויסן פון עסטרייך, אבער ר' משה'לע האט נישט געקענט אויפהערן מיט זיינע שירי קודש, און ער האט געזאגט איך דארף נאך זינגען "גוט שבת" נאך איינמאל, ער עפנט די פענסטער און הייבט אן זינגען...... אוי גוט שבת גוט שבת .... אוי גוט שבת גוט שבת..... אוי גוט שבת גוט שבת גוט שאאאבעססס... [וואו איז סאכדעס ?] ... גוט שבת.. ביז... ליידער ליידער האט אים איינער דערקענט... און אוי וויי והכהו נפש בפני אשתו ובניו אוי .... השם ינקום דמיו..

האט דער איד אויסגעפירט צו שלמה'לע איך שווער אייך אז ער האט נישט אויפגעהערט זינגען גוט שבת ביזן לעצטן אטעם. ובהאי קטירא אתקטר..
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

פון רבינו שליט"א קען מען אויך צוגיין.

הי"ד.שטימט נאר נישט די מעשה מיטען טעוועלע וצ"ע.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

דאס איז די פלא יאסל .
וואו קומט אריין בוכנוואלד אין וויען ?

שלמה'לע איז ממשיך צו פארציילן אז ער האט אמאל און אנטווערפן געטראפן משה'לעס א זון "אליעזר" מיטן גאנצן ריזינ'ע טראכט.
אז ס'איז ב"ה געבליבן דורות פון אים, קען מען פרובן ביי זיי דערגיין.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ר' ווילוויסן, איר האלט ר' שלמה'לע פאר א מקור מוסמך? מיר שיינען זיינע מעשה'לעך היבש ווייט פון רעאליטעט.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

לכאורה האט געשריבן:ר' ווילוויסן, איר האלט ר' שלמה'לע פאר א מקור מוסמך? מיר שיינען זיינע מעשה'לעך היבש ווייט פון רעאליטעט.


יא ר' לכאורה איך האלט אים פאר אן איש אמת, און זייער אריגינאל, (דאס איז די מיינונג פון איין מאן).
אבל שגיאות מי יבין איז אויף יעדן געזאגט.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ווילוויסן האט געשריבן:דאס איז די פלא יאסל .
וואו קומט אריין בוכנוואלד אין וויען ?

שלמה'לע איז ממשיך צו פארציילן אז ער האט אמאל און אנטווערפן געטראפן משה'לעס א זון "אליעזר" מיטן גאנצן ריזינ'ע טראכט.
אז ס'איז ב"ה געבליבן דורות פון אים, קען מען פרובן ביי זיי דערגיין.

אלס דעם אויס איז נישט שווער, ואסביר דברי און די ערשטע צייטען פון די צרות צייטען פלעגט מען געווענליך קענען ברענגען לקבורה די אש פון די קדושים וואס האבען אויסגעהויכט זייערע לייטערע נשמות פון די עינוים און מען האט נאך געדארפט צאלען פאר די פרווילעגיע! איך האב שוין געזעהן עטליכע פון די קארטלעך וואס די דייטשען ימש"ו האבען אהיימגעשיקט צו די משפחות אז זייער באליבטע איז טויט און ביז א געוויסע דאטום קען מען קריגען די אש אויב מען שיקט אריין אפאר מארק.

נאר די קשיא איז אדער א באן סטאנציע אדער בוכענוואלד ביידע קען דאך נישט זיין.

ואגב, ביי מיר איז ער נישט קיין מקור.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שלמה'לע בדמיונתיו

דער גאנצער חלקה איז נעבעך פון אזעלכע וועמענס אש די רשעים הארורים האבן אהיימגעשיקט קיין וויען פון בוכענוואלד, זעה דארט ווייטער:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 19#p144819

מנשה צוריאל האט געשריבן:השערתך נכונה. אני מצרף תמונה נוספת שתענה על השאלה היפה.
בתמונה רואים מצבות שחורות, שעשרות או מאות כאלו פזורים שם בחלקה. על מצבות אלו רשום את התאריך נובמבר 1939. שהוא בדיוק חודש חשוון ת"ש.
כפי שהוסבר לי בביקורי, אחר שפרצה המלחמה באופן רשמי, שלחו הנאצים לוינה כדים עם אפר כשעל כל כד שמו של הנרצח ותאריך הירצחו, כייקיותם הנתעבת. מה היתה מטרתם בכך? לא ידוע. עכ"פ בני הקהילה עם המשפחות השכולות, קברו את האפר בביה"ח שם, ולכולם עשו מצבות אחידות, עם שם הנרצח והתאריך. מרבית יהודי וינה לא היו שומרי תו"מ, והאותיות הלועזיות שעל ציוניהם מספרים זאת. מסתבר שגם אפרו של ר' משה ז"ל הנ"ל, נשלח באותה עת, התאריך כמובן תואם, רק שאותו קברו בכבודו השמור לו באהל הצדיקים.


הרב רבטוב, לייגט דארט צו אז די רביצין האט נאכאמאל חתונה געהאט בזוו"ש און זי האט נאך די קריג געוואונט אין אנטווערפן, מיט איר זון (ווייס איך נישט צו דאס מיינט דער זון 'אלעיזר' מיט די טראגע כנ"ל)
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

מתוך דברי סייט על מחנה המוות דאכאו.

in theory the ashes were to be collected and preserved in urns. The families of the dead could have the urns sent to them on payment of expenses. ... The urns were, in any case, filled with ashes collected at random, since several bodies were cremated together. In the end no more trouble was taken to fill the urns, and the ashes were buried in the grounds of the .crematorium
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

אינטערעסאנט.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

מיללער האט געשריבן:שלמה'לע בדמיונתיו


קען זיין בכלליות, דא פארציילט ער עס בשם א צווייטער, ער איז שוין נישט געווען אין עסטרייך דעמאלט [אויסער אויב איר האלט אז ער האט גע'דמיונ'ט אז איינער האט אים דאס דערציילט]..
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

יוסף שרייבער האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:דאס איז די פלא יאסל .
וואו קומט אריין בוכנוואלד אין וויען ?

שלמה'לע איז ממשיך צו פארציילן אז ער האט אמאל און אנטווערפן געטראפן משה'לעס א זון "אליעזר" מיטן גאנצן ריזינ'ע טראכט.
אז ס'איז ב"ה געבליבן דורות פון אים, קען מען פרובן ביי זיי דערגיין.

אלס דעם אויס איז נישט שווער, ואסביר דברי און די ערשטע צייטען פון די צרות צייטען פלעגט מען געווענליך קענען ברענגען לקבורה די אש פון די קדושים וואס האבען אויסגעהויכט זייערע לייטערע נשמות פון די עינוים און מען האט נאך געדארפט צאלען פאר די פרווילעגיע! איך האב שוין געזעהן עטליכע פון די קארטלעך וואס די דייטשען ימש"ו האבען אהיימגעשיקט צו די משפחות אז זייער באליבטע איז טויט און ביז א געוויסע דאטום קען מען קריגען די אש אויב מען שיקט אריין אפאר מארק.

נאר די קשיא איז אדער א באן סטאנציע אדער בוכענוואלד ביידע קען דאך נישט זיין.
.


איך האב געטראכט צו פארענטפערן ביידע ווערסיעס, אז ס'קען זיין אז יענער האט געזען ווי מ'שלאגט אים ביז ער איז צוזאם געפאלן און ער האט געמיינט אז ער איז שוין נישט בין החיים ביזדערווייל האט מען אים שפעטער געטראגן קיין בוכענוואלד, ושניהם אמת.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

אין גנזי ישראל [טשארטקוב] זע איך אפאר הנצחות שמות פון די משפחה. ווער מיר געוואויער מער ארום די משפחה פון ר' משה בהרה"ק מקאפיטשניץ .
אטעטשמענטס
New Picture (2).bmp
New Picture (2).bmp (154.35 KiB) געזען 2732 מאל
New Picture (1)_1600x777.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”